בה
מיר האבן געהאט די זכי' צו זיין א חלק פונעם טעסט...
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בה
אהא.
איך האלט ווי דיר...
Borrower האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 10:39 am
ליינענדיג דאס, האב איך מיך דערמאנט פון מיינ'ס אן אלטע באריכט דא:רוממה האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:57 pmזונטאג סך הכל.jpg
וועלטליכע נייעס
אוויאציע רעגולירער אלוועלטליך פאלגן נאך אן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט מיט א A350-1000 פון Cathay Pacific
אום סעפטעמבער 2 האט א פליגער זיך געהאלטן אינמיטן הייבן פון האנג קאנג, ווען אינעם קאקפיט איז אנגעקומען א מודעה דורך אן אלארם אז ס'זעהט אויס אז - פונקט ווי אין ברסלב - ברענט א פייער אין איינע פון די ענדזשינס.
נאכן זיכער מאכן אז - פונקט ווי אין ברסלב - רעדט זיך עס נישט פון א פיזישע אש אוכלה נאר פון עפעס א זאך וואס טריגערט דעם פייער ווארענונג, האט מען געמאכט אביסל הקפות אין די לופטן כדי צו פארלירן אפאר פונט, און זיך אומגעקערט קיין האנג קאנג.
נאכן אינספעקציעס דורך די ארטיגע פארשער, זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז די גורם איז געווען א פעלערהאפטיגע פייפ וואס האט זיך איבערגעבראכן אינערהאלב דעם ענדזשין.
די אייראפע'אישע EASA האט איבערגעליינט די האנג קאנג'ישע באריכט, און אויסגעדרוקט זייער מיינונג אז די פראבלעם האט זיך מעגליך געשאפן דורך א אומריכטיגע רייניגונגס פראצעדור פון די עראפלאנ'ס מאטארן, און דירעקטירט אלע עירליינס וואס פארמאגן די ספעציפישע Trent XWB ענדזשינס אויף זייערע A350-1000, איבערצוקוקן די פייפס און טוישן די רייניגונג מעטאד.
nodeJS האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:00 pm2023 דובאי עיר-שאו...
דאסמאל נישט קיין ארדער: עמירעיטס' וואויל-באקאנט-פאר-זיינע-אומגעצוימטע-סטעיטמענטס פרעזידענט, טים קלארק, זאגט אין א סטעיטמענט אז די רוילסרויס טרענט XWB, די איינציגסטע ענדזשין אפציע פאר די 350-1000 וועריערנט, איז "דעפעקטיוו" און אז דאס איז די סיבה פארוואס די עירליין האט נישט באשטעלט די דאזיגע מאדעל וועריענט. (די 900 וועריענט איז ערווארטעט צו ווערן דעליווערט צו עמירעיטס אין 24').
nodeJS האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 2:59 pmליינענדיג דאס, האב איך מיך דערמאנט פון מיינ'ס אן אלטע באריכט דא:nodeJS האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:00 pmדאסמאל נישט קיין ארדער: עמירעיטס' וואויל-באקאנט-פאר-זיינע-אומגעצוימטע-סטעיטמענטס פרעזידענט, טים קלארק, זאגט אין א סטעיטמענט אז די רוילסרויס טרענט XWB, די איינציגסטע ענדזשין אפציע פאר די 350-1000 וועריערנט, איז "דעפעקטיוו" און אז דאס איז די סיבה פארוואס די עירליין האט נישט באשטעלט די דאזיגע מאדעל וועריענט. (די 900 וועריענט איז ערווארטעט צו ווערן דעליווערט צו עמירעיטס אין 24').
שטייט דארט טורמס עפליי... - דער גייט נישט אי נערגעץרוממה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:16 pmא לעגאלע אקטיוויסט מיטן נאמען Benjamin Edelman האט אריינגעגעבן א אפיציעלע באקלאגעניש צו די DOT אויף אמעריקען עירליינס, צוליב דעם וואס זיי אדווערטייזן אז מיט זייער קרעדיט קארטל באקומט מען First Checked Bag Free, אבער אין פאקט ערהאלט מען נאר די בענעפיט אויף דאמעסטיק פלייטס
ער שרייבט אז די זאך האט אים געכאפט ווען ער איז געזעצן אויף א פליגער, און מיטגעהאלטן ווי די עירליין טוט אגרעסיוו אדווערטייזן די קרעדיט קארטל, אזש ביזן אנפירקלען יעדע נעפקין וואס ווערט פארטיילט אויפן פליגער מיט די promotion. אבער וואס די נעפקין דערציילט נישט איז אז דאס איז נאר אויף פלייטס אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן
איך ווייס נישט וואס ער האט פון די באקלאגעניש, איך גלייב נישט אז ער וועט באקומען געלט דערפון, און ווארשיינליך וועט אמעריקען נישט דארפן צאלן קיין שטראף אויף אזא מיסברויך. די איינציגסטע די טראנספארטאציע דעפארטמענט קען זיי לכאורה צווינגען צו צאלן, איז א פעקל נייע נעפיקנס...
אויף דעם איז די אויסדרוק: געמאכט אן אישו פון א טישו...
די אפיציעלע קאמפלעינט
s-l1200.jpg
עניבאדי קען קויפן די ראדיאס וואס האבן אוויאציא frequencyרוממה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:57 pmדי פעדעראלע פאליציי אין אויסטראליע (אזויווי די אמעריקאנע FBI) האבן ארעסטירט א פערשוין וואס האט גענוצט ראדיא דעווייסעס צו שטערן די ATC מיט צווישנרופן...
דער פארשוין האט גענוצט קאמיוניקאציע דעווייסעס און זיי אויסגעארבעט אויף א וועג אז זיי זאלן זיך קאנעקטן צו די frequency אויף וועלכע די פילאטן און קאנטראלערס קאמיוניקירן, און אזוי אריינגעשריגן פארשידענע שטותים סתם צו צומישן דעם שטן...
צווישן אנדערס האט ער אין איין פאל אנגעזייט כאאס, דורכן אריינשרייען "מעידעי" - דאס איז די סיגנאל ווען אן עראפלאן איז אין א עמערדזשענסי געפאר
לויט עקספערטן קען אים ערווארטן א מאקסימום פון 27 יאר אין טורמע
די פאליציי האט ארויסגעשטעלט עטליכע בילדער פון די פריוואטע control tower וואס ער האט אויפגעשטעלט ביי זיך אין צימער
Image two.jpg
Image four.jpg