וואו איז הר סיני?

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

Who knows האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן: ווי מ׳האלט מיר יעצט אין פרשת יתרו קבלת התורה
איז מערקווירדיג צו ברענגען פון רש״י כפשוטו ווי ער איז מבאר דברי רשיה״ק אין פ׳ בא, אז די ים סוף איז די לינקע לצד מערב און דאס וואס איז נעבן ארץ ישראל איז מזרח ים סוף.

עס איז כדי אנצומערקן אז די שטיקל געפינט זיך נישט אין די כתבי ידות און רוב דפוסים ראשונים, עי' כאן

זייער א שיין פשט אין רש"י, אבער אין באר היטב לערנט ער בכלל נישט אז מערב און דרום גייט ארויף אויף "מדבר סיני", נאר אויף ארץ מצרים...
אגב, אין לקט בהיר איז ער אויך מחדש א שיינע פשט אין דעם רש"י, וואס שטייט נישט אין ערגעץ.
אטעטשמענטס
באר הטיב הואיל משה .png
באר הטיב הואיל משה .png (39.29 KiB) געזען 2004 מאל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

די ערבי נחל וואס מ'רעדט דא, איז נישט גענומען פון רוח הקודש (אזוי ווי טייל מיינען) עס האט מקורות פארדעם, אני הקטן האב עס געזען אין איינע פון די מפרשים פון מורה נבוכים, א קדמון
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: איינער האט מיר דאס געשיקט אין אישי.


https://www.google.com/maps/place/Solom ... 4d34.64234

גאר אינטערסאנט!
וואס שטייט דארט אויפגעשריבן? וועלכע שפראך איז דאס? קוקט נישט אויס ווי עברי.

גראדע איז דאס אזא 1000 פיס פונעם ים סוף

דאס איז אראבישע פינקלערייען גראפיטי בלע"ז
אז דאס איז שלמה המלך'ס פילארס, נישטא דערויף קיין שום ערנסטע מקור
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

יונגרייז האט געשריבן: די ערבי נחל וואס מ'רעדט דא, איז נישט גענומען פון רוח הקודש (אזוי ווי טייל מיינען) עס האט מקורות פארדעם, אני הקטן האב עס געזען אין איינע פון די מפרשים פון מורה נבוכים, א קדמון

שוין לאנג צוריק אויף קול מבשר האט ר' יוחנן האכהייזער דאס מברר געווען באריכות אז דאס שטאמט פון מקורות זרים
https://www.yiddish24.com/interviews/38/3635
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

יונגרייז האט געשריבן: די ערבי נחל וואס מ'רעדט דא, איז נישט גענומען פון רוח הקודש (אזוי ווי טייל מיינען) עס האט מקורות פארדעם, אני הקטן האב עס געזען אין איינע פון די מפרשים פון מורה נבוכים, א קדמון


טאקע א קדמון, אבער נישט קיין אויסגעהאלטענער מענטש, ר' משה נרבוני וואס די גדולי ישראל שרייבן שארף קעגן אים, הגם גדולי ישראל ברענגן זאכן וואס זיי האבן געהאלטן אז ער זאגט גוט.

א שטייגער ווי דער הייליגער רמ"א ברענגט די ענין פון די סנה בשם די נרבוני אין ספר תורת העולה ח"א סוף פרק ט"ז, און נאך.

אף על פי כן, מיינט דאס נישט אז דאס איז א הלכה וואס זיי פסק'נען, זיי האבן געזאגט לפי די שמועה וואס נרבוני שרייבט און וואס אנדערע ברענגן, אבער ווי שוין געזאגט טרעפט מען אזא זאך אפילו אין הלכות פסוקות וואס גדולי ישראל שרייבן, אז טאמער די מציאות שטעלט זיך ארויס אנדערש הייסט דאס נישט קיין פחיתות הכבוד אויב מען זאגט די הלכה לויט די מציאות וואס מען ווייסט (ובדרך אילו הי' רואה וכו' בוודאי לא הי' כותב זאת וכו'), אויב אזוי ביי אזא ענין - אויב שטעלט זיך ארויס מיט ראיות ברורות אז יענץ איז נישט די הר סיני - קען מען דא אויך זאגן אזוי.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

Jhon האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: איינער האט מיר דאס געשיקט אין אישי.


https://www.google.com/maps/place/Solom ... 4d34.64234

גאר אינטערסאנט!
וואס שטייט דארט אויפגעשריבן? וועלכע שפראך איז דאס? קוקט נישט אויס ווי עברי.

גראדע איז דאס אזא 1000 פיס פונעם ים סוף

דאס איז אראבישע פינקלערייען גראפיטי בלע"ז
אז דאס איז שלמה המלך'ס פילארס, נישטא דערויף קיין שום ערנסטע מקור


קיינער בויט נישט נאר אויף דעם, אבער א שטיקל הוכחה קען עס יא זיין. ווער פונטליך זאל עס האבן געלייגט? וואסערע אינטערעסן האבן דא די אראבער? זיי זענען מיטאמאל געווען אין די אינדוסטריע פון טוריזם ביז לעצטענס.

נקוט האי כללא, יעדע מציאות דארף מען קוקן די ארומיגע פאקטן נעם א משל קבר דוד המלך, פארוואס גלייבסטו יענץ? טויזענטער אידן גייען דארט א יאר עס איז קלאר דא א טוריזים אינטערעסע וואס קלוגע מענטשען וואס זענען אין די ליין פרובירן דיר צו פארקויפן. דאס קענסטו זאגן אויף כמעט יעדע זאך אין א"י.
משא"כ נעם למשל קבר אהרן הכהן, ווי עס איז קלאר נישט דא קיין גרויסע טוריזים אינטערעסע און עס ווערט שוין געברענגט פון ספרים הונדערטע יאר צוריק, דאס האבן רוב מענטשען א פראבלעם צו גלייבן.
וועסט זאגן פאר איינעם אז די ביסט געווען ביי קבר אהרן הכהן, וועט ער דיר גלייך זאגן ווער זאגט אז עס איז דארט?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שלמה המלך פיללארס האט נישט קיין שום מקור.
ווער זאל עס האבן געלייגט?
דער זעלבער וואס זאל האבן געלייגט דעם גאלדענעם ארון וואס רייען ווייט האט געטראפן
קען זיין ער האט געטראפן די עמודים נעבן די בלוט פונעם אותו האיש.....

ווען מען ברענגט א ראי' פון א חז"ל, ראשון, ראו אחרון מהגדולים דארף מען זיך צו דעם מתייחס זיין לפי ערכם און אויב מען טרעפט היינט א מציאות וואס איז מתנגד צו זייער פשט אדער ןוואס איז נישט מתיישב על הלב דארף מען עס פאאענטפערן
מען דארף אבער נישט פארענטפערן יעדן חולם חלום

סאודי אראביע האט סיבות פארוואס מען זאל אננעמען אז דארט איז דער אבער נישט ווייל ביי די וואסער איז דא עמודים פון שלמה המלך
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

נעם א משל קבר דוד המלך, פארוואס גלייבסטו יענץ?

ווייל גדולי דורינו זענען דארטן געגאנגען נאך פאר טוריזם אינדוסטרי
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

אן אלטע וועג 4,500 יאר אלט מיט 18,000 קברים געטראפן אין סאודיע ארעביע

דער לאקאציע איז אין דרום סאודי אראביע וואס איז לכאורה דער וועג וואס איז געווען אין מדבר און די בני ישראל זענען דארט אריבער.
די צאל פֿון 18,000 קברים איז נאענט צו דער צאל פֿון 15,000, וואס איז בערך די צאל טויטע יעדן יאר (600,000: 40) אין תשעה באב.
מען דארף צוגעבן אז דער גמרא ברענגט שוין אז רבי בר בר חנה האט געזען די קברים פון די מתי מדבר.

טייל פון די קברים האבן ווענט ביז 2 מעטער הויך (וואס איז קלאר נישט געאייגנט צו היטן בהמות), נאך איז כי צובאמערקן אז דער אופן פון קבורה אזיז מצוי אין דער געגנט אריינגערעכנט די דרום טיילן פון סיריע אין יענע צייט.

61e6ea71510598c31.jpg
61e6ea71510598c31.jpg (55.93 KiB) געזען 1791 מאל


61e6ea71510598c32.jpg
61e6ea71510598c32.jpg (60.71 KiB) געזען 1791 מאל
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

גאר אינטערסאנט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

popo האט געשריבן: אן אלטע וועג 4,500 יאר אלט מיט 18,000 קברים געטראפן אין סאודיע ארעביע

דער לאקאציע איז אין דרום סאודי אראביע וואס איז לכאורה דער וועג וואס איז געווען אין מדבר און די בני ישראל זענען דארט אריבער.
די צאל פֿון 18,000 קברים איז נאענט צו דער צאל פֿון 15,000, וואס איז בערך די צאל טויטע יעדן יאר (600,000: 40) אין תשעה באב.
מען דארף צוגעבן אז דער גמרא ברענגט שוין אז רבי בר בר חנה האט געזען די קברים פון די מתי מדבר.

טייל פון די קברים האבן ווענט ביז 2 מעטער הויך (וואס איז קלאר נישט געאייגנט צו היטן בהמות), נאך איז כי צובאמערקן אז דער אופן פון קבורה אזיז מצוי אין דער געגנט אריינגערעכנט די דרום טיילן פון סיריע אין יענע צייט.

61e6ea71510598c31.jpg


61e6ea71510598c32.jpg


http://epe.org.il/

https://emu.org.il/
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1982
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

לגבי דעם ערבי נחל, (און אזוי שטייט אויך אין יעב"ץ ועוד), אז מען איז מדייק בלשונו זעט מען, אז ער זאגט, אז יעדע שטיין וואס האט א בילד פון א סנה, ווען מען שפאלט עס, ווערט כמו בדרך נס א קליינע בילד פון א גאנצע סנה.

דאס איז נישט ריכטיג ביי די שטיינער וואס מען ברענגט היינט פון דארט. זיי האבן נישט קיין צורה פון א גאנצע סנה, און די אפגעבראכענע שטיקל האט אויך נישט קיין גאנצע סנה, עס איז נאר "דורך און דורך", אבער מען זעט בסך הכל אביסל פון א סנה.

נאר, ווי אנדערע האבן געשריבן, זאגן זיי עס נאר אלס שמיעה בדרך סמך, אלס אינטערעסאנטע זאך. עס פארמינערט גארנישט פון זייער גרויסקייט אויב די מציאות איז אנדערש.

לגבי מדין, שטייט שוין אין פריערדיגע אז עס איז געווען צוויי מדין'ס.
כמובן איז משה רבינו נישט אנטלאפן ביז מדין אויף מזרח ארץ ישראל, און פון דארט געגאנגען פאשען שעף ביז צום בארג סיני...
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

שואלכענין האט געשריבן: לגבי דעם ערבי נחל, (און אזוי שטייט אויך אין יעב"ץ ועוד), אז מען איז מדייק בלשונו זעט מען, אז ער זאגט, אז יעדע שטיין וואס האט א בילד פון א סנה, ווען מען שפאלט עס, ווערט כמו בדרך נס א קליינע בילד פון א גאנצע סנה.

דאס איז נישט ריכטיג ביי די שטיינער וואס מען ברענגט היינט פון דארט. זיי האבן נישט קיין צורה פון א גאנצע סנה, און די אפגעבראכענע שטיקל האט אויך נישט קיין גאנצע סנה, עס איז נאר "דורך און דורך", אבער מען זעט בסך הכל אביסל פון א סנה.

נאר, ווי אנדערע האבן געשריבן, זאגן זיי עס נאר אלס שמיעה בדרך סמך, אלס אינטערעסאנטע זאך. עס פארמינערט גארנישט פון זייער גרויסקייט אויב די מציאות איז אנדערש.

לגבי מדין, שטייט שוין אין פריערדיגע אז עס איז געווען צוויי מדין'ס.
כמובן איז משה רבינו נישט אנטלאפן ביז מדין אויף מזרח ארץ ישראל, און פון דארט געגאנגען פאשען שעף ביז צום בארג סיני...

אויב די בארג סיני איז ווי קריסטן האלטן אז עס איז אין 'סיני פענינסעלו'
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

טראק דרייווער האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן: די ערבי נחל וואס מ'רעדט דא, איז נישט גענומען פון רוח הקודש (אזוי ווי טייל מיינען) עס האט מקורות פארדעם, אני הקטן האב עס געזען אין איינע פון די מפרשים פון מורה נבוכים, א קדמון


טאקע א קדמון, אבער נישט קיין אויסגעהאלטענער מענטש, ר' משה נרבוני וואס די גדולי ישראל שרייבן שארף קעגן אים, הגם גדולי ישראל ברענגן זאכן וואס זיי האבן געהאלטן אז ער זאגט גוט.

א שטייגער ווי דער הייליגער רמ"א ברענגט די ענין פון די סנה בשם די נרבוני אין ספר תורת העולה ח"א סוף פרק ט"ז, און נאך.

אף על פי כן, מיינט דאס נישט אז דאס איז א הלכה וואס זיי פסק'נען, זיי האבן געזאגט לפי די שמועה וואס נרבוני שרייבט און וואס אנדערע ברענגן, אבער ווי שוין געזאגט טרעפט מען אזא זאך אפילו אין הלכות פסוקות וואס גדולי ישראל שרייבן, אז טאמער די מציאות שטעלט זיך ארויס אנדערש הייסט דאס נישט קיין פחיתות הכבוד אויב מען זאגט די הלכה לויט די מציאות וואס מען ווייסט (ובדרך אילו הי' רואה וכו' בוודאי לא הי' כותב זאת וכו'), אויב אזוי ביי אזא ענין - אויב שטעלט זיך ארויס מיט ראיות ברורות אז יענץ איז נישט די הר סיני - קען מען דא אויך זאגן אזוי.

דער יעב"ץ ברענגט אויך די נרבוני אבער ער האקט אויף אים, עס זעהט דארט אויס אז די יעב"ץ האלט דער נרבוני זאגט עס אלץ כפירה,
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

לעיקוואד האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: איינער האט מיר דאס געשיקט אין אישי.


https://www.google.com/maps/place/Solom ... 4d34.64234

גאר אינטערסאנט!
וואס שטייט דארט אויפגעשריבן? וועלכע שפראך איז דאס? קוקט נישט אויס ווי עברי.

גראדע איז דאס אזא 1000 פיס פונעם ים סוף

דאס איז אראבישע פינקלערייען גראפיטי בלע"ז
אז דאס איז שלמה המלך'ס פילארס, נישטא דערויף קיין שום ערנסטע מקור


קיינער בויט נישט נאר אויף דעם, אבער א שטיקל הוכחה קען עס יא זיין. ווער פונטליך זאל עס האבן געלייגט? וואסערע אינטערעסן האבן דא די אראבער? זיי זענען מיטאמאל געווען אין די אינדוסטריע פון טוריזם ביז לעצטענס.

נקוט האי כללא, יעדע מציאות דארף מען קוקן די ארומיגע פאקטן נעם א משל קבר דוד המלך, פארוואס גלייבסטו יענץ? טויזענטער אידן גייען דארט א יאר עס איז קלאר דא א טוריזים אינטערעסע וואס קלוגע מענטשען וואס זענען אין די ליין פרובירן דיר צו פארקויפן. דאס קענסטו זאגן אויף כמעט יעדע זאך אין א"י.
משא"כ נעם למשל קבר אהרן הכהן, ווי עס איז קלאר נישט דא קיין גרויסע טוריזים אינטערעסע און עס ווערט שוין געברענגט פון ספרים הונדערטע יאר צוריק, דאס האבן רוב מענטשען א פראבלעם צו גלייבן.
וועסט זאגן פאר איינעם אז די ביסט געווען ביי קבר אהרן הכהן, וועט ער דיר גלייך זאגן ווער זאגט אז עס איז דארט?

איך מאך בכלל נישט אוועק איז האלט אויך אז עס איז מער מסתבר אז די 'הר סיני' איז אין סודי אראביע לעבן מדין,
איר רעד נאר לגבי די 'עמודים' וואס זיי זאגן אז שלמה המלך האט געבויט, אויב שלמה המלך האט עס געלייגט וואלט ערגעץ געדארפט שטיין וועגען דעם, כאטש עפעס א רמז, למעשה ווייס איך און די נישט די היסטאריע פון די לעצטע 3000 יאר, די ווייסט עס איז געווען מעכטיגע מלחמות צווישן די מלכי פרס מיט מצרים און שפעטער די רוימער מיט מצרים, זיי זענען לכאורה דארט אריבער, דארט איז זייער נידעריג דער ים, במילא מען קען נישט וויסן אפשר די מצרים אדער רוימער האבן עס געבויעט.
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: שלמה המלך פיללארס האט נישט קיין שום מקור.
ווער זאל עס האבן געלייגט?
דער זעלבער וואס זאל האבן געלייגט דעם גאלדענעם ארון וואס רייען ווייט האט געטראפן
קען זיין ער האט געטראפן די עמודים נעבן די בלוט פונעם אותו האיש.....

ווען מען ברענגט א ראי' פון א חז"ל, ראשון, ראו אחרון מהגדולים דארף מען זיך צו דעם מתייחס זיין לפי ערכם און אויב מען טרעפט היינט א מציאות וואס איז מתנגד צו זייער פשט אדער ןוואס איז נישט מתיישב על הלב דארף מען עס פאאענטפערן
מען דארף אבער נישט פארענטפערן יעדן חולם חלום

סאודי אראביע האט סיבות פארוואס מען זאל אננעמען אז דארט איז דער אבער נישט ווייל ביי די וואסער איז דא עמודים פון שלמה המלך

;l;p-
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

ביי מיין באזוך אין סאודי אראביע איז געווען איין אינטערסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט ביי די בערג פון סאודיע אראביע וואס קען אנדייטן אז די אידן זענען דארט געווען, עס איז דא צווישן מעכטיגע בערג אזוי ווי טאלן אבער ממש גראד פלאך, פאר אזוי גרויס ווי למשל א קילאמעטער אויף א קילאמעטער בערך. וואס דאס זעט מען נישט ביי אנדערע נאטורליכע בערג למשל גליל בערג אדער די גרענד קעניאן.
קען דאס אנדייטן אז די עמוד הענן האט פלאך געמאכט פאר די אידן צו וואוינען אדער דורכגיין? עס איז א מחלוקה אין גמ' צו עס איז געבליבן אדער נישט.

לגבי די עמודים, שטייט אין נ"ך אז שלמה המלך האט געלייגט א סימן ביי די פלאץ ווי די אידן זענען דורך. אין סאודיע אראביע האב איך נישט עס געקענט זען. די גאנצע געגנט איז פארשפארט יעצט ווייל זיי בויען די שטאט NEOM. די פלאץ וואס זיי זאגן עס איז אילים האב איך אויך נישט געקענט צוקומען.
מדין ווי זיי רופן די היילן פון יתרו איז יא אפען.
צו די split of the rock און די golden calves געמאלעכטס דארף מען ארויפפארן מיט א דזשיפ. און מען קען צוקומען.

זייערע טוריזם אינדוסטרי, קען ניצן אסאך פארבעסערונג, צו מאכן מער וויזיטער פריינדלי. אבער די לאנד איז זייער סעיף און מאדערן.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

"שטייט אין נ"ך אז שלמה המלך האט געלייגט א סימן ביי די פלאץ ווי די אידן זענען דורך"

איפה הפסוק?
וואס פאר א סימן ?

אגב א קילאמעטער איז נישט גענוג ברייט פאר מחנה ישראל וואס איז געווען 3 מיל
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

לעיקוואד האט געשריבן:
לגבי די עמודים, שטייט אין נ"ך אז שלמה המלך האט געלייגט א סימן ביי די פלאץ ווי די אידן זענען דורך.
אפשר צייכנסטו צו די פסוק???
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

Mezofzef האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
לגבי די עמודים, שטייט אין נ"ך אז שלמה המלך האט געלייגט א סימן ביי די פלאץ ווי די אידן זענען דורך.
אפשר צייכנסטו צו די פסוק???
ער מיינט דאס מסתם
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p3288381
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
לגבי די עמודים, שטייט אין נ"ך אז שלמה המלך האט געלייגט א סימן ביי די פלאץ ווי די אידן זענען דורך.
אפשר צייכנסטו צו די פסוק???
ער מיינט דאס מסתם
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p3288381
וואס זעהסטו אין די פסוק אפי' עפעס ענדליך צו וואס ער רעדט?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

Mezofzef האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
לגבי די עמודים, שטייט אין נ"ך אז שלמה המלך האט געלייגט א סימן ביי די פלאץ ווי די אידן זענען דורך.
אפשר צייכנסטו צו די פסוק???
ער מיינט דאס מסתם
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p3288381
וואס זעהסטו אין די פסוק אפי' עפעס ענדליך צו וואס ער רעדט?
דער צודרייטער 'קריסט' ווייען רייט טייטשט עס דא אריין, סוי יאפ ס'איז א שטארקע מקור... גייען מיר גיין זעהן די עמודים פון שלמה המלך?
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דעמאלטס קען מען אויך דארט טרעפן יאשקע'ס בלוט
אוועטאר
יום המעונן
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:11 am

Re: וואו איז הר סיני?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום המעונן »

עס מיר ממש א חידוש אז קיינער האט נאך נישט צוגעברענגט די ווערטער פון די רמב"ן דער וואך (יתרו) אויף די ערשטע פסוק
וז"ל והכתוב (שמות י״ח:ה׳) שאמר אל המדבר אשר הוא חונה שם הר האלהים, ענינו כי היה הר סיני בדרך מדין קרוב משם, שהרי משה הלך שם לרעות צאן מדין(שמות ג׳:א׳), ובאהרן אמר ויפגשהו בהר האלהים (שם ד כז) עכ"ל
אביסל ווייטער אין דעם שטיקל שרייבט ער וז"ל וכן נראה לי שאמר כאן (שמות י״ח:כ״ז) וישלח משה את חותנו וילך לו אל ארצו, שהיה זה בשנה הראשונה, והלך לו אל ארצו וחזר אליו ויתכן שהלך שם לגייר את משפחתו וחזר למשה ועודנו בהר סיני כי קרוב הוא למדין,כמו שהזכרתי עכ"ל

אויף דעם פסוק ויפגשהו בהר האלהים שרייבט די רמב"ן "הנה הר סיני בין מדין ובין מצרים"

זעהט מען קלאר אז הר סיני איז אין די געגנט פון מדין (ליתר דיוק בין מצרים למדין אבל קרוב יותר למדין), אינטרעסאנט אז רב הול אין זיין בוך ברענגט די צוויי ראיות פון זיך, זעט אויס ער האט פארזען אז די רמב"ן ברענגט עס שוין. די איינציגסטע פראבלעם מיט jebel harb איז אז עס איז אסאך נענטער צו מדין ווי צו מצרים און פון די רמב"ן קומט אויס עס כמעט האלב וועגס אינדערמיט, ווייל משה מיט אהרן זענען ארויס די זעלבע צייט אין זיך געטראפען ביי בארג סיני.

רב הול לערנט פשט אין די פסוקים אז אהרן איז ארויס די זעלבע צייט ווען די אייבערשטער האט זיך באוויזען צו משה רבינו אין הר סיני (כפשטות משמעות הפסוק שמות ד יד, אמנם רש"י לא פירש כן) וואס פון מצרים צו jebel harb איז בערך 600 ק"מ אין משה איז געגאנגען קודם צו מדין (כמבואר בהפסוקים שם) אין דערנאך צוריק קיין מצרים, לשיטתו איז מדין (עכ"פ די שטאט ווי יתרו האט געוואינט) בערך 200 ק"מ צו דרום פון jebel harb קומט אויס אז משה האט געדארפט גיין א מהלך פון 400 ק"מ (וויבאלד מצרים איז אויף צפון פון מדין האט משה זיך געדארפט צוריק דרייען) ביז ער איז אנגעקומען צוריק צו הר סיני.

נאך אן אינטערעסאנטע רמב"ן איז דא אין דברים א' ו' וז"ל ה' אלהינו דבר אלינו בחרב לאמר על דעתי חורב שם מקום קרוב להר סיני ששם ישבו ישראל בשנה ההיא כי המדבר היה גדול ושם ההר אשר חמד אלהים ושמו סיני ועל כן נקרא כל המדבר מדבר סיני כאלו הוא מדבר הר סיני ואמר הכתוב (שמות יט ב) ויבאו מדבר סיני ויחנו במדבר ויחן שם ישראל נגד ההר שחנו במדבר במקום הנקרא חורב והוא נגד ההר ואפשר שגם ההר גם המדבר יקראו סיני כי שם אילני הסנה רבים ושם סמוך להר מקום או עיר מושב ששמו חורב ושם עמדווהכתוב שאמר (שם ג א) ויבא אל הר האלהים חרבה שבא אל חורב אשר שם הר האלהים והסנה היה בהר ומשה היה בחורב המקום אשר לפניו קרוב לו אשר עמד שם מחנה ישראל שנה ולפיכך אמר (שם פסוק ג) אסורה נא ואראה שיסור מחורב עד ההר ופעמים יקרא הכתוב ההר כן כמו שאמר (שם לג ו) ויתנצלו בני ישראל את עדים מהר חורב כלומר מן ההר אשר בחורב בתחומו או לפניו או ששם כל הארץ חורב וההר בתוכה וכן זכרו תורת משה עבדי אשר צויתי אותו בחורב על כל ישראל חקים ומשפטים (מלאכי ג כב) ירמוז לכל אשר נצטווה בהר ובאהל מועד אשר שם בחורב עכ"ל

דאס שטימט זייער גוט מיט רב הול'ס שיטה אז al horeba איז די פלאץ ווי די אידען זענען געשטאנען ביי מתן תורה
לעצט פארראכטן דורך יום המעונן אום דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”