אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)
פאנגוס אויף נעגל? לייגט ארעגענאו.....
וואס לאכסטו דארט? יאא! האסט גוט געליינט,
ער שרייבט דארט בערך אזוי,
יארן וואס איך האב געליטן אויף פאנגעס הארטע הויט קראצן אויף די פיס (איינער דא ווייסט וואס ס'מיינט?)
איין טאג האב איך נישט געטראפן די שמירעכץ ""האב איך געלייגט ארעגענאו""
איר זענט וואך? יא.
אויב טרעפט איר נישט די שמיראכץ לייגט מען???
נישט קעטשאפ, נישט לעמען דזשוס, נישט וויניגער, נאר.... ארעגענאו....
יא, מגייט צו די קאונטער און מ'זוכט אויף א באטעל ארעגענאו און היידא, מ'גיסט אריין און די זאקן און פארטיג!
מ'ווייסט מער נישט פון קיין פראבלעמען,
נו, אז המספיק זאגט אז ארעגענאו איז גוט, פארוואס זאל איך נישט פראבירן?
געגאנגען, איך ריף אן א היים און איך זאג אן אז די וואך ביי די ארדער זאל מען צוקויפן א קלייניקייט, א שאכטל ארעגענאו,
אקעי, אויב מעג איך פרעגן, פארוואס דארפסטו דאס?
כ'מעך ג'שעמט צו זאגן, כ'על שוין רעדן אינדערהיים, זאג איך, אקעי ביי.
ביינאכט פארן שלאפן גיין, כאפ איך אריין נאך א לעצטע קראץ, מ'שטיינס געזאגט, מארגן ווייס איך מער נישט פון קיין קראצעניש, פאנגעס, הארטע הויט,
איך טוה אן א זאק'ן אויף די פיס און איך שפריץ אריין פון די ארעגענאו מעשה,
וואס זאל איך אייך זאגן?
די גרוך איז געוועהן זייער אומהיימליך, די רום האט ג'שמעקט פון פיצא, די פיס האט היפש ג'ציפט, באקוועם איז אויסדריקלך נישט געוועהן, אבער וואס טוהט מען נישט פאר די פיס....
איך שלאפ איין מיט א שמייכל, מארגן גייט זיין די גרויסע טאג.....
כ'שטיי אויף אינדערפרי,
אזא דיסעפוינטמענט, אזא פאלאפ,
מיין פיס גרוכט אוועק פון די ארעגענאו, כ'שעמ'ך צו גיין און מקוה,
ווער וואס ווען, אלעס ביים אלטען, מיין פיס קראצט געהעריג הארטע הויט מיט פונגס וואו גארנישט וואלט געוועהן!
איך ווייס נישט צו המספיק האט מיך געמיינט דא צו פארשעמען אדער זיי האבן פשוט נישט געקוקט פארן אריין לייגן די בריוו, אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיי האבן געטריבן קאטאוואס פון מיר און גרויסן,
נעקסטע וואך פארט אריין א בריוו וואס גייט זיך ליינען בערך אזוי,
ברעכענדע אויפדעקונג:
ליידט איר אויף וואקס און די אויער?
טוהט וואס מיר האבן געטוהן און בעזר השם וועט איר מער נישט ליידן,
פילט אן ביידע אויערן לעכער מיט טוט פעסט,
לאזט עס א גאנצע נאכט,
צופרי לייגט אריין א קאטען באלל געווייקט מיט שמן זית, לאזט עס דארט פאר פיר און צוואנציג שעה, און נאכדעם וועט איר זיין א געהאלפענער בעזר השם,
בדוק ומנוסה,
(איך האב עס געטוהן פערציג טעג און געזעהן גרויסע ישועות)
און מיט דעם פארטיג איך צו מיין דברי מחאה,
החותם בכאב לב וברגלים סרוחות,