אין וואס אין מיין קאפ האט זיך פארמירט?
איך וועל אייך זאגן פארט,
אין מיין שול דארט,
ווען יעמאנד וועט שטיין ביים עמוד,
זינגען אנדערש ווי איינגעפירט תמיד,
וועט ער אויף מיינע נערוון שפאצירן,
אז כ'וועל די געדולד פארלירן,
אויב ווילסטו ברענען אין פלאמען,
הייבן דעם עולם צוזאמען,
קענסטו שרייען אין טומלען
און פליען אין די הימלען
אבער מיין קאפ טו נישט פארדרייען
מיט דיינע בויך ווייען
ווער עס וויל הערן
דער טאנץ פון בערן
זאל א מקום וזמן באשטימען
ווען ער איז נישט פארנומען
און האט שוין באלעקט זיין גומען
הערן דעם חזן דזשומען
און דעם הארמאנירער ברומען
און אונז אומשולדיגע שאף
וועלן דערווייל כאפן א טיפן נאכמיטאג שלאף.