איידיעס פאר בעלי תפילות
יעדעס מאל עס קומט א שיינער דאווענען, א הלל ועוד, דארף מען זיין גרייט מיט שיינע ניגונים, דאס איז כולי עלמא מודים. ווער עס באווייזט צו הייבן די מוט פונעם עולם מיט א שיינע תנועה, דער זאל זיך רישן אז מען וועט אים צושיקן נאכאמאל און נאכאמאל; דאס האט מען ליעב, יעדער גלייכט צו הערן א שיינעם ממקומך - איך רעד נישט פונעם דריי אינעם "מ-ת-י", איך רעד פון א שיינע מעלאדיע.
דעריבער וועל איך פארלייגן אן אויסשטעל פון מיין נקדישך און מיין הלל, און דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן.
(קורצע הערה: לויפטס נישט יעצט ארום און זוכטס מיך אויף ווייל איך האלט און איין ארום טוישן... אדרבה, ווי מער איידיעס, קען מען זיך מער ארום טוישן, אבער קיינער זאל זיך נישט באהאלטן)
נקדישך: איך זאג דעם געווענליכן. ביים ממקומך, שטעלט זיך אלעס אפ, מען פרובירט צוצופאסן דעם ריכטיגן תנועה, נוסח געגועים אז דער עולם זאל זיך צוגיסן ביי 'וענינו תראנה'.
איך גלייך זייער צו זינגען משה גאלדמאנס 'כאיל תערוג, עס איז מוראדיג. די גרעסטע פעיפערס וועקן זיך אויף, ממש א געזאלין פארן דאווענען.
אדער לייג איך ארויף אמאל גאלדמאנס אני מאמין, אמאל יוסעלעס 'נישט ווייט צו גיין', אמאל ביידע, (ערשטע פאל נישט ווייט צו גיין.. צווייטע פאל, 'הוי ואף על פי'..)
הלל זאגט מען א שיינע ברכה, שטייט און רואיג, סאפט אן קיין דרייעס. ווען די וועסט זיין יוסעלע רויזנבלאט קענסטו דרייען אויפן חשבון פונעם עולם; זיי זענען מבינים אויף דיר, שאץ זיי נישט אונטער.
פאר מקימי, זינגן מיר דעם ערשטן פאל פון אך לאלוקים (די אן די ווערטער) פונעם הייליגן תניא. עס מיקסט מוראדיג אריין נאכדעם מיט אויסלאז.
בצאת ישראל קען מען אויסלאזן דעם גאנצן שטיק אויפן "וזכר לנו" פון אייזיק האניג/פינקי וועבער, אויפן פאל פון ותראה.. לפניך.. מען פאנגט אן אויף די ווערטער 'הים ראה...' עס שטייט מוראדיג גוט אויף די ווערטער.
לא לנו, כמוהם יהיו עושיהם גלייך איך צו זינגען דעם ערשטן פאל פון שלמה'לעס 'אם אשכחך, הוי ירושלים, הוי כל, אשר, בוטח בהם.
אויף יוסף ה' עליכם זינג איך ווייטער פון שלמה, דעם שטייטן "למה, לנצח, תשכחינו, הוי תעזבינו, לארך ימים".. (שטייצעך און בית מדרש אויף די אנפראגע פון וואו די תנועה קומט, זאג אז דאס איז גאר אן אלטער שטיקל פון צאנז.. כ'ווייס פון וואו)
אהבתי, איז דא זייער עמאושענעל ווערטער וואס מען מוז גוט פארטייטשן. איך גלייך זייער צו זינגען כי חלצת נפשי אויף גאלדמאנס 'הוי ואף על פי, הוי שיתממהה, (ממות) עם כל זה, (את עיני,) אחכה לו. (את רגלי מן דחי..) אבער, דא דארף מען אביסל צופיצן צוויי קליינעקייטן, דהיינו: 1. מען קען נישט פלעין אזוי אנפאנגען א הויכע פאל, פלוצלינג. עס איז נישט גוט צו ווערן עמאושענל אויף איין מאל, דעריבער דארף מען צוזאם שטעלן עפעס בעפאר דעם כי חלצת, אן אנדערע תנועה, אדער סתם א שארקאט ווי אזוי אריינצוקומען.
צווייטנס, דעם "ואף על פי" איך א הויכע פאל וואס מען זינגט צוויי מאל, דא זינגט מען עס נאר איינמאל (עס איז נישט דא קיין פלאץ) סאו זאל מען עס שיין אויסציען עס צו פארגלעטן.
מה אשיב, ווייס איך נישט, וויל איך טאקע הערן א גוטס פון אונזערע בעלי תפלות דא.
די ניגונים זינג איך נאר וואס דער עולם קען, עפעס מענינא דיומא. למשל סוכות, דעם ושמחת ( נישט דעיע, איך רעד פון די אנדערע... טראכט וואס איך מיין)
פסח זינג איך למשל א שיינער ניגון וואס איז ביי אונז באקאנט אויף די ווערטער "קדש ורחץ.." אן אלטער טאלנער ניגון (וואס אין מונקאטש פלעגט מען צו טאנצן דערויף נישט אין קיין שיינע זמנים...)
דעם שטייטן פתחו לי, איז שיין צו זינגען דעם סאטמערן ניגון וואס איך בין אויפגעוואקסן דערמיט, (דוכט זיך מיר עס איז רבי יוסל אשכנזי'ס ע"ה ניגון) וויפיל מען זאל עס נישט זינגען איז דאס מוראדיג, מוראדיג ווארעם.
דער עולם פון אלע קרייזן איז מכובד מיטצוטיילן, לכו והתפרנסו זה מזה! אלעס איז וועלקאם.
קרעדיט: מיכאל שניצלער