א טאטע ראש השנה/ ט.ב. שאץ מאץ
א טאטע ראש השנה
במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה, ווען ס'ענדיגט זיך די ימי המנוחה דארף מען זיך מקדים זיין מיט די ריכטיגע הכנה צו חודש אלול תשרי, לאמיר טאקע צוזאמען נעמען נקודות און פונקטן וואס קענען זיין נוצבאר פאר טאטעס אין חודש תשרי. מיר ווילן אנפאנגען מיט ר"ה, נאכער א באזונדערע ארטיקל וועגן יו"כ און סוכות.
דער מציאות ווייזט אז חודש תשרי טאקע אין די זמנים פון ירח האיתנים ווען אלעס איז אנגעצויגן, קען א טאטע משפיע זיין פאר זיינע קינדער אסאך מער ווי אייביג הן לטוב והן לרעה ח"ו, לטוב איז דאך פשוט אריין צו ברענגען א חשקות אין מצות ומעש"ט, און לרעה קען זיין ווען מ'איז אנגעצויגן אויף די קינדער און מ'גיבט דאס ארויס אויף א שלעכטן אופן קען דאס משפיע זיין אויף שלעכט, ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין מער בארוכות,
יעדער פארשטייט אז א טאטע איז אנגעצויגן חודש תשרי, די פרעשור איז אין די לופטן בגשמיות וברחניות, בגשמיות פשוט ווייל דער סדר היום איז אנדערשט, ס'איז דא א לאנגע דאווענען, מ'עסט די סעודה שפעט, און ס'איז דא אסאך חיובים און ווען א מענטשן האט אויפן קאפ זאכן וואס ער "מוז" טון ווערט ער אנגעצויגן און נישט רואיג, וברוחניות דריקט אויפן מח דעם אימת הדין, טיף אין הארץ איז דא א היפשע פחד מה יולד יום, ווער ווייסט וואס מ'שרייבט אים פאר אין דעם יום הדין והנורא און דאס הארץ פלאטערט, און ווען א מענטש איז אונטער פרעשור קען ער טון זאכן וואס ער טוט נישט נארמאל, דעריבער דארף זיין א זהירות יתירה לגבי א טאטע פאר זיינע קינדער,
א קינד טאר נישט שפירן אז זיין טאטע איז סתם נערוועז, קינדער זענען זייער גוט מרגיש צו דעם טאטנס אנגעצויגנקייט איז מחמת אימת הדין צו סתם פרעשור, למשל ווען א טאטע שרייט אויף א קינד זיי שטיל דארט!!! ווייסט דאס קינד אז דאס איז סתם א ווילדע געשריי, ווידער אז דער טאטע שרייט ששששש! קינדער היינט מוז מען זיין וואויל ווייל אלע מצות לייגט מען היינט אויפן וואגשאל!!!, שפירט דאס קינד אז דער טאטע ציטערט פונעם יום הדין, (דאס איז נאר א משל, די נקודה פארשטייט איר מתסמא גוט), פאר מענטשן וואס האבן באמת א פחד הדין איז דאס נישט שווער זיך ארויס צו געבן אזוי, ווידער אז ס'איז נאר דא די אייגענע פרעשור מוז מען ארבעטן אויף זיך אז די פרעשור זאל זיך נישט אויסגיסן אויף די קינדער.
דאס גייט אריין אינעם גדר פון "מפסידי החינוך" מ'זעהט עס היינטיגע צייטן אויף זייער אסאך יונגעלייט וואס האבן נישט קיין געדולד צו דעם חודש תשרי און אלעס איז נאר צוליב די אומזיסטע דרוק וואס זיי האבן באקומען אין די קינדער יארן פון זייערע טאטעס, ס'איז באמת א ווייטאג צו הערן פון יונגעלייט וואס זאגן אזא אומבאטעמ'טע סעיטמענט "איך וויל איינשלאפן א' סליחות און אויפשטיין מוצאי שמחת תורה", נעבאך..... אנשטאט אויפצועסן יעדע מינוט פון אזא זיסע חודש מיט א ברייטן אפעטיט, האט מען נישט קיין געדולד צו די גאנצע מעשה, פארוואס זאל מען אזוי מחנך זיין די קינדער?.
לאמיר אייך אריין פירן אין א שטוב מוצאי יו"כ ביים אויספאסטן, דער טאטע אזא 55 יעריגע איד עסט אביסל האניג לעקאך און קוקט אריין שטילערהייט אין זיין יו"כ מחזור און איז מעיין אין א תורה אויף בראש השנה יכתבון, דער זון א 15 יעריגע בחור פערצופאל א פיין בחור א כלי, ער קוקט יעצט אריין אין א ליקוט פון שיינע תורות אויף סוכות און צוקייט א שטיקל קאקאש קעיק און טרינקט צו א קאווע, דער זון בליקט ארויס צו טאטן און זעהט ווי ער קוקט זיך אזוי אין זיין מחזור וואס איז אויפגעמישט "בראש השנה יכתבון" פרעגט ער דעם טאטן, טאטי? די קענסט נאך אפי' קוקן אין דעם מחזור?, ס'איז דאך שוין מוצאי יו"כ מ'איז שוין פארטיג מיט ביידע מחזורים, גענוג געוועהן אלעס האט דאך א שיעור...., דער טאטי קוקט אים אן מיט אזא מינע קען זיין מיין זון האט אפשר רעכט, ער ווייסט אים אפי' נישט וואס צו ענפערן.
יעצט לאמיר פארשטיין וואס איז באמת דער חילוק פונעם טאטן מיטן זון, זייער פשוט, דער טאטע שפירט די הייליגע טעג א נאנטקייט מיטן באשעפער, אים איז גוט יעדע מינוט פון דאווענען, ווייל ער שפירט אזא אהבה און אזא נאנטשאפט צו אבינו שבשמים, דאס זענען זיינע בעסטע מינוטן אין יאר ווען ער שמועסט זיך אויס מיט זיין ליבן פאטער, דעריבער אפי' ווען דער יו"כ איז פארביי בענקט ער זיך נאך די גוטע זיסע מינוטין און דאס מאכט אז ער קוקט אפי' ביים אויספאסטן א טייטש אין זיין יו"כ מחזור מיט אזא בענקעניש, ווידער דער זון כאטש וואס ער איז א פיין בחור אבער ער האט נאכנישט דעגרייכט צו די מדריגה פון שפירן אז יעדע מינוט פון דאווענען איז א אוצר פון אהבה צום בוכ"ע, פארדעם פרייט ער זיך אז דער טאג איז שוין פארביי, כאטש וואס ער דאוונט פיין און ערליך, אבער אז ס'איז שוין פארטיג בענקט ער זיך מער נישט צוריק.
דאס איז די נקודה וואס א טאטע דארף טראכטן חודש תשרי, ואני קרבת אלקים לי טוב, ס'איז מיר באמת גוט יעדע מינוט פון חודש תשרי ווען מיר אידן בנים למקום טוען מצות ד' און מ'גיבט אוועק שעות לתפלה, ווייל אין די מינוטין פון תפלה שמועסן מיר זיך אויס מיטן ק'ל חי ווי א קינד צו זיין טאטן, אז מ'האט אזא כוונה ווערט די זייטיגע פרעשור פארמינערט און מ'קוקט מיט א אנדערע בליק אויף דעם ר"ה, מ'ווערט רואיגער, און אז מ'איז רואיגער קען מען שוין רעדן צו קינדער, די קינדער אליין פארשטייען זייער גוט וואס דאס מיינט מ'פארשרייבט יעדן איינעם אין א בוך ווער ס'וועט מצליח זיין היינטיגע יאר און ווער חלילה נישט.
לאמיר אייך פרעגן מיינע טייערע חבירים, וואס וואלט איר געזאגט ווען איר הערט פון א חתן וועלכע האלטן עטליכע וואכן פאר די חתונה זאגט הלואי קען איך איינשלאפן א טאג פאר מיין יום החופה און אויפשטיין צו די קבלת פנים, אראפ מיט די פרעשור, פאסטן, וויינען, איר וואלט אים זיכער אנגעקוקט ווי צודרייטער, ער איז פשוט נישט ביים זינען, האסט איין טאג אין לעבן וואס דו קענסט תשובה טון, לויז ווערן פונעם אלטן פעקל און בעטן אויף א גוטן לעבן, און דו ווילסט דאס פארשלאפן???... רבותי! אונזער ר"ה יו"כ איז דער יום החופה פונעם ניי יאר, אלזא לאמיר זיך נעמען אין די הענט אריין.
הכנה ליו"ט
ערליכע אידן האבן שוין גערודערט מיטן ר"ה חדשים פריער, דער קדושת יו"ט האט געזאגט ווען מ'ליינט נאך יו"ט שבועות פרשת נשא את "ראש" דרייען זיך שוין מיינע געדערעם צו ר"ה, חמשה עשר באב האבן צדיקים געזאגט אז מ'ריקט שוין די בענק אין הימל צום יום הדין, צוויי וואכן דערנאך מ'זאגט שוין יו"כ קטן באגלייט מיט די תפלה פון רבינו נסים איי ס'צוברעכט אלע ביינער... ס'איז ערב ר"ח אלול ס'קלינגען אין די אויערן וואס אלע מלמדים פלעגן טייטשן אל תפנו אל האללים קערט זיך נישט צום "אלול" ווארט'ס נישט ביז אלול, אין הארץ שפירט מען יא היינט איז א טאג פאר ר"ח אלול לאמיר טאקע אנהייבן מיט איין טאג פריער פון אלול,
דעם צווייטן טאג ר"ח אלול מ'בלאזט שופר, ס'כאפט א ציפ, אוי מ'בלאזט שוין שופר, דער וויינעדיגע קול שופר שרייט אויס עורו ישנים משנתכם, ברודער! וועקטס ענק אויף פון שלאף, דאס הארץ ווערט פיל מיט קבלות טובות, איך גיי זיך פארמערן מיט תהלים, שיעורי תורה, מער כוונה ביים דאווענען, נאך א קאפילט נאך א פסוק, נאך א בלאט, און אט די קבלות וואס דער טאטע איז זיך מקבל מיט א אמת (אפי' מ'פאלט דורך) איז עושה רושם אויף די קינדער זיי שפירן דאס הארץ פונעם טאטן אז ער טראכט פונעם יום הדין, זיי זעהן בחוש אז דער ר"ה איז ביים טאטן בכלל נישט קיין וויקאציע רעזארט,
איך ווייס באמת נישט ווי דער שיינער מנהג פון שיקן לשנה טובה וואונטשן – קארטלעך איז פארשוואונדן געווארן, ווען אונז זעמיר געוועהן קינדער האט דאס פארנומען גאר א גרויסן ארט, מיר האבן אליין פאבריצירט קארטלעך אויף קינדערישן שטייגער, און גלייכצייטיג געזעהן ווי פאר די עלטערע משפחה מיטגלידער קומען אן מער ערנסטערע לשנה טובה קארטלעך, צומאל האט א מוסד צו א חשוב'ע רב געשריבן צוויי דריי שורות מיט א וואונטש לשנה טובה, מ'זאל ווערן פארשריבן היי יאר בספרן של צדיקים, מ'זאל נישט לאכן ווייל אט די אלע וואונטשן האבן אריין געברענגט א ווינט און א גייסט אז מיר שטייען אלע פאר א פארכטיגן טאג און יעדע פון אונז קוקט ארויס אפי' אויף קליינע וואונטשן, אפגערעדט ס'האט געהאט טויזנט מאל מער חן ווי די היינטיגע טעקסט מעסעדשעס, העפ"י העלט"י יעי"ר.... אך ס'האט נישט קיין ברעקל חן און טעם.
די הכנה לר"ה דארף זיין צום ערשטן מיט לערנען הלכות החג, לעצטנס קומט ארויס אזא לוח יומי יעדן טאג פון חודש אלול צו לערנען אפאר סי' שו"ע הל' ר"ה, ס'קומט אויס אז ביז יו"כ האט מען געלערנט אלע הלכות, דער שיעור נעמט נישט מער ווי 10 – 15 מינוט א טאג, פארוואס זאל מען אריין פאלן מיט אזא טראסקע אריין פון די גאס צום יום הדין? לאמיר לערנען א אידיש ווארט, אויב האט מען שוין א שיעור אין הלכה צו אין מטה אפרים, אפשר א שערי תשובה לרבינו יונה, יערות דבש, שער המלך, דרשות חת"ס, צו אפי' סתם חסידישע ספרים אויף ר"ה, אנצוווארעמען די פארפרוירענע גלידער צום פחד'יגן טאג, פארשטייט זיך ווען מ'טרעפט אן עפעס אינטרעסאנט קען מען דאס אנצייכענען און איבער זאגן פאר די קינדער,
פאר יו"ט איז א גוטע הכנה מיט די קינדער זיך אנצוגרייטן מיט די מחזורים פאר די קינדער וואס דאווענען שוין, דורך גיין מיט זיי דעם מחזור וואס זיי זאלן יא זאגן און וואס נישט, געבן א שטיקל השגה וויאזוי ס'גייט צו דאס דאווענען, ווי מ'זאגט און ווי מ'זינגט, מ'דארף זיי געבן צו זינגען און צו זאגן...., ווי אויך די באדייט פון די וויכטיגע פיוטים, למשל לקל עורך דין, ונתנה תוקף, אבינו מלכינו, וכדומה.
סליחות
משכימין לסליחות, קודם אין פראקטישן זין, זייער אסאך מאל וויל מען איינשלאפן מוצאי שבת פרי און ס'גייט נישט, מ'ווערט נערוועז, מ'האט מורא מ'וועט פארשלאפן סליחות, די פשוט'סטע עצה איז נישט צו שלאפן א שינת קבע שבת נאכמיטאג...., ווייל אז מ'איז אויסגעשלאפן פון עטליכע שעה אריין האקן שבת נאכמיטאג איז פארשטענדליך אז מוצאי שבת קען מען נישט איינשלאפן פרי, און אויב שוין יא, אפשר זאל מען טאקע אויסניצן אזא שבת פאר סליחות דאס לעצטע שבת פון יאר (אין בעלזא פלעגט מען זאגן די אונטערשטע שבת נישט די לעצטע) פאר אפאר אידישע ווערטער, אביסל תהלים, משניות, לערנען מיט די קינדער הלכות החג, אדער אפאר ערנסטע ווערטער אויף ר"ה,
ס'איז א גוטע זאך ווען מ'געוואוינט איין די קינדער אויפצושטיין צו סליחות, מ'קען אפי' אהיים שיקן די קינדער נאך סליחות זיי זאלן זיך צוריק לייגן ביזן גיין אין חדר אריין, אבער אויפשטיין צו סליחות האט באזונדערע באדייט, ווען דאס קילע ווינטל בלאזט אין וועקט אויף א ציטער אין די מידע גלידער, מיט געבראכן געמיט הייבט מען אן.... איי אשרי יושבי ביתך.... אוי ס'ציפט... דאס יאר ענדיגט זיך ווי בין איך געוועהן אגאנץ יאר, לך ד' הצדקה ולנו בושת הפנים, וואס א יאר שפעטער ווערט דער בושת הפנים גרעסער און גרעסער, איך ווער עלטער אבער אין עבדות ד' נעבאך ווייניגער, און דער באשעפער האלט ווייטער אן מיט זיין רוטין, ער גיבט מיר לעבן יעדע סעקונדע און וואס טו איך??? לד' ד' הצדקה ולנו בושת הפנים, מה נאמר ומה נדבר ומה נצטדק... גלייב מיר ווען דו האסט אזעלכע מחשבות ביי סליחות שפירט דאס דיין קינד, דאס זענען בעסער ווי אלע חינוך מעטאדן פון די פיסכאלאגן און די אנשי החינוך וועלכע האבן שטודירט אין די ביכער וויאזוי מחנך צו זיין אונזערע קינדער.
פאסטן א' סליחות ביז חצות? איינער ווייסט נאך פון דעם מנהג?, ווען איך בין געוועהן א קינד איז דאס געוועהן ממש איש בל יעדר מנער ועד זקן, יעדער האט געפאסט א' סליחות ביז חצות, אזוי אויך ערב ר"ה וואס שטייט בפי' אין מטה אפרים, איך באשולדיג נישט חלילה קיינעם, אבער דאס קומט פשוט פון אומוויסנדיגקייט און א דירעקטע תוצאה פון עמי הארצות און נישט לערנען הלכות חג בחג וואס איז ממש הלכה למשה מסיני צו לערנען יעדן יו"ט זיינע הלכות, מ'מאכט סגולות אויף לערנען אוחה"ק און חפץ חיים און אנדערע לימודים, א פשוט'ע הלכה למשה מסיני האט אפשר נישט די אלע סגולות?
סליחות ערב ר"ה איז היפש לענגער, דעריבער איז בעסער אז מ'ברענגט נאר אזעלכע קינדער וואס האלטן ביים זאגן סליחות, אפי' ווען נישט אז א קינד וויל אויפשטיין זאל ער קומען אין שול מיטהאלטן און צוקוקן די התרת נדרים מיט די גאנצע סליחות, ווי אידן בעטן זיך איבער און מ'וואונטש איינעם דעם צווייטן א גוט יאר, ווי אויך אז דער טאטע קויפט א נייע מעסער צו אייניגע סימנים לכבוד יו"ט, אלעס איז עושה רושם לטובה.
ר"ה ביינאכט
די ערשטע נאכט ר"ה איז א וויכטיגע פרק פאר די קינדער, הן דאס וואונטשן לשנה טובה, ווי דער לשון פונעם מטה אפרים להתברך מפי הזקנים, מ'גייט צו די זיידעס און באבעס וואס דאס געט א שטארקע רעספעקט פאר די עלטערע דור, און ס'דירקט אויס אונזער חשובות פאר א זיידן און א באבן, פון א חשוב'ע רב אדער ת"ח, ווער רעדט נאך אז מ'האט א גרייז גרויער זיידע באבע צו א אפי' עלטער פעטער – מומע וואס האבן נאך געזעהן די טויט לאגערן פאר די אויגן, א לשנה טובה פון אזעלכע אידן האט גאר א טיפע טעם, ס'איז נישט סתם א פארמאלע שאקל מיט די האנט לשנה טובה און פארטיג, ס'איז דא דערון אזויפיל געפיל, לאמיר דאס אנכאפן פאר א מינוט,
דער טאטע מאכט קידוש ודברך אמת וקים לעד.. דער ציטער וואס ליגט אונטער דעם יו"ט'דיגן ר"ה נוסח שפירט זיך אין די ביינער, דער טאטע הייבט אויף דעם חלה דעקל און עס אנפלעקט זיך די זיסע קארטלעך וואס די קינדער האבן אונטער געלייגט מיט זיסע אויסדריקן מיט פרישע קבלות צום נייעם יאר, דא פאדערט זיך אסאך עטענשאן יעדעס קינד לויט זיין עלטער, די טאטישע געפילן צושפילן זיך, אוי רבונו של עולם, פונקט ווי איך פריי מיך צו מיין טאכטער'לס לשנה טובה קארטל אפי' ס'איז קאלירט אזוי קינדיש און נישט פונקטליך, זאל כביכול אויך זיך פרייען צו מיינע תפלות מארגן אפי' ס'איז נאר אזוי קינדיש און נישט פארמירט ווי עס באדארף צו זיין,
די סימנים איז א מס' פאר זיך, דער טאטע זאל קענען מסביר זיין וואס דאס מיינט א זיסע יאר, אנגעהויבן ביי עפל אין האניג, קינדער האבן זייער ליב טעמי המצוה, חלה איז רינדעכיג ווי א קרוין, און עפל איז א זכר צו נעשה קודם לנשמע ווי א עפל בוים וואס דער פרי איז פאר די בלעטער, מאנכע האבן זיך געפירט אויפצושניידן דעם עפל ר"ה ביינאכט איבער די ברייט צו ווייזן דעם שם הו"י וואס ליגט אין יעדן עפל,
מ'עסט א קאפ פון א פיש ווייל מיר זאלן זיין א קאפ, וואס מיינט דאס א קאפ, מ'קען מסביר זיין אז יעצט אין גלות זעמיר נישט קיין קאפ, יעדע גוי קען טון מיט אונז וואס ער וויל, אבער בימות המשיח וועלן אידן זיין די קאפ פון די וועלט, און די גרויסע היינטיגע גוים וועלן זיין אונזערע משרתים, יא דער פרעזידענט וועט וואשן אונזערע פלאר'ס...., די זעלבע קען מען שאפן ביאורים און ממתקים אויף אלע אנדערע סימנים וואס קען זיין לפי השכל פון די קינדער, אז די קינדער האבן ליב צו הערן טעמי המצות, קען מען רעדן פון ר"ה בכלליות א טעם פארוואס מ'שרייט המלך, א טעם פארוואס מ'האט א קיטל, די 10 טעמים פון תקי"ש, ועוד, די טעמים קען מען זאגן ביי די הכנה למצוה, צו ביי די סעודה אדער בעפאר יו"ט,
א פלא פון א לשון שטייט אין משנה ברורה ווען ער רעדט פון די סימנים וואס מ'עסט ר"ה ביינאכט, אז וויבאלד די אלע סימנים זענען צו מאכן א סימן טוב צום נייעם יאר "ולכן פשיטא שיזהר מאד שלא יכעוס בימים אלו מלבד גודל האיסור כדי שהיא לסימן טוב רק יהי שמח לבו ובטח בד'", דאס איז טייטש אין אנדערע ווערטער אז פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז סימני מילתא הוא צו מאכן א סימן טב פארן נייעם יאר, שירבו זכותינו, שנהי' לראש, וכו' וכו', אוודאי און אוודאי משום סימן טוב זאלסטו זיך נישט רעגן ר"ה בשום אופן, ווייל אויב עסט מען נישט זויער'ס משום סימנא, כ"ש זיין זויער אליין, מ'מוז זיך ר"ה קענען איינהאלטן אפי' ס'איז אנגעצויגענע זמנים, נישט צו ווערן גערעגט משום סימנא טבא, זאלסט האבן א פרייליך יאר, נישט קיין גערעגטע יאר ח"ו.
שטייט פון צדיקים אז אין מס' ר"ה איז דא 4 פרקים אין יו"ט ר"ה איז פארהאן 4 סעודות, ס'איז א סגולה פאר א גוט יאר צו לערנען ביי יעדע סעודה איין פרק משניות, ווער ס'האט אביסל גרעסערע אדער פארשטענדליכע קינדער קען נעמען א משנה צוויי און מסביר זיין, ווי למשל דעם אופן וויאזוי מ'האט מודיע געוועהן אמאליגע צייטן בזמן שבית המקדש הי' קיים פאר אלע שטעט אז מ'האט מחדש געוועהן דעם חודש, אדער וויאזוי די עדות זענען געקומען זאגן אז זיי האבן געזעהן א לבנה, מ'קען מסביר זיין וויאזוי די לבנה ארבעט יעדע חודש ווערט ער פארשווינדן אויף א האלבע טאג וכו' וכו',
ראש השנה בייטאג
א גרויסע טייל אידן פירן זיך אויפצושטיין ביים עלות ווייל ר"ה שלאפט מען נישט, איך גיי נישט הייסן אז יעדער איד מיט זיינע קינדער מוזן אויפשטיין ביים עלות, אבער אז דער לשון איז דמיך מזלי' איז פשט אז ווער ס'שלאפט ר"ה שלאפט זיין מזל, דאס קען מיינע פשוט די מוהט פונעם מענטש שלאפט, אבער מ'זעהט איבראל פארשלאפענע פנים'ער ס'הערשט א דיפרעסיע אויף די וועלט, אפשר איז כדאי אויפצושטיין ביים עלות אזוי אז אגאנץ יאר זאל מען נישט זיין אזוי פארשלאפן, איך קען נאר אזויפיל זאגן וואס איך שפיר ביי מיר, ווען אונז זעמיר געוועהן קינדער דער טאטע האט אונז געוועקט ר"ה ביים עלות מיר זענען אויפגעשטאנען און אויסגעזאגט תהלים אין ביהמ"ד פארן דאווענען, דאס גאנצע דאווענען איז געוועהן אנדערשט, היינט שטיי איך אויף ר"ה ביים עלות אנע זייגער ס'איז ווי נאטורליך א השכמה וואס איז בכלל נישט שווער, ווייל דער חינוך איז געוועהן אזוי פון קליינווייז אן, אפי' אויב מ'קען נישט אויפשטיין 5'ע פארטאג'ס, אבער כאטש אויפשטיין א גוטע שעה צוויי פריער ווי דער זמן התפלה איז, כדי צו זאגן א אידיש ווארט פארן דאווענען, אדער אריין קוקן אין א מטה אפרים צו א חסידיש ספר.
צום עצם תפלה, דא וואלט איך מקדים געוועהן א וויכטיגע הקדמה, אז כאטש אגאנץ יאר ברענגט מען קינדער אין שול אין סיי וועלכן עלטער, פארוואשע נישט, זאל זיך די בעל הבית'ע אביסל אויסרוען, אבער ר"ה איז בהחלט נישט אזוי, ר"ה טאר א קינד וואס דאוונט נישט געהעריג קומען אין שול. פארטיג, אן קיין טענה'רייען..... ווען די גדולי הפוסקים זענען אזויפיל מזהיר אויף נישט שטערן כוונות המתפללים איז דאס אויף ר"ה אסאך שטרענגער, א קינד וואס דאוונט נישט געהעריג שטערט די אנדערע מתפללים מיט זיין שפילן און ארום לויפן, די ווייבער זאלן מיר מוחל זיי מוזן נישט דאווענען, להלכה מוזן זיי אפי' נישט הערן קיין שופר בלאזן ס'איז א מצות עשה שהזמן גרמא, פיין גייסט הערן שופר בלאזן מסכים, אבער דאס איז קלאר אז בעבי סיטן און האלטן די קלענערע קינדער איז זייער ארבעט היינט ר"ה אן קיין תירוצים אפי' די קינדער וואס גייען געווענדליך שבת אין שול איז אבער ר"ה איז אנדערשט, ר"ה קען ער נישט זיין אין שול נאר אויב דאס קינד דאוונט כאטש א חלק פון דאווענען און קען איינזיצן שעות מיט געדולד, חוץ צו תקי"ש מטעם חינוך קען מען האלטן די קינדער אין שול און דערנאך אהיים שיקן.
ליתר שאת לאמיר מעתיק זיין דעם לשון פון מטה אפרים (סי' תקפ"ט סי' ד') כיון שהקטנים פטורים אין להביא לביהכ"נ תנוקת בעת תקי"ש שקרוב שיבלבלו דעת השומעים ואם אי אפשר להניחם בבית יקחו הנשים בביהכ"נ שלהם כיון שהנשים פטורים מן הדין ומ"מ אותם קטנים שהגיע לחינוך מצוה להביאם ולאיים עליהם שיטו אוזן לקול שופר כדי לחנכם במצות, עכ"ל: ענדליך צו דעם שטייט אין משנה ברורה סוף סי' תקפ"ז אז די קליינע קינדער זאל מען נאר ברענגען מיט די ווייבער אין ווייבער שול צו תקי"ש און אויך ויאים עליהם שישמעו התקיעות ולא יבלבלו להציבור עיי"ש.
דאס איז שוין תקי"ש א מצות עשה דאורייתא, ווער רעדט נאך פון תפלה זענען די קינדער און ווייבער אסאך ווייניגער מחיוב.
ואם ישאל השואל, העי וואסי געשעהן מיט דעם שרייבער? ער איז אביסל ארויס פון די ליניע דא, וויל איך מיר אביסל מסביר זיין, אגאנץ יאר איז אויך א קילקול אז מ'ברענגט קינדער אין שול, ס'איז ניגוד הפוסקים וההלכה, אבער מ'מוז פארשווייגן וואס זאל מען טון מ'קען נישט קעגן שטיין די רחמנות פאר די אשת חיל, און מ'נעמט די קינדער בעבי סיטן אין שול, כאטש וואס ס'איז לגמרי נישט אויסגעהאלטן ס'איז גורם אז קינדער וואקסן אויף מיט אזא בליק אויפן שול ווי ס'איז א שפיל פלאץ און א פארברענג ארט,
עס האט פארציילט ר' הערשל קאהן ני"ו (פון רופא חולים) אז אלס קינד איז ער געוועהן א היפש ביסל לעבעדיג... און ער איז ארום געלאפן אין די ווינע שול אין וומס"ב כדרכם של קינדער, דער ווינער רב הגאון ר' יונתן שטייף זצ"ל, האט אים אפיר גענומען און ארויף געטראגן צום ארון קודש און געוויזן קוק זעהסט דא איז די ארון קודש פון די הייליגע ס"ת, דאס איז א הייליגע שול, דא איז נישט קיין פלאץ ארום צו לויפן, פארשטייט זיך אזא הנהגה איז עושה רושם אויף א קינד,
ס'איז גענוג ביטער מיט אונזער ציבור אז מ'שפירט נישט קדושת ביהמ"ד אגאנץ יאר, דאס איז א דירעקטע תוצאה פון ברענגען די קינדער אין שול ווען זיי דאווענען נאך נישט, אבער די הייליגע טעג ווען ס'מוז קומען א מעסעדש פאר די קינדער אז די תפלות פון די הייליגע טעג איז א העכערע זאך ווי סתם א תפלה, זיי דארפן וויסן און שפירן אז דאס איז נישט קיין געווענדליכע שבת ויו"ט נאר מיט אפאר שטונדן לענגער, איז בהכרח אז מ'מוז מאכן אזא החלטה נישט צו ברענגען אין שול קיין קינדער וואס דאווענען נישט.
זכרנו ימים מקדם ווען אונז זענען געוועהן קינדער (יונגער פון 9 יאר) האט אונז דער טאטע ארויס געשיקט נאך אשרי העם יודעי תרועה זיך צו גיין שפילן, (אונזער שול האט געהאט א הויף), און מיר געווינקען איך זאל צוריק קומען שפעטער, איך בין טאקע צוריק געקומען שפעטער מיין טאטע האט מיר געהייסן זאגן די גרויסע אותיות פונעם מחזור ונתנה תוקף, ותשובה ותפלה וצדקה , וכו', (מסתמא האט ער געוויסט אז איך וועל זיין שטיל אין שול אליין און נישט שטערן די מתפללים...)
די קינדער וואס זענען שוין יא אין שול און דער טאטע האט אנגעצייכנט וואס ער דארף זאגן און וואס נישט, דארף האבן אביסל באשעפטיגונג אויך בשעת ווען ער זאגט נישט, צו פעקלעך צועסן וכדומה (נארמאלע זאכן נישט קיין געפאטשקעטע נאש) ווייל א קינד וואס איז הונגעריג איז נערוועז און אומגעדולדיג, ביי פויזע זאלן די קינדער געהעריג עסן, נישט סתם כאפן א שטיקל קעיק, נאר א עסן עפעס וואס זעטיגט, אזא עסן וואס דאס קינד עסט געווענדליך פאר לאנטש, איך בין מיך נוהג אז די קינדער ברענגען מיט אין שול עפעס א פעקעלע, און איך זאג אז ווען מ'וועט דאווענען שיין וועט מען דאס קענען עסן גלייך נאך כתר, דאס איז דארטן ווי מ'זאגט די לאנגע שטיקלעך צווישן קדושה, דעמאטץ איז מען אביסל טועם.
ווידער די קינדער וואס בלייבן אינדערהיים און קענען נאר אביסל דאווענען, דארפן אויך וויסן וואס זיי דארפן זאגן, ווי אויך דארף מען שאפן פאר די קינדער וואס בלייבן אינדערהיים היפש באשעפטיגונג, צו נייע ליין ביכער, אדער שפילערייען געימס וכדומה, אז זיי זאלן לאזן די מאמע צו די בעבי סיטער במנוחה דאווענען אביסל, און זיי אליין זאלן נישט קריכן אויף די גראדע ווענט פאר ליידיגיין.
קינדער וואס דאווענען שוין דאס גאנצע שמו"ע און האבן נישט קיין כח צו שטיין דעם לאנגן מוסף ר"ה זאלן ענדערשט זיך אראפ זעצן און ווארטן אויף תקי"ש ביי די ברכות פון מלכיות זכרונות שופרות, ווי איידער אפצוכאפן שמו"ע אויפאמאל אין נאכער זיך אראפ זעצן, ווייל שופר דארף זיין דוקא ביי מלכיות זכרונות שופרות נאך די ברכה, אפי' אזא קינד וואס דאוונט אסאך קען מען נאכגעבן נישט צו זאגן יעדן יוצר ופיוט, למשל די פיוטים צווישן כתר וכדומה, ער זאל וויסן אז ער מוז נישט, זייער אסאך קינדער ווען זיי ווייסן אז זיי מוזן נישט זאגן אלעס וועלן ענדערשט יא זאגן ווי איידער ווען ער ווייסט אז ער "מוז" זאגן, א חיוב טוט זיך שווערער ווי א רצון כידוע לי"ח.
סעודת היום
דאס איז קלאר אז די קינדער דארפן באקומען א מעסעדש כי קדוש היום לאדונינו, און פון יונגערהייט וויסן אז היינט איז נישט קיין טאג וואס מ'בארדערט ארום און מ'איז צולאזט ווייל ס'איז נישטא קיין חדר, און אסאך שול'ן ביי די גרויסע רבי'ס ענדיגט מען ר"ה דאס דאווענען גאר שפעט אזוי אז ס'בלייבט נישט איבער קיין סאך צייט פאר א סעודה און מ'מוז גלייך צוריק לויפן צו מנחה, אבער דארט ווי עס איז יא דא צייט, מוז מען וויסן אז ר"ה איז יעדע מינוט טייער,
אין משנה ברורה שטייט סי' תקפ"ג בענין שלא לישן ר"ה, אז יושב בטל כישן דמי, ועי' בח"א דאחר אכילה יקבע עצמו ללימוד, ויש שנוהגים לגמור כל תהלים,
א טאטע דארף וויסן ר"ה איז א ערנסטע זמן און מ'שפאצירט נישט ארום אין די גאסן ווי חוה"מ נאכמיטאג, און דא איז טאקע דער מקום ארונטער צו רייסן (ווייטער רייסט ער....) דער מנהג בורות פון שפאצירן איש ואשתו מיט אלע קינדער און רינדער צו תשליך יו"ט ר"ה נאכמיטאג, ר"ה איז יעדע מינוט טייער, יעדע מינוט ברענט, אפי' דער בריסקער רב זצ"ל וואס פלעגט אייביג זיצן מיט א ספר און עוסק געוועהן בתורה אבער ר"ה האט ער ניטאמאל געוואלט זאגן תורה, נאר גלייך נאך די סעודה געלאפן אין ביהמ"ד און געזאגט תהלים, יונגערמאן ווילסט גיין צו תשליך הארצן גערן, כאפ די קינדער לויף (מוזט נישט לויפן דוקא קענסט גיין אויך...) צום וואסער און זאג די תפלות און תחינות (ווי ס'שטייט אין די אלטע מחזורים דיזע תפלה זאגט מען מיט גרויסע כוונה....) און צוריק אין ביהמ"ד צום תהלים, אבער שפאצירן משפחות ווייז, וואס איז דעי שפאצירעכטס דא?
פונקט אזויווי יעדער פארשטייט אז ר"ה מאכט אויס יעדן דיבור, און מ'לייגט אפי' א דגוש אויף די סימנים מיט די יהי רצון'ס, פונקט אזוי דארף ער וויסן צו לייגן א דגוש אויף זיינע דברים בטלים...., אויב נישט פאר דיר כאטש פאר דיינע קינדער, זאלן זיי וויסן אז ר"ה רעדט מען נישט ארום ווי סתם א טאג, דער טאטע צווישן מנחה ומעריב ר"ה נאכמיטאג זיצט נישט ביי קיין קופקע נאר ער שעפשעט קאפיטלעך תהלים, און אז מ'שרייבט שוין דערמאנט עס מיך אז ווען אונז פלעג מיר זיין קינדער פלעגט טאקע אונזערע נאש ר"ה זיין קאנטראלירט, און אוודאי יו"כ מ'האט נישט געגעסן סתם נאש אין די וועלט אריין, אלעס איז געוועהן מיט א חשבון.
ס'איז באמת דא אסאך מער וואס צו רעדן, מיין שרייבן איז נאר א בחי' פון תן לחכם ויחכם עוד, איך בין נאר די הקדמה, יעדער קען זיך אליין'ס טראכטן וועלכע חלק און פעולה ס'איז גוט לטובת זיינע קינדער במשך חודש תשרי, דער עיקר איז אז ס'דארף זיין מחשבה, ווייל רוב פעולות און נישט גוטע שריט גשעהט ווען מ'האט נישט קיין מחשבה, אז מ'לייגט צו מחשבה וועלכע שריט צו טון אז ס'זאל זיין גוט כלפי די קינדער איז שוין א שריט לטובה.
מיר האפן ממשיך צו זיין נאך אן ארטיקל איבער יו"כ וסוכות אי"ה, אז די צייט וועט ערמעגליכן
כוח"ט
שאץ מאץ - אייוועלט