פרדס פיגא / נייע זאלן אין וויליאמסבורג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

פרדס פיגא / נייע זאלן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס איז פאר אייך באקאנט אודאי אז אין די טעג האט זיך געעפענט א נייער איבערגעבויטער זאל אין עואב"י וועא"מ ירושלים תובב"א דאמעריקא יצ"ו וואס טראגט דער נאמען "אולם פרדס פיגא".

דער זאל האט איבערגעפלאצט (ריפלעיסד) דער אמאליגער "ברכה סימא" זאל אויף קיעפ סט. אינעם געביידע פון בית רחל שולע.

אין מיין באזוך ביי א שמחה די וואך בין איך אזוי ערשטוינט געווארן אז כ'אב פשוט נישט געוואוסט וואו מיך אויסצוגעבן, דערפאר באשלאסן א אשכול אין קרעטשמע וועט זיין די מערסטע פאסיג.

מה אומר ומה אדבר, די שיינקייט פון דעם זאל האט נישט אירס גלייכן אין די גאנצע וועלט!
(מקור: קנ"א.קאם)
שוין פונדרויסן האט זיך אנגעזען א פרישער צוגעבויטער שטיקל וואס האט גלייך מעיד געווען אז דא רעדט מען נישט פון די אמאליגע ברכה סימא וואס פלעגט באטיטלט ווערן אלס א תפיסה-זאל מיט א שיפע פלאר, זוילן אינדערמיט, קאמערציעלע אויסזען וכו' וכו' למטה מעשרה טפחים.

גלייך ביים אריינקומען בין איך באצויבערט געווארן פון די הערליכקייט פונעם לאבי, מיט די גאלערי, די פעינטינג, די מאלדינגס אויפן דאך, עפעס נישט פלעין!! "משוגע צו ווערן" ווי מען רופט דאס.

און די זאל אליינס, פשיהא, הו הא, אין יעדע דיטעיל איז ניכר די שווערע ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט, עס האט זיך פאר קיין פאל נישט געוואלט גלייבן אז דאס איז טאקע די אמאליגע "סימי טעררעס" וואס רוב האבן זיך געשעמט חתונה צו מאכן דארט.

דער דעזיינער ר' אבא חייא טויבער (נישט דער פון די דרשות), א יחיד מומחה אין זיין פעלד, האט מייסטערהאפטיג באוויזן צוזאמצוברענגען די אמאליגע אלטע דעזיין פון די באלקאניס מיטן היינטיגען סטיל און געשמאק, זיין הויפט קונץ וואס ער האט דא באוויזן איז געווען צו באצירן די ווענט מיט אזא 'קאסטום-מעיד' דעזיין וואס האט ריפלעקטעד די אלד-אמעריקען סטייל פון די באלקאניס און דאך אזוי קונצליך אריינגעבלענדט מיט א זעלטענעם חן און טעם.
כדי אוועקצונעמען די פראבלעם פון די זוילן אינדערמיט האט אויסגעפעלט צו "אויסדרייען" דעם זאל כדי מען זאל עס צעטיילן אין די ברייט אנשטאט אין די לענג. דאס האט מכריח געווען אויסצודרייען דעם קאך צו דער זייט כדי עס לענגער צו מאכן און דער צעטיילונג זאל קענען זיין העלפט אויף העלפט צווישן מענער און פרויען.

אבער ווען מען רעדט פון אויסדרייען, דאס טוט מען נישט מיט אפאר תגובות אין קרעטשמע. אסך ארבעט, קאפ און מוח האט אריינגעלייגט דער בויער שרגי הירש וואס איז באוואוסט מיט זיין טאלאנט אין בויעריי ביי די 'קאנסטראקשן פארום'.

"איך זאג אייך דעם אמת, דער זאל איז פול שנער ווי עטרת אברהם, ממש הערליך, איך בין נתפעל!" רופט זיך אן א בארא פארק'ער אידל פון די עליטע גאטשעס.
גרונם מיסאדאוויטשא פון א בליק אויף חנוכה האט געזאגט באגייסטערט פאר זיין חבר און קאזין זבולון מאסרי פון הויך דער בושער "דו ווייס, דע האלל איז א האלל, סי דע זאך, אמאל איס עס געווען א פלעינע". זיי האבן זיך פונאנדערגעשיידט מיט א בויע נויזשעס.
יעדער אנע אויסנאם איז געשטאנען אין א "באטראכטונג פאזיציע" מיט די קאפ ארויף, שיעף, אראפ, געבויגן, גראד, טייל האבן גענוצט די הענט צו שפירן די מאטעריאל, די טיילס, די הארדווער וואס איז גענוצט געווארן כדי נהנה צו זיין מיגיע כפם.

א באזונדערע ארבעט איז אריינגעלייגט געווארן אין די ווענט מיט אירע געשמאקע פעינטינג און רואיגע קאליר וואס האט בארייכערט די אטמאספערע אינעם זאל אויף אן אומבאשרייבליכן פארנעם.

איך בין געשטאנען דארט ממש באצויבערט ביז גאר און זיך נישט געקענט גלייבן אז פון ברכה סימא איז אויסגעשטיגן אזא פראכטיגן זאל, מיט א אויסטערלישן שיינקייט, עלעגאנטיש, קעניגליך, מאיעסטעטיש ביז גאר.
ארויפקוקנדיג אויפן דאך האט מען דאך געקענט פון זינען אראפגיין. פינף מאסיווע הענג לייכטער מיט קרוב צו הונדערט ליכט אין יעדעס איינע האבן אראפגעהאנגן מיט אזא מין פראכטקייט אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן! די בליטשקעדיגע קריסטאל האט געלויכטן ווי דער זון. דאס איז און צוגאב צו נאך צענדליגער קלענערע הענג לייכטער וואס באצירן דעם זאל רינגס און ארום.

צוליב די הויכע דאך אינעם זאל האט אויסגעפעלט אז די ריזיגע טשענדעליערס זאלן זיין מאטאריזירט וואס קען זיך אראפלאזן צו טון פאררעכטונגען ווען נייטיג.

אבער...
דאס איז נאר דער גשמיותדיגער.. חלק פונעם נייעם זאל, די חיצוניות ווי חסידישע ספרים רופן דאס.
די הויפט מעלה איז דא אז דאס איז צוגעשטעלט געווארן אויך בפנימיות פאר די בערזל אין קעשענע, פארלאנגענדיג א מינימאלע סומע פון די מחותנים פון בלויז 9,000 א נאכט ביידע זייטן, אריינגערעכענט מוזיק וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די זאל פארוואלטונג.

א מוראדיגער דורכברוך אין די חתונה שוועריגקייטן היינטיגע צייטן.

(מפי השמועה האט דאס טיילווייז מנדב געווען דער באקאנטער נגיד ר' אליעזר קעסטענבוים נ"י, נישט קאנפירמירט דורך קנ"א)


מיר האבן זיך אויך דערוואוסט אז אין דער נאנט פלאנירט מען איבערצובויען די אנדערע זאל וואס געפינט זיך אויף דער אנדערער זיין פון דער געביידע, און לויט דעם ווערסיע וועט יענער זאל טאקע נישט זיין אזוי רייך געבויט אבער וועט דינען מער די אינטערעסן פונעם ציבור מיט מינימאלע פרייזן, בעת דער יעצטיגע זאל "פרדס פיגא" וועט עטוואס העכערן דעם פרייז צוליב די אומגעהויערע קאסטן פון איבערבויען.


איך האב נישט קיין בילד, אויב איינער קען אפירזוכן ביטע ארויפלייגן.

דיס ריפארט איז ברויט טו יו נישט אום פסח גערעדט ביי שוועמל עט מאשרום סיטי, אינטערנעט.קאם.
בעק טו יו גרויזי..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שעמעל, זייער זיס צולייגט.
וויפיל פלעגט קאסטען אמאל א חתונה און סימא טערעס?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לויט מיין אינפאו וועט זיין צוויי חתונה זאלען מיט דריי קלענערע זאלען
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

טענקס שוועמל! זייער שיינע באריכט, גאר גוט באשריבן!

געהערט האב איך אז די 1 מען בענד וואס זיי שטעלן צו אין די $9000 פעקעדזש איז דער שוין היינט באקאנטער "נפתלי משה שניצלער" כ'האב עס נישט קונפירמד.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יא, עס איז נפתלי משה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יעצט האב איך געפונען אייניגע בילדער אין ככר השבת
http://www.kikar.net/article.php?id=19837
אטעטשמענטס
pardas1.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח שוועמל, האסט אפשר בילדער וועלכע ווייזן דעם אנדערן זייט זאל, כ'וויל פשוט וויסן וואס מען האט געטוהן מיט'ן סטעדזש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער סטעיזש איז געבליבן אומבארירט, דארט זיצט דער כלה אויפן שטוהל ביים קבלת פנים.

כדי אויסצוגראדן דעם פלאר האט מען אראפגעגראבן מיט טרעקטערס צו דער אנדערער זיין פונעם סטעיזש. זעהט אויס אז דער וועג האט זיך ענדערש געלוינט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אלעס פיין און וואול, אבער וואס איז דער גרויסער "דורכברוך" ? עטרת אברהם איז יא שענער, קאנטינענטעל איז מער עלעגאנט. וועלכע חלק איז דער געוואלדיגער דורכברוך אז דו ביזט געשטאנען אזוי באצויבערט און נישט געקענט אראפ נעמען די אויג?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מן הסתם דער געדאנק פון א הערליכער זאל און פארט עפארדעבל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אריין אין עפארדעבל אשכול..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס מיך שטערט איז, אז די מענטשען וואס פלעגן ביז יעצט חתונה מאכען און ברכה סימא, די מענטשען האבען דערלייגט!
יא, די מיטל קלאס מענטשען האבען צובאקומען נאך א זאל און א פיל שענערע זאל וואו ויואל משה און בית רחל, אבער די ארימע קלאס מענטשען האבען דערלייגט דא.
נאך איינער זעהט עס א-וואו איך?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך מיין אז ניין טויזענט דאלאר אלעס אינקלאדעט איז היבש 'עפארדעבל', יא, מען קען נאך גיין נידריגער, אבער עס איז פארט ביליג.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שטארקי זיכער,
אבער דו פארשטייסט מיין פוינט?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטארק זיך, ס'איז עפארדעבל, אבער נישט ביליג... קוק אן אולם עקשטיין, 6,000 דאללער.

פאר די פרייז קען מען האבן ויואל משה, ראוז קעסטל, (די אונטערשטע.) און בית רחל.

-----
געלעגער האקט אריין...

אה און שיעור פארגעסן, מ'האט גענומען א ביליגע זאל, און געמאכט טייער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ר' שעפטיל שיקט מיר דאס אין אישית.

די תגובה האב איך יעצט געוואלט שיקן צו די ברכה סימה אשכול, מאיזה סיבה שיהי' גייט עס נישט

יא, עס זענען דא וואס גייען דערלייגן. די אלע ברכה סימה שפילער און גראמער גייען מער נישט באקומען קיין ברכה סימא קאסטומער, אבער דעם בעל שמחה גייט נאך קאסטן ווייניגער ווי אמאל, מיטן אלטן ברכה סימא און אירע ביליגקייטן. זייער פשוט: עס איז אכט אהאלב - צו 9 גאר - טויזנט דאללער, וואס אין דעם איז אינקלודעד דער זינגער שפילער בדחן פאטאגרעפער און בלומען-צושטעלער, א שטייגער ווי עטרת חי' שרה אין מאנסי, (איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אולם עקשטיין אין מאנרא, אויך א עפארדעבל זאל, איינער ווערט געבעטן צו ברענגען דעטאלן)

משא"כ אמאל האט דאס געקאסט אכט אהאלב-ניין טויזנט, אנעם שפילער-בדחן וכו', פלאס אז די אום-עטישער אויסזעהן פונעם זאל האט געמאכט אוממעגליך פאר ס'רוב פונעם היימישן עולם חתונה צו מאכן דארטן.




אולם עקשטיין איז די זעלבע זאך פאר 6,000...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאטורליך;
צו וואס זיך טענה'ן אויף א פאקט צי ס'יז יא שענער צי נישט. האסט עס שוין באזוכט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וויכי איך בין נישט פונקטליך באקאנט מיט די הוצאות וואס קאסטן היינט אפ אין די חתונה נאכט אבער לאמיר נעמען נומערן.

ויואל משה - 12,000
בית רחל - 11,500
קאנטינענטל - 17,000
עטרת אברהם - 20,000
ראוז קעסטל - ?
קאנקארד - 13,500
אימפעריעל - 13,000
צו די אלע פרייזן קומט נאך צו: זינגער, מוזיק, בלומען, פאטאגרעפער, בדחן. וואס קאסטן צווישן 5,500 - 11,000.
סא ווי האלטן מיר?

מיט די נייע פרדס זאל איז די פרייז 9,000
אריינגערעכענט: זינגער, מוזיק, בלומען, פאטאגראפער (ביזן חופה). בדחן שוין נישט וואס איז נאך ארום 1000 - 1400.
אויב רעכענט מען צו די נייע הערליכער זאל איז עס אפילו ביליגער פון די אמאליגע ברכה סימא ווייל מענטשן וואלטן צוגעצאלט א טויזענטער+ כדי חתונה צו מאכן אין א עטישער זאל. און דאס איז דער ציל דערפון ארויסצוהעלפן די מיטלגאטיגע, ווייל די פון קאנטינענטעל וועט עס נישט גארנישט אוועקנעמען און פון עטרת אברהם זיכער נישט. אבער פאר די וואס האבן געמוזט גיין קיין ויואל משה - בית רחל וכדו' וועט עס נידערן די הוצאות מיט עטליכע טויזענט דאלער.

ווידער פאר די ארימערע האט מען צוגעשטעלט צוויי ברירות, אדער אביסל א שענערע זאל און ס'וועט טאקע קאסטן מיט א טויזענטער מער, אדער גייט מען איבערבויען די אנדערע זאל אינעם בנין וואס וועט זיין נאך ביליגער אבער אויסקוקן וועט עס ווי אולם עקשטיין (אדער ברכה סימא טערעס).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שוועמל, האסט א טעות, ויאל משה, 25,000, בית רחל, 30,000, עטרת אברהם, 1.5... וואס טרייבסטו איבער נאמבער'ס?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פרעג דיין טאטן, צי וואס זיך טענה'ן אויף א פאקט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שוועמל האט געשריבן: דער סטעיזש איז געבליבן אומבארירט, דארט זיצט דער כלה אויפן שטוהל ביים קבלת פנים.


געהערט האב איך אז א חלק סטעידזש איז אראפ גענגאנגען די סטעפס ארויף איז שוין נישטא
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

שוועמעל, איך האב געשריבען נאך עטליכע שורות אבער די באהערדע דא האט עס אפגעמעקט. שרייב מיר אין אישית וועל איך דיר מסביר זיין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35861
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאטורליך, פארוואס טאקע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joba »

איך האב דעם שבת גערעדט צי א מחותן וואס האט דעם חשון חתונה געמאכט אין ויואל משה אין ציגעשטעלט די מינימום, אין די טויטעל, נאכען זינגער שפילער בדחן בלימען פאטעגראפער איז אויסגעקומען א גאנצע צוואנציגער,
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”