ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך lebediger berel
»
פרייטאג נאוועמבער 20, 2009 9:50 am
איך וואלט אנגעטראגן צו עפענען א אשכול אדער א אפטיילונג וואו מ'זאל זיך קענען העלפן איינער דעם אנדערן אן זיך צו ווערטלען. הגם דער קרעטשמע איז דאך בעיקר געמאכט פאר געדאנקען האט זיך אבער אסאך געמאכט אז מענטשן דארפן פאקטן נישט קיין עצות. צום ביישפיל דער איד וואס זוכט א דירה. אלזא זאל מען נישט ענטפערן צרת רבים, אדער מ'זאל נישט שרייבן אין זעלבן אשכול אז מען זוכט צו מאכן אפאר דאללער, אויף וואס איך האב אים געוואלט ענטפערן "גיי בארויב א באנק" כ'מיין נישט צו זאגן אז א וויץ טאר נישט אריין פאלן בטעות, אבער מ'דארף וויסן ווי דער חמור שטייט איין, ווייל למעשה האב איך אליין געזען ווי שטארק מ'האט געהאלפן איינער פארן אנדערן דא אין קרעטשמע, איך אליין האב שוין געהאט די זכי' צו העלפן פאר איינעם אין גאר א וויכטיגע נושא און איך האף עס אריין צו לייגן אין מיין קאנטע לעולם שכולו ארוך, נאר דורך דעם וואס כ'האב אנגענומען ערנסט יענעמ'ס פראבלעם. אלזא דער עצה איז צו מאכן א אשכול למשל הילף ביטע, און מ'זאל דארט נאר געבן ערנסטע ענטפערס פאר זאכן וואס מענטשן זוכן וויכטיג.
אז מ'לעבט דערלעבט מען