עס איז מיר אנגעקומען א בריוועלע וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:
איך וואוין אין קרית יואל. איך זוך א חברותא ביינאכט צייט אין די געגענט פון 9 ביז 10. איך וואוין אין די געגענט פון פראג, און וויליג צו גיין צופיס ביז ביהמ"ד אוהל פיגא אדער ביז איינס פון די דריי הגדול שולן ביי גארפיעלד\פארעסט, נישט ווייטער פון דעם.
איך האב א תאוה צו לערנען יו"ד ח"א הלכות בשר וחלב, אבער דאס איז בלויז א זייטיגע תאוה, די הויפט זאך וואס איך זוך איז א חברותא צו לערנען סיי וועלכע לימוד.
אויב קענסטו מיר ארויס העלפן מיט דעם העל איך דיר זיין שטארק דאנקבאר.
הצלחה רבה וכל טוב.
---
מען קען זיך מעלדן ברבים אין דעם אשכול, אדער צו מיר אין אישי (ליידער האב איך נישט קיין געהעריגע צוטריט דיזע טעג, אבער איך וועל מיך משתדל זיין צו פרובירן ענטפערן ווי אמשנעלסטן צוליב די זכות פון זיכוי הרבים בתלמוד תורה כנגד כולם)