שושלת משפחת פרענקל-תאומים
מיללער האט געשריבן: יעצט געוואור געווארן אז ער האט געהאט א איידעם ר' שמעון אלטר פרענקל תאומים אב"ד סקאווין פון וועם עס איז פארבליבען א זוהן ר' אהרן אלימלך חיים, וועלכער האט איבערגעדרוקט די ספרים פון זיין זיידן ר' מרדכי דוב מהורנוסטייפל.
בליקענדיג אינעם ספר י"ג אורות, סיפורים וואס הרה"צ ר' יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל האט פארציילט, ביי ערך בעלזא ברענגט ר' יענקעלע א מעשה וואס ער האט געהערט פון ר' יוסף הירש אב"ד טורנא ז"ל, שרייבן זיי אין די הגהות אז בזווג"ר איז דער טורנא רב געווען אן איידעם ביי ר' שמעון פרענקל-תומים מסקאווין הנ"ל חתן ר' אהרן אלימלך מקראָסנא-הורנוסטייפל.
דא אינעם זכרונות אשכול האט יקירנו הרב ר' שמחה מאריך געווען אביסל פון דעם טורנא רב וועלכער איז נפטר געווארן בשנת תשכ"ו ומנו"כ בניו-זשערסי, די רביצין און דער זוהן פון וועם ר' שמחה רעדט איז שוין געווען בזוו"ש.