HTML, PHP, ASP, Pearl, Java, Java Script וכו' וכו' וכו'
וואס זענען די אלע שפראכן און אויף וואס זענען זיי גוט צו נוצן
וואס מיינט בכלל א וועב סייט?
און וואס מיינט א בראוזער?
וואס איז דאס דער WWW בעפאר יעדן וועב סייט האט דאס א באדייט?
וואס איז דער W3C.org, צו האט דאס א שייכות מיט WWW?
כדי אנצוהייבן צו פארשטיין אביסל דארפט איר פארשטיין ווער האט אפגעמאכט (און פארשטייט זיך וויאזוי ווערט דאס, נאר דאס וועט שפעטער באהאנדלט ווערן), וואס איך זאל אריינשרייבן אין מיין קאמפיוטער (server side) און אויף וואספארא אופן כדי די זאלסט דאס זען אויף א געוויסע אופן אויף דיין קאמפיוטער (client side) און עס זאל נישט הערשן קיין צעמישעניש, און מענטשן זאלן קאפערירן איינער מיטן צווייטן
אז דו וועסט דאס אביסל פארשטיין וועסטו שוין פארשטיין, וואס עס איז HTML, און וואס איז HTML-2 א.א.וו.
איי וועט איר פרעגן פארוואס עס איז נישטא קיין HTML-1, דאס האט נישט קיין באזונדערן תירוץ, עס איז נאר קודם געווען HTML PLAIN וואס דאס איז דארף מען באזונדער אביסל מסביר זיין, אין א שפעטערן ארטיקל, און דעמאלטס איז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה, און כדי אריינצוברענגען א באגריף אז יעצט איז א נייע עפאכע האט מען געמאכט אנשטאט HTML - HTML2
און דא איז ווי עס קומט אריין W3C.org, און ווען איר וועט דאס פארשטיין וועט איר שוין וויסן פארוואס עפ"י רוב הייבט זיך א וועב סייט אן מיט WWW
און פאר האום ווארק, קענט איר פרובירן אויסצופיגורן וואס עס איז דער HTTP פון פארנט, וואס געווענליך קומט דאס אליין ארויף נאכן אריינגיין און א סייט
ע"כ פאר יעצט, המשך יבא אי"ה
אז איר קענט לייגט צו פון אייער קענטעניס, הונדערטער אדער טויזנטער אינגעלייט קוקן ארויס אויף א פרנסה קלה ונקי' זייט פון די מזכי הרבים, און העלפט זיך ארויס איינער דעם אנדערן מיט פרנסה
צאו והתפרנסו זה מזה!!