נייע ספרים און ביכער אויף אידיש

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

נייע ספרים און ביכער אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

בעזר השם עפען איך אויף דעם אשכול, בכדי ס'זאל זיין א פלאץ וואו צו מעלדן פריש ערשינענע ביכער אין ספרים אויף 'אידיש'.

איך בדעה צו צו מעלדן עטליכע ספרים, איך דארף נאך פריער קאלעקטן אביסל אינפארמאציע.
דערווייל איז יעדער מכובד אנטייל צונעמען.

מיר וועלען בעז"ה זיין צוריק.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אידיש ווערטער אוצר
א זאמלונג פון איבער 6000 ווערטער און זייערע סינאנימען.


איך האב שוין אנגעיאגט צו כאפן א שטיקל בליק דערויף, עס איז א מייסטערהאפטע ארבעט, עס ברענגט אויף יעדן ווארט נאך ווערטער מיטן זעלבן אדער ענליכן באדייט, עס איז זייער גוט ווען מען שרייבט און מען וויל נישט איבערניצן כסדר די זעלבע אויסדריקן, עס בארייכערט דעם שפראך געוואלדיג.

איך מיין אז די אידישע שפראך האט שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטע ארבעט ארויסצוהעלפן די אידישע שרייבער.

עס איז נישט קיין ביליגער ארטיקל, ווי איך האב עס געקויפט האב איך געצאלט $24 פלאס טעקס...

ארויסגעגעבן האט עס א. ראטה, לויט מיין אינפראמאציע איז זי א טאכטער פון די מעלות ארויסגעבער, זי איז אויך פון די שרייבער דארט.

איך גלייב אז אונזערע שרייבער דא אין קרעטשמע וועלן זיך באלעקן די פינגער דערמיט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח גראדער פאר'ן מיר אויסכאפן, גראדע איז דער בוך געווען, וואס האט מיר באוואויגן צו עפענען ס'אשכול.
ווער האט אינפארמאציע איבר'ן ספר אויף 'געזונט ' אין אידיש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אנטשולדיגט, איך האב דיר נישט געמיינט אויסצוכאפן די ווערטער פון מויל, איך האב געזעהן אז דו ביזט געווען אזוי גוטהארציג און מכבד געווען דעם עולם זיך משתתף צו זיין אינעם באריכט, און דער ביכל איז מיר פונקט געלעגן ביי די האנט, האב איך עס באריכטעט, קומענדיגע מאל אויב דו ווילסט נישט בלייבן מיט די דרשה אין בויך, גיב עס גלייך ארויס...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רב גראדער כ'בין באמת דאנקבאר.

ווען דאס געהענגל בלייבט ליידיג איז דאך בזיונות...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

דער ביכל "אזא גולם" וואס קינדער שפיל האט ארויסגעגבן דעם חנוכה איז עפעס וואונדערבאר.

איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי ארויסגעהאט דעם פראגען גולם ווי נאכן ליינעם דעם בוך.

די בילדער ברענגען ארויס דעם גולם אויף עפעס אן אפנארמאלען וועג, ס'איז דא גאנצעטע בלעטער וואס ס'שטייט בכלל נישט קיין טקסט ווייל מען פארשטייט אליינס די גאנצע מעשה נאר פון קוקן אויף די בילדער!

איין זאך קען איך ענק זאגן, ער איז שוין איינמאל געווען א גולם...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע:דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

די ביכל איז געשריבן אויף איווריס (לשה"ק), דערנאך איז עס איבערגעטייטשט געווארן אויף ענגליש, און איצט איז עס א דאנק די קינדער שפיל פירמא ערשינען צום ערשטען מאל אויף אידיש, כדי אונזערע טייערע קינדערלעך זאלן אויך קענען הנאה האבן.
די בילדער זענען אילוסטרירט געווארן דורכ'ן פאפולערן גדי פאלאק, אט איז א בילד פון די ענגלישע ווערסיע.
אטעטשמענטס
the golem
the golem
5148.png (16.76 KiB) געזען 9876 מאל
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי_ווייס »

איך האב מיך אמאל אנגעשטויסן אין א וועפ זייטיל
וואס פארמאגט א געוואלט מיט יודשע ביכער,
זייט ד'שטויס האב איך אסאך געליינט איך זייער הנאה געהאט דערפין

כ'מיין אז ס'איז א קלעקטשן פין "סטיוון ספילבערג"
עס בשטייט מער פין אלטע יודשע ביכער פין יודשיסטשע שרייבער אד"ג
דא האט איר ד'לינק
_________________________x
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אין תפיסה האבן זיי שוין דעם אידיש ווערטער אוצר, ארעסטאנט'ס חתימה קומט דאך פון דארט.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שיר השירים, מיט א פירוש אויף אידיש פון הרב דאמב פון לאנדאן.

כ'האב נאכנישט געהאט די געלגנהייט אריינצוקוקן דערין, אבער ס'דארף לכאורה צו זיין א געוואלדיגער פירוש.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

צום געזונט פון יחזקאל אסחייק.

איבערגעטייטש און צוגעשטעלט צו די אמעריקאנע עסן שטייגער, דורך מכון חד וחלק.

זייער א שיין ארבייט, גייט לויטן מהלך פונעם רמב"ם און קיצור שלחן ערוך.

דא א אינטערויוא אויך קולמע, מיטן ארויסגעבער.

ווייסט איינער וואס אינזער אלץווייסער הרב מייזליש זאגט צום בוך?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די אשכול באלאנגט נישט אין ועל פליטת בית סופריהם?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

ביכל "שטעל צוזאם א גראם" איבערגעדרוקט
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

א אמת'ער גראמער ווערט נאר צומישט פון דעם ביכל . פאר א פשוטער איד, אין א מתנה צום שוויגער איז עס עפעס ווערט.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

עס איז לעצטענס ערשינען א נייער ביכל מיטן נאמען "איש חסיד היה", תולדות פון הרה"ח ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה באשריבן דורך די אייניקלעך, און מסודר געווארן דורך שרייבער פון ומשה היה רועה, איך האב דאס נאר געזעהן אין ספרים סטאר, עס קוקט אויס צו זיין אינטערעסאנט פאר חסידי סאטמאר צוליב דעם וואס ר' אברהם יעקב איז געווען פון די ראשי הקהלה, אי"ה אויב וועל איך נאכאמאל כאפן א בליק וועל איך קענען שרייבן מער.

ר' אברהם דוד גליק פון ק"י האט נארוואס ארויסגעגעבן די פערטע חלק פון "זכר צדיק לברכה" פון אויטענטישע מעשיות (עכ"פ מיטן מקור) פון הגה"ק מסאטמאר, די מעשיות לויפן אין א רובריק אין איינע פון די וועכנטליכע צייטונגען.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געזען א נייער בוך איבער כיבוד אב ואם, א אינטערעסאנטע ליקוט פון מעשיות און השקפה איבער די נושא, זייער באלערנד פאר קינדער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

א נייע בוך ערשינען מיט'ן נאמען "הראשונים כמאלכים", זייער שיין פארציילט אלע תלמידי בעל שם און אראפ, גייט צו מיט א כראנאלאגישן סדר, פונקטליך זייער יחוס, וואו זיי האבן געוואוינט, וואו אלץ זיי האבן משמש געווען ברבנות, אין קורצן, זייער לעבנס ביאגראפיע, און עטליכע קליינע מעשה'לעך. און אזוי ווייטער און ווייטער, אזוי אויך ברענגט ער צו מאפעס פון איבעראל, כדי מען זאל וויסן אפ' היינט וויאזוי צו דערגרייכן אהין.

בעיקר, איז עס א געוועלדיגע אויפטוה, ווייל ענדליך איז איינער ארויסגעקומען מיט א גענויען סדר, ווער און וועמענס תלמיד יעדער איז געווען , אזוי אז די יונגווארג זאלן האבן עפעס א מושג, וויאזוי די תורה און חסידות איז אריבער פון איין רעבי'ן צום צווייטן. פון איין דור צום קומענדיגען. און אביסל האבן א אהנונג אין די הייליגע שטעטלאך און דערפעלאך ווי אונזערע רבי'ס און אור עלטערען האבן געדינט דעם בורא.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

'איש חסיד היה'
א בוך איבער דאס לעבן אין שאפן פון הרה"ח ר' אברהם יעקב הכהן גלאנצער ע"ה מנאמני מרן רביה"ק מהר"י מסאטמאר זצ"ל ואח"כ אצל מ"מ מהר"ם ט"ב זצ"ל הברך משה מסאטמאר.

דער בוך איז אויף אידיש זייער אינטערעסאנט סיי פון א ביאגראפישען שטאנדפונקט (פאר איי-וועלט פאנאטיקער איז זיין זיידע ר' אברהם מאיר הכהן בעל אגם מים ארויסגעקומען אויף אמעריקא בשנות התר"ע מיט די גוהייסטונג פון זיין רבי דער צבי לצדיק פון בלאזשוב און אפאר חדשים דערויף איז ער דא נפטר געווארן ומנו"כ פה) און אויך פון א היסטארישע פערספעקטיוו איבער זיינע מיטמאכענישען און שפעטער זיין עסקנות פאר סאטמאר בכלל און פאר קרית יואל בפרט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב מיללער, לעזט צוויי תגובות ארויפציר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן: רב מיללער, לעזט צוויי תגובות ארויפציר.


גערעכט, נישט באמערקט ושבשתא כיון דעל על
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

נייע יודישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

למעשה האט זיך די וועלט פון אידישע ביכער שטארק פארברייטערט לעצטענס, עס קומען ארויס גאר זאכליכע ביכער, סיי פאר די קליינע און פאר די גרויסע, שפאנענדע און נישט אזוי שפאנענד, תורה'דיג און מוסר'דיג א.א.וו.

אנומעלט האב איך געזעהן אין געשעפט אז די באנקאנטע שמועסן ברוך און בערלפון די מעלות אויסגאבע, איז געדריקט געווארן אין הערליכן ספר, די שמועסן פון ברוך און בערל איז מלא ידיעות און היסטאריע בדרך שאלות ותשובות, וואס באמת איז גאייגענט פאר ערוואקסענע אויך.

(באמערקונג: די ביכל האט נאך נישט די שמועסן פון ציונים, קומעניזם וכו' עס איז בעיקר שבת ויו"ט און מצות..)

אויך האבן זיי בארייכערט דעם ביכל מיט בילדער פונעם באקאנטען גדי פולאק.

----

די עולם ווערט געבעטן צוצולייגן נאך ביכער און אייערע מיינונג דערויף
אטעטשמענטס
,
,
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א גרויסן יישר כח ר' פריילאך פארן עפענען דעם אשכול, איך האף אז עס וועט ווערן א רייכער אשכול מיט אינפארמאציע איבער אלע נייע ביכלעך וועלכע קומען ארויס.

אויף דעם יעצטיגן ביכל וואס דו ברענגסט דא מוז איך זיי גראטולירן פארן דאס ארויסגעבן, שוין יארן האב איך געהאלטן אז עס איז א גוטער זאך, און איך האב שוין זאגאר אמאל געזאגט פארן מעלה אליינס אז ער זאל דאס טוהן, די ברוך און בערל שמועסן זענען לדעתי פון די געלונגענסטע קאלומס אין דעם מעלות, און עס איר מלא היסטאריע און רייכע הלכה'דיגע און השקפה'דיגע ידיעות וועלכע זענען גאר אינטערעסאנט און אויך וויכטיג פאר יעדן איינעם, יונג און אלט, מענער און פרויען.

זאל זיי דער אויבערשטער שיקן אסאך הצלחה.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איך האב מיר זייער געפרייט דערצו, אין אפי' שוין געקויפט פאר מיין קליינע ברודער פאר א חנוכה מתנה, אבער לדעתי וואלטן זיי געדארפט צוצייכענען מקורות עכ"פ אויף וויפיל ס'שייך
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ים רויבער האט געשריבן: איך האב מיר זייער געפרייט דערצו, אין אפי' שוין געקויפט פאר מיין קליינע ברודער פאר א חנוכה מתנה, אבער לדעתי וואלטן זיי געדארפט צוצייכענען מקורות עכ"פ אויף וויפיל ס'שייך


הייסט עס אז ברידערס קויפן אויך חנוכה מתנות? פארוואס קויפען נישט מיינע ברידערס?
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום זונטאג יאנואר 08, 2012 9:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געדאנקן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2011 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדאנקן »

פריילאך האט געשריבן: למעשה האט זיך די וועלט פון אידישע ביכער שטארק פארברייטערט לעצטענס, עס קומען ארויס גאר זאכליכע ביכער, סיי פאר די קליינע און פאר די גרויסע, שפאנענדע און נישט אזוי שפאנענד, תורה'דיג און מוסר'דיג א.א.וו.

אנומעלט האב איך געזעהן אין געשעפט אז די באנקאנטע שמועסן ברוך און בערלפון די מעלות אויסגאבע, איז געדריקט געווארן אין הערליכן ספר, די שמועסן פון ברוך און בערל איז מלא ידיעות און היסטאריע בדרך שאלות ותשובות, וואס באמת איז גאייגענט פאר ערוואקסענע אויך.

(באמערקונג: די ביכל האט נאך נישט די שמועסן פון ציונים, קומעניזם וכו' עס איז בעיקר שבת ויו"ט און מצות..)

אויך האבן זיי בארייכערט דעם ביכל מיט בילדער פונעם באקאנטען גדי פולאק.

----

די עולם ווערט געבעטן צוצולייגן נאך ביכער און אייערע מיינונג דערויף


א לינק
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”