פרדס פיגא / נייע זאלן אין וויליאמסבורג
דער זאל האט איבערגעפלאצט (ריפלעיסד) דער אמאליגער "ברכה סימא" זאל אויף קיעפ סט. אינעם געביידע פון בית רחל שולע.
אין מיין באזוך ביי א שמחה די וואך בין איך אזוי ערשטוינט געווארן אז כ'אב פשוט נישט געוואוסט וואו מיך אויסצוגעבן, דערפאר באשלאסן א אשכול אין קרעטשמע וועט זיין די מערסטע פאסיג.
מה אומר ומה אדבר, די שיינקייט פון דעם זאל האט נישט אירס גלייכן אין די גאנצע וועלט!
(מקור: קנ"א.קאם)
שוין פונדרויסן האט זיך אנגעזען א פרישער צוגעבויטער שטיקל וואס האט גלייך מעיד געווען אז דא רעדט מען נישט פון די אמאליגע ברכה סימא וואס פלעגט באטיטלט ווערן אלס א תפיסה-זאל מיט א שיפע פלאר, זוילן אינדערמיט, קאמערציעלע אויסזען וכו' וכו' למטה מעשרה טפחים.
גלייך ביים אריינקומען בין איך באצויבערט געווארן פון די הערליכקייט פונעם לאבי, מיט די גאלערי, די פעינטינג, די מאלדינגס אויפן דאך, עפעס נישט פלעין!! "משוגע צו ווערן" ווי מען רופט דאס.
און די זאל אליינס, פשיהא, הו הא, אין יעדע דיטעיל איז ניכר די שווערע ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט, עס האט זיך פאר קיין פאל נישט געוואלט גלייבן אז דאס איז טאקע די אמאליגע "סימי טעררעס" וואס רוב האבן זיך געשעמט חתונה צו מאכן דארט.
דער דעזיינער ר' אבא חייא טויבער (נישט דער פון די דרשות), א יחיד מומחה אין זיין פעלד, האט מייסטערהאפטיג באוויזן צוזאמצוברענגען די אמאליגע אלטע דעזיין פון די באלקאניס מיטן היינטיגען סטיל און געשמאק, זיין הויפט קונץ וואס ער האט דא באוויזן איז געווען צו באצירן די ווענט מיט אזא 'קאסטום-מעיד' דעזיין וואס האט ריפלעקטעד די אלד-אמעריקען סטייל פון די באלקאניס און דאך אזוי קונצליך אריינגעבלענדט מיט א זעלטענעם חן און טעם.
כדי אוועקצונעמען די פראבלעם פון די זוילן אינדערמיט האט אויסגעפעלט צו "אויסדרייען" דעם זאל כדי מען זאל עס צעטיילן אין די ברייט אנשטאט אין די לענג. דאס האט מכריח געווען אויסצודרייען דעם קאך צו דער זייט כדי עס לענגער צו מאכן און דער צעטיילונג זאל קענען זיין העלפט אויף העלפט צווישן מענער און פרויען.
אבער ווען מען רעדט פון אויסדרייען, דאס טוט מען נישט מיט אפאר תגובות אין קרעטשמע. אסך ארבעט, קאפ און מוח האט אריינגעלייגט דער בויער שרגי הירש וואס איז באוואוסט מיט זיין טאלאנט אין בויעריי ביי די 'קאנסטראקשן פארום'.
"איך זאג אייך דעם אמת, דער זאל איז פול שנער ווי עטרת אברהם, ממש הערליך, איך בין נתפעל!" רופט זיך אן א בארא פארק'ער אידל פון די עליטע גאטשעס.
גרונם מיסאדאוויטשא פון א בליק אויף חנוכה האט געזאגט באגייסטערט פאר זיין חבר און קאזין זבולון מאסרי פון הויך דער בושער "דו ווייס, דע האלל איז א האלל, סי דע זאך, אמאל איס עס געווען א פלעינע". זיי האבן זיך פונאנדערגעשיידט מיט א בויע נויזשעס.
יעדער אנע אויסנאם איז געשטאנען אין א "באטראכטונג פאזיציע" מיט די קאפ ארויף, שיעף, אראפ, געבויגן, גראד, טייל האבן גענוצט די הענט צו שפירן די מאטעריאל, די טיילס, די הארדווער וואס איז גענוצט געווארן כדי נהנה צו זיין מיגיע כפם.
א באזונדערע ארבעט איז אריינגעלייגט געווארן אין די ווענט מיט אירע געשמאקע פעינטינג און רואיגע קאליר וואס האט בארייכערט די אטמאספערע אינעם זאל אויף אן אומבאשרייבליכן פארנעם.
איך בין געשטאנען דארט ממש באצויבערט ביז גאר און זיך נישט געקענט גלייבן אז פון ברכה סימא איז אויסגעשטיגן אזא פראכטיגן זאל, מיט א אויסטערלישן שיינקייט, עלעגאנטיש, קעניגליך, מאיעסטעטיש ביז גאר.
ארויפקוקנדיג אויפן דאך האט מען דאך געקענט פון זינען אראפגיין. פינף מאסיווע הענג לייכטער מיט קרוב צו הונדערט ליכט אין יעדעס איינע האבן אראפגעהאנגן מיט אזא מין פראכטקייט אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן! די בליטשקעדיגע קריסטאל האט געלויכטן ווי דער זון. דאס איז און צוגאב צו נאך צענדליגער קלענערע הענג לייכטער וואס באצירן דעם זאל רינגס און ארום.
צוליב די הויכע דאך אינעם זאל האט אויסגעפעלט אז די ריזיגע טשענדעליערס זאלן זיין מאטאריזירט וואס קען זיך אראפלאזן צו טון פאררעכטונגען ווען נייטיג.
אבער...
דאס איז נאר דער גשמיותדיגער.. חלק פונעם נייעם זאל, די חיצוניות ווי חסידישע ספרים רופן דאס.
די הויפט מעלה איז דא אז דאס איז צוגעשטעלט געווארן אויך בפנימיות פאר די בערזל אין קעשענע, פארלאנגענדיג א מינימאלע סומע פון די מחותנים פון בלויז 9,000 א נאכט ביידע זייטן, אריינגערעכענט מוזיק וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די זאל פארוואלטונג.
א מוראדיגער דורכברוך אין די חתונה שוועריגקייטן היינטיגע צייטן.
(מפי השמועה האט דאס טיילווייז מנדב געווען דער באקאנטער נגיד ר' אליעזר קעסטענבוים נ"י, נישט קאנפירמירט דורך קנ"א)
מיר האבן זיך אויך דערוואוסט אז אין דער נאנט פלאנירט מען איבערצובויען די אנדערע זאל וואס געפינט זיך אויף דער אנדערער זיין פון דער געביידע, און לויט דעם ווערסיע וועט יענער זאל טאקע נישט זיין אזוי רייך געבויט אבער וועט דינען מער די אינטערעסן פונעם ציבור מיט מינימאלע פרייזן, בעת דער יעצטיגע זאל "פרדס פיגא" וועט עטוואס העכערן דעם פרייז צוליב די אומגעהויערע קאסטן פון איבערבויען.
איך האב נישט קיין בילד, אויב איינער קען אפירזוכן ביטע ארויפלייגן.
דיס ריפארט איז ברויט טו יו נישט אום פסח גערעדט ביי שוועמל עט מאשרום סיטי, אינטערנעט.קאם.
בעק טו יו גרויזי..