פארשלאפן האט געשריבן: דערפאר קויפן מיר טאקע רוב ארטיקלען "געמאכט אין כינע" דארטן איז דאך נישט פארהאן די שנאה...
דאס בעסטע איז ווען אין טשיינע איז עס געמאכט דארט האבן אידן נאכנישט געליטן פון קיין שלאכט ווי אין אנדערע לענדער נישט מער געדאכט זאלן די אייראפע'ער פלאצן ווערן צוקראכט ווען גאנץ כלל ישראל פון זיי לאכט.
נרדם נרדם! הלזאת יקרא נרדם? קול כינורך מעולם לא נדם, היטבת לומר בן אדם, כי לעולם לא נכפר על הדם, על קרן ישראל אשר נִגְדַם, בידי חיתו טרף בדמות אדם, מבלי התייצב איש נגדם, לעולם לא נשכח, ולא נסלח. לעולם!!!
יידישיסט האט געשריבן:
נרדם נרדם! הלזאת יקרא נרדם? קול כינורך מעולם לא נדם, היטבת לומר בן אדם, כי לעולם לא נכפר על הדם, על קרן ישראל אשר נִגְדַם, בידי חיתו טרף בדמות אדם, מבלי התייצב איש נגדם, לעולם לא נשכח, ולא נסלח. לעולם!!!
פארשלאפן האט געשריבן: דערפאר קויפן מיר טאקע רוב ארטיקלען "געמאכט אין כינע" דארטן איז דאך נישט פארהאן די שנאה...
דאס בעסטע איז ווען אין טשיינע איז עס געמאכט דארט האבן אידן נאכנישט געליטן פון קיין שלאכט ווי אין אנדערע לענדער נישט מער געדאכט זאלן די אייראפע'ער פלאצן ווערן צוקראכט ווען גאנץ כלל ישראל פון זיי לאכט.
נרדם נרדם! הלזאת יקרא נרדם? קול כינורך מעולם לא נדם, היטבת לומר בן אדם, כי לעולם לא נכפר על הדם, על קרן ישראל אשר נִגְדַם, בידי חיתו טרף בדמות אדם, מבלי התייצב איש נגדם, לעולם לא נשכח, ולא נסלח. לעולם!!!
ואתפלל ואתחנן לאלוקי לילה ויומם דם עבדיו השפוך ינקום נקמם ארצו עירו מקדשו וביתו יקומם ואז שמו בכל לבי ארומם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לדעתי קען מען נישט מאכן א קוגל פון אלע קאמפאניס, לא הרי זה כהרי זה, די פאלקסוואגאן למשל, איז אן אינסענטיוו פונעם צורר היהודים אליין, (אגב איז די געדאנק אויך געווען מיוסד און קאמוניזם, ווייל עס דארף זיין א "פאלקס" קאר דאס הייסט און אונזער שפראך "המון עם" נישט נאר די עליטע, און די ציל איז געווען "גלייכבארעכטינגונג" ) דאס גיט עס אן עקסטערע סיבה אויף נישט.
נאכדעם איז מערסעדעס, וואס מען זאגט אז זיי האבן געמאכט די אויבנס אדער די באנען (אפשר ביידע) וואס מען האט געניצט איף די השמדה, אין די סימבאל איז געווען די לעצטע זאך וואס אונזערע אור עלטערען האבן געזען פאר זייער טראגישן טויט ר"ל הי"ד בקרוב.
יעצט לגבי בוש מאשין איז א אנדערע מעשה ווייל די אנדערע מאשינען אויף צו קנעטען זענען למעשה בכלל נישט אין די ליגע מיט בוש, און אז מען קען נישט אנדערשט איז שוין דא א לימוד זכות, אבער א קאר איז דא גענוג גוטע קארס נישט פונעם ארץ הדמים.
יעצט איז אזוי, די מקור אויף נישט ניצען איז נישט סתם א געפיל, עס נעמט זיך פון דעם חרם אויף שפאניע וואס מען האט געמאכט נאכן גירוש, וואס דאס אליינס איז געווען "געמאדעלט" אויף די איסור אין די תורה אויף מצרים "לא תוסיפון לשוב בדרך הזה עוד".
צי ס'איז למעשה געווען א חרם - וואס דער הייליגער מנחת אלעזר זאגט אז ניין - אויף דעם איז דא אנדערע וואס שרייבן אז יא, קאשוי רב פלעגט זאגן אז זיין באבע איז געווען א אייניקעל פון יוצאי שפאניע, און זי האט אים געזאגט אז ביי זיי און די משפחה איז געווען מקובל אז עס איז יא געווען א חרם, און וועגן דעם איז עס ביי אים געווען ממש א "דאורייתא".
על דרך זה, האט ער געהאלטן אז אויפן ארץ הדמים איז דא די זעלבע אדער נאך א שטערקערע סברה לאיסור, אין אויף א קלענערע פארנעם פולין, אגב א גוי פון די פלעצער, איז אויך געווען ממש "ביהרג ועל יעבור".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ווארד2007 האט געשריבן:
ענליכס איז געזאגט געווארן לגבי זיך באנוצן מיט פראדוקטן פון ארץ ישראל, דרוקן ספרים אין ארץ ישראל, לערנען ארט סקרול גמרות, לולבים פון ארץ ישראל, טליתים פון ארץ ישראל וכו' וכו'
שמעתי אז הרה"צ מפאפא זצוק"ל האט זיך אפגעהאלטן פון ניצן ארץ ישראל'דיגע פראדוקטן מהאי טעמא.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח).אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י: סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך(דברי תורה - מונקאטש)
יא לעבעדיגער גערעכט כ'טענה זיך כסדר מיט מענטשען וואס זאגען אז ס'נישט קיין פראלעם צי קויפען א דייטשע קאר, זאג איך זיי, יא אמת על פי הלכה מעגסטו אבער דער וואס ווייסט וואס עס האט פאסירט אין האט אביסעלע געפיהל וועט קיין דייטשע קאר נישט קויפען,
די זאך איז נאר אז אסאך פין די יונגווארג ווייסט נישט געהעריג וואס ס'האט פאסירט, יא זיי ווייסען ס'געווען עפעס א מלחמה אין מ'האט געהארגעט יודען אבער זיי ווייסען עס נישט במוחש, מ'וואלט מער געדארפט רעדען אין פארציילען דערוועגען בבחינת זכור את אשר עשה לך עמלק, מער ליינען דערוועגען אין וויסען וואס ס'האט פאסירט צי אונז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, זאלען זיי זיך האלטען זייערע אוטומאבילען לא מעקצץ ולא מדובשך,
פראפעסאר שטארקמאן האט געשריבן:
די זאך איז נאר אז אסאך פין די יונגווארג ווייסט נישט געהעריג וואס ס'האט פאסירט, יא זיי ווייסען ס'געווען עפעס א מלחמה אין מ'האט געהארגעט יודען אבער זיי ווייסען עס נישט במוחש, מ'וואלט מער געדארפט רעדען אין פארציילען דערוועגען בבחינת זכור את אשר עשה לך עמלק, מער ליינען דערוועגען אין וויסען וואס ס'האט פאסירט צי אונז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, זאלען זיי זיך האלטען זייערע אוטומאבילען לא מעקצץ ולא מדובשך,
לעבעדיגער,זייער גוט ארויס געברענגט, אין לכאורה די זעלבע קאמפאניס וואס מאכען יעצט די אוטומאבילען האבען דאן געמאכט די טאנקען אין מיליטערישע טראקס וואס איז געניצט געווארען צי טאראריזירען אונדזערע עלטערען,
אוי, יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדך השפוך, זאל מיר שוין דערלעבען א נקמה !
ר' מיכאל בער זצ"ל זאגט אין א דרשה, אז ווען א גוי איז מצער א איד גייט עס אריין אין די מצוה פון זכר את אשר עשה לך עמלק צו געדענקען די רשעות, ער זאגט דאס לגבי די רשעים פון די וועלט מלחמה, לויט אים איז א דאורייתא צו געדענקען!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
א שנעלע ליסטע פון לענדער וואס סקען זיין פראבלעמאטיש צו נוצן זייערע פראדוקטן.
א) מדינת ישראל, דאך פשוט, דאס ווייס איך שוין פון אלץ קליין קינד... נישט צו שטיצן די עקאנאמיע דארט, ערנסטע שאלה פון האבן א חלק אין די אלע איסורים וואס געשעט דארט, (וצ״ע על דרך הלצה אויב ממעג קויפן זאכן וואס זענען געמאכט אין אמעריקע, ווייל אמעריקע שיקט געלט אויף מדינת ישראל, סא ווען די שטיצט אמעריקע שטיצטו אויך די דארטיגע עקאנמיע, און ביי ע״ז ווייסט מען דאך אז סהעלפט נישט קיין ביטול... )
ב) שפאניע - פארטואל. צוליב די שרעקליכע גזירות גירוש דארט, מיט די אינקוועזיציעס.
ג) דייטשלאנד- עסטרייך- אונגארן- פוילן- אוקריינע, צוליב די צווייטע וועלט מלחמה, מיין באבע פלעגט אלעמאל זאגן אז די אונגארישע גוים זענען געווען פיל גרעסערע רוצחים ווי די דייטשן... די אוקריינע זענען דאך בארימט מיט די רציחות, דייטשלאנד עסטרייך איז פשוט, פאלאקן זענען אויך געווען טרויעריג בארימטע רוצחים.
ד) ענגלאנד, די שרעקליכע גזירות בשעת די קרייצציגלער, די רציחות און יארק וכו׳.
ו) גריכלאנד, פארגעס נישט די יוונים.
ז) איטאליע, פארגעסט נישט רוים.
ח) אפשר מצרים אויך, זיי האבן גע׳רודפ׳ט אונזערע זיידעס... ?? לולבים פון מצרים ?
אפשר איז דא נאך...
עניוועי, ווילאנג מטשעפעט נישט טשיינע איז עס נאך א גזירה שהציבור יכולים לעמוד בה....
די סבה צו די איינגעבאקענע ווייטאג פין די אידן, קען מען נישט פארשטיין אדער מסביר זיין, אבער וויפיל כ'האב פארשטאנען פין קאנטעקסט איז, אז די צוויי קאמפאניס האבן אפיציעל געטראגן דעם דויטשן פאן, און זענען פארשטייט זיך געווען אינסטרומענטאל במשך'ן קריג.
אן ענליכע דוגמא פין די ווייטאג און האס צו די רשעים קענט איר זען ביים נעמען די "פארגיטיגונגס געלטער", וואס גאר אסאך האבן נישט צוגערירט אפי' זיי האבן נישט געהאט. סיי פשוט אלס געפיל, א_ווי אויך ס'זאל זיי נישט פאררענט ווערן לזכות די רשעים.
2. שפאניע - חרם
דאס איז שוין אנאנדערע מעשה אינגאנצן, ווייל דארט האבן די יעמאלט'דיגע דארטיגע גדולים געלייגט א חרם אויף נישט צו קויפן פראדוקטן פין שפאניע, און דאס איז שוין א הארבערער ענין.
כ'האב פאר עטליכע יאר זיך אביסל נאכגעפרעגט דערוועגן, און ס'איז מיר אויסגעקומען גאנץ קלאר אז די וואס זענען נישט מקפיד דערויף איז פשוט ווייל אין יענעם'ס עלטער זיידעס געגענט אינדערהיים האט מען נישט געהאט געהערט דערפין, אבער די וואס ווייסן דערפין האבן אזוי בקבלה מדור דור, און האלטן זיך דערצו זייער שטרענג.
אלנפאלס, קיינער פין די אנדערע אומות ביים צווייטן קריג האט נישט געטראגן אפיציעל די פאן פין טיראניע א_ווי דויטשלאנד, אין ווען יא זענען זיי געווען "אונטער" די דייטשען, ממילא איז פארשטענדליך אז די שנאה גייט אויס צו די הויפט מחותנים.
סתם שונאי ישראל האמיר געהאט אלע דורות, אויף דעם זעמיר ליידער אין גלות, אין מ'קען ווי פארשטענדליך נישט בויקאטן יעדן גוי אדער לאנד דערפאר.
3. א"י - געפיל
די סבה פארוואס איך זאג געפיל איז, ווייל אפי'די וואס האלטן דאס שטרענג אן, זענען מודה (עכ"פ די צו וועמען איך האב גערעדט) אז קיין דירעקטער איסור הערשט נישט דערביי, ס'נאר די "הרחק מן הרשעים" וואס קאכט, אין היות די מדינה מאכט טעקס אויף יעדן פראדוקט קומט אויס אז מ'שטיצט זיי אומדערעקט.
אלנפאלס, דאס האב איך אזוי אפגעשריבן אין די איילעניש, זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה, און נישט דארפן טראגן די סארט דאגות!!