טאבאקא האט געשריבן:
לויט ווי איך ווייס, הייסט זיין ספר "שירי יוסף" אדער "תפלות יוסף" זמירות זיכער נישט.
במחילת כבודו, זייט וויסן אז עס איז יא דא.
איך וועל ציטירן פון יאסעלע'ס זון שמואל, וואו ער באשרייבט זיין טאטע איןפרעשבורג:
תקופת פרעשבורג היתה אחד מפרקי חייו הפוריים ביותר גם מבחינת תרומתו לשדה הליטורגיה היהודית. נייר ועיפרון מונחים היו תמיד על שלחן-הלילה שליד מטתו, כדי שאם יקרה ואיזה רעיון מוסיקלי ינצנץ במוחו בעצם הלילה, יוכל להעלותו מיד על הכתב, בלא חשש שמא ישתכח ממנו עד בוקר. בפרק זמן זה פירסם את ספרו "שירי יוסף" – אוסף של מאה וחמישים רציטטיבים ופרקי מקהלה, שהיה בידו לבצע עם אנשי מקהלתו, מקהלה נבחרת בעלה רמה גבוהה. ספר זה נתקבל בהתלהבות ע"י מוסיקאים בני-סמכא ומומחים לליטורגיה היהודית, כגון בלה גוטמאן מווינה, ויעקב באכמאן ואדולף לאצארוס מבודאפעסט.
הוא חגג בהאמבורג את יום הולדתו העשרים-וחמשה ע"י הוצאת קובץ המכיל עשרים וחמשה רציטאטיבים ופרקי תפלה אחרים, שהוא קרא לו בשם "תפילות יוסף". לאחר זמן נוספו עליו שני קבצי אחרים: "זמירות יוסף" ו"שבעה אופני הקידוש".
פארשריבן האט געשריבן:
ער האט אבער אויך געפונען צייט צו לערנען און אין דער צייט ווען זיין שטימע האט זיך געביטן, איז ר' יאסעלע געזעסן על התורה ועל העבודה.
ר' בערל שרייבט גראדע פארקערט אז ער האט געזינגען אין זיינע יונגע יארן אן קיין הפסקות.
פארשריבן האט געשריבן:
ער האט אבער אויך געפונען צייט צו לערנען און אין דער צייט ווען זיין שטימע האט זיך געביטן, איז ר' יאסעלע געזעסן על התורה ועל העבודה.
ר' בערל שרייבט גראדע פארקערט אז ער האט געזינגען אין זיינע יונגע יארן אן קיין הפסקות.
ס'איז נישט ר' בערל'ס חידוש. ער האט בלויז נאכגעשריבן אקוראט וואס הרב ד"ר שמואל האט געשריבן.
ר' יודל אפשר זענט איר מסביר? איך האב אייביג געמיינט אז זיינע נידריגע טענער צב"ש ביי "ונא אל תחייבם" פון הנני, און "המקום ירחם" פון אחינו, ווערן אנגערופן באַס. גלייך ווי קאפ-שטימע ווערט גערופן פאלסעטאו אין מוזיקלישע שפראך. אצינד ווער איך געוואויר אז עס איז גאר אן אנדערע זאך.
ד"א, דאס אז ער האט פארמאגט עטליכע סארטן קולות דערמאנט הרב ד"ר שמואל כסדר אין זיין ביכל, וואו ער ברענגט עס נאך פון מוזיקאלישע צייטונגען. אט האט איר איין ביישפיל: מבקרו המוסקלי של ה"סנט לואיס רפבליק" סבור היה שיש לו שלושה קולות. לעומתו הביע חברו ב"שיקאגו איוונינג אמעריקען" את דעתו, כי קולותיו ארבעה הם במספר.
פארשטייט איר? ווען איינער זאגט אייך "ער זינגט א קאפ-שטימע" אדער "פאלסעטאו", מיינט ער צו זאגן אז דער זינגער מאניפולירט די שטים-בענדער אויף אן אופן וואס ערמעגליכט אים צו זינגען העכער די רעינדזש פון די געווענליכע אדער "מאודעל" שטימע.
אגב, איך האב עס נישט באטראכט אויפ'ן פיאנא, אבער דאכצעך מיר אז יעדער גוטער באריטאן דארף קענען זינגען דעם "ונא אל תפשיעם" און נידריגע פאל פון "המקום ירחם" אן קיין פראבלעמען.
איך ווייס אויך אז יאסעלע האט געהאט גאר א ברייטע רעינדזש. אבער צו זאגן אז ער האט געהאט דריי אדער פיר סארטן שטימעס, איז א רעזולטאט פון איין שטימע קריטיק וואס פרובירט איבערצושטייגן זיין קאנקורענט אין א צווייטע צייטונג אין לויב פון דעם קעניג פון חזנות. איך האב נישט קיין טענות צו זיי, אבער ס'איז נארישקייטן גערעדט.
אין פריערדיגן בלאט האב איך זיך שוין באצויגן דערצו אין רעאקציע צו א באשרייבונג אין עולמו של אבא וועגן יאסעלע'ס שחרית און מוסף:
מעגליך אז דער עולמו של אבא מיינט צו זאגן אז ווען יאסעלע האט געזינגען די נידריגערע טענער האט זיך זיין שטימע געהערט אזוי נאטירליך ווי דאס וואלט געווען זיין שטימע, א באריטאן. ווידער ווען ער איז ארויף האט זיך עס געהערט ווי זיין וואוינארט האט זיך אריבערצויגן צום טענאר געגענט און דייקא דא איז ער אינדערהיים. טאמער דאס איז וואס ער מיינט, נו, אויף דעם בין איך נישט מחולק.
ד.ה. קען טאקע זיין אז עס איז געווען שווער צו קאטעגאריזירן זיין טעסיטורא, ווייל עס האט געקלינגען גוט סיי אלס באריטאן און סיי אלס טענאר. אבער אלס בּאַס? נו, באמת, האט איר אמאל געהערט א ריכטיגע בּאַס זינגען? דאס האב איך געמיינט מיט די ווערטער:
כאב אמאל געהערט אז יאסעלע האט געהאט א דין תורה מיט רויטמאן איבער צוויי ניגונים וואס יאסעלע האט נאכגעזונגען פון אים קול ברמה נשמה און אשמנו מכל עם ווייסט איינער די מעשה?
די פארגאנגענע וואך איז ערשינען א ארטיקל אין המבשר - קהלות, אין די סעריע כנגן המנגן געשריבן דורך ר' פינחס ביכלר [email protected]052-764-5882 מיט דעם קעפל עונג שבת עם מלך החזנים.
אין א געוויסע אמעריקאנער שטעטל האט זיך אויסגעפעלט צו מאכן אן עירוב פאר די ארטיגע וואקסנדע אידישע באפעלקערונג. זיי האבן זיך נאכגעפרעגט אויף א פאסיגן פערזאן, צום ענדע האבן זיי אראפגערופן הג"ר יחיאל שטיינמעץ שליט"א - וועלכער איז אחראי אויפן עירוב אין מאנסי - אויפצושטעלן דארט אן עירוב בכל פרטיה ודקדוקיה. ער איז ארומגעגאנגען מיטן ארטיגן רב אויסצומעסטן און זעהן וואו מען דארף אלס לייגן זוילן און שטריק. שטייענדיג אונטער א געוויסע הויף, קומט ארויס א פרייער איד און פרעגט וואס זיי ווילן. מיט שיינע ווערטער האבן זיי פרובירט צו מסביר זיין, וואס אן עירוב איז, צו וואס נוצט דאס – און אז עס וועט דארפן דא דורכלויפן. ווערנדיג אביסל נאנט מיט זיי, האט זיך דער איד געעפנט דאס הארץ און פארציילט אז ער איז געבוירן דא אין שטעטל, געלערנט אין אידישן חדר און גייט אפילו פון צייט-צו-צייט אין שול. "איך האב שטארק ליב חזנות, בפרט פון יאסעלע'ן!" האט ער פארענדיגט. הג"ר יחיאל האט אים אויפן ארט געזינגן א שטיקל פונעם וועלט-בארימטן חזן, בשעת יענער ווערט גערירט ביז טרערן. פארשטייט זיך אז ער האט גערן איינגעשטימט מען זאל נוצן זיין הויף פאר די געברויכן פונעם עירוב.
דעם פאלגענדן זונטאג איז דער איד געווען ביים רב פון שטעטל און פארציילט מיט גרויס פרייד, אז ער און זיין פרוי האבן אפגעמאכט פון היינט און ווייטער צו היטן שבת!
דאס פאלגענדע סיפור האט שלמה חפץ פון לאס אנדזשעלעס געהערט פון ר' מענדל יאזעפאוויטש ע"ה וואס ער האט אים אליין דערציילט. ר' מענדל האט געשטאמט פון א דערפל שטאַנקאוויטש קאשויער געגנט. ער האט געלערנט אלס בחור אין פרעשבורג בעת ר' יאסעלע איז אויפגענומען געווארן דארט אלס חזן, בסוף ימיו איז ער געווען א מתפלל אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין ב"פ, און ער איז געווען א עד ראי' צו די מעשה. ער האט דערציילט אז ר' יוסף האט מיט זיין גרויסן כוח הנגינה געקענט און פארשטאנען דאס זינגען פון די פייגעלעך, זייערע ציפצען מיט די לעפצן. אין א שיינעם טאג האט ר' יאסעלע זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד מיטן פנים אויף אראפ. מען האט נישט געזעהן זיין געזיכט און ער האט זיך נישט גערירט פון ארט, און ער האט אנגעהויבן צו זינגען און טשיפטשען ווי א פייגל. עס גייט נישט דורך לאנג און דורכפליענדע פייגלעך האבן געהערט דאס טשיפשען און האבן באלאגערט זיין גוף (ר' מענדל האט דאס אראפגעלייגט זייער זיס: די פויגל האבן געמיינט אז דאס איז זייער אויסלייזער, א גרויסער פויגל, זיי וועלן שוין געהאלפן ווערן און מער נישט זיין נע ונד לעולם ועד, אין א בחינה פון "גם צפור מצאה בית ודרור קן לה"...). זאגט מיר ר' מענדל: וואס זאל איך אייך זאגן, עס האט אויסגעקוקט ווי א קאנווענשן פון פייגל פון ארבע רוחות העולם. יעדער צפור האט געטראפן מרגוע לנפשו. עס איז געווען א מחזה אשר לא הי' מעולם, הונדערטער, און אפשר טויזענטער פייגל האבן באלאגערט דעם גאנצן שטח, און ר' יאסעלע האט געזינגען געטשיפשעט וקולו לא פסק. מען האט געקענט זעהן אויף יעדן פייגל א צופרידנהייט צו זיין דארט. אבער די שמחה האט נישט לאנג אנגעהאלטן, ווייל דער בעל אכסניא ר' יאסעלע, וועלכער האט צוגעפירט צו די דרגה פון "יונה מצאה בו מנוח", האט שוין מער קיין כח נישט געהאט צו פארנעמען די שווערע געוויכט און דעם ריח הטוב פון זיינע אורחים, האט ער געמוזט "מגלה פנים"זיין. און אין די רגע פונעם התגלות, ווען די פויגל האבן געזעהן אז דא האנדלט זיך פון א "ילוד אשה", איז דארט געווארן ממש א קאטאסטראפע... יעדער איז זיך צעלאפן אין איילעניש און געזוכט זיך צו ראטעווען דאס לעבן. די פויגל האבן הפנים איינגעזעהן אז עס איז נישט געווען "עוף השמים יוליך את הקול"...
(ר' בערל שווארץ אין "זמירות ישראל" באשרייבט אויך די מעשה מיט קליינע שינויים).
ר' יקתואל הערש ווצ"ב ע"ה האט דערציילט: אמאל בין איך געווען מיטן רבי'ן אויף שבת אין די איסט-סייד – איך געדענק שוין נישט אין וועלכע שול דער רבי האט דאן געדאווענט – דער רבי האט מיך מכבד געווען מיט כל מקדש, האב איך דאס געזינגען מיט יאסעלע ראזענבלאט'ס 'טל' ניגון.
איך בין בכלל נישט זיכער אז עס קומט דא, איך וואלט דאס ליבערשט אריינגעלייגט אין א בין המצרים אשכול, נאר אזוי ווי עס איז גאנץ מעגליך אז עס איז נישט אינטערעסאנט נאר פאר חובבי חזנות, האב איך דאס דא אריינגעשטעלט. (מנהלים ביטע פלאצירט דאס אינעם ריכטיגען פלאץ).
היינט האט מאסטלי מוזיק ריעליסט א ווידעא ווי יאסעלע זינגט צדיק רבי אלעזר, (פאר ווער ס'ווייסט נישט, דאס איז א שטיקל פון קינות ארזי הלבנון ווי מען איז מספיד די עשרה הרוגי מלכות), זיי האבן דאס צולייגט מיט אזוינע צוגעפאסטע בילדער אז עס האט מיר געקאסט אפאר טרערן ביים מיטהאלטן. אנגעפאנגן מיט בילדער פון יאסעלע זעלבסט, צ. ב. ש. א בילד ווי ער איז אנגעטוהן מיט טלית ותפילין, וואס איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געזעהן, אינמיטן פארט מען אריבער דעם אטלאנטיק קיין אייראפע ביים צווייטען וועלט מלחמה, ווי מען פייניגט די אידן, און אזוי ווייטער קיין ארץ ישראל די טעראר אטאקעס, און ווייטער קיין מומביי, וכו'.
שכוח ר׳ יודל מענדלזאהן פאר׳ן אזוי ריכטיג אראפשרייבן אין קלאר ארויסברענגן יסודות פון שטימע. עס איז אמאל שוין געווען דא אן אשכול ווי מאנכע האבן ארומגערעדט אין די נושא, אבער אזוי ווי מען האט דארט געקייט מיסאינפארמאציע געבויעט אויף חלומות האב איך ניטאמאל געוואלט עס אפפרעגן.
איבער יאסעלעס רעדזשיסער וואלט איך געהאלטן אז ער איז ענדערש אין דער באריטאן געגנט ווי אין טענאר. בעסער געזאגט, בין החומות. איך האב כמעט נישט געהערט ביי יאסעלען ער זאל גרייכן די ריכטיגע טענאר נאטן אין זיין פולער שטימע, געווענליך גייט ער אריין אין זיין זיסער פולעסאטא ווען מען דארף קריכן גאר הויך. און מען דארף געדענקן אז אונזערע קאסעטעס אין סידיס זענען בדרך כלל אביסל העכער אין פיטש ווי דער אריגינעל און אויף עטוואס א שנעלערן טעמפא.