ווערט גערופן י' היחס און פון דעם קומט יהודי ראובני עברי ארמי א.א.וו.
ווי אויך גשמי רוחני, תורני וכו'.
די אלע סארט ווערטער האבן געווענליך נאך א וועג זיי צו זאגן (איש לשבט יהודה, דבר של גשם וכו') וואס איז געווען מער אין באנוץ און די מחדשים האבן אריינגעברענגט די י' במקומו, למשל "שאלה בהלכה" איז געווארן "שאלה הלכתית".
ס'דא אביסל מער צו מסביר זיין אבער דאס איז גענוג בדרך כלל (באופן כללי).
פאר די מחדשים האט מען אויך געזאגט גשמי רוחני און כללי? איז געווען א כלל ווען מען זאגט יא מיט א י און ווען נישט פאר די מחדשים אדער וויאזוי עס איז געווארען נשתרש ביי די מענטשן?
ס'איז נישט געווען א כלל, אבער זיי האבן עס אויסגעברייטערט פון ארום 5% צו 75%. צי ווערט עס וועגן דעם באטראכט אלס עברית? (איך וואונדער מיך...).
ברענגסט ארויס וואס איך וויל צוקומען, אויב איז די מהלך נישט קיין נייער און ס"ה זענען נישט אלע ווערטער געווארען נשתרש ביים המון עם דעמאלטס איז עס לכאורה א חלק פון לשון הקודש נישט נאר פון עברית, וואס א חילוק וואס האט גורם געווען אז עס זאל זיך פארשפרייטן?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
מגבת איז אן עברית'ישע ווארט? אין לשון חז"ל איז דא כמה לשונות פאר א האנטוך מגבת איז נתחדש געווארן אין עברית אבער דער חזון איש און נאך גדולי ישראל האבן גענוצט די ווארט
זוכט איר א מגיה? מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן. מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים. שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג. שנעל און צייטליך!
משזר עריכההאט געשריבן:↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:17 am
מגבת איז אן עברית'ישע ווארט? אין לשון חז"ל איז דא כמה לשונות פאר א האנטוך מגבת איז נתחדש געווארן אין עברית אבער דער חזון איש און נאך גדולי ישראל האבן גענוצט די ווארט
אז דער חזון איש אלס בני ברק'ער האט גענוצט העברעאיש איז נישט קיין חידוש. די פלא איז אז ספה"ק ויואל משה איז בכלל נישט נקי דערפון
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן... קרעדיט:@הודונאנאש
משזר עריכההאט געשריבן:↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:17 am
מגבת איז אן עברית'ישע ווארט? אין לשון חז"ל איז דא כמה לשונות פאר א האנטוך מגבת איז נתחדש געווארן אין עברית אבער דער חזון איש און נאך גדולי ישראל האבן גענוצט די ווארט
אז דער חזון איש אלס בני ברק'ער האט גענוצט העברעאיש איז נישט קיין חידוש. די פלא איז אז ספה"ק ויואל משה איז בכלל נישט נקי דערפון
אין ויואל משה שטייט ערגעץ די ווארט מגבת? איך מיין אז סשטייט אנדערע ווערטער וואס ווי משרד וואס איז טאקע עברית אבער קיין געהעריגע לשון הקודש ווארט איז נישטא אויף דעם
משזר עריכההאט געשריבן:↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:17 am
מגבת איז אן עברית'ישע ווארט? אין לשון חז"ל איז דא כמה לשונות פאר א האנטוך מגבת איז נתחדש געווארן אין עברית אבער דער חזון איש און נאך גדולי ישראל האבן גענוצט די ווארט
אדער ברענג איך מיר נישט גוט ארויס אדער פארשטייט איר נישט וואס איך פרעג איך וויל וויסן צו דאס וואס מען נוצט דאס היינט אויף מוסדות התורה קומט פון עברית אדער פון היימישע אידן? כ'האף איך ברענג מיר גוט ארויס א דאנק
זוכט איר א מגיה? מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן. מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים. שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג. שנעל און צייטליך!
אדער ברענג איך מיר נישט גוט ארויס אדער פארשטייט איר נישט וואס איך פרעג איך וויל וויסן צו דאס וואס מען נוצט דאס היינט אויף מוסדות התורה קומט פון עברית אדער פון היימישע אידן? כ'האף איך ברענג מיר גוט ארויס א דאנק
לויט הרה"ג מוה"ר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א אב"ד קהל יראים וואדריטש והגלילות קומט דעס ווארט פון די היינטיגע עווריט, ער טענה'ט אז מ'האט דאס קיינמאל בעפאר נישט גענוצט.
מוסדות = אנשטאלטן, אייסערט ער זיך.
ס'איז געווען א ישיבה פאר די וועלכע ווילן לערנען תורה און באזונדער א תלמוד תורה פאר אלע קינדער פון שטאט.
די געדאנק אז א ישיבה, תלמוד תורה, בית חינוך לבנות געהערט צו איין קאמפאני אונטער דאס ווארט אונזערע "מוסדות" איז נישט געווען אמאל.
בנוגע צום שמועס הנ''ל פון שרייבן א יו''ד צום סוף פון א ווארט.
שרייבט הגאון ר' ישראל דוד הרפענעס בהקדמה לחלק ד' של שו''ת נשמת שבת אז אסאך מענטשן קומען מיט טענות אז ער באניצט זיך אין זיין ספר מיט ווערטער פון עיברית, און ער פארענפערט זיך אז געוויסע היינטיגע מציאות'ער האבן פשוט נישט קיין ווארט אין לשה''ק במילא האט ער נישט קיין ברירה ע''ש.
לייגט אבער צו אז גאר אסאך מאל מיינען מענטשן אויף געוויסע ווערטער אז ס'איז עברית פשוט מחוסר ידיעה און ער געט דארט אפאר משלים. איינס איז די 'י' השימוש צום סוף פון א ווארט וואס ער באניצט זיך אסאך דערמיט זאגט ער מ'טרעפט אזוי בלשון הכתוב בכמה מקומות ווי למשל בן הישראלי במילא האט עס גארנישט מיט עברית.
( לכאורה די טענה אז די 'י' השימוש איז געווארן פארשפרייט און אימפלעמינטירט דורך די ציונים איז נאכאלטס רעלאוואנט)