אליעזר ווייסהאט געשריבן:↑דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:11 pm
אז מ'האט ארויף געברענגט די אשכול, האב איך קודם געליינט די ערשטע בלאט, און ס'איז צו שטוינען אז געוויסע האלטן אז פרדס איז גארנישט אזא געוואלדיגע זאך, ווייל די זאל וואס איז קודם דארט געווען איז געווען עטוואס ביליגער,
כ'האב פשוט נישט געקענט קומען צי זיך
כ'האף ביסט שוין געקומען צו זיך...
זיי בעסער מסביר וואס דו פארשטייסט נישט, מ'האט למעשה אוועקגענומען די זאל פון די וואס האבן געזוכט גאר ביליג. עס פלעגט זיין חתונות דארט נאך אלעם, אין די גרויסע בילד האט מען זיכער מער אויפגעטוהן מיט די פרדס זאלן, אבער די מענטשן וואס האבן געזוכט די ביליגסטע איז יעצט נישטא מער אזאנס.
כ'גלייב אז כינור דוד אין ק"י איז ביליגער ווי פרדס, אזאנס פעלט אין וויליאמסבורג
יעצט געהערט קראנט אז די נייע זאל אויף וואלווארט (מהר"א) גייט קאסטן אויפן האר די זעלבע ווי פרדס קיין דאלער נישט מער אדער ווייניגער. בין איך נישט זיכער צו דאס איז מיט לייוו מוזיק אדער א MP3...
די נייע זאל אויף וואלווארט (מהר"א) גייט קאסטן 13,000
עס איז דא א חילוק פון 'עושר' און 'בעל בתיש' א עושר זאל ביטע חתונה מאכן אין איינע פון די אנדערע זאלן אין שטאט און לאזן דאס פלאץ פאר די אנדערע קלאסן.
בעל בתיש איז די אפטייטש ער מאכט שיין פרנסה קאווערט זיך קען אפשר אויך חתונה מאכן אין קאנטינענטל הגם ער וועט עס גוט שפירן אין די קעשענע, אזא איד זאל חתונה מאכן אין פרדס סיי ווייל ער קען נוצען די פאר דאלער און ווי אויך עס זאל זיין א נארמאלע סטאנדארט דארט חתונה צו מאכן פאר די בעל בתישער ארימאן וואס כאפט זיך צו ווי ער קען נאר שפארן און נישט זיך שפירן ווי א ארימאן.
די וואנעבי עושר העלפט נישט גארנישט ער וועט ווייטער חתונה מאכן אין קאנטינענטל/עטרת אברהם אפילו עכטע עשירים מאכן חתונה אין פרדס פונקט ווי ער דרייווט א יוקאן כאטש עס איז דא עשירים וואס דרייווען א האנדא
איך ווייס נישט אויב ס׳איז אמת אז מ׳לייגט אוועק דעיטס פאר גבירים/עסקנים/שוויצערס אזוי ווי איר שרייבט. אבער יא איז עס אז שיינע און ביליגע וועג צו מכיר טובה זיין די גבירים/עסקנים/שוויצערס, ס׳דארף באגריסט ווערן
סראלי קומט אלס אריין 'אומפארטייש' צו פארענטפערן די 'פארטיי'
קוק אהער די זאל איז נתנדב געווארן דורך א נדבן מיט מעשר געלד גרינגער צו מאכן פאר די נצרכים, ווילסט מכיר טוב זיין דיינע חברה בעט וואלווי פון העריטעדש ער דען דיר צושטעלן שיינע זאכן, עס איז אבסוראד אז פאר וועם מען האט עס מנדב קען קען נישט געהעריג צוקומען צו עס.
די נדבן האט איינמאל מנדב געוועהן די בויען לאמיר זאגן טאקע פון מעשר געלט .. אבער נאכדעם רעדט מען פון דעים וואס די מוסדות גיט אוועק די פראפירט דערפון טעגליך