רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל - ר"ח אב תש"ס

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל - ר"ח אב תש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

viewtopic.php?p=5365417#p5365417

אהרן יוסף מארקאוויטש פארציילט די מעשה ווען ער איז געוועהן פארלוירן פרייטאג צונאכטס אין די קאנטרי און דער רב ז"ל האט זיך צעוויינט ביי זמירות פאר מודה אני לפניך און מען האט אים דעמאלטס געטראפן ב"ה און וואס די רב האט געזאגט שבת צופרי פאר קריה"ת
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל - ר"ח אב תש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

פארגאנגענע וואך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:13 pm
בארא פארק - גרויס פרייד הערשט ביי חסידי באבוב ווען אין די יעצטיגע טעג איז געפונען געווארן אלטע ווערדפולע חפצי קודש און זילבערנע כלים פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל.
◄ ווייז ספוילער
דאס קומט דערנאך נאך וואס ישיבת בני ציון ד'באבוב האט זיך אריבערגעצויגן צום נייעם גרויסן לאקאל "בנין לייבל רובין", קומט אצינד פאר העפטיגע רענאוואציעס אויפ'ן אונטערשטע שטאק פון די אלטע ביהמ"ד, וואו עס זענען ביז יעצט געווען קווארטירט די צוויי חדרי אוכל פון דער באבובער ישיבה, און עס ווערט איבערגעפרישט לטובת די כולל, נאך וואס צוליב די ריבוי הלומדים איז מען שוין פון לאנג אויסגעוואקסן די יעצטיגע היכל הכולל וועלכע איז איינקווארטירט אינעם בית מדרש הישן.

בשעת די מלאכת השיפוץ ביים אויפברעכן א וואנט איז פלוצלינג אנטפלעקט געווארן אין אן ווערדפולע אוצר, א סעיף מיט כלי קודש פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, וואס במשך צענדליגע יארן זענען די הייליגע טישן און לעכטיגע סעודות מלוה מלכה אפגעראכטן געווארן אין די חדרי אוכל פון די ישיבה, וואו עס שטעלט זיך ארויס אז נאך יארן פון נישט ניצן דעם פארשלאסענעם סעיף איז אין די שפעטערע יארן פארגעסן געווארן די קאמבינעישען נומער דאס אויפצומאכן און נאך לאנגע יארן האט מען פארבויט די ווינקל וואו די סעיף שטייט, און במשך הזמן איז עס כמעט ווי פארגעסן געווארן נאך וואס עס איז פארבויט געווארן מיט שענק אין פארנט פונ'ם סעיף.

יעצט ווען עס האט זיך אנטפלעקט די זעלטענע אוצר האט זיך די גבאי פון ביהמ"ד באלד גענומען צו די ארבעט און אויפגעבראכן דעם סעיף, און אזוי איז נאך לאנגע יארן די אלטע אוצר ארויס מן ההעלם אל הגלוי נאכן זיין נגנז פאר אזא לאנגע צייט אפשניט.
ס'איז טאקע א שמחה אז חפצי קודש פונעם רב זענען נישט פארלוירן געגאנגען, אבער ליידער איז דער פרייד נישט אויף למעשה, כמובן.
מאלפע
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2023 11:19 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל - ר"ח אב תש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאלפע »

קום אריין קלאר פארוואס איז דער פרייד נישט אויף למעשה?
באר לחי ראי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:07 am

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל - ר"ח אב תש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר לחי ראי »

ווייל ס’איז נישט אמת
יש עבר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2024 2:59 pm

Re: רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל - ר"ח אב תש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש עבר »

באר לחי ראי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 8:36 pm
ווייל ס’איז נישט אמת
וואס איז נישט אמת?
מ'האט גארנישט געפונען? אדער ס'איז נישט חפצים פון די רב?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”