נודה לך האט געשריבן:מחבר ספרים האט געשריבן: איך מיין די סיבה פארוואס מען איז היינט מער מיקל איז וייל עס איז נאר א איסור דרבנן סחיטה בשערות און במקום כבוד הבריות קען מען מיקל זיין ממילא היינט ווען מענטשען זענען מער שעמעדיג צו גיין מיט צופלויגענע פאיות איז מען מער מיקל אלס כבוד הבריות אבער דאס איז זייער א שוואכע היתר
בנוגע מאכן מיט דזעל איז לכאורה אויכעט דא א איסור פון ממרח דארף מען מער נזהר זיין ביי דעם
בנוגע וואס מטעמים האט געפרעגט וועגן גיין אויף קארפעט דאס איז א היתר ווען די סחיטה געשעהט פון זיך אליינס בלי כוונה קען מען מיקל זיין ווען ער דארף נישט די וואסער אדער ער וויל נישט אויסקוועטשען די בגד וההיתר מבואר בשמירת שבת כהלכתה בשם הגרש''ז אויערבאך בנוגע זאקען וואס איז נאס געווארען אבער צו גיין קוועטשען בידים איז נישט מותר אזוי ווי מען זעהן אין שו''ע אין ש''כ וועגן אריינקוועטשען א בגד צו פארמאכען א נקב שבחביות איז אסור
די כבוד הבריות פון נאסע פיאות די קורצע צייט....????!!!!!
וואס נאך וועט מען דא מקיל זיין מיט כבוד הבריות תירוצים?????
אגב, כבוד הבריות דוחה ל"ת שבתורה בשב ואל תעשה, ודרבנן בקום ועשה, עיין ברכות כא: וכמש"כ בספרי האחרונים.