וויל איך וויסן עטליכע מקורות איבער די מנהגי אמירת ההושענות:
איינס, ווער זענען די מחברי פיוטי ההושענות? (כ'פארשטיי אליין אז ס'פון די ראשונים).
צוויי, וואו ווערט דאס דערמאנט די ערשטע מאל? (כ'ווייס אויך אז דער טור ברענגט דאס שוין).
דריי, וויאזוי ארבעט דער סדר פון די פיוטים? כידוע דרייען זיך די פיוטים לפי סדר השנים; אויב דער ערשטער טאג געפאלט מאנטאג דאן זאגט מען איין סדר; אויב ס'געפאלט דאנערשטאג דאן זאגט מען א צווייטן סדר וכו' וכו', וויל איך וויסן: 1] פארוואס טוישט זיך דער סדר לפי השנים? 2] וויאזוי גייט דער סדר? כלומר וויאזוי קען איך דאס אויס'חשבונ'ען אן צו ניצן די הילף פונעם סידור? 3] ווער האט מסדר געווען די טוישונגען לפי השנים?
ביינאכט פון הושענא רבה נאך מעריב לייענט מען אין א ספר תורה גאנץ ספר דברים (משנה תורה) אלץ א זכר פון די מצוה פון הקהל וואס דער מלך פלעגט יעדע זיבעטע יאהר (דער סוכות נאך שמיטה) פאָרליינען משנה תורה. מען פירט זיך אז די ראש המשפחה נעמט די ערבות (הושענת) וואס מען וועט מיט זיי קלאפן ביי שחרית און בינדט זיי צוזאמען פאר די גאנצע משפחה אין די סוכה, חסידים ואנשי מעשה פירען זיך אז מען שלאפט נישט הושענא רבה ביינאכט און מען זאגט תהלים, ווייל עס איז די אושפיזא פון דוד המלך וואס ער איז אויף געוועהן אלע נעכט און דעמאלס מחבר געוועהן דעם ספר תהלים.
א. די פיפטע טאג חול המועד (די זיבעטע טאג סוכות) הייסט "הושענא רבא". ב. אסאך יודן פירען זיך צו זיין אויף א גאנצע נאכט צו לערנען און זאגן תיקון. ג. דער טעם איז וויבאלד אין סוכות "נדונים על המים", און דאס גאצע לעבן פון די מענטש ווענדט זיך אין וואסער, וויבאלד הושענא רבא איז די לעצטע טאג פון די יו"ט, איז "הכל הולך אחר החותם", איז מיט די תפלות און לימודי הלילה, וועט מען האבן א גוט יאהר. ד. אינדערפריה צינדט מען אהן אסאך לעכט אזוי ווי יום כיפור. ה. דער בעל תפלה טוט זיך אהן א קיטל, און מען דאווענט מיט די זעלבע נוסח ווי יום כיפור. מען דאווענט די שבת'דיגע דאווענען, ביז ברוך שאמר. ו. מען נעמט ארויס אלע ספרי תורה און מען גייט ארום זיבן מאהל. ז. עס זענען דא וואס פירען זיך אז נאך יעדער מאהל וואס מען גייט ארום בלאזט מען שופר (תשר"ת תש"ת תר"ת). ח. ווען מען נעמט ארויס אלע ספרי תורה פון די ארון הקודש, (סיי הושענה רבא און סיי שמחת תורה) פירט מען זיך אריינצולייגן א לעכט צו ווייזען אז "נר מצוה ותורה אור" תורה איז לעכטיג, וויבאלד די תורה איז ארויסגענומען יעצט דארף מען אן אנדערע לעכטיגקייט. עס זענען דא וואס זענען מפקפק אויף דער מנהג, ווייל מען טאהר נישט אריינלייגען קיין פרעמדע זאכן אין אן ארון הקודש, ע"כ זאל יעדער קהלה זיך פירען לויט זייערע מנהגים וואס זיי האבן במקובל. ט. עס איז א מנהג צו נעמען "הושענות", דאס מיינט מען נעמט פינעף כשר'ע ערבות, און מען בינדט דאס צוזאמען (לכתחילה מיט א קשר פון א לולב) און מען קלאפט זיי פינעף מאהל אויף די ערד. י. ווען מען קלאפט מיט די הושענות, מוז נישט אראפ פאלען קיין בלעטער. יא. מען זאל זייער מקפיד זיין אז מען זאל דוקא קלאפן פינעף מאהל, נישט מער און נישט ווייניגער, און דווקא אויף די ערד. (און נישט אויף א בענקל אדער א טיש וכדו') יב. עס איז דא א גרויסע סגולה אויף שמירה אוועק צולייגן די אויסגעקלאפטע הושענות. אנדערע לייגען נאר אוועק עטליכע בלעטלעך, און די איבריגע פארברענט מען מיט די חמץ, ווייל "הואיל ואיתעבד בה חדא מצוה ליתעבד בה מצוה אחריתא" דאס הייסט אז וויבאלד מיר האבן געטוהן מיט דעם איין מצוה, זאל מען טוהן מיט דעם נאך א מצוה.
הושענא רבה איז דער גמר פון די ימים נוראים, מען וואונטשט זיך אהן, א גוט קוויטל, ווייל השענא רבה איז די גמר חתימה, דער בעל תפלה טוט אהן א קיטל, דאס דאווענען ביז נאך "ברכו" זאגט מען די נוסח פון שבת ויו"ט מיט דער ניגון פון די ימים נוראים, מען זאגט נאך ברוך שאמר סיי "מזמור לתודה" און סיי "מזמור שיר ליום השבת", שמונה עשרה דאווענט מען די וואכנדיגע שמו"ע און מען זאגט יעלה ויבא, דערנאך גאנץ הלל, פאר די הושענת נעמט מען אראפ די רינגלעך פון די לולב, מען נעמט ארויס א ספר תורה און מען גייט ארום די בימה זיבען מאהל יעדעס מאהל וואס מען זאגט די הושענא, און מען בלאזט תשר"ת תש"ת תר"ת, ביי די פיוט פון "אמץ ישעך בא... מבשר ואומר", זינגט מען מיט א ניגון פון שמחה ווייל עס רעדט זיך פון די גאולה, פאר קדיש לייגט מען אוועק די ד' מינים און מען נעמט די הושענת און פאר תתקבל קלאפט מען מיט די ערבות פינף מאהל אויף די ערד און נאך קדיש זאגט מען די "יהי רצון". בשעת הוצאת ספרי תורה זאגט מען אתה הראת, ויהי בנסוע, די שלש עשרה מדות של רחמים, און די רבונו של עולם פון ימים נוראים, און די ש"ץ זאגט שמע ישראל און ביי אחד וכו' זאגט מען קדוש ונורא שמו, אזוי ווי ביי ימים נוראים. מוסף דאווענט מען אזוי ווי יעדען טאג חוה"מ, און כתר זאגט מען די לאנגע כתר אזוי ווי שבת ויו"ט. ביי די סעודה פירט מען זיך צו עסן קרעפליך מיט פלייש.
"רבונו של עולם, ווייל חוה האט געגעסן פון דעם עץ הדעת, זאלן מיר ווייבער אלע ליידן אזא גרויסע צרה צו שטארבן? ווען איך וואלט דערביי געווען וואלט איך פון דעם קיין הנאה נישט געהאט, אזוי גוט ווי יעצט וואס איך האב דעם אתרוג נישט געוואלט פסול מאכן אלע זיבן טעג ווייל ער האט געקערט צו א מצוה אבער היינט אום הושענא רבה איז שוין די מצוה אויס, דאך בין איך נישט געאיילט צו עסן אים, און אזוי ווייניג הנאה ווי איך האב פון דעם עוקץ אזוי ווייניג הנאה וואלט איך געהאט פון דעם בוים וואס דו האסט פארבאטן צו עסן".
ערבה איז הלכה למשה מסיני און מנהג נביאים (שכחום וחזרום ויסדום כמבואר בסוכה מד.). בזמן הזה איז עס אלס זכר למקדש. די צאל ערבות דארף זיין דריי, עפ"י אר"י הק' זאל זיין פינף. די שיעור איז פונקט ווי די שיעור ערבה פונעם לולב, ג"ט. משום הידור מצוה שטייט זאל זיין וואס שענער און העכער.
די סוחרים ווילן מאכן מער געלט. אויב וועט מען פארקויפן בלויז איין סייז וועט דאך נישט שייך זיין צו נעמען העכערע, דערפאר שניידן זיי אסך קורץ און אסך לאנג כדי צו קענען בעטן א דאלער מער. און די שמשים האבן שוין צוגערעדט די עלטערן צו נעמען די לענגערע.. אזוי האט זיך געשאפן דער מנהג.
זארעכפעפער האט געשריבן:
דריי, וויאזוי ארבעט דער סדר פון די פיוטים? כידוע דרייען זיך די פיוטים לפי סדר השנים; אויב דער ערשטער טאג געפאלט מאנטאג דאן זאגט מען איין סדר; אויב ס'געפאלט דאנערשטאג דאן זאגט מען א צווייטן סדר וכו' וכו', וויל איך וויסן: 1] פארוואס טוישט זיך דער סדר לפי השנים? 2] וויאזוי גייט דער סדר? כלומר וויאזוי קען איך דאס אויס'חשבונ'ען אן צו ניצן די הילף פונעם סידור? 3] ווער האט מסדר געווען די טוישונגען לפי השנים?
אומרים משמו של הצדיק ר' חיים מצאנז אסמכתא לסדר האושפיזין לפי מנהג האריז"ל להקדים משה ואהרן לפני יוסף - שלפי הסדר הזה יוצאים בכל שנה האושפיזין של משה ביום שחל בו ז' אדר הקודם לו, והוא יום פטירתו של משה רבינו עליו השלום (וכן יוצא באותו יום בשבוע, ל"ג בעומר, הילולא דרשב"י); וכן האושפיזין של אהרן הכהן לפי מנהג זה - ביום שחל בו ר"ח אב באותה שנה, והוא יום פטירתו של אהרן הכהן ע"ה:
וכך גם יום הושענא רבה, שדוד המלך בא בו בראש האושפיזין, לעולם הוא חל ביום שחל חג השבועות הקודם - יום פטירתו של דוד המלך ע"ה:
וזה על דרך שאמרו ז"ל: 'גדולים הצדיקים במיתתם יותר מבחייהם', ואף יום הפטירה של הצדיקים גדול משאר ימיהם וכשהם מזדמנים לאושפיזין - ביום הפטירה מזדמנים:
זיידעניו האט געשריבן:
ה. דער בעל תפלה טוט זיך אהן א קיטל, און מען דאווענט מיט די זעלבע נוסח ווי יום כיפור. מען דאווענט די שבת'דיגע דאווענען, ביז ברוך שאמר.
עס זענען דא וואס פיהרן זעך צו דאווענען די שבת'דיגע דאווענען ביז ברכו, וואו אויך זאגט מען דעם שיר המעלות וואס מען זאגט ימ"נ פאר ברכו.
"רבונו של עולם, ווייל חוה האט געגעסן פון דעם עץ הדעת, זאלן מיר ווייבער אלע ליידן אזא גרויסע צרה צו שטארבן? ווען איך וואלט דערביי געווען וואלט איך פון דעם קיין הנאה נישט געהאט, אזוי גוט ווי יעצט וואס איך האב דעם אתרוג נישט געוואלט פסול מאכן אלע זיבן טעג ווייל ער האט געקערט צו א מצוה אבער היינט אום הושענא רבה איז שוין די מצוה אויס, דאך בין איך נישט געאיילט צו עסן אים, און אזוי ווייניג הנאה ווי איך האב פון דעם עוקץ אזוי ווייניג הנאה וואלט איך געהאט פון דעם בוים וואס דו האסט פארבאטן צו עסן".
והיו כאלו שעוררו שאינו נכון לעשות כן ביום הישענא רבה, מחמת כמה טעמים.
"רבונו של עולם, ווייל חוה האט געגעסן פון דעם עץ הדעת, זאלן מיר ווייבער אלע ליידן אזא גרויסע צרה צו שטארבן? ווען איך וואלט דערביי געווען וואלט איך פון דעם קיין הנאה נישט געהאט,
א גאנץ מאדנער נוסח, ובפרט עפ"י הידוע אז [כמעט] אלע נשמות האבן פוגם געווען מצד התכללותם באדם הראשון.
קרעמער האט געשריבן:
בכגון דא האב איך שוין פאראיאר געשריבן ערגעץ אז יעדער זאל זיך פירן ווי ער האט געזען ביי די עלטערן, ואני ראיתי קונים הארוכים למבוגרים וקטנים לקטנים.
איך האב היי יאר געזוכט און נישט געטראפו
אפשר קען מען דא העלפן ווער עס ווייסט
ווי איז דער מקור צו קויפן א הושענ'לע פאר איטליכן קינד (כ'מיין חוץ די מקור הפרנסה פארן שמש)
בירושלמי ר"ה פ"ד ה"ח ואותי יום יום ידרושון זו תקיעה וערבה, והכוונה שאף הקטנים שם עי' בקרבן העדה.
היודע כל החכמות אם אינואוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)