פסוקים ומאמרי חז"ל שגורים מחוסרי מקור
אין אויב עס איז נישט קיין פסוק ווי ווי קומט עס אז עס איז אזוי שגור בפי העולם
גוט וואך
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
קרעמער האט געשריבן: ר' ירחמיאל זעלצער אין זיין קונטרס מאמרי חז"ל השגורות בפי העם ולא נודע מקורם, צייגט אן אויף דעם אויבנדערמאנטן פסוק אין משלי כ"א אלס מקור דערצו.
cano האט געשריבן: מען זעהט דאך דער רמב"ם האט געהאט ירושלמי אויף קדשים, ער דערמאנט עס דאך אין זיינע ספרים, מילא א מאמר וואס א בעל רוח הקודש ברענגט נעם איך אן אז עס איז א מאמר חז"ל, ער האט עס געהאט און אינז האמיר עס נישט,
אבער דעס וואס איך האב געשריבען איז נאר דאך אגב, (אזוי געמאכט א שטיקעל לאקשען קיגעל, עס מאכט נישט אזא בראטעל הא?)
שוועמל האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן: ירושלמי תענית (טז, א) שוטה אינו נפגע.
בבלי שבת י"ג ע"ב אין שוטה נפגע, עיי"ש ברש"י.
דוכט זיך אז ערגעץ אין א רש"י ווערט דערמאנט בהדיא 'שוטה אינו מרגיש'. איך דענק שוין נישט דעם ארט.
מיללער האט געשריבן: די פארגאנגענע וואך איז געווען עטליכע בריווען אין דער ב. וועגן די נושא, כולל דעם פסוק וואס הרב המ'פואר האט געברענגט.
למעשה, זענען פארהאן אסאך א.ג. פסוקים און מאמרי חז"ל וואס האבן נישט קיין האפט און זענען שגור בפי העולם, איך דערמאן זיך יעצט דעם פתגם "אין הקב"ה מונה את הדפים אלא השעות" וואס ווערט נאר דערמאנט אין ספרי מוסר און נישט אין חז"ל.
scy4851 האט געשריבן: - גם כל חלי וכל מכה אשר לא כתוב בספר התורה הזה זה מיתת צדיקים (כמעט אלע ספרי דרוש ברענגען דעם מאמר אבער עס שטייט נישט און ערגעטץ)
דער ערשטער מקור וואס מען ברענגט דערפאר איז אין יערות דבש, אויב איינער האט פון פריער זאל זיך ביטע אנרופן
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכו, בתוכם לא נאמר אלא בתוכו, בתוך כל אחד ואחד.
דער מאמר שטייט און של"ה הקדוש, עס איז נישט קיין מאמר חז"ל
עיין אלשיך פרשת תרומה
scy4851 האט געשריבן: - מאן דיהיב חיי יהיב מזוני