גניבות ספרותית: מחברים המתלבשים בטליתם של אחרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

2 נוסחאות אין א עפיזאד, בשם הג"ר אשר אריאלי און הג"ר חיים מנדל ברודסקי פון טאראנטאו איידעמער פון הג"ר נחום פרצוביץ, וואס האבן געהערט דעם עפיזאד מפיו, איין איידעם דערציילט עס אזוי און איינער אזי.

א קורצע צייט נאך דעם וואס די ספר פון בריסקער רב על הרמב"ם איז ארויס פון דרוק האט איינער אפגעדרוקט אין א קובץ א גאנצע שטיקל פונעם ספר בלשונו על שם עצמו און ווען מ'האט איהם געפרעגט מאי האי האט ער גענטפערט
1. דעם שטיקל תורה האב איך אליין מחדש געווען, און אפשר נאך אפילו פאר דער בריסקער רב, נאר וואס שרייבן האט ער געקענט בעסער ווי מיר האב'ך גענומען זיין לשון.
2. אין בריסק איז די אופן ווי אזוי מ'שרייבט אזאך אליין א גאנצע שטיק תורה, און אזוי ווי איהר פארשטייט אז עס קען זיין אז איך האב אליין צוגעטראפן צום בריסער רב'ס חידוש האב איך דאס מאל אויך צוגעטראפן צו זיין לשון.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

קוקט אריין אין ספה''ק פלא יועץ מהה''ק מהארניסטייפל ח''ב דרוקן זיי דארט פרישע סחורה מכתב יד וואס מ'האט שפעטער געטראפן אות באות אין ספה''ק בת עין
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

הסרפד האט געשריבן: א זעליכע "זכרון גנבות" (כמאמר העולם: דער זכרון איז א גנב) איז דא לרוב, לויט וואס איך געדענק, אין דער בעלזער סעריע מהר"ש-מהר"י-וכו', בפרט תורות פון'ם הפלאה.

ביטע פארברייטערן.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

חסידישער יוד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן: א זעליכע "זכרון גנבות" (כמאמר העולם: דער זכרון איז א גנב) איז דא לרוב, לויט וואס איך געדענק, אין דער בעלזער סעריע מהר"ש-מהר"י-וכו', בפרט תורות פון'ם הפלאה.


קלפהולץ האט געגנבעט אדער די בעלזער רעבעס?
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ויצויין אז אין בעלזא הייסט דער סעריע כלל נישט מקורות'דיג.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חסידישער יוד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן: א זעליכע "זכרון גנבות" (כמאמר העולם: דער זכרון איז א גנב) איז דא לרוב, לויט וואס איך געדענק, אין דער בעלזער סעריע מהר"ש-מהר"י-וכו', בפרט תורות פון'ם הפלאה.

ביטע פארברייטערן.

איך האב א מאהל געהערט א געוואוסע ווארט בשם מהר"י, וואס איז גאהר פון'ם הפלאה. ווען איך האב געפרעגט איינער וואס קען זיך א ביסל אויס מיט הרב קלאפהאלץ'ס סעריע, האט ער מיר געזאגט אז ער געדענקט אז ער האט געטראפן אזעליכס נאך א פאהר מאהל.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

קלאפהולץ איז נישט אנגענומען און בעלזא וויבאלד ער איז געוועהן א מתנגד צום היינטיגען רב, נישט וויבאלד ער האט גע'לקח'ענט פון פנים יפות.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ראש הקהל האט געשריבן: קלאפהולץ איז נישט אנגענומען און בעלזא וויבאלד ער איז געוועהן א מתנגד צום היינטיגען רב, נישט וויבאלד ער האט גע'לקח'ענט פון פנים יפות.

נשתנו הטבעים: די היינטיגע בעלזערס שרייבן אויף איהם (ענדליך) ' ר'' און ' ז"ל'.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אין דער כרכי "לקט אמרי קודש", שרייבען זיי כסדר א מקור צום 'תורה', ווען זיין וועלן האבען זיי וועלעכע מקור וועלן זיי נוצען יענעם מקור אנשטאט 'קלאפהולץ', דארט ווי קלפהולץ איז דער איינציגסטער מקור וועלן זיי שרייבען "לקוטים". זיי מערקן דאס נישט אן אין דער מבוא.
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

עמער ווארטן אויף'ן "הבינה והברכה" פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א.

אגב שבאגב: פר' ואתחנן אין לקט ווערט געבראכט א הפלאדיגע גימטריא תורה וואס מהר"א ז"ל האט געזאגט פאר הגרא"ב ווסרמן ז"ל און למעשה שטייט עס אין מגלה עמוקות. [יכול להיות כמה דברים אך אני כתבתי מציאות הדברים].
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

ראש הקהל האט געשריבן: קלאפהולץ איז נישט אנגענומען און בעלזא וויבאלד ער איז געוועהן א מתנגד צום היינטיגען רב, נישט וויבאלד ער האט גע'לקח'ענט פון פנים יפות.

זאגט ר' יוסל אז בר מן דין זענען זיינע ספרים נישט הונדערט פראצענט...
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אין אסאך ספרים זעהט מען אז "לקיחה לקיחה משדה..." האט געשפילט א ראלע.
איך האב אמאהל יארן צוריק געהערט א טענה, אז ער האט דארט אריין געלייגט זיינע אייגענע חידושים. איך האב אבער נישט געזעהן אין דעם קיין פראבלעם היות דאס איז מתחת לקו. אויף די בילדער פון ר' יצחק דוד'ס שבע ברכות זעהט מען איהם אין עטליכע בילדער.
לכאורה איז נישט דא דער פלאץ אנצוצייכענען זיינע געפילען אויפ'ן בילגרייע רב איז געוועהן און פארוואס. אי"ה עוד חזון.
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

האט מיר געזאגט א ידיד מיינס וואס איז איינגעשטעלט אין איינער פון די בעלזער מכונים אין אמעריקא [געדענק עך נישט די נאמען פונעם מכון אויפן מינוט], אז איבערגייענדיג די תורות פון ר' ישראל קלאפהאולץ האט מען רובא דרובא תורות געטראפן די מקור פון וואנעט ער נעמט דאס, אבער עטליכע תורות האט נישט געקענט דערגיין ביז לעצטענס פון ווי ער האט דאס גענומען. עפעס לעצטענס איז געווען אויף איינער פון די אוקשענ'ס א גאנצע בינטעלע פון קלאפהאולצ'עס קאלעקשען, און דארט איז געווען א רייע פון בלעטער וואס ער האט געהאט צוגעשריבן אז דאס זענען געשריבן געווארן דורך עטליכע בעלזער יושבים. די בלעטער זענען אנגעקומען צום מאכנאווקער רבי אין בני ברק, ער האט גלייך איידענטיפייעד ווער די כותבים זענען, און איבערגעגעבן די כתבים פאר זיינע יונגעלייט וואס זענען עוסק אין די ענינים. נאכן איבערקוקן די תורות האבן די יונגעלייט געזאגט אז אין די בלעטער ווערן געברענגט צווישן אנדערעס אלע תורות וואס ביז יעצט זענען זיי געווען אומ'מקורות'דיג, און יעצט איז נתגלה געווען געווארן זייערע מקור.
אפשר זאג איך נישט נאך די אלע דעטאלן מיט די גרעסטע מאס פונקטליכקייט, אבער בערך כך הי' המעשה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כ'מיין דער ספר עטרת יהושע פון רבי משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים עיה"ק, אין א געוויסע זין קען אויך דא אריין קומען אין דעם אשכול. אסאך פון זיינע טייטשען אין אויספיר זעהט מען קלאר בספרי דברי יואל, ייטב לב, און פון אנדערע, אי"ה עוד חזון.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

חסידישער יוד האט געשריבן: עמער ווארטן אויף'ן "הבינה והברכה" פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א.

אגב שבאגב: פר' ואתחנן אין לקט ווערט געבראכט א הפלאדיגע גימטריא תורה וואס מהר"א ז"ל האט געזאגט פאר הגרא"ב ווסרמן ז"ל און למעשה שטייט עס אין מגלה עמוקות. [יכול להיות כמה דברים אך אני כתבתי מציאות הדברים].

אפשר צייכענסט דו אן ווי דער מגלה עמוקות איז.
למה זה תשאל לשמי...
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

פאר די וועלכע הערן די שיעורים פון רבי אשר אריאלי שליט"א איז אויך באקאנט, אז אסאך מאל קען רבי אשר זאגן געוואלדאוונא חידושים אהנע דערמאנען אז דאס איז פון זיין שווער ז"ל, און אז מ'קוקט אריין אין חידושי/שיעורי רבי נחום זעהט מען גאר אז דאס זענען די שווערס חידושים.
נאכנישט פערטיג.
ווידער זענען פאראן אזעלכע חידושים וואס זענען גאר פון רבי נחומ'ס שווער, רבי חיים שמואלעוויץ ז"ל, וואס ווערן ווייטער נישט דערמאנט פון ווי זיי קומען נאר זענען באקאנט ביי תלמידים אז דאס איז רבי חיימ'ס א ווארט.
די תשובה דערויף איז, אז די געדאנקען גאנג לויפט אויפן זעלבן סטיל, און סיי רבי חיים, סיי רבי נחום, און סיי להבחל"ח רבי אשר, זענען נישט קיין מחדשים אינעם חידוש, נאר ברענגן ארויס די הכרח צו דעם מהלך, טא נישט אייביג פאלט איין אז די שווער האט שוין באטאנט דעם קוועטש אדער געמאלט יענעם דיוק.
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

והוא פלאי האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן: עמער ווארטן אויף'ן "הבינה והברכה" פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א.

אגב שבאגב: פר' ואתחנן אין לקט ווערט געבראכט א הפלאדיגע גימטריא תורה וואס מהר"א ז"ל האט געזאגט פאר הגרא"ב ווסרמן ז"ל און למעשה שטייט עס אין מגלה עמוקות. [יכול להיות כמה דברים אך אני כתבתי מציאות הדברים].

אפשר צייכענסט דו אן ווי דער מגלה עמוקות איז.

רק שמעתי.
[יש רנ"ב אופנים...].
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

שמע מינה האט געשריבן: פאר די וועלכע הערן די שיעורים פון רבי אשר אריאלי שליט"א איז אויך באקאנט, אז אסאך מאל קען רבי אשר זאגן געוואלדאוונא חידושים אהנע דערמאנען אז דאס איז פון זיין שווער ז"ל, און אז מ'קוקט אריין אין חידושי/שיעורי רבי נחום זעהט מען גאר אז דאס זענען די שווערס חידושים.
נאכנישט פערטיג.
ווידער זענען פאראן אזעלכע חידושים וואס זענען גאר פון רבי נחומ'ס שווער, רבי חיים שמואלעוויץ ז"ל, וואס ווערן ווייטער נישט דערמאנט פון ווי זיי קומען נאר זענען באקאנט ביי תלמידים אז דאס איז רבי חיימ'ס א ווארט.
די תשובה דערויף איז, אז די געדאנקען גאנג לויפט אויפן זעלבן סטיל, און סיי רבי חיים, סיי רבי נחום, און סיי להבחל"ח רבי אשר, זענען נישט קיין מחדשים אינעם חידוש, נאר ברענגן ארויס די הכרח צו דעם מהלך, טא נישט אייביג פאלט איין אז די שווער האט שוין באטאנט דעם קוועטש אדער געמאלט יענעם דיוק.

גערעכט.
...כי אם ליראה וגו'
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

כ'האב שוין געשריבען און א שוין געמעקטע תגובה, אז כמעט אלע לקוטים ספרים זענען ריסייקעלט תורות, געטוישט מיט שינוי רשות און קנין משיכה.

למשל יא, אז מ'רעד פון בעלזא, דער באקאנט לעצטע תורה וואס מהר"א האט געזאגט אויף ולמדתם את בניכם, כימי השמים על הארץ, שעי"ז שילמוד על בניהם יוכל להיות בבחינת הולך אף לאחר פטירתו, עכ"ד.

דאס איז שוין א באקאנט ווארט וואס דער כתב סופר פ' תצוה מביאו בשם אביו מרן החתם סופר זצ"ל, ודו"ק ותמצא.

ליתר שאת, ס'דא א שיין ספר אלף המגן שי"ל ע"י הגאון רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א מבאבוב, וואס דער השוואות און יענער ספר איז להפליא, יעדע תורה וואס איז גענומען פון ספרים וואס זענען מפי השמועה ברענגט ער גאר פריעדיגע מקורות מבטן מי יצאו אלה הדברים, עיי"ש וימצא נחת ויונעם לך...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ראש הקהל האט געשריבן: כ'האב שוין געשריבען און א שוין געמעקטע תגובה, אז כמעט אלע לקוטים ספרים זענען ריסייקעלט תורות, געטוישט מיט שינוי רשות און קנין משיכה.

גייסט זעט אויס מיטן כלל אז מען קען קוקן שווארץ צו וואס קוקן ווייס...

זייט מוחל וויפיל מאל זעט איר מחדש חידושים און דערנאך טרעפט איר זיך זאגן דעם ברוך שכיוונתי ווייל איר האט דאס געטראפן שוין שטיין אין פריערדיגע? איך האב דאס שוין געהאט צענדליגע צענדליגע מאל, ווען איך זאל ווען ארויסקומען מיט א ספר מיט די אלע חידושים וואלט זיך א ראש הקהל אויף אייוועלט אויפגעשטעלט שרייען אז איך בין א פשוטער גנב... איי איך האב דעם חידוש אליין מחדש געווען, און וואס בין איך שולדיג אז פריערדיגע האבן עס שוין אויך מחדש געווען? אמת גערעדט איז מען טאקע נישט שולדיג נאר דאס ווייזט אז מען גייט אויפן גראדן וועג...

און פארשטייט זיך אז נישט דאס איז די נושא פון דעם אשכול, יעדער האט זיך זיין כח החידוש און דאס אז איינער האט עס שוין מחדש געווען מאכט נאכנישט דעם שפעטערן בעל מחדש פאר א גנב. די נושא האשכול איז ווען מען האט געוויסט אז די חידושים זענען פון פריערדיגע און מען האט עס מלבש געווען בטלית שלו.

בתקוה להבנה.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9105
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ועל כגון דא שמעתי לומר משמי' דהאדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א (איינער האט אים אמאל געזאגט נאכן טיש אז די תורה וואס ער האט געזאגט שטייט דארט און דארט, ואמר על זה):
ווען איינער פארט אויפן גראדן וועג, טרעפט ער אנדערע מענטשן אויך, ווען איינער פארט אויף קרומע און פארדרייטע וועגן טרעפט ער נישט קיינעם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

גאר א ווייטע צו שטעל: מהר"א מבעלזא ז"ל נהג ללמוד בכל יום נועם אלימלך או קדושת לוי [ליקוטי שושנים וליקוטים של קדו"ל], מספר ר' יצחק לנדא שפעם הקרא לפניו באחד מספרים הנ"ל תורה עה"פ פתחו לי שערי צדק והבחין שכבר הקרא לפני מהר"א אותה תורה מספר השני והעיר זה למהר"א ואמר מהר"א "יא יא אזעלגע יודן קענען זאגן די זעלבע זאך".
...כי אם ליראה וגו'
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מי יודע האט געשריבן: ועל כגון דא שמעתי לומר משמי' דהאדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א (איינער האט אים אמאל געזאגט נאכן טיש אז די תורה וואס ער האט געזאגט שטייט דארט און דארט, ואמר על זה):
ווען איינער פארט אויפן גראדן וועג, טרעפט ער אנדערע מענטשן אויך, ווען איינער פארט אויף קרומע און פארדרייטע וועגן טרעפט ער נישט קיינעם

און די ווארט זעלבסט שטייט שוין אויך פון פריערדיגע....
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

אקעי למעלה משבעים איים סארי באט יו מיסט מיי פוינט.

יא אמת, ס'דא א שיין ווארט פון מרנא החתם סופר ז"ל, המהלך בדרך יחידי מתחייב בנפשו, אז ווען איינער לערנט, און פרעגט קשיות, און אויב זעהט ער אז ער האט נישט צו געטראפן צו פריעדוגע גדולים מיט זיינע קשיות, איז א סימן אז ער לערנט קרום, והוא מתחייב בנפשו, עכ"ד.

איך רעד אבער, און פעלער, ווען דער רבי ווייסט יא איה מקום כבודו פונעם תורה, נאר דער חסיד האט נישט אויף געפאסט פון וועם דער רבי זאגט עס נאך, און לייגט עס אויף זיין רעביס נאמען, אדער כגון דא ווען דער רבי זאגט בכלל נישט דער מקור, און דער חסיד ווייסט נישט און לייגט עס ארויף אויפ'ן רעביס נאמען, און בדרך כלל אזוי זענען דו אלע מפי השמועה ספרים , יא, מלבש בטליתם של אחרים, געגנבעט.

למשל איך גלייב באמונה שלימה אז דו באקאנטע ווארט פון הדברי יואל אויף אשתי תיסרנו ומתורתך תלמדינו אז דורך לערנען הלכות יסורים קומט מען אפ יסורים, האט דער רבי נאך געזאגט אדער האט ער געוויסט ס'איז א בעלזא טייטש, און דער שומע וואס האט עס געהערט פון רבי, האט עס ארויפגעלייגט אויפן דברי יואל'ס נאמען, ווען ס'שטאמא פון בעלזא,

לדוגמא בדידי הוה עובדא. כ'בין א כותב פאר א געוויסע אדמו"ר שליט"א, וואס זיין מהלך איז עפי"ר געבויט אוים הקדמות פון ספרים, און ער איז מוסיף א טייטש און אן אנדערע פסוק צי מדרש וכדומה, איין יאר נאכ'ן ימים נוראים, נעם איך פונעם אדמו"ר זיינע תורות במשך היו"ט, זאגט ער מיר, אז א חסיד וואס איז געקומען פון ארץ ישראל האט אפגעשריבען אלע תורות במשך החג, און כ'זאל עס איבער קוקען, למעשה האט זיך אויסגעשטעלט, אז דער חסיד האט נאר אויף געכאפט דער הקדמה וואס דער רבי האט גענוצט, און געלייגט אויפן רעביס נאמעם, און דער טייטש וואס דער רבי האט מוסיף געוועהן, האט ער נישט געשריבען צו בכלל געדענקט.

און דאס איז וואס איך מיין, הן אמת, קען זיין דו אלע ספרים האט דער רבי געזאגט דער בחינה, און נאך עפעס מוסיף געוועהן, אבער דער הוספה האט דער חסיד נישט געדענקט, און געלייגט דו תורה אויף זיין רעביס נאמען.

חוץ מזה, וואס איז דא קליינע באקאנטע פריעדיגע טייטשען, אז ווען מ'זאגט עס פאר'ן חסיד, יון ענד יון, זאגט מען נישט דער מקור, און דער חסיד לייגט עס אויפן רעבינס נאמען, למשל
און בחצר הקודש זעה איך אפט ווי סקווערע רבי זאגט אסאך מאל: ביי חסידים האט מען געטייטש כל היום חונן ומלוה, אז מ'געט זיף מיט תלמידים, וזרעו לברכה, זעהט מען נחת און הצלחה ביי דו אייגענע קינדער, אבער כל בר בי רב וועט מודה זיין אז דאס איז א ווארט פון בארדיוב'ער רב הגאון רבי חיים אברהם ארענשטיין זצ"ל שאמר לרבו החתם סופר ז"ל והובא בהקדמת ספרו דברי אברהם,

קען זיין איך ברענג מיך נישט גוט ארויס, אבער ווער ס'פארשטייט פארשטייט...

איך האלט נישט אז דער רעביס אליין זענען גנבים ח"ו, אבער זייערע חסידים האבען אנגעמאכט א געפערליכע מיש מאש בעולם הספרים.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ראש הקהל האט געשריבן: לדוגמא בדידי הוה עובדא. כ'בין א כותב פאר א געוויסע אדמו"ר שליט"א, וואס זיין מהלך איז עפי"ר געבויט אוים הקדמות פון ספרים,

וועלכע רבי ניצט זיין ראש הקהל אלס שרייבער ?
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”