קודם כל שלום עליכם טייערע אידן, איך לייען שוין דעי פארעם א שטיק צייט, און איך האב גאר שטארק הנאה פון אלעמען.. עס קימט זיך א דאנק פאר יעדער וואס שרייבט דא, כל אחד בשמו הטב יבורך, און אוודאי פאר די חשובע מנהלים. יעצט נעם איך די מי צו שרייבען די ערשטע מאל דא.
אלס איינער וואס האט זיך אסאך באניצט מיט האמאפעטיק מעדעצינען איז מיר געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען א קאווער סטארי איבער "אלטערנאטיווע מעדעצין" בכללית אין די אויסגאבע"צייטשריפט".עס איז געווען זייער גיט געשריבען און שטארק ארויסגעברענגט די פארשידענע טענת קעגען די פארשידענע סארטען נישט געווענליכע מעדיצינען. זיי שרייבען אז זיי גייען האבען נאך ארטיקלעך איבער דעם אין די קימענדיגע אויסגאבעס. אין די זעלבע צייט האט אויך"די צייטונג – נייעס באריכט"אנגעפאנגען א זייער אינטערסאנטע סעריא ארטיקלען איבער דעם ענין. דערווייל איז עס געוועהן נאר דריי וואכן, און זיי גייען דארעך די גאנצע היסטערי פון מעדיצין אנגעפאנגען פון די 17-הונדרעטס און ווייטער. ס'איז מורא'דיג אינטערסאנט, און זייער גיט געשריבען, און באגלייט מיט זייער שיינע בילדער. כ'האב געוואלט וויסען אויב דער עולם דא האט געליינט די ארטיקלען, און בכלל צו איינער דא האט עקספיריענס מיט די סארט זאכען.
די חברה הצלה פון וויליאמסבורג האט שוין געהאט אזויפיהל קעיסעס אין די לעצטע שטיק צייט וואס מ'האט נישט געפאלגט דעם דאקטאר, און ס'איז געווען פקוח נפש ממש... (אין די לעצטע חודש איז געווען 4 קעיסעס וואס איך ווייס..)
איך האב נישט געוואוסט אז אלע פרויען זענען איינגערעדט אין דעם, האבעך געמיינט נאר מיינס ליידט פון די משוגעת
זינט מיין חתונה שוין פאר א היבשע פאר יאר שלאג איך זיך שוין ארום וועגן דעם, יעדע מאל וואס איך פיל נישט גוט איז אחת דתי אויב איך נעם אנטיביאטיק, לעצטענטס האב איך געדארפט באהאלטן פון איר אז איך נעם מעדעצין,ווייל פאר'ן זוממער ווען איך האב געהאט פאנקיידיס און איך האב גענומען אנטיביאטיק האב איך געכאפט א טוץ קללות פון מיין שווער אז איך הארגע מיך אליינס איך וואלט געדארפט נעמען אביסל גארליק וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים
בקיצור פריי איך מיך כאטש אז דאס איז א צרות רבים!!!!!!!!!!!!
שטארק זיך, איך האב געוואלט שרייבן זייער ענליך.. הויכער, זאג דיין שווער זאל זיך נאכפרעגן ביי די חברה הצלה...
און מיינטס נישט אז איך האלט אז די זאכן זענען גארנישט ווערד, זיכער אז יא, איך האב א דאקטער, (א קייראפרעקטער, אבער ער טוט אויך די נאטורליכע היילונגען..) וואס גיבט אסאאך פון די רעמעדי'ס, אבער נאר פאר פרעווענטיוו קעיר, אדער צו שטארקן די אימיון סיסטעם, אבער ווען איינער האט א עיר אינפעקשן, סטרעפט, וכד', זאגטער קלאר, יעצט פאלג וואס דיין געהעריגע דאקטער הייסט, נעם וואס ער הייסט.
הויכער האט געשריבן:
איך האב נישט געוואוסט אז אלע פרויען זענען איינגערעדט אין דעם, האבעך געמיינט נאר מיינס ליידט פון די משוגעת
זינט מיין חתונה שוין פאר א היבשע פאר יאר שלאג איך זיך שוין ארום וועגן דעם, יעדע מאל וואס איך פיל נישט גוט איז אחת דתי אויב איך נעם אנטיביאטיק, לעצטענטס האב איך געדארפט באהאלטן פון איר אז איך נעם מעדעצין,ווייל פאר'ן זוממער ווען איך האב געהאטפאנקיידיסאון איך האב גענומען אנטיביאטיק האב איך געכאפט א טוץ קללות פון מיין שווער אז איך הארגע מיך אליינס איך וואלט געדארפט נעמען אביסל גארליק וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים
בקיצור פריי איך מיך כאטש אז דאס איז א צרות רבים!!!!!!!!!!!!
דו האסט עס נאך? דארף מען דאס האלטן אין פרידזשידער?
יא, זייער זייער אינטערסאנט. ס'איז מיר גראדע געוועהן א שטיקל פלא (אדער ענדערש איך וואלט געוואלט הערען מער א ביאר) אז דער שרייבער האט ציגעשטעלט דעי מחלה "סקירווי" אלס "צפדינא" פון די גמ'. סך הכל איז זיין ראי' אז עס שטייט אין די גמ' אז עס פאנגט זיך אן אין די מויל אין ענדיגט זיך אין די געדערעם. איז דאס שוין באווייז אז דעס איז צפדינא??
עס איז נישט דעם שרייבער'ס חידוש. אין עברית ווערט "סקורווי" אפיציעל אנגערופן"צפדינה". איך געדענק גראדע א שמועס דערוועגן אין א קובץ וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך "ישיבה אוניווערזיטעט". אויב וועל איך האבן שפעטער א געלעגנהייט וועל איך עס דא צוצייכענען.