כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט
איר לאכט? איך אויך, אבער אזוי איז געדריקט אויף אים, ומה נענה אנן אבתרייהו, זאלן מיר חלילה טראכטן אז אויף יוסעלע ראזענבלאט - עליו השלום אדער זכרונו לברכה – זאל מען אויף אים באקן א מעשה שלא היה ולא יהיה? נע, מסתמא איז עס אמת. אבער אויב שוין אזוי, איז דאס נישט א חרפה פאר אונז – בני אדם – אז מיר זאלן ליב האבן דאס זעלבע קול וואס פייגעלעך האבן ליב?.
היינט איז זיין יארצייט, יעדעס יאר דערמאנט עס פאר מענטשן זיין קול, זיין שטימע, זיין הארציגן מאלערי, ווי ער פלעגט עס אזוי גוט אראפלייגן.
באמת איז מיר שווער ווייטער צו ציען דאס שטריקעלע פון זיינע מעלות, ווען איך האב אים נישט געקענט, נישט צופיל געהערט און צופיל געוואוסט. איך בין בלויז דא ביים קיבארד, און דערזענדיג און מיין לוח פארצייכנט מיט פיצקעלעך אותיות אז היינט איז זיין יארצייט, האבן מיר אויסגעפלאצט אין א וואט-עווער-איט-מינס, און זיך צוגעזעצט צום ליידיגן פאפיר און עס אנגעסקריבעלט.
איך פערזענדליך – פרובירנדיג עפעס צו טאפן א דופק אויף דעם איד - וואלט אפילו צוגעלייגט אז מיאסעלע עד יאסעלע לא קם כיאסעלע. איר קענט עס אויסטייטשן אויף יאסעלע וואס האט זיך געדרייעט ביים מהר"ל, אדער ביי דעם קינד וואס האלט אינמיטן אריין אדער ארויסמאפן, אדער גאר ביי דעם וואס האט פארראכטן "שיך". ביי מיינע געפילן איז אלעס איינס.
כאפט מיך נישט ביים גענאק, היתכן איך פארשעם אים, ווייל איר וועט פון מיין הייזעריגען האלדז גארנישט האבן, איך קען נישט, איך פארשטיי נישט צו די חזנ'אראציע, קיין כי הוא זה. איין זאך ווייס איך, אז מ'דארף עס באשרייבן, ווייל וויאזוי ס'זאל נאר די באשרייבונג נישט קלעבן, איז אבער פארט זיין יארצייט פונקט אין די וואך פון די "קרעטשמע וואלן".. נו פירט אליין'ס דאס בענדל..
עפעס א שייכות פארמאגן זיי פארט, ווייל ביידע ניצן די "שטימע"..
וואס יא? זאל הרב ר' יאסעלע, ארויפגיין אויבן אין א העכערן היכל, און זיך אריינרייסן ביי די מלאכים אין הימעל, אז ער וויל זיך טרעפן מיט דוד המלך'ן, יא, עפעס קומט זיך אים פארן האלטן א גאנצן עולם יום הקדוש געשפאנט ביי נעילה, אין זיכער איז אז בימים ההם, האבן זיינע מתפללים ווייניגער געדרייוועט זייערע וועגעלעך אין דעם הייליגן טאג, צוליב דעם וואס זיי זענען שעה'ן על גבי שעה'ן געזעצן צוגעקלעבט צו זייערע בענקלעך אויסהערנדיג די אלע הארציגע פזמונות פון די הייליגע תפלות.
קלענערע נסיונות אויף ארויסצוגיין עסן אינמיטן טאג, דאס האט ר' יאסעלע זיכער יא געמאכט, זאל ער דאס ניצן אויבן ביים פמליא של מעלה.
און יעצט, וועט איר וועט האבן די זכי' צו שטיין לעבן אונזער קעניג, דער קעניג דוד, בעט איך אייך יאסעלע, איר זאלט מיט א פלענע טרוקענע שטימע, אן קיין שטילע אדער געדרייטע פעלער, אים אראפלייגן דעם מצב, ווי כלל ישראל מוטשעט זיך אזוי ארום, זאג אים איבער, פארצייל אים נאר, וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט די חתונה פאריגע וואך, וואס דער טאטע האט נישט געקענט באגלייטן דאס קינד אינטערן חופה, ווייל די מוטער פונעם חתן איז שוין בעלמא דקשוט, ליידער.
זאג אים נאר, פאר דוד המלך, וויאזוי ס'גייט אויסקוקן די חתונה א וואך ארום ווען די עלטערן זענען אפ'גע'גט, זאג אים נאר וויאזוי די כלה וויינט שוין יעצט ווען זי דארף זיך טרעפן מיט איר פאטער און אים איבערבעטן פאר די בזיונות וואס זי האט אים געמאכט, יוי, פארצייל אים אלעס, רעד צו אים, זאג אים ס'איז צייט ער זאל שוין דא קומען און אונז ארויסנעמען, זינג אים נאר דעם פסוק: אל תשב פני משיחך, וויין צו אים רעד צו אים, ווען דו ביסט דא געווען האסטו געקענט – דזשאסט פאר די פאן אוו איט – מאכן איינעם וויינען, יעצט ווען די בכיות רייסן זיך ארויס פון יעדעם'ס הארץ פון זיך אליינס, האלט זיך נישט צוריק.
אחרית דבר, פארצייל אים ווי מחותנים וואס מאכן היינט חתונה קינדער, ווי זיי פאלן צוזאם, הארץ אטאקע'ס אויף א שוידערליכן פארנעם, זיך זעהנדיג אין א ים של חובות, וויפיל א שפילער און א בדחן בעטן היינט, יאסעלע, פלעגסט איינרייסן אינטן, רייס איין אויבן אין הימעל, זאלן שוין די געשרייען פון דיר און פונעם כלל ישראל, צוזאמען ארויפגיין און אויפטון דאס זייעריגע.
תהא נשמתך צרורה בצרור החיים.