כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

keep me posted
yield the right of way
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דאס וועט פאדערן א לענגערע הסבר, אבער איך וועל אנהייבן און איך האף ממשיך צו זיין אין א קומענדיגע געלעגענהייט בל"נ.

קודם א הקדמה. פאלסעטאו איז נישט דער נאמען פון א סארט שטימע, נאר די נאמען פון א רעדזשיסטער - register. פארהאן 4 רעדזשיסטערס. יעדע פון די רעדזשיסטערס האבן זייער אייגענע וועג ווי אזוי די שטים-בענדער שאקלען זיך vibration, אן אייגענע פיטש געגענט - כאטש זיי טוען צודעקן (overlap) איינע דעם אנדערן אין פיטש - און אייגענע כאראקאריסטישע קלאנג (sound). די נידריגסטע רעדזשיסטער הייסט אויף ענגליש vocal fry, די נעקסטע וועלכע מיר נוצן אלע אין רעדן און זינגען איז modal voice, דאן פאלסעטאו falsetto, און דאן די פייפער רעדזשיסטער whistle register.

מענער שטימעס ווערן קלאסיפיצירט אין 4 סארט, פון אונטן ארויף: באס, באריטאן, טענאר און קאנטער-טענאר. פארשטייט זיך אז דערין איז נאך פארהאן געוויסע סוב-קלאסיפיקאציעס. ווי אזוי מען באשטימט וועמענס קול איז וואס איז א לענגערע שמועס. בקיצור וועלמער זאגן אז עס ווענדט זיך אין:
1. די רעינדזש פון שטימע vocal range, ווי הויך און נידריג ער קען זינגען.
2. די טעסיטורא, אדער texture פון קול, ד.ה. וואו זיין קול קלינגט שיין (אסאך מענטשן קענען גרייכן גאר הויך, אבער ס'האט נישט קיין טעם).
3. די וואג פון זיין שטימע, א לייכטע אדער שווערע. א גרויסער דגוש ווערט געלייגט דערויף. דאס ווארט "ליריש" ווערט גענוצט צו באשרייבן א קול וואס איז געווענליכע לייכטער און מער בויגזאם. דער לירישע טענאר קען געווענליך גרינגער דרייען און האט א בעסערע קאלעראטור ווי דער "דראמאטישער" שטימע, וואס איז געווענליכע מעכטיגער, רייכער און טונקעלער. (כ'האף מ'פארשטייט מיך.)
4. טימבער: די קאליר פונעם שטימע.
5. וואקעל טרענזישאן פאונטס: ביי וועלכע פונקטן די שטימע ברעכט זיך, גייט ארויף אדער אראפ א טרעפל, און מ'דערקענט א באדייטענדער חילוק פון איין נאוט צום צווייטן. פארשטייט זיך אז דער ציל פון יעדער שטימע לעהרער איז אז זיין סטודענט זאל זיין לעגאטא, צוזאמגעבינדן, smooth, דורכאויס דעם גאנצן פאסאדזשיאו. ס'זאל זיך נישט אפהאקן אין ערגעץ.

געווענליך וועט א זינגער אין א כאר קלאסיפיצירט ווערן לויט נומער 1, די רעינדזש פון זיין קול, ווי ווייט ארויף און אראפ ער גרייכט. א סאלא זינגער וועט זיך אבער ווענדן אין נומער 2, די טעסיטורא -tessitura

נאך איין נקודה. א קאנטער-טענאר זינגט געווענליך אין דעם פאלסעטאו רעדזשיסטער און נוצט דעם מאדעל רעדזשיסטער פאר זיינע נידריגע נאטן.

אבער נאכאמאל, פאלסעטאו איז נישט דער נאמען פון א קאטעגאריע אין שטימע. וואס איז דאס א פאלסעטאו?

פאלסעטאו איז טייטש "פאלש" אויף איטאליעניש. פארוואס קענט איר זיך אליין משער זיין, און אסאך האבן טאקע קריטיקירט יאסעלע פאר'ן נוצן אפט זיין פאלסעטאו, ד.ה. זינגען אינעם פאלסעטאו רעדזשיסטער ווען ער האט זיך נישט געוואלט אנשטרענגען, אדער געהאלטן אז ס'איז גאר שענער (אני הקטן האלט אויך אזוי...). איך האב אמאל געזעהן ווי חזן העלפגוט זאגט פינטשיק'ס ספירת העומר, און ווען ער קומט אן צום פזמון, נו, ווי אזוי זאל איך עס שרייבן, א תנועה אן קיין ווערטער, די מוזיק אינטראו הייבט אן מיט דעם און ס'לויפט דורכאויס דעם שטיקל, א הא א הא אויף ארויף, און דערנאך דריי מאל נידריגער און נידריגער א הההה, אהההה, אהההה, און נאכאמאל א הההה. (אהין וואו מ'טאר נישט לינקען קען מען עס הערן ביי watch?v=9NHChlgHRaA) . איינמאל אינמיטן ניגון חזר'ט זיך איבער דער תנועה איינמאל נאכ'ן אנדערן נאר דער צווייטער מאל מיט איין אקטאווע העכער. דארט האב איך געזעהן ווי העלפגוט זינגט עס נישט מיט קיין קאפ שטימע, אזוי ווי פינטשיק זינגט עס, נאר מיט'ן געהעריגן שטימע. אבער דאס איז ווייל העלפגוט, וועלכער איז ענדערש א קאנטער-טענאר ווי א געווענליכער טענאר, זינגט שוין לכתחילה אין זיין פאלסעטאו רעדזשיסטער.

פארשטייט איר? ווען איינער זאגט אייך "ער זינגט א קאפ-שטימע" אדער "פאלסעטאו", מיינט ער צו זאגן אז דער זינגער מאניפולירט די שטים-בענדער אויף אן אופן וואס ערמעגליכט אים צו זינגען העכער די רעינדזש פון די געווענליכע אדער "מאודעל" שטימע.

אגב, איך האב עס נישט באטראכט אויפ'ן פיאנא, אבער דאכצעך מיר אז יעדער גוטער באריטאן דארף קענען זינגען דעם "ונא אל תפשיעם" און נידריגע פאל פון "המקום ירחם" אן קיין פראבלעמען.

איך ווייס אויך אז יאסעלע האט געהאט גאר א ברייטע רעינדזש. אבער צו זאגן אז ער האט געהאט דריי אדער פיר סארטן שטימעס, איז א רעזולטאט פון איין שטימע קריטיק וואס פרובירט איבערצושטייגן זיין קאנקורענט אין א צווייטע צייטונג אין לויב פון דעם קעניג פון חזנות. איך האב נישט קיין טענות צו זיי, אבער ס'איז נארישקייטן גערעדט.

אין פריערדיגן בלאט האב איך זיך שוין באצויגן דערצו אין רעאקציע צו א באשרייבונג אין עולמו של אבא וועגן יאסעלע'ס שחרית און מוסף:
מעגליך אז דער עולמו של אבא מיינט צו זאגן אז ווען יאסעלע האט געזינגען די נידריגערע טענער האט זיך זיין שטימע געהערט אזוי נאטירליך ווי דאס וואלט געווען זיין שטימע, א באריטאן. ווידער ווען ער איז ארויף האט זיך עס געהערט ווי זיין וואוינארט האט זיך אריבערצויגן צום טענאר געגענט און דייקא דא איז ער אינדערהיים. טאמער דאס איז וואס ער מיינט, נו, אויף דעם בין איך נישט מחולק.


ד.ה. קען טאקע זיין אז עס איז געווען שווער צו קאטעגאריזירן זיין טעסיטורא, ווייל עס האט געקלינגען גוט סיי אלס באריטאן און סיי אלס טענאר. אבער אלס בּאַס? נו, באמת, האט איר אמאל געהערט א ריכטיגע בּאַס זינגען? דאס האב איך געמיינט מיט די ווערטער:
פון קענען זינגען נידריגע טענער ביז זינגען בּאַס איז נאך א שטיקל מהלך.


ודי בזה.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

יודל הערליך.ל..
נאכנישט פינקטליך ארויס וויזוי עס ארבעט אבער בערך..
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4663
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

יוסעלע האט קיין פאלסעטאו נישט געיוזט, ער האט אראפ געבערענגט די העד וואויס נידריג, אדער דין געמאכט די העד וואויס,
מיין teacher וועם איך use רעדט דערוועגען. https://copy.com/IDS3fZ0GFifHHfVO
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יאסעלע האט געלונגן פאלעסעטאו, דין געמאכט שמין געמאכט...

ולהוי ידוע, מען קען זינגן פאלעסעטאו אויך אינעם נידעריגן רעינדזש
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4663
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

אויב דו ווייסט גוט וואס פאלסעטאו איז וועסטו קיינמאל נישט זאגן אז יוסעלע האט געניצט פאלסעטאו!
פאלסעטאו איז ווען די קארדס זענען open און בלויז ליפט (אביסל שטימע) גייט דורך, אויב איך הער רעזינענס און יוסעלע'ס "פאלסעטאו" ? דעמאלטס איז עס קיין פאלסעטאו! פאלסעטאו האט נישט און זיך קיין רעזינענס (ווי די שטימע קלינגט אן און קאפ), העד וואויס יא!
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

ניגון קלי קלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

כ'האב נישט געוויסט אז ס'דא די ניגון קלי קלי אויף לשון קודש כ'פלעג עס נאר קענען אויף יודישע ווערטער.

https://www.dropbox.com/s/v9g0gest1g0o8 ... 9.mp3?dl=0
yield the right of way
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

הערליך הערליך יודל
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

thank you
yield the right of way
אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:34 pm

ניגון: נישט וויט צו גיין (דוד המלך), פון יאסעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת לאמיתו »

האט איינער אפגעשריבען די די ווערטער פון די ניגון דוד המלך ??, אסאך וווערטער קען איך נישט דערהערן
לעצט פארראכטן דורך אמת לאמיתו אום מיטוואך יוני 10, 2015 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חותמו של הקב"ה אמת
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

אפשר איז א פלאן צו מאכן א קווייאיר ביי זיין קבר אויף די הר הזיתים
בילד
ר' יוסלע וועט זיכער מיטוויינען
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

ווייסט איינער מער איבער די צייטונג וואס ער איז אריינגעפאלן אין חובות "אור ישראל"?

דא האבן מיר געטראפן מיט א מעשה פונעם שיניאו רב זי"ע און מיט רבי שרגא פייויל מענדלאוויטש זצ"ל

עס שטייט דארט אז מ'האט דאס געגנבט פון די גרויסע לייברערע... אפשר האט איינער לזיכוי העולם עפעס שיריים...?
לעצט פארראכטן דורך חניוק אום מיטוואך יוני 10, 2015 5:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

2015-05-05-13-41-39-01.jpg
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אמת לאמיתו האט געשריבן: האט איינער אפגעשריבען די די ווערטער פון די ניגון דוד המלך ??, אסאך וווערטער קען איך נישט דערהערן

viewtopic.php?p=788825#p788825
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת לאמיתו »

א גרויסן שכח
חותמו של הקב"ה אמת
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

pesach
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2015 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pesach »

אמת לאמיתו האט געשריבן: האט איינער אפגעשריבען די די ווערטער פון די ניגון דוד המלך ??, אסאך וווערטער קען איך נישט דערהערן


נישט ווייט צו גיין - קען א יעדער-ער זעהן
ווי אונטער א שטיין - אין איין טיפער הייל
ליגט אונזער קרוין - לאנגע יארן שוין
אונזער דוד - מלך ישראל
אוי דוד דוד! שטיי אויף פון דיין שלאף
געטרייער פאסטיך, זאג וואס איז צו טאן
זעה ווי מען שלאכטעט אויס, דיינע שאף
און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן
אבער אז מען וועט הערן דעם שופר של משיח, יא
וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיעך יא
און ער וועט זיך זעצן אויף זיין שטיהל
און וועט זיך געבען אויף זיין פידעלע א שפיל.
און אויף דער מינוט וועט זיך געבן א ריק - פיהלע מוזיקאנטען
און א יעדער איד וועט זינגען דאס ליד - פון תהילים דעם בעקאנטען

און אויך דער ים וועט זיך איינהאלטען קוים
צו שאקלען מיט די בעטלעך
און דער גרינער וואלד וועט קומען באלד
און קלאפען מיט די בלעטלעך
און דוד המלך מיט זיין פידעלע
וועט זיך שפילען א פריילאך לידעלע
און דוד המלך מיט זיין פידעלע
וועט זיך שפיעלן א פריילאך לידעלע
ישראל'קה איז דאך ניי געבוירן
ישראל מיין קיינד גייט ניט פארלוירן
זינגט מיט מיר אט דעם שיר צו דעם לעבעדיגען גאט יא
זינגט מיט מיר אט דעם שיר צו דעם לעבעדדיגען גאט יא

ס'דא נאך א גירסא
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

וואו קען מען הערן ר' ישמעאל בן אלישע
צוויי יארצייטן אין איין טאג...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פון די טעגליכע עפאכע
אטעטשמענטס
2015-06-11-15-21-23-01.jpg
אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:34 pm

א אידישע מאמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת לאמיתו »

א אידישע מאמע ניגון איז אויך שוין אפגעשריבן ערגעץ דא ??
חותמו של הקב"ה אמת
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע:אינעם ניגון

א אידישע מאמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן, זאגט מיר ווער עס קען.
מיט וועלכע טייערע פארמעגן, בענטשט ג-ט אלעמען.

מען קויפט דאס נישט פיר קיינע געלט, דאס קריגט מען נאר אומזיסט.
און דאך אז מען פארלירט דאס, אוי, פיהל טרערן מען פארגיסט.

א צווייטע גיט מען קיינעם נישט, עס העלפט נישט קיין געוויין,
ווער עס האט פארלוירן דער ווייסט שוין וואס איך מיין.

א אידישע מאמע,
עס גיבט נישט בעסער, אויף דער וועלט,
א אידישע מאמע,
אוי וויי ווי ביטער, ווען זי פעהלט.
ווי שיין און ליכטיג איז אין הויז ווען די מאמע איז דא,
ווי טרויעריג פינסטער ווערט, ווען ג-ט נעמט איהר אויף עולם הבא.
אין וואסער אין פייער,
וואלט זי געלאפען פאר איהר קינד.
נישט האלטן איהר טייער,
דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.
אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט,
אזא שיינע מתנה געשענקט פון ג-ט.
נאר איין הארציגע אידישע מאמע,
אוי, מאמע מיין.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע:אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

יאפ היינט איז די יאהרצייט
וואס איז די נאמען יוסף בן?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

קברנה סובניון האט געשריבן: יאפ היינט איז די יאהרצייט
וואס איז די נאמען יוסף בן?

רפא-ל
---
זעה איך אז אויף די מצבה שטייט 'רפא-ל שלם'
דא (70סטע יארצייט) זינגט חזן שטארק יוסף בן רפא-ל
הק' איש ימיני
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע:אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

וואו זינזט עס חזן שטארק?
ס'געווען א מעמד אפצוצייכענען 70 יאר?

וויפיל יאר איז יעצט?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 5:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת לאמיתו »

די ניגון קלי קלי למה עזבתני, די אידישע ווערטער האט איינער ??
חותמו של הקב"ה אמת
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”