וויאזוי ווערט מען א בעל דרשן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3038
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

וויאזוי ווערט מען א בעל דרשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

צוביסלעך צוביסלעך ווערט פונעם עולם א לייט, דאווענען קען מען שוין, דיינות קען מען שוין אויך, שרייבן קען מען זיכער, איצט דארף מען קענען רעדן....

איידער מ'גייט רעדן וועגן רעדן, בעט איך א בקשה אז נאכדעם וואס יעדער וועט ארויס קומען פון דא א פארטיגע רעדנער, זאל מען נישט איבערלאזן די פאך פון שרייבן, און נאך אלץ שרייבן ווייטער נישט נאר רעדן, (בעיקר מגיב זיין אויף מיינע ארטיקלען) רעדן אליין איז א מעלה, און שרייבן אליין איז אויך א מעלה, אבער ווען עס איז דא אלע ביידע וועט זיכער זיין א שלימות, דעריבער האפן מיר אז מיט די צייט וועט דער עולם קענען סיי רעדן און שרייבן אוודאי,

לערנען רעדן מיינט נישט ווי מ'לערנט א קינד רעדן ביי די 1 יאר, נאר רעדן איז מלשון רעדנער דאס מיינט לערנען וויאזוי מ'ווערט רעדנער'ס – דרשנים,
די וועלט זאגט אז די ערשטע יאר לערנט אויס א טאטע דאס קינד רעדן, און פון דאן און ווייטער האלט דער טאטע און איין זאגן ער זאל זיין שטיל....,
אדער א ענדליכע מאמר, א טאטע לערנט אויס א קינדע רעדן, ווידער א קינד לערנט אויס דעם טאטן שווייגן...,
בקיצור דער עולם זאל רעדן ווי רעדנער'ס נישט ווי קידנער...

מ'פארציילט אויפן לובלינער ר"י רבי מאיר שפירא זצ"ל, אז ער פלעגט מאכן זיינע תלמודים פאר רעדנער'ס, (עטליכע תלמודים זענען נאך דא מיט אונז לאוי"ש ווי הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט"א והגאון גאב"ד מעלבארן – ועכשיו בסיגיעט שליט"א וואס זענען טאקע בארימטע גוטע רעדנערס) איינע פון די וועגן וואס ער האט אויסגעלערנט די תלמודים צו רעדן איז געוועהן (אזוי זאגט מען) אז מ'האט אריין געברענגט דעם תלמוד אין ביהמ"ד מיט צוגעבינדענע אויגן און אזוי מיט פארבינדענע אויגן האט ער געמוזט זאגן די דרשה, צומאל איז די ביהמ"ד געוועהן פיל און צומאל איז ער געוועהן ליידיג, אזוי האט מען זיך אויסגעלערנט איבערצוקומען די אימת הציבור.

סוף כל סוף זענען אלע אקטיווע שרייבער'ס גוטע דענקער'ס, יעדער האט גוטע געדאנקען, שיינע רייעונות, בליציגע איינפאלן, און אפי' א לשון לימודים און א רייכע שפראך, נאר וואס, ער זאגט דאס ארויס אין א ליידיג ביהמ"ד, דער שרייבער זיצט אין בעסמענט אין שיקט עלעקטעראנישע תגובות, ארטיקלען, תורות, דרשות, וכדומה, אבער ארויס צו קומען צום פאבליק איז אים א פראבלעם, איז טייטש איז דא רעדט מען פון מענטשן וואס קענען ווען באמת זיין דרשנים, נאר דער פאבליק האלט זיי צוריק.

אמרתי בלבי אז עס איז כדאי ארום צו שמיסן איבער דעם נושא, מיט אייניגע נאטיצן און נקודות, וואס קען אפשר מאכן דעם ציבור פאר דרשנים, נישט נאר עלעקטעראנישע דרשנים נאר ממש פיזישע דרשנים, וואס רעדן מיט מויל און הענט (באק ציינער אויך), נישט רעדנער'ס פון בלויז 10 פינגער'ס וואס טייפן אויפן הארטן קו בארד.

ראשית דארף זיך מאכן א געלעגנהייט צו רעדן, אבער דאס איז נישט אזוי שווער, פאר יעדן קומט אויס צו מאכן א שמחה, אדער באשיינען א שמחה, וכאן המקום לעורר, פארוואס ווען א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער און ווען ער מאכט אמאל חתונה, זאל זיך זיינע חתונה געהאטע קינדער גארנישט אנרופן במשך די שבעת ימי המשתה, מן הדין זאלן זיך די געשוויסטער איינטיילן צווישן זיך אז יעדע נאכט זאל רעדן א אנדערע ביים שבע ברכות, און אז ס'וועט זיין קאמפעטישאן וועט דער עולם פלייסיגער ארבעטן אינעם דרשנות ליין.

נאכדעם מאכט זיך אסאך געלעגנהייטן צווישן חבירים, מ'מאכט א מלוה מלכה, מ'קומט זיך צוזאמען א יומא דפגרא צו א יארצייט פון א צדיק במסיבת רעים, שטעל דיך אויף און זאג א גוט ווארט, ברוב הימים וועסטו שפירן א גרויסע חילוק אין לעבן, ווייל אזא איינער וואס רעדט פאר א ציבור אזא מוח טראכט שוין אנדערשט, און אזא מענטש פירט זיך אנדערשט בגשמיות וברחניות.

גוט, ווילסט איך זאל רעדן?, מסכים, געמיר וואס צו רעדן, גלייבט'ס מיר רבותי (אז דו ביסט א רעדנער קומט זיך דיר א רבותי) דאס איז אויך נישט אזא פראבלעם,

כלל נומ. 1, מ'מוז נישט זאגן אייגנס, אפשר דא אין אידישע וועלט – קרעטשמע מוז אלעס זיין אייגנס און פריש, אבער א רעדנער מוז נישט זאגן אייגנס, פארקערט, אייגנס קען האבן א פארקערטע אפעקט, ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין, ווייל נאכזאגן א גוט ווארט איז אלץ גוט, אויב דער צושטעל איז גוט, און אפי' ווען דער צושטעל איז נישט אזוי גוט בלייבט אבער דער גוט ווארט גוט, משא"כ אייגנס סוף כל סוף ווערט א מענטש משוחד אונטער א אייגן ווארט, ווייל ס'איז זיינס האלט ער אז ס'איז מורא'דיג גוט, ס'אידאך אים בייגעפאלן מוז דאך זיין אז דאס איז א גוט'ס, קען זיין פאר דיר אין דיינע אויגן איז דאס גוט, אבער ווער זאגט אין די אויגן פון אנדערע איז דאס אויך גוט, ממילא איז קיין פראבלעם און ס'איז גאר א מעלה ווען מ'זאגט נאך א גוט ווארט וואס מ'האט ערגעץ געזעהן אדער געהערט.

כלל נומ. 2, פארלאז דיך נישט אויפן אייגענעם שכל, אפי' אויב דו ביסט פעסט מיט דיין מיינונד אז דיין אייגענע חידוש איז גוט, דו האלסט אז ס'איז ראוי נאכצוזאגן, אבער ווי געזאגט ביסטו משוחד פאר דיין חידוש, פרעג איבער א חבר צו ס'איז טאקע אזא גוט'ס, אפי' ווען מ'וויל נאכזאגן א ווארט וואס איז נישט אייגנס, אמת דעס ווארט וואס דו האסט געזעהן אין ס' אלמוני געפעלט דיר זייער שטארק, קען זיין פאר דיר איז עס א חידוש, פרעג א חבר, אפשר איז עס פאר אנדערע נישט אזוי פעסט, אזוי וועסטו וויסן וואס דער דעת הציבור איז.

כלל נומ. 3, פראביר נישט צו שטארק ס'זאל זיין א געלוגענע דרשה, פאק עס נישט אן מיט צו סאך קריעם, כאטש דו מיינסט אז כדי די דרשה זאל זיין פיל מוזטו נאכזאגן 6, 7, ענינים וואס דו האלסט אז ס'קומט אריין אין די דרשה, ולא נכון הוא, נעם נישט מער ווי איינס צוויי גוטע ווערטער און האלט דיך צו דעם, צוברייטער זיך אויף איין ענין, פראביר נישט אווער צו דאוען די דרשה, (דאס איז הני מילי א דרשה, אבער א שיעור איז אנדערשט ווי מיר וועלן שפעטער צוקומען)

כלל נומ. 4, גרייט אן חומר, נישט נאר ווען דו ווייסט אז דו דארפסט רעדן זאל מען אנהייבן צו זיכן גוטע ווערטער, נאר במשך אגאנץ יאר ווען מ'זעהט א גוט ווארט וואס ס'געפעלט פאר סיי וועלכע ענין, וואס קען אמאל צוניץ קומען, צייכן דיר אן דעס ווארט אין א ביכעלע, אזוי אז ווען מ'איז דיר מכבד מיט א דרשה, נעמסטו ארויס דאס ביכעלע און וועסט טרעפן א אוצר פון ווי צו קלויבן.

כלל נומ. 5, וויסן ווי צו זיכן, מ'דארף האבן א גוטן שמעק אין ספרים ווי מ'קען טרעפן גוטע ווערטער, דאס בעסטע וואלט איך געזאגט איז ליקוטים, קודם כל האט דאך דער מלקט אליין אויך א מיינונג, און אז דער מלקט האט באשלאסן אז ס'איז א גוט ווארט וואס איז ראוי ארויס צו נעמען פון א ספר און אריין לייגן אין זיין ליקוט ספר, קען גאר מעגליך זיין אז ס'איז טאקע גוט,

זאת ועוד, אפי' א ספר על התורה וואס האט צום סוף ליקוטים, זענען געווענדליך די ליקוטים די בעסערע חלק תורות ווי די ספר זעלבסט, קודם ווייל צו זאגן תורה אויף די וואך איז דער מחבר געוועהן אנוס עפ"י הדיבור, אפי' ער איז געוועהן א צדיק וקדוש דאך האט ער "געמוזט" זאגן תורה מדי שבוע בשבוע אויף די סדרה, און אז מ'מוז זאגן איז עס נישט אלץ א קאנקעדיגע ווארט, (עי' בדגל מחנה אפרים פ' בלק אדער פ' פנחס אז מ'געט א התגלות פאר א צדיק אז דעי בחי' דארף אריין גיין אין דעם פסוק, אבער וויאזוי זאגט מען אים נישט ממילא נישט אייביג שטומט דאס ווארט אזוי גוט עיי"ש), משא"כ ליקוטים צום סוף ספר איז דא צוויי מיני תורות, אדער סתם א גוט ווארט אויפן א גמ' אויפן א פסוק אין נ"ך, וואס אט דעס ווארט האט נישט געמוזט געזאגט ווערן נאר ס'איז בייגעפאלן פארן מחבר א גוט'ס, אדער איז דא אין די ליקוטים ווערטער וואס אנדערע ברענגען נאך פון דעם מחבר, נו אז א אנדערע ברענגט דאס נאך מסתמא איז יענעם געפאלן דאס ווארט, איז דאס שוין ווייטער דא א צד צו זאגן אז דאס ווארט איז גוט.

בקיצור מ'האמיר שוין חומר פאר די דרשה, דהיינו איינס צוויי גוטע ווערטער צום ענין, מ'האט עס שוין מסדר געוועהן וועלכעס קומט פריער און וועלעכס קומט נאכדעם, מ'האט עס שוין דורך געשמיסט מיט א חבר, יענער האט באשטעטיגט אז ס'איז גוט, יעצט דארף מען זיך נאר אויפשטעלן און זאגן די דרשה, לאמיר זאגן מ'האלט אינמיטן א שבע ברכות, איז די בעסטע זמן צו זאגן א דרשה בשעת ווען מ'ברענגט אריין די פלייש...., אדער די קוגל ביי מלוה מלכה, דער עולם ווערט דאן פארטון אין טעלער און מ'איז שטיל..., (איי דו בלייבסט הונגעריג, זאג נאר א דרשה אליין מאכט דיר נישט זאט?....)

נעם קוראזש (פון ווי?) הייב אן די דרשה וואס דו האסט דיר צוגעגרייט, געדענק קיינער איז נישט אינטרעסירט צו זעהן דיין דורכפאל, יעדער דא האט זיכער הנאה צו הערן א גוט ווארט, דאס בעסטע ווען דו קענסט אנפאנגען מיט עפעס א הלצה מעניני דיומא, למשל אז בשעת די חתונה איז דער חתן מאיר אראפ געפאלן אויף דער ערד, קענסטו אנפאנגען, כ'האב אזוי געזעהן ביי די חתונה אינמיטן טאנצן ווי דער חתן איז אראפ געפאלן, ס'איז געוועהן א בחי' פון המאיר לארץ...., כ'האב נאר אזוי געטראכט אז נאך דער המאיר לארץ שטייט ולדרים עלי' ברחמים, כ'האב געזעהן די דירה וואס דער חתן האט באקומען צו די חתונה לדרים עלי' ברחמים דארף רחמים ווייל דארטן איז נישטא קיין פלאץ צו פאלן....

ווען מ'פאנגט אן מיט א ווערטל ווערט די לופט אביסל ווייכער, אבער, דריק דיך נישט צו טרעפן עפעס א קארני הלצה ווייל דאן ווערט די גאנצע דרשה פארפאטשקעט, א גוטע רמז א ר"ת אויף די שמחה קען אייביג גיין, אפי' די ר"ת אדער גימ' איז נאר בערך, פארקערט א פאני רמז איז א דשאק על טהרת הקודש, אז מ'הייבט אן מיט דעם איז אלץ גוט, די שטימונג ווערט לייכט, זאג דיין דרשה און קום גלייך צו צום פוינט, פראביר נישט צופיל מסביר זיין, און צום סוף באגריס די אנוועזנדע מיט א אפאר גוטע ווערטער, כבוד האט יעדער ליב, קיינער האט נאך נישט געגעבן קיין פאטש פאר כבוד, ביז ביז... מיר וועלן זוכה זיין ובאו לציון ברנה עוד ישמע בערי יהודה ובחצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרו הודו בביאת משיח, אמן...

שכוח שכוח פיין געזאגט....

דאס איז סתם א דרשה ביי א מסיבה של שמחה פון א קרוב אדער א ידיד, צו א מסיבת מרעים, די זעלבע איז ווען מ'איז אליינס א בעל שמחה, כאטש וואס מ'איז אליינס די בעל שמחה איז נאך אלץ נישט קיין חיוב צו זאגן אייגנס, חוץ אז אנדערע באשטעטיגן אז ס'איז גוט, ס'איז באמת וויכטיג א בעל שמחה זאל זאגן אפאר ווערטער, ס'מאכט די שמחה אויסקוקן גאר אנדערשט, סוף כל סוף האט דיר דער באשעפער געגעבן א זכי' צו מאכן א שמחה, צו א ברית צו א בר מצוה, איז דא א מצוה פון מפרסם זיין חסדי ד' ובתוך רבים אהללנו, זאג אפאר ווערטער ס'מוז נישט זיין ווייס איך וואס, אבער אי אפשר בלא כלום, זאג נאך אפי' קלייניקייט מעניני שבח והודאה, און זיי מקיים דעם בתוך רבים אהללנו.

זאגן א שיעור:
דאס איז שוין גאר א אנדערע מס', זאגן א שיעור מיינט נישט א שיעור ווי א מגי"ש אין ישיבה, מ'רעדט למשל שבת ויו"ט אין א ביהמ"ד צו א חבורה פון חבירים, ס'איז נישט אזא שווערע זאך אויב מ'האלט זיך צו די שיטה אז ס'מוז נישט זיין קיין אייגנס, למשל פרקי אבות, מ'קלויבט צוזאמען אפאר גוטע ווערטער וואס איז טרעפליך און געשמאק, ס'איז דא בלעה"ר א שפע פון שיינע ליקוטים אויף פרקי אבות (אני הקטן בין אויך מלקט אויף פרקי אבות דא בתוכיכו במדור מדי שבת בשבתו), ס'איז ראטזאם צו שאפן אפאר מעשה'לעך, דער עולם האט ליב מעשיות, בעיקר אז מ'קען ענדיגן מיט א שיינע מעשה וועט דער עולם דאס געדענקען און בלייבן מיט א גוטן טעם אין מויל.

יו"ט, איז אויך גאנץ א גרינג פעלד, ס'איז דא א שפע פון ספרים אויף יעדן יו"ט, ס'איז נישט אזוי כדאי צו נעמען איין לאנגע דרוש און נאכזאגן, לאו כל מוחא סביל דא, ווייל אסאך מענטשן קומען אן אביסל שפעט צו די דרשה און אז ס'פעלט אים די התחלה פעלט דאך די המשך וועלן זיי נישט אזוי הנאה האבן פון די דרשה, די בעסטע איז אז מ'גרייט זיך צו קטעים, קליינע גוטע ווערטער, אפי' עטליכע קורצע דרושים ס'מעג זיין אביסל לענגערע אבער גענוג אז ס'זאל זיין עטליכע תורות, אזוי קען מען פארן פון איין ווארט צום צווייטן, אז איינער כאפט אויף אלעס איז גוט, אז נישט וועט ער כאטש איינס צו צוויי ווערטער כאפן און ס'וועט אים געפעלן, ווייל סוף כל סוף האט יעדער הנאה פון א אנדערע ווארט יעדן'ס קאפ לויפט אנדערשט.

ס'איז קיין פראבלעם צו זאגן א דרשה מיט א צעטל, מ'ווייזט נישט קיין שום גבורה ווען מ'רעדט אויסעווייניג, יעדער ווייסט סייווי אז דו האסט דיך צוגעגרייט, פארשטייט זיך אז ליינען פון א צעטל ווי מ'זאגט יוצרות לשבת הגדול האט נישט קיין טעם, אבער בליקן אין פאפיר מזמן לזמן איז קיין חסרון.

דאס רעדן אליין, דארף אביסל הדרכה, וואס איז כולל אטעמען דעם טאון און דער בליק, אטעמען איז זייער א וויכטיגע זאך, מ'דארף יעדע פאר מינוט געבן א טיפן אטעם אריין און אנפילן די לינגען צו גיין ווייטער, ווען א מענטש פילט זיך אן די לינגען מיט לופט ארבעט זיין קול און אפי' זיין מוח אסאך בעסער, דאס בעסטע וועג צו אטעמען איז אריינציען מיט די נאז ווי ווייט מ'קען, (וואס ציסטו מיט די נאז, דו רעדטס יעצט?...) ווי אויך ברענגט דער טיפע אטעם א שטארקע רואיגקייט אינעם מענטש וואס דאס פעלט זיך שטארק אויס בשעת א רעדע.

דעם טאון פון די דרשה, איז שווער צו זאגן פונקטלעך ווייל יעדער מענטש האט א אנדערע טאון, ס'איז דא מענטשן וואס רעדן מיט אזא נידריגן טאון, און ס'איז דא מענטשן וואס רעדן מיט אזא הויכע פיטש טאון, ממילא איז שווער צו געבן א כללות'דיגע כלל, אבער איין זאך יא וואס איז נוגע פאר רוב מענטשן, רעד נישט צו נידריג, און רעד נישט צו הויעך, צו נידריג הערט מען נישט, און צו הויעך האבן מענטשן נישט ליב, מ'וועט זאגן וואס שרייט ער דארט דער...., רעדן אין א מיטל טאון, אבער בשעת א מעשה ווען מ'פארציילט קען מען אראפ לאזן דעם טאון ווייל דאס מאכט עס אויסקוקן דראמאטיש...., (מ'שילדערט מיט א נידריגן טאון די מעשה) דער דארפס איד קומט אריין צום רבי'ן דער רבי געט אים אזא רחמנות'דיגן בליק, דער איד לייגט אים פאר זיינע צרה אז דער פריץ וויל אים הרג'נען, (דא הייבט מען אויף דעם טאון) דער רבי געט א געשריי "שבת" שבת קודש....,
אבער צו וויסן איייביג ווי ארויף און ווי אראפ, מוז מען זיין א געלערנטע רעדנער.

צו דעם אלעם דארף מען סייעתא דשמיא ס'זאל געלונגען, ווייל א דרשה איז ווי א טשאלענט.., די רעסעפי איז גוט, מ'האט דאס ארויף געשטעלט ערב שבת אויפן פלאם, אריין געלייגט פעפער און זאלץ, און מיט דעם אלעם דארף עס געלונגען, אמאל איז עס צו וואסעריג, אמאל איז עס פארברענט, און אסאך מאך איז עס פונקט גוט....,
כ'האב אמאל געהערט פון א מגיד, האט ער געזאגט אז בשעת א דרשה הערט דער עולם נאר צוויי זאכן, איינס ווען מ'דערציילט א מעשה, און אויך ווען דער רעדנער זאגט איך גיי שוין ענדיגן..., דאסי פשט אין פסוק והי' אז ס'איז געוועהן, עקב איך האלט שוין ביים סוף, תשמעון דאס הערט מען....,

ס'איז וויכטיג בשעת די דרשה צו שטיין, אפי' מ'זיצט חבירים צוזאמען און דו ביסט מכובד געווארן צו זאגן אפאר ווערטער, שטעל דיך אויף עמוד על רגליך, ווייל דאס מאכט די דרשה זאל זיין אפציעל נישט אזא שמיס וואס דאן קען יעדער שמיסן בשעת מעשה און נישט לייגן געוויכט אויף דיין דרשה, חוץ אז די כוונה איז טאקע דאס אז ס'זאל זיין אזא שמיס'עדיגע שיעור.

לסיומא דמילתא, וויל איך טאקע אריין פירן דעם עולם אין א דרשה, מיט עטליכע התחלה'ס אנפאנג'ס, דער תוכן זעלבסט זאל זיך יעדער אליין צושטעלן, איך וועל נאר געבן דעם אנפאנג און אריינפיר מסודר לויט די א"ב....

א = איידער איך הייב אן, איך וויל צו ערשט זיך באדאנקען, אחי ורעי, אהובי וידידי, אודה לק'ל,

ב = ברשות, בסייעתא דשמיא, ברוך שהחיינו, במקום שאין איש,

ג = געפינט אין די וואכעדיגע סדרה, גמ' זאגט אין מס', גדול המצוה ועושה,

ד = דוד המלך זאגט, דער מדרש זאגט,

ה = העה עהע העם (א היס... אזוי הייבן אן רוב רעדנער'ס...), השם שתפי תפתח, היינטיגן טאג,

ו = וואכעדיגע סדרה, ווען מ'שטעלט זיך אוועק זאגן,

ז = זיידע ז"ל זאגט, זמן שמחה, זייער חשוב פאר מיר צו זאגן,

ח = חשוב'ע פארזאמלטע, חבירי היקרים, חסדי ד' כי לא תמנו,

ט = טייערע אידן, טוב להודות לד', טאטע זז"ג האט געבעטן זאגן אפאר ווערטער,

י = ישמחו השמים, ישתבח שמך לעד מלכינו, יעדער האט דאך שוין אוודאי געהערט,

כ = כל ישרא' יש להם חלק, כבד את אביך טאטע געבעטן,

ל = לחיים לחיים, לאמיר אנפאנגען מיט א ווארט,

מ = מורי ורבותי, מצוה לשמוע דברי חכמים, משמים זוכה צו זאגן, מיין טייערע ידיד האט מיר געבעטן זאגן, מנהג ישראל צו זאגן,

נ = נוסח השבע ברכות, נא נו..., נאך אזא הקדמה פונעם טשערמאן..., נישטא קיין ווערטער אנצוהייבן,

ס = ס'איז מיר א כבוד, ס'האט זיך געמאכט ב"ה אזא זמן, ס'שטייט אין פסוק, סדרה פון די וואך,

ע = עטליכע ענינים, עס שטייט אין רש"י, על שמועות טובות מברכים,

פ = פאריגע וואך אין די סדרה, פונקט קומענדיג אהער האב איך געקלערט, פרשה פון די וואך, פי פתחה בחכמה,

צ = צום ערשטן וויל איך, צוויי וואכן צוריק האט מיר.., צווישן אזעלכע פארזאמלטע,

ק = קודם וויל איך זיך באדאנקען,

ר = ר' מאשקע האט מיר געבעטן איך זאג זיך אויפשטעלן, רעדן פאר אזא ציבור,

ש = שבת הגדול איז א מנהג מ'זאגט, שובה ישראל עד ד' אלקיך, שטייענדיג דא,

ת = תורה הקדושה זאגט, תהלים שטייט,


און יעצט לאמיר הערן וואס אונזערע נייע רעדנער'ס האבן וואס צו זאגן....
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:45 pm
לאקאציע:דער שיק אינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא »

אין מילים! ...
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע:נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

יאנאש איך בין דא היינט פאר דיר,
פרינטער פרינט.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

מורי ורבותי, לא איש דברים אנכי, אבער איך קען אייך זאגן אז די ארטיקל לוינט זיך צו לייענען, איך האב דערווייל נאר געלייענט האלב, אבער עס שטייט דאך שוין פון די פריערדיגע אז חצי ארטיקל צרות נחמה (א גוט ווארט, איא שאץ ?) האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן.

און איך וויל טאקע באדאנקן הרב שאץ מיט זיינע עלטערן וואס האבן צוגעהאלפן אויף צוהאדעווען אזא געלונגענעם שרייבער, אויכעט זיינע שוויגער עלטערן פארן נישט שטערן די שמחה.

...............בלא בלא, אמן.
לעצט פארראכטן דורך זילבערנע בעכער אום פרייטאג נאוועמבער 07, 2008 11:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

יש"כ שאץ, פון היינט און ווייטער וועלן מיינע חברים ובני משפחה זיך אנליידן א דאנק דיינע גיידליינס.
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

הערשט די וואך זיך אריינבאקומען אין קרעטשמע (אויף געסיינט), איצט הייב איך אן צו זעהן וואס כ'האב אלס פארפאסט!

בעדער לעיטער דען עווער....
תכלית הידוע שלא נדע
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

א ריזיגען שכוח הרב שאץ, האסט מיר אריינגעגעבן אביסל דעם טעם, אויב וועסטע הערן אמאל פון עפעס א בעל דרשן ר' שלעפער זאלסטע וויסן סאיז דיר צופארדאנקען.
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע:אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

ר' שאץ
דער אמת איז אז איך האב שוין געליינט עטליכע פון דיינע ארטיקלען אבער כ'האב קיינמאל נישט געהאט קיין געלעגנהייט מגיב צו זיין, אצינד האב איך באשלאסן צו טאן צו דערזאך.
א גרויסע מעלה זענען פארהאן אין דיינע ארטיקלען אז מען האט 'צידה לדרך', עפעס א לערנונג. נישט אז מען שפירט נאכן ליינען אז מען האט יעצט סתם גע'בטל'ט א האלבע שעה, נאר ביי דיר 'קעשט' מען איין די צייט אויף ווערדפולע ידיעות וואס דו ביסט אונז תורם - כה לחי! האלט ווייטער אן.

אצינד האב איך געוואלט מוסיף זיין אויף דיין עצם ארטיקל (דרשה), אז כ'האב אמאל געהאט פון א בעל דרשן צוויי גוטע עצות (מן הסתם צוויי פון צענדליגע) וויאזוי צוצויען אן עולם מיטצוהאלטן א דרשה:

1. פארציילן עפעס פון זיך פערזענליך. - למשל, ווען איינער גיבט א דרשה פאר אן אפיל, איז א מורא'דיגע מיטל צוצו ציען די מענטשן דורכן אויסשרייען דראמאטיש: "איך פערזענליך בין אמאל...", אדער "מיינ'ס גאר א גוטער פריינד...." א.א.א.וו.

ווען מען ווארפט אריין עפעס פון זיך פארבינד דאס די צוהערער מיטן בעל דרשן, און מען נעמט סאך געכער אן זיינע ווערטער, און מ'האלט מיט.

2. דער צווייטער פונקט האסטו בעצם דערמאנט, אבער כ'וויל עס מער דרוקן.
דאס איז אריינווארפן הומאר אינעם דרשה. און אזוי ווי דו זאגסט, נישט צופיל - אבער ס'איז אלעמאל כדאי, אויב מען קען, אריינווארפן אן אינטרעסאנטע הגדרה, ווערטל, אדער סתם שמייכלען, דאס ציעט דעם עולם אויסצוהערן ווייטער.

וואס האלט איר?
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א ריזיגער ישר כח הרב שאץ, דו טראכסט אז פון מיר קען נאך ווערן א רעדנער?
זיסע חלומות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

Hey you never know !
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אילו לא באת בשביל זה, דיינו (ויש גורסין "מאצינו"...).

כ'פלאן ערנסט אריינצוגיין אין די ליין. מיט אנטשולדיגונג צו מיינע צוקונפטיגע מחותנים...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אבי, ליידער דאס מאל איז דיר עס נישט געלונגן און ליין מיין תגובה וועסטו פארשטיין פארוואס.



הרב ש"ץ מו"ץ;

איך האב באמת נישט קיין ווערטער דיר צו באדאנקן פאר דעם ארטיקל משום כמה סיבות, א. אודה ולא אבוש שוין יארן וואס איך עס באדערט מיר אז איך קען מיך נישט אויפמאכן דאס מויל פארענט פון א ציבור אידן, פשוט עס איז א תאווה וואס איך האב אבער יאך קען זיך מיר עס נישט נאכגעבן.
ב. דער ארטיקל - ווי אלע דיינע אנדערע - איז אייגנארטיג אויף עטליכע אופנים, איינס: ווי ביזנעסמאן האט ארויסגעברענגט, מען נעמט עפעס מיט נאכן ליינען, צוויי: עס האט אן אנפאנג - וואס איז מלא תוכן - מיט א סוף - וואס איז זיס און געשמאק, אמאל א גראם אמאל א מעשה אמאל א וויצל און אמאל התחלה'ס לויט די אלף בית - וואס דאס געט א געוואלד צו, דריי: עס איז מלא מיט חסידות.
ג. איז שוין מער פערזעהנליך, איך האב אנגעטראפן הרב שאץ איין שפעטע נאכט אינמיטן צוויי וואכן צוריק, ער האט געהאלטן נאך א שווערע טאג ארבעט אבער ער האט מיך אויפגענומען בסבר פנים יפות, האבן מיר זיך אזוי צושמועסט איבער זיינע ארטיקלן (פון מיינע קען מען נישט שמועסן...) און ער האט מיר אנגעפרעגט איבער וועלכע נושא איך וואלט געוואלט זעהן זיינס אנארטיקל.
האב איך זיך מתממרמר געווען אז איך האלט אז אין יעדען חדר וואלט מען ווען געברויכט אויסלערנען די קינדער צו האלטן א רעדע ווייל עס קומט צוניץ פילע מאל איבערן לעבן, און נישט דווקא ביי שמחות אדער דרשות נאר גאר אינעם טאג טעגליכן לעבן, למשל א טאטע ביי א שבת טיש ווי עס זיצן מערערע קינדער, א בעה"ב אדער מענעדשער פאר זיינע ארבעטער, סתם אזוי ביי א שמועס אין קאווע שטיבל, וכדו'.

האט ער מיר געזאגט אז אויב איך וויל קען ער שרייבן אן ארטיקל איבער דעם נושא, אבער היות ער איז עטוואס פארנומען יעצט אנהייב ווינטער קען עס נעמען א וויילע, האב איך אים גע'ענטפערט אז פאר זיינס אן אריטיקל לוינט זיך צו ווארטן, און וואס מיינט איר רבותי, דעם מאנטאג אינדערפרי ווען איך קום אריין אין פורום פאפט מיר ארויף א באקסל אז איך האב אן הודעה פרטית, קוקנדיג וואס דאס איז זעה איך אז שאץ בעט מיר אן הסכמה אויף א נייעם ארטיקל זיינעם, איך האב עס ארויסגעפרינט (אבי; שעלט...) געליינט און ממש צו'חוש'ט געווארן פונעם סטיל תוכן און פשטות מיט וואס דאס איז געשריבן געווארן.

עניוועי, שאץ מער ווי א פשוטע שכוח קאנעך דערווייל נישט זאגן ווייל א שרייבער בינעך נאך אויך נישט, אבער אזויפיל קענעך יא זאגן, איך שטיי איצט בעסער ווי פארן לעזן דיין מייסטער ארבעט.

יישק כח מעימקא דליבא.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע:ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

יישר כח פאר א געוואלדיגן ארטיקל! אילו לא באתי אל הקרעטשמע אלא בשביל זה, דיינו

כ'דערמאן זיך פון דעם ברודער'ס יונגן צאציק איידעם וואס האט זיך אויפגעשטעלט דאס ערשטע מאל פרייטאג צו נאכטס שבת שבע ברכות פון זיין שוואגער און אנגעהויבן עפעס אזוי

....באמת לא איש דברים אנכי... כ'האב מיך גארנישט אנגעגרייט.... איך נישט געהאט קיין געלגענהייט זיך צו צוגרייטן [זאגענדיג דאס שלעפט ארויס פון בוזעם קעשענע א פאק פון כאטש זעקס זיבן פולע אנגעשריבענע לאס-ליף פאפירן...]

אדער יענער בעל דרשן וואס האט אנגעהויבן, באמת כ'קען נישט רעדן, מ'האט מיר נאר זייער געבעטן... [ווען ער האט ענליך מסיים געווען נאכ'ן מקצר זיין א פיר פינף מאל, האט דער ציבור געזאגט יא, מיר קענען שוין אויך מעיד זיין א דו קענסט נישט רעדן]
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע:נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

הרב שאץ, כאב אזאנס הנאה געהאט פון דעם שיעור, אזוי פיל זיך געלערנט,
זינט איך האב אינגאנצען איינמאל גערעדט א געהעריגע פאר ווערטער,
און אויך נאר פאר בני משפחה, און אויך נישט פאר די גאנצע,
ברויך איך דיר נישט זאגען ווי זוי עס האט אויס געקוקט אן דיינע וויכטיגע כללים,
איך טראכט יעצט צו מיר ווען איך זאל ווען וויסען די פאר וויכטיגע יסודות פון א בעל דרשן
וואלט איך סאך בעסער גערעדט יעמאלט, און ווי אויך מער אפטער בכלל,
אבער שפעיט איז קיינמאל, א גרויסן שכח פארן ארויסשרייבן אזוי קלאר די כללים
מיט דיין אייגענארטיגע סטייל פון ארויסברענגען ענינים,
און צו סוף, מוז איך אראפ ברענגען א 'צטט' (איינער ווייסט נאך וואס דאס מיינט?)
פשוט פון די קטאוואס וואס האסט געטריבן פונען ציבור ליינערס,
נאדער,
שאץ מאץ האט געשריבן: דאס בעסטע וועג צו אטעמען איז אריינציען מיט די נאז ווי ווייט מ'קען, (וואס ציסטו מיט די נאז, דו רעדטס יעצט?...).


(איך מוז באטאנען, כאב אויך געטראכט דאן צו געבן א צי מיט די נאניע, אבער שנעל (איידער כאב געליינט דיין הערה) צוריקגעצויגן
טראכטענדיג, אמער איך רעד דאך נישט יעצט... און הערשט דערנאך זיך צולאכט פון דיין ליצנות.)
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שאץ מאץ האט געשריבן: פארלאז דיך נישט אויפן אייגענעם שכל, אפי' אויב דו ביסט פעסט מיט דיין מיינונג אז דיין אייגענע חידוש איז גוט, דו האלסט אז ס'איז ראוי נאכצוזאגן, אבער ווי געזאגט ביסטו משוחד פאר דיין חידוש, פרעג איבער א חבר צו ס'איז טאקע אזא גוט'ס, .

פראביר נישט צו שטארק ס'זאל זיין א געלוגענע דרשה, פאק עס נישט אן מיט צו סאך קריעם, כאטש דו מיינסט אז כדי די דרשה זאל זיין פיל מוזטו נאכזאגן 6, 7, ענינים וואס דו האלסט אז ס'קומט אריין אין די דרשה, ולא נכון הוא, נעם נישט מער ווי איינס צוויי גוטע ווערטער און האלט דיך צו דעם, צוברייטער זיך אויף איין ענין, פראביר נישט אווער צו דאוען די דרשה,

כ'האב אמאל געהערט פון א מגיד, האט ער געזאגט אז בשעת א דרשה הערט דער עולם נאר צוויי זאכן, איינס ווען מ'דערציילט א מעשה, און אויך ווען דער רעדנער זאגט איך גיי שוין ענדיגן..., דאסי פשט אין פסוק והי' אז ס'איז געוועהן, עקב איך האלט שוין ביים סוף, תשמעון דאס הערט מען....,

....



ביסט דאך אזוי גערעכט מיט דעם ,


ווען די הייבסט אן מיט דיינע דרשות ווייסט די נישט ווען צי ענדיגען,





איך מיין נאר אזוי בדרך הלצה, אין אמת'ן דיין דרשה איז מורא'דיג
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

שא שא! כבוד התורה, יגר'ל גייט רעדן.

נו, נו, דרך ארץ זאל זיין. מ'בעט אז אין ווייבער שול זאל זיין שטיל!

נעע, דאס גייט נישט זיין קיין דרשה, דא וועל איך נאר צוגעבן אפאר קלייניגקייטן צו שאץ'ס דרשה. ווי דערוילעם [ביים שרייבן איז עס מער פאני'ער ווי ביים זאגן, אמת?] האט שוין געהערט, שאץ ברענגט "זייער גוט" ארויס, אז דער שטער פון רעדן וועט געשען אויך צוליב פחד. מה יאמרו הבריות.

מיין פאטער [קרעדיט: ביזנעסמאן.. ס'איז פערזענדליך יא?] האט פונעם טאג וואס ער האט בר מצוה געמאכט די קינדער געפייניגט דעם בחור'ל צו דאווענען פארן עמוד, און צו זיין בעל קורא. איך וועל עס מאכן זייער קלאר, עטס גייטס לאכן ווייל איך גלייב נישט ס'פאסירט נאך היינט אזוינס, אבער איך האב בר מצוה געהאט ביום השבת קודש [שאץ: דא דארף מען שרייען?..], יענעם טאג פון די בר מצוה האב איך געליינט די גאנצע סדרה!! און ס'איז נישט פון די קליינע סדרה'ס, בכלל נישט, איינע פון די לענגסטע סדרה'ס! איך האב עס גע'סטאדיעט וואכן, אבער איך בין ב"ה געווען בעל קורא יענעם שבת.

צו וואס זאג איך עס, ווייל דאס האט אין מיר און אין מיינע ברודער'ס אריינגעברענגט אזא קליינעם "פחד הציבור", איך מיט מיינע ברודערס זענען בעלי תפלות קביעות און די וואכן טעג, איך האב שוין מורא אז איך האב צו ווייניג מורא פארן עולם..

און פון בעל תפלה ביז זאגן א ווארט ביי א שמחה איז זייער זייער א קליינער שפאן.

נאך אלעם מוז איך אבער באדאנקן "שאץ" פארן מיר גרינגער מאכן מיט אפאר הינט'ס וויאזוי צו רעדן, און איך וואלט ארויסגעברענגט דעם דעת הקהל, לדעתי וויל דער עולם אז "די געוועזענע בעלי דרשנים" זאלן רעדן געשמאקער און "נישט" אז ס'זאלן זיך יאווענען פרישע בעלי דרשנים צוליב שאץ'ס ארטיקל. ווי האט ר' יוחנן געזאגט: ייתי ולא אחמיניה.. איך וויל נישט זיצן ביי א שמחה וואס ס'רעדן מער ווי 2 מענטשן.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

קודם א דאנק איט וואס עי וואנדערפול ספיטש

ס'פעלט זיך נאר אויס איין זאך אנצומערקן אז דער בעל דרשן דארף אויך נעמען לעסענס וויאזוי צו ענדיגן זיין דרשה, ווייל צומאל קען מען נישט ענדיגן און מען פארדרייט זיך אריין און א פלאנטער און דאס ברענגט ארויס די מענטש פון די כלים.
אויך איז וויכטיג אז מען זאל וויסן פאר די דרשה מיט וואספארא ברכות מען ענדיגט אז ס'זאל זיין א ברכה מעין הפתיחה, און נישט סתם א געבעבלטע ברכה,

אויך וואלט איך געוואלט וויסן פון ווי עס נעמט זיך דער ברכה פון עד ביאת גו"צ און דאס גלייכן, קען זיין אז ווען מען איז פארפלאנטערט און מען ווייסט נישט ווי צו ענדיגן און וואס צו ווינטשען געט מען אן ענדיג: דער אייבישטער זאל העלפן וכו' עד בגו"צ דאס איז דאך די לעצטע זאך וואס מען קען נאר אנווינטשען ווייל דערנאך דארפן מיר מער גארנישט ממילא נאך דעם איז שוין נישטא וואס צו זאגן איז דער דרשה פון זיך אליין פארטיג.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוערשט לאמיר צוצייכענען אן ארט אין קרעטשמע וואו מען רעדט שוין פון רעדנער און רעדעס:
viewtopic.php?t=2472

יעצט וועלן מיר זיך הערצליך באדאנקן פאר אונזער מייסטערהאפטיגן רעדנער ר' שאץ-מאץ, פאר די הערליכע תוכן'פולע מסודר'דיגע זאפטיגע דרשה וואס ער האט דא אראפגעלייגט בכתב ידו הגדולה, נוצליכע כללים און ידיעות וואס זענען נוגע פאר רעדנער און ווילן-ווערן-רעדנער צוגלייך, יישר כחכך.
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

ר' שאצמאץ, די ווערטער זענען געווען דברים היוצאים מן הלב, וועל מיר האפן אז ס'וועט אויך זיין נכנסים אל הלב.
(ב.ד.וו. כ'האב אנגעשטעלט מיין ספיקערס אויף די העכסטע)

כ'האב אמאל געהערט, אז ווען מ'גרייט זיך צו א דרשה גייט מען אריין אין וואלד,
און מ'טראכט פאר זיך כאילו די אלע ביימער זענען מענטשן, און מ'זאגט פאר זיי די דרשה.
דערנאך ביים דרשה טראכט מען אז די אלע מענטשן זענען ביימער.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3038
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ביזנעסמאן האט געשריבן: 1. פארציילן עפעס פון זיך פערזענליך. - למשל, ווען איינער גיבט א דרשה פאר אן אפיל, איז א מורא'דיגע מיטל צוצו ציען די מענטשן דורכן אויסשרייען דראמאטיש: "איך פערזענליך בין אמאל...", אדער "מיינ'ס גאר א גוטער פריינד...." א.א.א.וו.

ווען מען ווארפט אריין עפעס פון זיך פארבינד דאס די צוהערער מיטן בעל דרשן, און מען נעמט סאך געכער אן זיינע ווערטער, און מ'האלט מיט.

וואס האלט איר?


ס'איז אמת אז ס'קען מאכן אינטרעסאנט די דרשה, ס'קען אבער אויך האבן א פארקערטע אפעקט, זייער אסאך מענטשן זענען ביי די מיינונג, ווער איז ניייגעריג אויף זיינע אייגענע באבע מעשיות,

חוץ, אז די מעשה איז ממש גאר גאר וואוינדערליך, גייט עס שוין אריין אין כלל פון א דראמאטישע מעשה,

וואס יא, א מעשה פון טאג טעגליכן איז פיל מער אינטרעסאנט ווי דער אמאליגע פריצים מיט מאשקע'ס...
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע:וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

וויזוי הייבט מען אן? שכוח, יעצט קען מען זיך זעצן לערנען ליקוטים, שכוח יאנאש, און שכוח שץ מץ און פאר אלע גוטע שרייבערס פאר די טיפס.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

א יישר כח הרב שאץ, מאץ, גבאי, מקוה איד, בדחן, שדכן, האדוועיר סטאר מענטש, שוחט ובודק גנזי נסתרות. איר ווייסט דאך שוין ווי שטארק מיר האבן הנאה פון אלע אייערע ארטיקלן, און דער מאל איז עס נישט אנדערש.

יעצט וויל איך צולייגן אפאר קליינע נקודות.

1)איך האב אמאל געהערט פון א גע'שול'טע דרשן די פאלגענדע, "די ווארט דארף נישט זיין 'אייגנס', אבער 'דיינס' מוז עס זיין". וואס מיינט דאס? אסאך מאל ווען איינער גייט רעדן ביי א שמחה זאגט ער פאר זיין שכן, און יענער פארציילט אים מיט גרויס עקסייטמענט אז ער האט פונקט נעכטן געהערט א גוטס פון יענקל מיללער, ביידע צוקאטשען זיך פאר געלעכטער, און דער היינטיגע דרשן האט שוין א גוט ווערטל מיט וואס אנצוהייבן די דרשה, אזוי אז עס זאל גוט פארן. דערווייל שטעלט ער זיך אויף מיט א שמייכל פון אויער צו אויער זאגט ער נאך די ווערטל און די עולם קוקט אים אהן ווי ער איז געפאלן פון די לבנה? וואס איז געשעהן? פארוואס א מינוט צוריק ווען זיין שכן האט אים געזאגט די דזשאוק האט ער ממש געוויינט פון געלעכטער, און דא האט עס ניטאמאל געמאכט קיין סענס? די תירוץ איז, אז א גרויס חלק פון די הצלחה פונעם ווארט איז ווי אזוי מען לייגט עס אראפ. האסט געהערט א מורא'דיג ווארט? ווער זאגט אז 'דו' וועסט עס קענען אזוי גוט אראפלייגן ווי יענעם? קודם זאג עס איבער א דריי פיר מאל צו אנדערע מענטשן, ביז דו ביזט קונה די ווארט - עס ווערט 'דיינס', און ערשט דערנאך זאג עס איבער ברבים. די זעלבע איז ווען מען ליינט א ווארט צופעליג אין א גליון, עלים לתרופה וכדומה, פינף מינוט פארן דרשה, לייג עס נישט צי צום דרשה נישט קיין חילוק ווי פאסיג ער איז, אויסער אויב דו וועסט קענען פראקטעצירן דיין גאנצע דרשה מיט דער צוגעלייגט ווארט פאר דו שטעלסט דיך אויף רעדן.

2)מען קען האבן א הערליכע דרשה מיט די פאסיגסטע ווערטער, אבער אויב עס איז לאנג וועט קיינער נישט געדענקן קיין איין ווארט פון דיין דרשה, מען וועט נאר וויסן ווי לאנג דו האסט גערעדט, און אז נעקסטע שמחה זאל מען דיר שוין נישט מכבד זיין. מאך עס קורץ און שארף!

3)קוק ארום אויף די עולם בשעת דו רעדסט, קוק צו אלע זייטן. איי וועסטו פרעגן איך האב געזעהן ווי דער און דער וועלטס בארימטע בעל דרשן רעדט מיט פארמאכטע אויגן און זיין דרשה איז געווען איינס אין דער וועלט? נאר די גרעסטע מומחים קענען דאס באווייזן, דו מוזט אבער קוקען אויף די עולם בשעת דו רעדסט, אויב נישט וועלן זיי ניטאמאל וויסן אז דו רעדסט צו זיי. און אויב רעדסטו פאר א קליינע עולם וואס זיצט ארום איין טיש, זאלסטו זעהן צו מאכן אויגן קאנטעקט מיט די עולם.

4)איך האב אמאל געהערט פון ר' פסח קראהן שליט"א, ער איז באקאנט אז זיינע דרשות זענען מטובל מיט גוטע קורצע ווערטערלאך, און געשמאקע מעשיות. אויף וועלעכער ענין דו וועסט אים נאר בעטן צו רעדן וועט ער דיר גלייך קענען אויספאקן א געשמאקע טאץ מיט ווערטלעך און עובדות וואס א יעדעס איינס איז זיך צו באלעקן די פינגער. האט ער פארציילט, אז ווען ער הערט א גוט ווערטל, אדער א געשמאקע עובדא, טראכט ער גלייך פאר וועלעכער ענינים עס איז צוגעפאסט און ער שרייבט עס אפ אויף אינדעקס קארטלעך. ער האט אן אינדעקס באקסל ווי אלעס איז צוטיילט לויט די ענינים. ממילא אויב איין עובדא קען מין נוצן פאר א דרשה בנוגע, חסד, צדקה, אדער כיבוד אב, ווי אויך די פערטער פרק פון פרקי אבות, שרייבט ער עס אויף פיר קארטלעך, און ער לייגט אריין די זעלבע עובדא בי די פיר ענינים. אזוי ווען ער דארף זאגן א דרשה אויף א געוויסע ענין נעמט ער ארויס די אינדעקס באקס און ער נעמט ארויס אפאר מעשיות און ווערטלעך אויף יענע ענין און ער דארף עס נאר מסדר זיין און שוין.

נאך האט ער געזאגט אז די בעסטע מעשיות קען מען טרעפן אין די ביאגראפיע ביכלעך. אויב לינט איר ענגליש דאן זוכט אזעלכער ביכלעך וואס באשרייבן פארצייטישע גדולים ווי רבי משה ז"ל, רבי חאצקעל, רבי שמחה זיסל, וכדו', און אויף אידיש קענט איר טרעפן פון רבי שמואל סאלאטער, אדער פארצייטישע צדיקים.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העה עהע העם.... (איך האב גענומען אפשען "ה".) לא איש אנכי... כ'בין אויס מענטש! פון ווען אן כ'האב געזאגט פאר שאצל אז זיין פלאץ איז דא ביינונז אין קרעטשמע, הערט ער נישט אויף צו שמעטערן ארטיקלעך, אין איך הער נישט אויף צו זיין ביזי!

אבער גלייבטס מיר אז ס'האצעך געלוינט! ווייל ווי נישט ווי, ליינען קען מען דעך עני טיים, און כ'האב גרויס הנאה צו ליינען א שאץ ארטיקל, ס'ברענגט אריין אין מיר א גיטע געפיל יעדעס מאל עקסטער, (אפילו ווען כ'בין נישט מגיב דא, באדאנקעך מיך געווענלעך פערזעהנליך) אז כ'האב ב"ה געהאט די זכי' מזכה צו זיין דעם עולם מיט א שאץ איינס אין די "וועלט". (איך קען עכט זאגן, "מיין" שאצל איז די בעסטע מאצל...)

און אז כ'שרייב שוין העלעך צו-ווארפן מיינע (נישט אייגנס, שאץ, כ'האלטמעך צו די רול'ס?) צוויי צענט.

כ'האב אמאל געהערט ווי א בעל דרשן האט געזאגט: כ'וועל "מסיים זיין מעין הפתוחה", אז פונקט ווי ביים אנהייבן איז שווער, מ'ווייסט נישט וויזוי אנצוהייבן, די זעלבע איז ביים ענדיגן, מ'ווייסט נישט וויזוי צו ענדיגן...

שאץי, קיפ אפ יור גוד ווארק!




און איידער כ'לאז גיין, (ער קען שוין אויך נישט ענדיגען?) וועלעך געבן אינסטראקשענס פארן עולם וויזוי "נישט" צו רעדן....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב באמת געוואלט האלטן א גאנצע דרשה, אבער גיי רעד עלעוו זיבעצן ביינאכט, ווער הערט מיך דען אויס אין אזא צייט, און אזא צייט איז דאס מערסטע וואס מ'זאגט, אזוי ווי דאכצעמער אז ר' סענדער ז"ל האט אמאל געזאגט ווען מ'האטעם אויסגערופן אן אים זאגן פון פאראויס.

(טראכטס פון זיין קול, ס'זאגטצעך בעסער.) מורי ורבותי, מ'האט מיך געבעטן צו רעדן דא פארן עולם, אבער אזוי ווי כאמעך נישט פארגעגרייט, עלעך טאקע נישט אויפהאלטן דעם עולם און האטס מיר א גוטע נאכט.

א גרויסן און הארציגן יישר כח, כ'האב געוואלדיג שטארק הנאה געהאט, אבער מיט דעם גאנצן ארטיקל בינעך נאכנישט דערויף געקומען ווי אזוי מ'ווערט פטור פון די בושה, שוין צענדליגע מאל וואס כאב אפגעמאכט, היינט גיי איך זאגן אפאר ווערטער, וויצן, דערוילעם זאל הנאה האבן, (כ'רעד ביי משפחה צוזאמקומ'ס) און ווען ס'קומט למעשה בינעך שטיל, נישט ממש שטיל, דו וואס קענען מיר ווייסן אז שטיל קען איך נישט זיין, אבער נישט רעדן ברבים, איך קען רעדן הויעך אז יעדער זאל הערן, אבער איך רעד נאר צו די וואס זיצן לעבן מיר, אן א פארמאלע דעסיזשען אז איך גיי יעצט רעדן, און דאס קענעך נישט דורך ברעכן, איך בין אסאך מאל מקנא ווי קליינע ראצער'ס נעמען זיך די גאטס און מ'האקט וויצן, מ'זינגט גראמען, און מ'זאגט גוטע ווערטלעך, איך קען פונקט אזוי און אפשר נאך בעסער ווי אסאך פון זיי, אבער די בושה, דאס האבן זיי נישט אבער איך יא, און דאס באדערט מיך.

אוי די בושה

סאו אויב דו קענסט עפעס ארויס העלפן אין דעם, איט וויל בי עפרישיעטעד.
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

מען זאגט נאך פון געדענקעכנישווער זי"ע אז א דרשה דארף זיין דריי מאל גלייך
א) גלייך אנהייבן נישט זיך לאזן בעטן.
ב) זאגן א גלייכע זאך.
ג) גלייך ענדיגן.

דער אייבישטער זאל העלפן בלא בלא בלא... בב"א
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”