ביי אונז חסידישע קרייזען פירט מען זיך נישט צו זאגען קיין יוצר שבת חנוכה, עס איז אבער כדאי אנצומערקן אז עס איז פארהאן קהילות וואו עס איז דא א מנהג צו זאגען יוצר ביידע שבתים של חנוכה, די יוצרות זענען פון פארשידענע מחברים אזוי ווי ביי די אנדערע ימים טובים און ד' פרשיות, און איז געדרוקט אין פארשידענע אוצרות פון תפלות וכדו'.
אויף היברו-בוקס איז פארהאן אסדר היוצרות לכל השנהגעדרוקט אין קראקא בשנת שמ"ט, דארט אויף דף15הייבט זיך אן די יוצר לשבת ראשונה של חנוכה און שפעטער אויף דף 20 איז די יוצר לשבת שניה.
א קלארערע ווערסיע איז פארהאן אינעם סידורכל בו, עס וואלט כדאי געווען אז אונזערע חובבי יוצרות ופיוטים זאלען באהאנדלען די יוצרות פון חנוכה, סיי פון א היסטארישע און ביבליאגראפישע שטאנדפונקט, און סיי איר רייכע תוכן (עס געפינען זיך דארט פארשידענע מעשיות וענינים פון חנוכה).
דער קדוש איז זייער שכיח אינם ענדע פונעם ערשטען שטיקעל פון יוצר, עי' למשל דער פריעדערגער שטיקעל לשבת ר"ח אונז זאג מיר בכלל נישט יוצרות ביי ברכת יוצר, משא"כ די אשכנזים דער כלבו זאגט מי שיפגל עצמו בבשר חזיר, דאס בפי' געדענק איך נישט, אבל עי' סוף סוכה
כדאי אויך צו אויפמערקן אז דער פייטן אינעם ערשטן פיוט מער צו די ענדע, ווען ער ברענגט די מעשה יהודית, נעמט ער אן ווי דעם מדרש [דאכציך אין אוצר מדרשים - וואס כנראה הי' לפני הב"ח ועוד] אז מעשה בבתו של יוחנן כהן גדול איז דער אנהויב און נאכדעם קומט א גרויסער וכו' וואס ענדיגט זיך צו מיט יהודית'נס אפהאקן דעם שר צבא אליפורני'ס קאפ, ד"ה אז דאס איז 2באזונדערע פרויען, בת יוחנן כהן גדול האט אנגעצונדן איר משפחה זיך אנצונעמען פארן כבוד און טהרה פון אידישע פרויען, און נאך זייער נצחון ווען דער מלך האט געשיקט אויף זיי אן עם רב בראש פון אליפורני האט "יהדות" אים אומגעבראכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אינעם צווייטען שבת חנוכה דעם ערשטען שטיקעל איז דא די מעשה מיט אנדערע פרטים אויך איז דארט דא שיינע מליצות יונים ליונים, חשמנים לחשמונים, כדרכו של ר' מנחם בן מכיר ועיין שם בתחלה שכותב "מנורה וחג וחק ושם מנעו לשמור" מנורה, פשוט, חג, הכוונה לסוכות כידוע המדרש, חק, מילה, שם, לכאורה שביטלו מלקרוא שם יהודי, או אולי, שם הכוונה שאסור להזכיר שם השם
אינעם לעצטען שטיקעל איז דא א לשון וואס איך זיך פשט "מופתי בת מררי, למטה ראובן הבכורי, יחוסה לשבח כארי, יהודית בת בארי" אגב אין אוצר התפילות איז אויך דא עטליכע שטיקלעך צו צולייגען אין שיינע שבתים פאר ובדברי קדשך, פון יהודה בן שמואל... (ר' יהודה החסיד?) ובשבת חנוכה הנוסח דעה חדשה יחדש, וידוע השקלא וטריא אודות דעה חדשה או דת חדשה,בסלוק לשבת החדש, ומסופקני אם יש ראי' מכאן לשם
ס'איז געוואלדיג רייך סיי אין תוכן און סיי אין די ווערטער-אויסלייג, ס'איז דא א ספר "כהונה ומלכות", א הערליכע פירוש אויף די יוצרות פון שבתות חנוכה (כהונה) און אויף די קרובץ פון פורים (מלכות),
Professional bookkeeping for your small business [email protected]| 347-708-2079
משיח האט געשריבן:
ס'איז געוואלדיג רייך סיי אין תוכן און סיי אין די ווערטער-אויסלייג, ס'איז דא א ספר "כהונה ומלכות", א הערליכע פירוש אויף די יוצרות פון שבתות חנוכה (כהונה) און אויף די קרובץ פון פורים (מלכות),
והוא פלאי האט געשריבן:
אינעם לעצטען שטיקעל איז דא א לשון וואס איך זיך פשט "מופתיבת מררי, למטה ראובן הבכורי, יחוסה לשבח כארי,יהודית בת בארי" אגב אין אוצר התפילות איז אויך דא עטליכע שטיקלעך צו צולייגען אין שיינע שבתים פאר ובדברי קדשך, פון יהודה בן שמואל... (ר' יהודה החסיד?) ובשבת חנוכה הנוסח דעה חדשה יחדש, וידוע השקלא וטריא אודות דעה חדשה או דת חדשה,בסלוק לשבת החדש, ומסופקני אם יש ראי' מכאן לשם
ביים יוצר לשבת חנוכה איז דא א פיוט 'שני זיתים'. אין ווירמייזא האט מען זיך געפירט אז מען האט אנגעהויבן אינמיטן די פיוט ביים שטיקל ממלכה ממושכה, מה הפשט?
דער חות יאיר (אבד"ק ווירמייזא) שרייבט סימן רל"ח בזה"ל: בימי חורפי הי' לי פתחון פה עם זקן אחד בעל תורה ודיין בק"ק וורמיישא על שתמהתי מאוד על מנהג זר שמתחילין מאורה דשבת חנוכה ממלכה ממושכה והוא באמצע הפיוט כי התחלתו שני זיתים וכו', והשיבני כי שמע מפי זקני גדולי הקהילה כי בשעת הגזירות נשרפו כל סדרי תפילות ומחזורים ובאשר לא הי׳ בנמצא הדפוס היה מחזור א' וסידור מעריבים ויוצרות א' לקהל או למשפחה, וזמן רב אחר עבור זעם שחזרו ונתיישבו מתי מספר אמרו מה שמצאו מפיוטים שנשאר ובאשר מצאו מאורה הנ"ל רק חציה כאוד מוצל מאש אמרו רק חציה שלא לבטל המנהג לפי שעה, ונקבע אח"כ למנהג קבוע.
דער פיוט 'אין צור חלף' פון ערשטן שבת חנוכה ווערט דערמאנט אין ספר חסידים (סימן תר"ז, לכמה דפוסים) בזה"ל: ויש שלא רצה לומר 'אין צור חלף' ומת בתוך שלושים יום עכ"ל.
(ואין זה קושיא על מנהגינו כי כבר דשו בו רבים כידוע)
משיח האט געשריבן:
ס'איז געוואלדיג רייך סיי אין תוכן און סיי אין די ווערטער-אויסלייג, ס'איז דא א ספר "כהונה ומלכות", א הערליכע פירוש אויף די יוצרות פון שבתות חנוכה (כהונה) און אויף די קרובץ פון פורים (מלכות),
ווער עס ווייסט ווי מען קען דאס באקומען, זאל מיר עכ"פ מודיע זיין באישי, און איך וועל אים זייער דאנקבאר זיין איך זיך דאס שוין עטליכע יאר, ולא זכיתי לזה
נעכטען האב איך אביסל אריינגעבליקט אין די הערליך ניי איבערגעזעצטע "סידור המפורש" , בין איך אנגעקומען צו קרובץ לפורים, נו ס'איז דאך שוין אין די שלושים יום, האב איך אנגעהויבן צו קוקן האט ער דארט א הקדמה, בין איך געוואר געווארן א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב ביז איצט נישט געוואוסט און באמערקט, קרובץ הייבט זיך דאך אן יעדע שטיקל מיט א ווארט פונעם פסוק ויאהב המלך את אסתר וכו', זע איך דארט אז די לעצטע זאץ פון יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט א ווארט פון די פסוק ומרדכי יצא בלבוש וכו', און ווייטער אלע אנדערע גייט לויט די א"ב, דאס הייסט אזוי די ערשטע ווארט פונעם ערשטן זאץ איז פונעם פסוק ויאהב די צווייטע ווארט איז לפי סדר הא"ב, די קומענדיגע זאצן הייבן זיך אן לפי סדר הא"ב יעדע ברכה א אנדערע אות, די לעצטע הייבט זיך אן מיט א ווארט פונעם פסוק ומרדכי , און די צוויטע ווארט הייבט זיך אן מיט א אות פון די נאמען פונעם מחבר אלעזר בריב קאליר,
דא האט איר פון די ערשטע צוויי ויאהב א'ומן וכו' א'מנה חמש וגו' ומרדכי א'ומץ וכו' המלך ב'כס וכו' ב'קמים כל נשם וכו' יצא ל''מררו וכו' ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט האב איך לאמיך מיטיילן מיטן ציבור אפשר וועט נאך איינער הנאה האבן דערפון
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט, עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.