גוגל נייעס
זענט איר אזא איינער וואס אייער אקאונט איז איבערגעשטאפט פון אימעילס אין ג'ימעיל, און איר דארפט האלטן אינאיין אויסליידיגן אלטע אימעילס פשוט כדי ס'זאל קענען אריינקומען נאך? איך אויך! וואו איר ווייסט שוין מן הסתם קען מען פאר א פאר דאללער צוקויפן סטארדז פלאץ ביי גוגל (הן פאר ג'ימעיל און אויך פאר פיקאסא), די פרייזן ביז היינט זענען געווען נישקשה:
פער יאר:
10 איבריגע גיג, פאר $20.
40 איבריגע גיג, פאר $75
150 איבריגע גיג, פאר $250.
400 איבריגע גיג, פאר $500.
(דאכציכמיר אז איר דארפט מסתם נישט צוקומען צו גיין $500...)
היינט פראקלאמירט גוגל אז זייערע פרייזן זענען שטוינענד געפאלן! זעטס און שטוינטס (פער יאר):
20 איבריגע גיג, פאר $5.
80 איבריגע גיג, פאר $20.
200 איבריגע גיג, פאר $50.
400 איבריגע גיג, פאר $100.
העי, מיט דעם ענדיגט מען נאכנישט:
1 איבריגע טעראבייט (בערך טויזענט גיג), פאר $256.
2 איבריגע טעראבייט, פאר $512.
4 איבריגע טעראבייט, פאר $1024.
8 איבריגע טעראבייט, פאר $2048.
עטס מיינטס אז זיי זענען פארטיג, הע? ס'קומט נאך איין מער, האלטסט אייך אן צום בענקל:
16 איבריגע טעראבייט (יא! זעכצן טעראבייט, אן ערך פון זעכצן טויזענט גיג!!!), פאר $4096 פער יאר!
דארפט איר מער? שיקט אין אישית קיין גרויזי. אפשר וועט ער אייך קענען העלפן, דאקטאר האניג גיבט אויף...