שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה! היינט מיטוואך פסח שני ווערט אין א מזל'דיגע שעה באנייעט דער נייער פרעכטיגער זאל, וואס ווערט גערופן מיט׳ן פאסיגן נאמען
״עדן לאנדא” Eden Landau –
נדבת לבו נדיב בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה הרב יואל לאנדא שליט״א, נזר נדיבי מחזיקי מוסדות סאטמאר, ווען עס קומט פאר די ערשטע שמחת תנאים אויף גאר אן עלעגאנטן און בעל בתיש'ן פארנעם, פאר צוגענגליכע פרייזן אזוי ווי אין די אנדערע הערליכע ״פרדס״ און״נזר״ זאלן.
דער נייער "עדן לאנדא" זאל וועט אי״ה שטיין אין באנוץ לטובת די טויזנטער אנ״ש תושבי שכונת גערי-טרופ און דעם אומגעגענט, לשמחות צאצאיהם למזל טוב.
די חשובער חברי וועד אולמי סאטמאר האבן די לעצטערע טעג אריינגעלייגט גרויסע כוחות איינצוארדענען אלע לעצטע דעטאלן און נויטיגע איינריכטונגען אז די שמחות זאלן קענען אפגעראכטן ווערן מתוך שמחה והרחבת הדעת. די הנהלת הישיבה טוט דערמיט פארפילן די ביטע און פארלאנג פון אנ"ש והורי המוסדות, צו קענען אפרעכטן שמחות אויף א צוגענגליכן פארנעם און מיט פרייזן וואס זענען שווה לכל נפש,
דער נאבעלער שריט פון הנגיד ר' יואל שליט"א מיט די צוזאמארבעט פון די הנהלת המוסדות ווערט טאקע באגריסט דורך אלפי תלמידי וחסדי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג בכלל און איינוואוינער פון די ארטיגע געגנט בפרט, וואס האט ממש ווי אויפגעבליעט אלס א ריכטיגער עיר ואם בישראל זעלסט מיט אלע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צוגעהערן.