ראש השנה שחל בשבת
(ספה"ק)
ב) שבת בלאזט מען נישט קיין שופר ווייל ס'איז דא רחמים אן שופר אויך, ווי די גמ' זאגט הנכנס לבקר את החולה בשבת אומרים יכולה הוא שתרחם דער שבת אליין האט א כח אפי' אן תפלה וצעקה, אזוי אויך בר"ה האט דער שבת א כח אפי' אן די תקיעות צו פועל'ן רחמים.
(דברי חיים)
ג) די תקיעות זענען דאך לערבב השטן, אבער שבת אית דאך לית שולטנא אחרא בכלהו עלמא וכל דינים וכו', מוז מען נישט אנקומען צום שופר אים צו פארמישן.
(מאור ושמש)
ד) שבת איז אסור צו שרייבן נאר בשעת פיקוח נפש, האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט אז אזא יאר וועט זיכער זיין א גוט יאר, ווייל קב"ה וועט נישט שרייבן קיין שלעכט'ס אין שבת, נאר גוט'ס אלס פיקוח נפש.
(אור ישרים)
ה) שבת בגימ' קשי"א רפי"א, דאס איז די עבודה ר"ה ביידע טעג צו מאכן פון דינא קשיא דינא רפיא.
(בנ"י)
ו) בשם הרבי ר' אלימלך זי"ע, יעדן שבת באקומט א מענטש א נשמה יתירה, ר"ח באקומט א מענטש א נפש יתירה, און יעדן יו"ט באקומט א מענטש א רוח יתירה, אויב ר"ה געפאלט אין שבת איז דא אלע דריי יתירה'ס צוזאמען פון יו"ט ר"ח און שבת פון נפש רוח ונשמה.
(חשבה לטובה)
הוספה: שטייט פון צדיקים (וכ"כ בקהלת יעקב לר"ש קלוגער) אז ר"ה שחל להיות בשבת די מלאכים וואס זענען ממונה אויף די תקיעת טראגן ארויף זכותים פאר כלל ישראל (ובשם ר' אהרן קארלינער כת' אז די מלאכים הממונה על התקיעות זענען בשבת ממונה אויף די מאכלי שבת), לפי זה איז פשט כתר יתנו לך ד' אלקינו מלאכים המוני מעלה, די מלאכים טראגן ארויף זכותים אויף אידן עם עמך ישראל קבוצי מטה, ווען איז דאס, ווען יחד כולם קדושה לך ישלשו, וואס ס'איז דא דריי קדושת פון נפש רוח ונשמה בשבת ר"ח ויו"ט.
(המלקט)
ז) כאטש מ'קען נישט בלאזן אין שבת, אבער במקדש האט מען יא געבלאזן, כהיום איז נאך אלי' הנביא מקריב קרבנות אין הימל, אלי' הנביא ער בלאזט יא אפי' אין שבת.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)
ח) בלאזן שופר איז מרומז אויף עבדות ווי ס'שטייט אין זו"ח פ' בהר, דעריבער בלאזן מיר שופר ר"ה צו ווייזן אנזער עבדות אז דער באשעפער זאל מושל זיין איבער אונז, הני מילי בחול איז דאס גוט אבער שבת איז דאך די הלכה גוי ששבת חייב מיתה ווייל ער איז א משתמש בשרביטו של מלך, נאר א איד וואס האט א דין בנים למקום ער מעג האלטן שבת ווייל אב שמחל כבודו מחל, קומט אויס אז אין שבת קענען מיר נישט בלאזן שופר וואס ווייזט אויף עבדות, ווייל דאן ווערט א סתירה פון בנים צו עבדים.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)
הוספה: קען זיין פשט אם כבנים אם כעבדים וכו', לכאורה פארוואס זאגט ער אזא לשון אם כבנים אם כעבדים, נאר לפי הנזכר איז מובן, אם כבנים איז היינט שבת וואס ווייזט אויף בנים למקום איז דאך גוט, רחמינו כרחם אב על בנים, ווידער אם כעבדים ס'איז בחול און מ'בלאזט שופר צו ווייזן עבדות, עינינו לך תליות עד שתחנינו, מיר ווארטן און האפן אז די תקיעות זאלן פועל רחמים זיין לטוב.
(המלקט)
ט) שופר איז מעורר יראה כמ"ש היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו, עיקר תשובה איז דאך קבלה אויף לעתיד, האט מען דאך מורא אז מ'וועט זיך מקבל זיין אויפן עתיד און זאגן שקר, בלאזט מען שופר מעורר צו זיין א פחד צו זאגן ליגנט, משא"כ שבת איז אפי' ע"ה אימתא דשבת עליו שבת איז דא א פחד סייווי דארף מען נישט צוקומען צום פחד פונעם שופר, בלאזט מען נישט.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער, ודומה לזה בפרי צדיק)
הוספה: מ'זאגט טאקע אזוי אינעם נוסח פון מגן אבות, המניח לעמו ביום שבת קדשו, לפניו נעבוד ביראה ופחד וכו', איז משמע אז אין שבת איז דא א אייגענע פחד כנ"ל.
(המלקט)
י) די גמ' זאגט אין סנהדרין (ח:) אז א חבר א ת"ח דארף נישט קיין התראה, תקיעת שופר איז א התראה א קול וואס ווארנט דעם עולם צו טון תשובה, אין שבת הייסט יעדער א ת"ח ווייל אפי' ע"ה אימתא דשבת עליו, דערפאר בלאזט מען נישט קיין שופר שבת.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)
יא) שבת הייסט אפי' די דיבור א מעשה, ווי חז"ל דרש'נען ודברו דבר שלא יהא דבורך של שבת כדבורך של חול, בימות החול איז דער דיבור בלויז א דיבור משא"כ שבת איז דער דיבור א מעשה, פארדעם זאגט מען שבת ר"ה זכרון תרועה ווייל בלויז מיטן דיבר איז גענוג מעור צ זיין דער כח פון שופר זכרון תרועה.
(הנ"ל)
הוספה: איך געדענק אמאל ר"ה שחל להיות בשבת האט דער ברך משה זצ"ל מעורר געוועהן ביי תקיעות שופר דרשה אז היות מ'בלאזט נישט קיין שופר זאל מען זיך נישט מתיר זיין צו רעדן ביי הויכע שמו"ע, וואס געווענדליך איז מען נזהר מ'רעדט נישט איס ביז נאך אלע תקיעות (שמעתי בעצמי או בשנת נ"א נ"ב בערך) לפי הנ"ל אז שבת האט דער דיבור א כח וווי א מעשה איז טאקע אסאך ערגער דאס רעדן ביי שמו"ע.
יב) ר"ה וואס געפאלט אין שבת זענען אידן זיך מעכב פון בלאזן שופר צליב די תקנת חז"ל, כאטש זיי ווייסן אז דער שופר איז זייער לעבן און מיט דעם קען מען פועל'ן, איז מען זיך מתגבר און מ'בלאזט נישט, דאס אליין איז מעורר א געוואלדיגע זכות למעלה מ'זאל נושא פנים זיין פאר אידישע קינדער, טאקע די מלאכים וואס געווענדליך זענען זיי ממונה אויף די תקיעת זיי אליין טראגן ארויף אט די לימוד זכות, אז אידן האלטן זיך צוריק פון בלאזן שופר צוליב תקנת חז"ל.
(קהלת יעקב לר"ש קלוגער)
יג) שבת ווען מיר קענען נישט בלאזן, בלאזט כביכול אליין פאר אונז, און כביכול וייסט זיכער אלע כונות און יחידים וואס מ'דארף האבן ביים בלאזן וועט ער דאך זיכער פעל'ן א ישעה פאר אונז, בעט מען טאקע תקע בשופר גדול לחרותנו, דער באשעפער אליין זאל בלאזן פאר אונז.
(הרה"ק מרוזין)
הוספה: חז"ל זאגן אונס רחמנא פטרי', איז פשט אז ווען איינער איז א אונז, רחמנא, דער באשעפער דער רחמיו על כל מעשיו, פטרי' ער פטרט אים מיטן טון די מצוה אנשטאט אים, ווען אידן קענען נישט בלאזן שופר, בלאזט כביכול אנשטאט אונז.
(הרה"ק מפארשיסכא)
יד) די סבה פארוואס מ'בלאזט נישט שופר שבת איז צוליב דעם חשש פון שמא יעברנו ד' אמות, אז א מענשט וועט זיך פארגעסן אז ס'איז שבת היינט, איב אזוי איז דא א לימוד זכות אויף מענטשן וואס האבן חוטא געוועהן אז זיי קענען זיך פארגעסן, אויב האט מען געמוזט מאכן אזא גזירה מבטל צו מאכן א מצוה צוליב שכחה פון מענטשן, וואס איז דען א מענטש שולדיג ווען דער יהצ"ר מאכט אים פארגעסן?.
(קדושת יו"ט)
.
טו) אז ימלא שחוק פינו וגו', א"ז איז מרמז אויף א' ר"ה שחל להיות בז' אין שבת, ימלא 'שחוק 'פינו 'ולשונינו 'רנה, ר"ת שופר, די שמחה פון שבת איז במקום דעם כח פון שופר.
(הוד והדר בשם העטרת צבי מזודטשוב)
.