מיין באזוך אין צפת

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מיין באזוך אין צפת - חלק א' וב'
צפת'ע השראות, השראות, אה יע...

דער בעל הצפת'ע השראות בלויז מיט זיין וועג אהין האט מיך צוריק געפירט קיין צפת מיט א שיין ביסל יאר צוריק, ווען איך האב געוויילט פאר עטליכע טעג אין דעם אור אלטן היסטארישע און הייליגן שטאט צפת, אירע שמאלע פארצייטישע געסלעך אויף די צפון בערג, די אור אלטע בתי מדרשים, די לויטערע צפת'ע לופט, מיט אירע וואונדערליכע איינוואוינער, איז עפעס וואס ערגענצט א זעלטענע ארטיסטישע בילד.

עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן און פארציילן איבער צפת אמאל און היינט, איך רעדט שוין אפי' נישט פון די בית החיים אונטערן בארג ווי עס ליגן באהאלטן קעפ אויף קעפ פון קדושים וטהורים, פון הייליגע תנאים, ביז תלמידי הבעש"ט והגר"א ביז אונטן ווי עס ליגט רבי פנחס בן יאיר – דארט ווי עס הייסט אז מען שטעלט זיך נישט אפ, מ'גייט נאר ארום זיבן מאל און געגאנגען ווייטער.

איך פרוביר נישט דא אראפ צו געבן א היסטארישע בליק איבער די שטאט, ווייל מיין פעדער וועט זייער שנעל מיד ווערן, איך וויל בלויז געבן א וויזיע פון מיין באזוך, ווי א בליק אויף א ווייל.

ביי די פאלעסטינע אידן זאגט מען נאך, אז ביים וועלט'ס באשאף איז כביכול ארום געגאנגען מיט א זאלץ מעסטל מיט משוגעים, געזאלצן און געמאסטן דא אביסל, דא אביסל, געשפרענקלט און ....הופ'ס אין צפת האט זיך עס א היבש א גיס געטוהן, און איבעריג'ס איז היסטאריע.

צפת איז טאקע א מין זעלטענע געמיש פון איינוואוינער, אלע פארבן און אלע מינים. שיכטן און קרייזן וויל איך נישט שרייבן, ווייל איך ווייס נישט צו איינער וואלט זיך דארט אריינגעפאסט און סיי וועלכע שיכט אדער קרייז מכף העולם ועד קדקדה.

מיין אכסני' האב איך געהאט אויף רחוב האר"י החדש, א מער אהערגעשטעלטע גאס, ווי אינמיטן שטייט א שיינע גאנץ נייע זעקס שטאקיגע געביידע, האב איך געהאט אן אכסני' אויפן זעקסטן שטאק, די לויטערע נאטורליכע פאנאראמע וואס איך האב געהאט דארט איז אזאנס וואס איך אין מיין לעבן נישט געהאט.
פון פארנט האב איך געזעהן א גאנץ פשוט'ע גאס, בלויז א ברייטע שורה טרעפן האבן זיך געשלענגלט פון רחוב האר"י ביז ארויף רחוב ירושלים – די מעין סטריט פון צפת, די טרעפן גייען אזוי הויעך אז פון זעקסטן שטאק האב איך נישט געקענט זעהן די עק פון די טרעפ וואס ענדיגט זיך הויעך אויף רחוב ירושלים.

ארויסגייענדיג צום באלקאן פון אונטן, דא האט זיך אנטפלעקט עפעס וואס מען קען פשוט נישט אפמאלן. די געביידע שטייט אויף א הויכע בארג ווען פון אונטן ציעט זיך שטחים אויף שטחים פון פעלדער און וועלדער, געאקערטע און פארזייטע באצירט מיט שאסייען וועלכע שלענגלען זיך ווי געדרייטע שלענג ארום די גרינע לאנקעס, די אויג האט נישט געקענט אריינעמען און פארדייען די ווייטע בערג און טאלן וועלכע ציען זיך אויף ווייט ווייט ווי די אויג קען נאר זעהן, די באסעלעך אויף די ראודס האבן פון אויבן אויסגעזעהן ווי וועיפערס. פון דער ווייטענס מערקט זיך אן די געביידע ווי עס איז די ציון פון תנא ר' יהודה בן אילעא, א שיין שטיקל מהלך צו פארן פון צפת. נאך העכער, היבש ווייטער ממש די סאמע שפיץ פון די גאנצע פאנאראמע זעהט זיך אן די אויסגעוויינטע און אויסגעבענקטע בארג מירון.
*
לאמיר כאפן א שפאציר אביסל אויף די צפת'ע געסלעך, גייען מיר ארויף די לאנגע שורות טרעפן ארויף ביז רחוב ירושלים, אויבן ביים שפיץ שטייט א געביידע פון א חבד'סקע ישיבה. דאס וואס זיי טוהן ביי אונז אין וומסב"ג יום טוב, איז דארט מדי שבת בשבתו. שבת נאכמיטאג לאזט מען זיך ארויס א גאנצע באנדע – צופעליג גאנץ איידעלע בחורים – באוואפענט מיט א גרויס געלע פאן, און מען משיח'ט ארום איבער די צפת'ע, גאסן, אבער קיינער קוקט אפי' נישט אויף זייער זייט, קיינער דרייט זיך נישט אויס, ווייל דאס אלעס איז נארמאל אין צפת ... נארמאל? איך ווייס נישט צו אין צפת עקזעסטירט אזא ווארט.

גייען מיר אריין א רעכטס אין רחוב רשב"י, דאס איז שוין א ריכטיגע פארצייטישע געסל, אפשר איין קאר - אויף די ברייט - קען נאך אריינפארן דארט, די געסל פירט ביז ככר מגיני צפת.

אה אה, דא דארף מען זיך שוין אפשטעלן, די ככר, אזא שטיקל פלוין, נא א שטייגער ווי די פלוין פון ממרא, א גרעסערע אויסגעפלאסטערטע שטח, ווי כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש זיצן צוזאמען און ... פארברענגן? כ'ווייס נישט וואס, אבער איך האב נישט געזוכט צו שטיין דארט לאנג.

ווענד איך מיינע טריט ווייטער אריין צו רחוב תרפ"ט, א ריכטיגע שמאלע געסל, קיין קאר קאן דארט שוין נישט אריינפארן, די גאנצע גאס לויפט שיעף אראפ. די גאס אליין אויסגעפלאסטערט פון שטיינער, איז אינמיטן אויסגעהאקט מיט א טפח נידעריגער אז נאך א שלאקס רעגן זאל זיך די רעגן וואסער דארט צונויפזאמלען און אפלויפן.
די מציאות איז אבער אז ווען אין צפת רעגנט שטראמט וואסער פון אלע זייטן, אלעס ווערט פארפלייצט, עס גיסט אין די אלע געסלעך אראפ אראפ, זיי לויפן אויף די טרעפ מיט פרייד כתינוק הבורח מבית הספר, און שלעפן מיט יעדעם מיט זייער גאלאפ.

אויף רחוב תרפ"ט געפינט זיך א אלטע טשערנאבלע שטיבל, וועלכע איינע פון די פריערדיגע טשערנאבלע צדיקים האט מייסד געווען.

פאר מ'גיי מיר ווייטער ביזן עק פון רחוב תרפ"ט, נאך אויפן ככר מגיני צפת געפינט זיך א טויער וועלכע פירט ווייטער – אבער דא מוז איך מיך אפשטעלן, איך זעה א לעכטיגע צורה, א הדרת פנים מיט א דיוקנא קדישא ווי עס שיינט אראפ א לעכטיגקייט, א מין איידעלקייט, אזאנס וואס שטעלט אפ יעדן ברנש, איך גיי צו איך וויל אים געבן די הענט, אבער ניין ער געבט נישט די הענט, (דאס איז נאך געווען לאאאאאנג פאר מיר האבן געוואוסט ווי אזא זאך פון קאראנע).

דער איד איז געווען הרב קעניג זצ"ל, דער מנהיג פון די ארטיגע ברעסלאווער קהילה, א דערהויבנע איד משכמו ולמעלה, א הדרת פנים וועלכע עס וואלט זיך געלוינט א טריפ פון סיי ווי צו זעהן וואס מיינט השראת השכינה, דער צדיק האט מיר ווארעם אויפגענומען און אנגעוואונטשן. (ער פלעגט נישט געבן די הענט, זייענדיג זייער אפגעשוואכט פון א מחלה).

שפעטער האבן מיר געכאפט א באזוך און הרב קעניג'ס בית המדרש, לכאורה די סאמע גרעסטע ביהמ"ד אין אלט שטאט צפת, אויפן שפיץ בארג, ממש העכערן בית החיים, ארויסקוקענדיג פון פענסטער פון שוהל זעהט זיך אן די גאנצע צפת'ע בית החיים. די שוהל פון אינדרויסן איז א הערליכע ווייסע שטיין געביידע, און פון אינעווייניג איז אויך נישט אוועק צו מאכן, בפרט די דאך איז א הערליכע רונדיגע הויכע דאך געפארבט ווי א בלויע הימל באצירט מיט שיינע וואלקענעס, אויף מזרח, א פרעכטיגן האלצערנעם ארון קודש, ס'האט געמאכט אויף מיר א רושם דאס בית המדרש.

הרב קעניג'ס קהילה איז א שיינע קהילה, מיט פיל מתפללים, אסאך קענען אבער אפי' נישט קיין אידיש, אין צפת איז פארהאן נאך עטליכע ברסלב'ע שטיבלעך, איין טאג האב איך געדאווענט אין איינע פון זיי ותיקין, די שלות הנפש אויף די אידן איז עפעס אויסטערליש, ס'זעהט נישט אויס ווי עס אינטערסירט זיי עפעס פון דעם עולם השפל.

די אור אלטע בתי מדרשים אין צפת זענען פארן עולם מער ווייניגער באקאנט, מיר ליגט אין קאפ יעצט די אור אלטע שוהל פון רבי יצחק אבוהב (ווער ווייסט וועלכע פון די צוויי?), מיט טישן און בענק באצירט מיט קישענעס פון אלע דריי זייטן פון ביהמ"ד, מיט א הויכען בימה פארן באלעמער אין צענטער, די ביהמ"ד איז אונטער א ספרדישע פירערשאפט, זיי האבן עפעס אן אור אלטן ספר תורה, איך האב געהערט אז עס איז ממש פון די סאמע עלטסטע ספרי תורה אין גאנץ ארץ ישראל, וועלכע מען נעמט נאר ארויס צו קריאת התורה ביום קבלת התורה, חג זמן מתן תורתינו.

די בתי כסאות זענען אינדרויסן אין א באזונדערע שטיבל אינעם שטיינערנעם חצר פון בית המדרש.
דאן אויף איינע פון די שמאלע געסלעך געפינט זיך די ביהמ"ד פון בית יוסף מיט אן אפגעזינדערט ווינקל ווי מען זאגט אז דער הייליגער בית יוסף האט דא געלערנט מיט זיין מלאך וועלכע פלעגט צו אים נתגלה ווערן.
ערגעץ אינצווישן די געסלעך געפינט זיך א שיין היינטיג טשארטקעווער שטיבל. די ביהמ"ד פון בת עין מיט איר מערקווערדיגער שילד איבער די ערד ציטערניש איז אוודאי באקאנט פאר יעדן איינעם.

צוריק צום טויער פון ככר מגיני צפת, אז מען גייט דארט גראד אראפ טרעפט מען זיך פראנט פון א ברייטע שורה טרעפ, ווען אינמיטן איז דא גרעסערע שטיקל גראדע שטח, ווען אויף ביידע זייטן געפינט זיך א בית המדרש, אויף די לינקע זייט שטייט א שיינעם בית המדרש על שם האר"י, און אויף די רעכטע זייט געפינט זיך די ביהמ"ד האשכנזי פון הייליגן אריז"ל, מיט איר באקאנטן האלצערנעם שמאלען הויכען ארון קודש, דארט אינצווישן זאגט מען איז געווען די שדה חקל תפוחין קדישין ווי דער אריז"ל ותלמידיו הק' זענען ארויסגעגאנגען מקבל שבת זיין.

אז מ'רעדט פון דעם ביהמ"ד האר''י האשכנזי דערמאן איך מיך ווי ערב שבת האט געהאנגען פלאקאטן אז דא גייט קומען דאווענען דעם פרייטאג צו נאכט'ס א חזן ירושלמי, נא אז מ'קען הערן א חזן, לאמיר אים גיין הערן, איך קום אן אהין, די גאנצע ביהמ"ד איז געווען געפאקט מיט געסט, א רעגולער שבת אין צפת ווען די שטאט ווערט פיל מיט ציווילע געסט פון ירושלים ביז אמעריקא.
אפגעדאוווענט מנחה, מ'ווארט דער חזן ירושלמי זאל זיך באווייזן, און אט אט באווייזט זיך א קליינטשיגע נידעריג אידל, מיט א פיצעלע שטריימל, א ווייסע גרויסע בארד, ער שארט זיך צו צום עמוד און נעמט זיך זאגן... איך זאג אייך גלייבט מיר בנאמנות אזא הייזעריגער איד האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געטראפן, דער האט געקרעכצעט און געזויגן, א ראסטיג זעג אויף א שטיק חרס וואלט שוין בעסער געווען, ס'האט מיר דערמאנט פון א קבצן אינדערהיים וועלכע האט זיך באוויזן אין א דארף און זיך פארגעשטעלט אלץ דער דובנער מגיד...

המשך יבוא בעז"ה
לעצט פארראכטן דורך בערל קראקאווער אום זונטאג נאוועמבער 21, 2021 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

הערליךל שיין! איך האב דערווייל בלויז געלינט די איינלייטונג, דו האסט א פיינעם פעדער!

אויב האב איך דיר געברענגט בלויז א טרעפל נענטער צום שרייבן ויהא זאת שכרי.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הו הא @יצחק טובי’ ס’איז דיר געלונגען... האסט ערוועקט דעם ראש הקהל .... יעצט האמיר שוין קאמפעטישן..

גאר אינטערסאנט און נאסטאלאגיש

זעט אויס אז איר קענט ניש טייטשן "חזן ירושלמי" .....
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח קראקעווער, זייטזשע ממשיך ביטע!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וועלקאם האום!!!!
;1@;1@;1@;1@
קלאפטשע אלע שריידזשע אלע! די אלטע גווארדיע קומען צוריק און וועלן מחדש זיין ימינו כקדם!!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געוואלדיג!!

א קראקאווער שפראך..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
WTC
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:55 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך WTC »

;l;p-;l;p-פשיהא א מוראדיגע פעדער האסטו, מיר ווארטן אויף נאך!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

ברויך מיר מאכן צייט, מקעניש ווארטן ביזן שרייבער....
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איינס האט געשריבן: וועלקאם האום!!!!
;1@;1@;1@;1@
קלאפטשע אלע שריידזשע אלע! די אלטע גווארדיע קומען צוריק און וועלן מחדש זיין ימינו כקדם!!!!


איי איז דאס נאסטאלגיע, בהילו בערל על ראשינו!!!

ציקאש זיסאש!!
שש ושמח

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

בס''ד
שיין. הייליג.
א דאנק.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דאנק אייך אלע דאנקערס, שעפן מיר אזוי ברענשטאף.

און די קומענדיגע אנקעדאטן:
די ארטיגע ת"ת / די צאנזער שטיבל / א באזוך ביי גדולים / א צפת'ע בחור מיט א חמור
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

צוקער זיס, יישר כח פאר'ן באשרייבן
האסט מיך צוריק געטראגן צו מיין שבת אין צפת צוויי און-א-האלב יאר צוריק, די ערשטע און דערווייל איינציגסטע מאל וואס איך בין געוועהן אין ארץ ישראל, איך קען מיך נישט איינהאלטן פון עס פארצייכענען אז ווער עס פארט אהין זאל וויסן וואס עס איז אלס דא דארט.
איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס באלאנגט ווייל עס קומט נישט א באזונדערע אשכול ווייל עס איז נישט קיין באשרייבונג, נאר בלויז טרוקענע פאקטן, אבער דא האב געכאפט די בענקעניש קיין צפת וועל איך עס דא שרייבן.

איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל ליל ששי איך בין אנגעשטאנען אין א שטיינערנע דירה אויף די א.ד. רחוב תרפ"ט, אינדערוואכן געגאנגען אין די מקוה פון הרה"ק מ'שינאווע זי"ע און געדאווענט אין די צאנזע קלויז ווי מ'מאכט הגבהה פאר'ן ליינען און מ'מאכט נישט א ברכה אויף הלל כהוראת הבית יוסף, פרייטאג פארמיטאג מתפלל געוועהן אויף די בית החיים (עס האט גענומען עטליכע שעה) און נאך חצות געגאנגען צו ר' לייב בעל יסורים און געכאפט א טבילה אין מקוה האריה"ק לכבוד שב"ק.

געדאווענט מנחה ער"ש אין בית הכנסת מהר"י אבוהב און קבלת שבת און מעריב אין די גרויסע ברסלב'ע בעהמ"ד און ביי לא תבשו און נאכ'ן דאווענען געכאפט א רקידה.

שבת צופרי בין איך אויפגעשטאנען פארטאגס צו קענען קאווערן אלע היסטארישע בתי מדרשים וואס א חלק פון זיי זענען נאר אפן ביי וותיקין -ס'איז גוט צו מאכן אביסל ריסערטש פאר מ'גייט אהין צו וויסן אין יעדע ביהמ"ד וואס צו באטראכטן - בין איך געווען אין שול פון אריה"ק הספרדי וואס שטייט הארט נעבן די בית החיים, און אין די שטובל וואס מ'זאגט אז דער אריה"ק האט געלערנט מיט אליהו הנביא, און אין די שול פון בית יוסף וואו מ'האט געהאלטן אינמיטן ליינען אין די ספרד'שע שטייע'דיגע ספר תורה, אלשיך הקדוש ווי די אריה"ק איז געזעצן ביים שיעור פון די אלשיך הקדוש און געזעהן לבן שטיין ביים טיר און צושאקלען מיט'ן קאפ אויף די עשרת מונים, אריה"ק האשכנזי ווי עס איז דא עפעס א אלטע כסא של אליהו וואס איינע פון די צדיקים האבן געזען אליהו הנביא אויף דעם ביי א ברית, און און די בימה איז דא א קויל וואס איז אריינגעפלויגן ביי איינע פון די מלחמות און בדרך נס איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן, און ביי די זויל אונטער די בימה איז מקובל אז איינע פון די תלמידי בעש"ט הקדוש (איך געדענק נישט וועלכע) איז געשטאנען ביים דאווענען, און אין חצר איז מקובל אז די חבריא קדישא האט מקבל שבת געוועהן אין פעלד, און דארט געצינדן די הדלקה ל"ג בעומר. די שול פון בת עין וואס ווען איך בין אריינגעקומען האב איך באקומען א פסק פון די גבאי-א פראנק פארוואס איך גריס אים נישט און אז קיינער פון די חסידישע טוריסטן גריסן אים נישט און נאכ'ן זיך איבערבעטן מיט אים און זיך חנפנ'ן צו אים האט ער מיך ארום געטראגן אויף א טור און אלעס מסביר געווען, וואו מ'קען נאך זעהן די חלק דאך וואס איז געבליבן שטיין ביי די ערד ציטערניש, און די בענקל און די שטענדער פון דעם הייליגן בת עין, און ער האט מיך מסביר געוועהן אז זיי האבן 2 בימה'ס א אשכנז'ישע און א ספרדישע ווייל א גאנץ יאר ליינען זיי און א ספרדישע ספר תורה און עטליכע מאל א יאר ליינען זיי אין דעם בת עין'ס ספר תורה וואס איז אן אשכנזישע און דערנאך האט ער מיך אריינגעלאזט קוקן די דירה פון דעם הייליגן בת עין, נאכדעם בין איך געגאנגען אין די מקוה וואס מ'זאגט אז דער בת עין און דער באר מים חיים האבן זיך גע'טובל'ט. וויזניץ-טוניס געכאפט א שמועס מיט איינע פון די זקנים מיוצאי טוניס, אין די שול איז דא א תקנה אז ווען איינעם'ס טעלעפאון קלינגט אינמיטן דאווענען דארף ער געבן 10 שקל קנס פאר'ן שול. מהר"י אבוהב ווי עס איז דא 3 ארוני הקודש און אינטערסאנטע מאלערייען אויף די ווענט און אויפ'ן דאך. אפשר בין איך געווען נאך ערגעץ וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט.

געדאווענט שחרית אין צאנזער קלויז 9:00, נאכן דאווענען אריין אין א חב"ד שטובל פון ווי איך האב ארויסגעהערט זינגען און טאנצן.

שבת נאכמיטאג געגאנגען שפאצירן ארום צפת אויף די בערג און אין די היילן און אריין אין א הייל ווי מ'האט געהאלטן וואסער בשעת איינע פון די מלחמות און עס האט זייער א שטארקע ווידער-קול אז ווען איך מיט נאך צוויי אידן האבן געזינגען האט זיך עס געהערט ווי עטליכע הונדערט אידן זינגען מיט.

מוצ"ש געכאפט א מונית קיין מירון, זונטאג, מאנטאג, און דינסטאג בין איך מער ווייניגער געוועהן אויפ'ן ראוד א גאנצן טאג אין צפון ארץ ישראל ווי איך האב ב"ה אריינגעכאפט זייער אסאך סיי קברי צדיקים בעקאנטע און ווייניגער באקאנטע, אינטערסאנטע, אלטע, און היסטארישע פלעצער, שיינע הויכע בערג, און אמיוזמענט פלעצער.

מיטוואך אלט-שטאט ירושלים, דאנערשטאג הר הזיתים און הר המנוחות, פרייטאג ירושלים'ע געסאלאך, שב"ק ביי די אדמורי"ם ורבנים אין עיה"ק ירושלים, און זונטאג מדבר יהודה, מצדה, עין גדי, און ים המלח
לעצט פארראכטן דורך להחיות אום דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 3:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

להחיות האט געשריבן: און ביי די זויל אונטער די בימה איז מקובל אז איינע פון די תלמידי בעש"ט הקדוש (איך געדענק נישט וועלכע) איז געשטאנען ביים דאווענען


דאכט זיך אז דער הייליגער באר מים חיים זי"ע

---

שכוח ר"ר בערל, זייער שיין!

שוין געווען דארטן מער ווי איינמאל, אבער נישט אויף שבת, איך הייב שוין אן צו טראכטן...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

להחיות האט געשריבן: צוקער זיס, יישר כח פאר'ן באשרייבן
האסט מיך צוריק געטראגן צו מיין שבת אין צפת צוויי און-א-האלב יאר צוריק, די ערשטע און דערווייל איינציגסטע מאל וואס איך בין געוועהן אין ארץ ישראל, איך קען מיך נישט אנהאלטן פון עס פארצייכענען אז ווער עס פארט אהין זאל וויסן וואס עס איז אלס דא דארט.
איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס באלאנגט ווייל עס קומט נישט א באזונדערע אשכול ווייל עס איז נישט קיין באשרייבונג, נאר בלויז טרוקענע פאקטן, אבער דא האב געכאפט די בענקעניש קיין צפת וועל איך עס דא שרייבן
איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל ליל ששי איך בין אנגעשטאנען אין א שטיינערנע דירה אויף די א.ד. רחוב תרפ"ט, אינדערוואכן געגאנגען אין די מקוה פון הרה"ק מ'שינאווע זי"ע און געדאווענט אין די צאנזע קלויז ווי מ'מאכט הגבהה פאר'ן ליינען און מ'מאכט נישט א ברכה אויף הלל כהוראת הבית יוסף, פרייטאג פארמיטאג מתפלל געוועהן אויף די בית החיים (עס האט גענומען עטליכע שעה) און נאך חצות געגאנגען צו ר' לייב בעל יסורים און געכאפט א טבילה אין מקוה האריה"ק לכבוד שב"ק.
געדאווענט מנחה ער"ש אין בית הכנסת מהר"י אבוהב און קבלת שבת און מעריב אין די גרויסע ברסלב'ע בעהמ"ד און ביי לא תבשו און נאכ'ן דאווענען געכאפט א רקידה.
שבת צופרי בין איך אויפגעשטאנען פארטאג'ס צו קענען קאווערן אלע היסטארישע בתי מדרשים וואס א חלק פון זיי זענען נאר אפן ביי וותיקין -ס'איז גוט צו מאכן אביסל ריסערטש פאר מ'גייט אהין צו וויסן אין יעדע ביהמ"ד וואס צו באטראכטן- בין איך געוועהן אין שול פון אריה"ק הספרדי וואס שטטייט הארט נעבן די בית החיים, און אין די שטובל ווי מ'זאגט אז די אריה"ק האט געלערנט מיט אליהו הנביא, און אין די שול פון בית יוסף ווי מ'האט געהאלטן אינמיטן ליינען אין די ספרד'שע שטייע'דיגע ספר תורה, אלשיך הקדוש ווי די אריה"ק איז געזעצן ביים שיעור פון די אלשיך הקדוש און געזעהן לבן שטיין ביים טיר און צושאקלען מיט'ן קאפ אויף די עשרת מונים, אריה"ק האשכנזי ווי עס איז דא עפעס א אלטע כסא של אליהו וואס איינע םון די צדיקים האבן געזעהן אליהו הנביא אויף דעם ביי א ברית,און און די בימה איז דא א קויל וואס איז אריינגעפלויגן ביי איינע פון די מלחמות און בדרך נס איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן,און ביי די זויל אונטער די בימה איז מקובל אז איינע פון די תלמידי בעש"ט הקדוש (איך געדענק נישט וועלכע) איז געשטאנען ביים דאווענען, און אין חצר איז מקובל אז די חבריא קדישא האט מקבל שבת געוועהן אין פעלד, און דארט געצינדן די הדלקה ל"ג בעומר, די שול פון בת עין וואס ווען איך בין אריינגעקומען האב איך באקומען א פסק פון די גבאי-א פראנק פארוואס איך גריס איהם נישט און אז קיינער פון די חסידישע טוריסטן גריסן איהם נישט און נאכ'ן זיך איבערבעטן מיט איהם און זיך חנפנ'ן צו איהם האט ער מיך ארום געטראגן אויף א טור און אלעס מסביר געוועהן, ווי מ'קען נאך זעהן די חלק דאך וואס איז געבליבן שטיין ביי די ערד ציטערניש, און די בענקל און די שטענדער פון די הייליגע בת עין, טון ער האט מיך מסביר געוועהן אז זיי האבן 2 בימה'ס א אשכנז'ישע און א ספרדישע ווייל א גאנץ יאר ליינען זיי און א ספרדישע ספר תורה און עטליכע מאל א יאר ליינען זיי און די בת עין'ס ספר תורה וואס איז א אשכנזישע און דערנאך האט ער מיך אריינגעלאזט קוקן די דירה פון די הייליגע בת עין, נאכדעם בין איך געגאנגען אין די מקוה וואס מ'זאגט אז די בת עין און די באר מים חיים האבן זיך גע'טובל'ט, וויזניץ-טוניס געכאפט א שמועס מיט איינע פון די זקנים מיוצאי טוניס, אין די שול איז דא א תקנה אז ווען איינעם'ס טעלעפאון קלינגט אינמיטן דאווענען דארף ער געבן 10 שקל קנס פאר'ן שולמהר"י אבוהב ווי עס איז דא 3 ארוני הקודש און אינטערסאנטע מאלערייען אויף די ווענט און אויפ'ן דאך,אפשר בין איך געוועהן נאך ערגעץ וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט, געדאווענט שחרית אין צאנז'ע קלויז 9:00 נאכן דאווענען אריין אין א חב"ד שטובל פון ווי איך האב ארויסגעהערט זינגען און טאנצן.
שבת נאכמיטאג געגאנגען שפאצירן ארום צפת אויף די בערג און אין די היילן און אריין אין א הייל ווי מ'האט געהאלטן וואסער בשעת איינע פון די מלחמות און עס האט זייער א שטארקע ווידער-קול אז ווען איך מיט נאך צוויי אידן האבן געזינגען האט זיך עס געהערט ווי עטליכע הונדערט אידן זינגען מיט.
מוצ"ש געכאפט א מונית קיין מירון, זונטאג, מאנטאג, און דינסטאג בין איך מער ווייניגער געוועהן אויפ'ן ראוד א גאנצן טאג אין צפון ארץ ישראל ווי איך האב ב"ה אריינגעכאפט זייער אסאך סיי קברי צדיקים בעקאנטע און ווייניגער באקאנטע, אינטערסאנטע, אלטע, און היסטארישע פלעצער, שיינע הויכע בערג, און אמיוזמענט פלעצער.
מיטוואך אלט-שטאט ירושלים, דאנערשטאג הר הזיתים און הר המנוחות, פרייטאג ירושלים'ע געסאלאך, שב"ק ביי די אדמורי"ם ורבנים אין עיה"ק ירושלים, און זונטאג מדבר יהודה, מצדה, עין גדי, און ים המלח

הו הא, להחיות בהם...
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
להחיות האט געשריבן: און ביי די זויל אונטער די בימה איז מקובל אז איינע פון די תלמידי בעש"ט הקדוש (איך געדענק נישט וועלכע) איז געשטאנען ביים דאווענען


דאכט זיך אז דער הייליגער באר מים חיים זי"ע


---

שכוח ר"ר בערל, זייער שיין!

שוין געווען דארטן מער ווי איינמאל, אבער נישט אויף שבת, איך הייב שוין אן צו טראכטן...

מיר האט זיך אויך אזוי געדאכט, איך בין נישט געוועהן זיכער
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

להחיות האט געשריבן: צוקער זיס, יישר כח פאר'ן באשרייבן
האסט מיך צוריק געטראגן צו מיין שבת אין צפת צוויי און-א-האלב יאר צוריק, די ערשטע און דערווייל איינציגסטע מאל וואס איך בין געוועהן אין ארץ ישראל, איך קען מיך נישט אנהאלטן פון עס פארצייכענען אז ווער עס פארט אהין זאל וויסן וואס עס איז אלס דא דארט.
איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס באלאנגט ווייל עס קומט נישט א באזונדערע אשכול ווייל עס איז נישט קיין באשרייבונג, נאר בלויז טרוקענע פאקטן, אבער דא האב געכאפט די בענקעניש קיין צפת וועל איך עס דא שרייבן
איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל ליל ששי איך בין אנגעשטאנען אין א שטיינערנע דירה אויף די א.ד. רחוב תרפ"ט, אינדערוואכן געגאנגען אין די מקוה פון הרה"ק מ'שינאווע זי"ע און געדאווענט אין די צאנזע קלויז ווי מ'מאכט הגבהה פאר'ן ליינען און מ'מאכט נישט א ברכה אויף הלל כהוראת הבית יוסף, פרייטאג פארמיטאג מתפלל געוועהן אויף די בית החיים (עס האט גענומען עטליכע שעה) און נאך חצות געגאנגען צו ר' לייב בעל יסורים און געכאפט א טבילה אין מקוה האריה"ק לכבוד שב"ק.
געדאווענט מנחה ער"ש אין בית הכנסת מהר"י אבוהב און קבלת שבת און מעריב אין די גרויסע ברסלב'ע בעהמ"ד און ביי לא תבשו און נאכ'ן דאווענען געכאפט א רקידה.
שבת צופרי בין איך אויפגעשטאנען פארטאג'ס צו קענען קאווערן אלע היסטארישע בתי מדרשים וואס א חלק פון זיי זענען נאר אפן ביי וותיקין -ס'איז גוט צו מאכן אביסל ריסערטש פאר מ'גייט אהין צו וויסן אין יעדע ביהמ"ד וואס צו באטראכטן- בין איך געוועהן אין שול פון אריה"ק הספרדי וואס שטייט הארט נעבן די בית החיים, און אין די שטובל ווי מ'זאגט אז די אריה"ק האט געלערנט מיט אליהו הנביא, און אין די שול פון בית יוסף ווי מ'האט געהאלטן אינמיטן ליינען אין די ספרד'שע שטייע'דיגע ספר תורה, אלשיך הקדוש ווי די אריה"ק איז געזעצן ביים שיעור פון די אלשיך הקדוש און געזעהן לבן שטיין ביים טיר און צושאקלען מיט'ן קאפ אויף די עשרת מונים, אריה"ק האשכנזי ווי עס איז דא עפעס א אלטע כסא של אליהו וואס איינע םון די צדיקים האבן געזעהן אליהו הנביא אויף דעם ביי א ברית,און און די בימה איז דא א קויל וואס איז אריינגעפלויגן ביי איינע פון די מלחמות און בדרך נס איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן,און ביי די זויל אונטער די בימה איז מקובל אז איינע פון די תלמידי בעש"ט הקדוש (איך געדענק נישט וועלכע) איז געשטאנען ביים דאווענען, און אין חצר איז מקובל אז די חבריא קדישא האט מקבל שבת געוועהן אין פעלד, און דארט געצינדן די הדלקה ל"ג בעומר, די שול פון בת עין וואס ווען איך בין אריינגעקומען האב איך באקומען א פסק פון די גבאי-א פראנק פארוואס איך גריס איהם נישט און אז קיינער פון די חסידישע טוריסטן גריסן איהם נישט און נאכ'ן זיך איבערבעטן מיט איהם און זיך חנפנ'ן צו איהם האט ער מיך ארום געטראגן אויף א טור און אלעס מסביר געוועהן, ווי מ'קען נאך זעהן די חלק דאך וואס איז געבליבן שטיין ביי די ערד ציטערניש, און די בענקל און די שטענדער פון די הייליגע בת עין, טון ער האט מיך מסביר געוועהן אז זיי האבן 2 בימה'ס א אשכנז'ישע און א ספרדישע ווייל א גאנץ יאר ליינען זיי און א ספרדישע ספר תורה און עטליכע מאל א יאר ליינען זיי און די בת עין'ס ספר תורה וואס איז א אשכנזישע און דערנאך האט ער מיך אריינגעלאזט קוקן די דירה פון די הייליגע בת עין, נאכדעם בין איך געגאנגען אין די מקוה וואס מ'זאגט אז די בת עין און די באר מים חיים האבן זיך גע'טובל'ט, וויזניץ-טוניס געכאפט א שמועס מיט איינע פון די זקנים מיוצאי טוניס, אין די שול איז דא א תקנה אז ווען איינעם'ס טעלעפאון קלינגט אינמיטן דאווענען דארף ער געבן 10 שקל קנס פאר'ן שולמהר"י אבוהב ווי עס איז דא 3 ארוני הקודש און אינטערסאנטע מאלערייען אויף די ווענט און אויפ'ן דאך,אפשר בין איך געוועהן נאך ערגעץ וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט, געדאווענט שחרית אין צאנז'ע קלויז 9:00 נאכן דאווענען אריין אין א חב"ד שטובל פון ווי איך האב ארויסגעהערט זינגען און טאנצן.
שבת נאכמיטאג געגאנגען שפאצירן ארום צפת אויף די בערג און אין די היילן און אריין אין א הייל ווי מ'האט געהאלטן וואסער בשעת איינע פון די מלחמות און עס האט זייער א שטארקע ווידער-קול אז ווען איך מיט נאך צוויי אידן האבן געזינגען האט זיך עס געהערט ווי עטליכע הונדערט אידן זינגען מיט.
מוצ"ש געכאפט א מונית קיין מירון, זונטאג, מאנטאג, און דינסטאג בין איך מער ווייניגער געוועהן אויפ'ן ראוד א גאנצן טאג אין צפון ארץ ישראל ווי איך האב ב"ה אריינגעכאפט זייער אסאך סיי קברי צדיקים בעקאנטע און ווייניגער באקאנטע, אינטערסאנטע, אלטע, און היסטארישע פלעצער, שיינע הויכע בערג, און אמיוזמענט פלעצער.
מיטוואך אלט-שטאט ירושלים, דאנערשטאג הר הזיתים און הר המנוחות, פרייטאג ירושלים'ע געסאלאך, שב"ק ביי די אדמורי"ם ורבנים אין עיה"ק ירושלים, און זונטאג מדבר יהודה, מצדה, עין גדי, און ים המלח

אוי אוי עיה"ק צפת עס בענגט !
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
להחיות האט געשריבן: צוקער זיס, יישר כח פאר'ן באשרייבן
האסט מיך צוריק געטראגן צו מיין שבת אין צפת צוויי און-א-האלב יאר צוריק, די ערשטע און דערווייל איינציגסטע מאל וואס איך בין געוועהן אין ארץ ישראל, איך קען מיך נישט אנהאלטן פון עס פארצייכענען אז ווער עס פארט אהין זאל וויסן וואס עס איז אלס דא דארט.
איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס באלאנגט ווייל עס קומט נישט א באזונדערע אשכול ווייל עס איז נישט קיין באשרייבונג, נאר בלויז טרוקענע פאקטן, אבער דא האב געכאפט די בענקעניש קיין צפת וועל איך עס דא שרייבן
איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל ליל ששי איך בין אנגעשטאנען אין א שטיינערנע דירה אויף די א.ד. רחוב תרפ"ט, אינדערוואכן געגאנגען אין די מקוה פון הרה"ק מ'שינאווע זי"ע און געדאווענט אין די צאנזע קלויז ווי מ'מאכט הגבהה פאר'ן ליינען און מ'מאכט נישט א ברכה אויף הלל כהוראת הבית יוסף, פרייטאג פארמיטאג מתפלל געוועהן אויף די בית החיים (עס האט גענומען עטליכע שעה) און נאך חצות געגאנגען צו ר' לייב בעל יסורים און געכאפט א טבילה אין מקוה האריה"ק לכבוד שב"ק.
געדאווענט מנחה ער"ש אין בית הכנסת מהר"י אבוהב און קבלת שבת און מעריב אין די גרויסע ברסלב'ע בעהמ"ד און ביי לא תבשו און נאכ'ן דאווענען געכאפט א רקידה.
שבת צופרי בין איך אויפגעשטאנען פארטאג'ס צו קענען קאווערן אלע היסטארישע בתי מדרשים וואס א חלק פון זיי זענען נאר אפן ביי וותיקין -ס'איז גוט צו מאכן אביסל ריסערטש פאר מ'גייט אהין צו וויסן אין יעדע ביהמ"ד וואס צו באטראכטן- בין איך געוועהן אין שול פון אריה"ק הספרדי וואס שטטייט הארט נעבן די בית החיים, און אין די שטובל ווי מ'זאגט אז די אריה"ק האט געלערנט מיט אליהו הנביא, און אין די שול פון בית יוסף ווי מ'האט געהאלטן אינמיטן ליינען אין די ספרד'שע שטייע'דיגע ספר תורה, אלשיך הקדוש ווי די אריה"ק איז געזעצן ביים שיעור פון די אלשיך הקדוש און געזעהן לבן שטיין ביים טיר און צושאקלען מיט'ן קאפ אויף די עשרת מונים, אריה"ק האשכנזי ווי עס איז דא עפעס א אלטע כסא של אליהו וואס איינע םון די צדיקים האבן געזעהן אליהו הנביא אויף דעם ביי א ברית,און און די בימה איז דא א קויל וואס איז אריינגעפלויגן ביי איינע פון די מלחמות און בדרך נס איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן,און ביי די זויל אונטער די בימה איז מקובל אז איינע פון די תלמידי בעש"ט הקדוש (איך געדענק נישט וועלכע) איז געשטאנען ביים דאווענען, און אין חצר איז מקובל אז די חבריא קדישא האט מקבל שבת געוועהן אין פעלד, און דארט געצינדן די הדלקה ל"ג בעומר, די שול פון בת עין וואס ווען איך בין אריינגעקומען האב איך באקומען א פסק פון די גבאי-א פראנק פארוואס איך גריס איהם נישט און אז קיינער פון די חסידישע טוריסטן גריסן איהם נישט און נאכ'ן זיך איבערבעטן מיט איהם און זיך חנפנ'ן צו איהם האט ער מיך ארום געטראגן אויף א טור און אלעס מסביר געוועהן, ווי מ'קען נאך זעהן די חלק דאך וואס איז געבליבן שטיין ביי די ערד ציטערניש, און די בענקל און די שטענדער פון די הייליגע בת עין, טון ער האט מיך מסביר געוועהן אז זיי האבן 2 בימה'ס א אשכנז'ישע און א ספרדישע ווייל א גאנץ יאר ליינען זיי און א ספרדישע ספר תורה און עטליכע מאל א יאר ליינען זיי און די בת עין'ס ספר תורה וואס איז א אשכנזישע און דערנאך האט ער מיך אריינגעלאזט קוקן די דירה פון די הייליגע בת עין, נאכדעם בין איך געגאנגען אין די מקוה וואס מ'זאגט אז די בת עין און די באר מים חיים האבן זיך גע'טובל'ט, וויזניץ-טוניס געכאפט א שמועס מיט איינע פון די זקנים מיוצאי טוניס, אין די שול איז דא א תקנה אז ווען איינעם'ס טעלעפאון קלינגט אינמיטן דאווענען דארף ער געבן 10 שקל קנס פאר'ן שולמהר"י אבוהב ווי עס איז דא 3 ארוני הקודש און אינטערסאנטע מאלערייען אויף די ווענט און אויפ'ן דאך,אפשר בין איך געוועהן נאך ערגעץ וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט, געדאווענט שחרית אין צאנז'ע קלויז 9:00 נאכן דאווענען אריין אין א חב"ד שטובל פון ווי איך האב ארויסגעהערט זינגען און טאנצן.
שבת נאכמיטאג געגאנגען שפאצירן ארום צפת אויף די בערג און אין די היילן און אריין אין א הייל ווי מ'האט געהאלטן וואסער בשעת איינע פון די מלחמות און עס האט זייער א שטארקע ווידער-קול אז ווען איך מיט נאך צוויי אידן האבן געזינגען האט זיך עס געהערט ווי עטליכע הונדערט אידן זינגען מיט.
מוצ"ש געכאפט א מונית קיין מירון, זונטאג, מאנטאג, און דינסטאג בין איך מער ווייניגער געוועהן אויפ'ן ראוד א גאנצן טאג אין צפון ארץ ישראל ווי איך האב ב"ה אריינגעכאפט זייער אסאך סיי קברי צדיקים בעקאנטע און ווייניגער באקאנטע, אינטערסאנטע, אלטע, און היסטארישע פלעצער, שיינע הויכע בערג, און אמיוזמענט פלעצער.
מיטוואך אלט-שטאט ירושלים, דאנערשטאג הר הזיתים און הר המנוחות, פרייטאג ירושלים'ע געסאלאך, שב"ק ביי די אדמורי"ם ורבנים אין עיה"ק ירושלים, און זונטאג מדבר יהודה, מצדה, עין גדי, און ים המלח

הו הא, להחיות בהם...

יא איר קענט זיין שבת קודש און עיה"ק צפת.. אז איר פארשטייט די טעם פון א שבת און צפת דאן בהט מיטגעפיהל מיט תושבי צפת..
https://gebachallah.org/
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

געלעהזט. ווארטן מיר אויפ'ן המשך. האסט אנגעצונדן מיין הארץ צו וועלן באזוכן דארטן.
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

בינעך נעכטן דארט געוועזן....א מין עקספיריענס...וואס דארט קומט אלס פאר
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פעניאק האט געשריבן: בינעך נעכטן דארט געוועזן....א מין עקספיריענס...וואס דארט קומט אלס פאר

צום ערשטן מאל?
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן: בינעך נעכטן דארט געוועזן....א מין עקספיריענס...וואס דארט קומט אלס פאר

צום ערשטן מאל?

יאפ!

זוכה געווען אריינצוכאפן אין די דריי טעג פונעם בת עין׳ס יארצייט

ליידער די גדרי צניעות אינעם הייליגן בית עלמין....געוועזן שרעקליך... א מין בזיון רח״ל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פעניאק האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן: בינעך נעכטן דארט געוועזן....א מין עקספיריענס...וואס דארט קומט אלס פאר

צום ערשטן מאל?

יאפ!

זוכה געווען אריינצוכאפן אין די דריי טעג פונעם בת עין׳ס יארצייט

ליידער די גדרי צניעות אינעם הייליגן בית עלמין....געוועזן שרעקליך... א מין בזיון רח״ל

שרייבט אראפ אייער באזוך.
john
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך john »

פעניאק האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן: בינעך נעכטן דארט געוועזן....א מין עקספיריענס...וואס דארט קומט אלס פאר

צום ערשטן מאל?

יאפ!

זוכה געווען אריינצוכאפן אין די דריי טעג פונעם בת עין׳ס יארצייט

ליידער די גדרי צניעות אינעם הייליגן בית עלמין....געוועזן שרעקליך... א מין בזיון רח״ל

האסט כאטשיג אריין געכאפט א קאלטן מקוה אין מקוה האר״י??
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: מיין באזוך אין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

john האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן: בינעך נעכטן דארט געוועזן....א מין עקספיריענס...וואס דארט קומט אלס פאר

צום ערשטן מאל?

יאפ!

זוכה געווען אריינצוכאפן אין די דריי טעג פונעם בת עין׳ס יארצייט

ליידער די גדרי צניעות אינעם הייליגן בית עלמין....געוועזן שרעקליך... א מין בזיון רח״ל

האסט כאטשיג אריין געכאפט א קאלטן מקוה אין מקוה האר״י??

אוודאי! סאיז שווער געווען אבער סאיז גוט!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

מיין באזוך אין צפת / חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מיין באזוך אין צפת / חלק ב'
גייען מיר ווייטער א שפאציר און די קליינטשיגע שמאלע געסלעך.

טוריזים איז גאר שטארק אין צפת, אין א פשוט'ע שבת גייענדיג אין ביהמ"ד קען מען זיך אנשטויסן אין גאנצע מחנות טוריסטן וטוריסטקעס אנגעלאדענט מיט גרויסע פאטא אפאראטן מיט א טור-גייד בראש, א גאנצע יודע ספר, ער מאלט צאם דארט קין והבל, א שטייגער ווי מען זאגט אין ירושלים אויף ר' יאנטעל האפמאן פון 'הופמאן הסעות', א באקאנטע פערזאן, - ער נעמט א גרופע ערגעץ אין גליל און צייגט אן אויף א שטיין, דא ליגט שמואל הנביא. איינער פון די טוריסטן נעמט זיך טענה'ן: איר האט אונז נעכטן געוויזן זיין ציון אין צענטראל ארץ ישראל... נע וואס פארשטייסטו מאכט ער מיט די הענט, דאס איז געווען שמואל א', דער איז שמואל ב'.

אזוי איז פארהאן נאך אור אלטע בתי מדרשים, די בית המדרש פון אלשיך הק', דאן דאס ביהמ"ד הספרדי פון אריז"ל, דאס איז שוין ממש ביים עק פון אלט שטאט, אונטן פון בארג, דאס נענטסטע צום בית החיים, די ביהמ"ד איז אויך אויסגעזעצט מיט פלושענע בענק אויף אלע זייטן, מיט דריי ארוני הקודש אויף מזרח וואנט, דא זענען די ביה"כ אויך אינדרויסן אין א באזונדערע שטיבל.

די בית החיים גופא, קען דאך ווער עס האט נאר אמאל פוקד געווען גליל העליון, אנגעהויבן מיטן מקוה האר"י. אינטערסאנט איז אז זייענדיג דארט האב איך געוואלט זעהן פון די וואסער קוועלט, בין איך עס נאכגעגאנגען איז עס א היבש שיינע טריט אוועק פון די מקוה אליינ'ס, דארט אויפן פעלד קוועלט זי אזוי ארויס ממש אונטער א שטיין און עס רינט אזוי אריין ביזן בור אריין.

די שוכני עפר זענען דארט כידוע דער אריז"ל, דער רמ"ק, רבי שלמה אלקבץ דער בעל לכה דודי, רבי עמרם חסידא, דער באר מים חיים, דער בת עין, עס איז אויך פארהאן דארט א מערה וואס עס שטייט אז דארט ליגט חנה ושבעה בניה, ר' לייב בעל יסורים איז היבש אביסל ארויפציער, און נאך און נאך, מען האט דארט באגראבן יארן איינ'ס העכערן צווייטן, ביז אונטן ווי עס ליגט רבי פנחס בן יאיר, דערנאך איז דארט פארהאן א נייערע חלקה.

צוריק צו די געסלעך אין אלט שטאט, שבת נאכמיטאג האב איך געכאפט דארט א שפאציר, האב איך אנגעטראפן א צפת'ער איינוואוינער, ער האט געהאט אזא שטיקל מוזיעם, נאכן גראבן אונטער זיין דירה האט זיך אים אנטפלעקט גאנצע צימערן פיל מיט ערדענע כלים און נאך, היות צפת האט דאך געהאט כמה פעמים גרויסע ערד ציטערנישן איז אזוי פארשאטן געווארן געביידעס און וואס נישט, האט ער אונז געגעבן אזא שטיקל טור ביי אים אין די שטיינערנע קעלערן, ווי מ'האט געזעהן אור אלטע כלים און נאך.
*
גייען מיר ווייטער אריבער צום איינציגסטן תלמוד תורה עטה"ק ווי מען לערנט מיט די קינדער אויף אידיש ויקרא שמו 'טאחויבער' תלמוד תורה.

כיום ווייס איך נישט צו עס איז דא מערערע ת"ת, איך זעה לעצטענס אדווערטייזט איבער א ת"ת בת עין, איך ווייס נישט צו זיי האבן צוגעלייגט א נאמען לסגולה, אדער איז עס גאר א צווייטער. הכלל, גייען מיר אריין אין א אלטע געביידע, פון אינעווייניג איז עס יא גאנץ פריש איבערגעמאכט, אויפן דאך האבן זיי געמאכט א גרויסע שפיל גארטן, ממש צווישן די שמאלע צפת'ע געסלעך.

די תלמוד תורה איז פונקט ווי צפת, אויך א צוזאמשטעל פון קינדער פון כלערליי משפחות, אפי' פון אזעלכע שטיבער ווי מען רעדט עברית אינדערהיים שיקן אריין דארט. אין נורסערי קען ממש זיין א דור הפלגה ביז די קינדער דערלערנען זיך אידיש.

דארט זענען פארהאן ברעסלאווער מיט לאנגע פיאות בשפע, צאנזע חסידים, אמשינוב'ע, וויזשניצע, ספרדישע, ליטווישע, אפי' א משיח'יסט וועמען'ס פאטער גייט א יחי קאפל.

כ'האב געכאפט דארט א שמועס מיט א מלמד א אמשינובער חסיד, איז מיר געווען אינטערסאנט צו הערן איבער די הפלא'דיגע הנהגה פון זיין רבי'ן. שפעטער זייענדיג אין ירושלים האב איך טאקע געטראפן דעם אמשינובער רבי ביי א ברית, א איד א שטארקע בעל צורה, וועלכער האט נאך געהאלטן ווי פארשטענדליך פארן דאווענען, האט מען אים געברענגט כיבוד א בריעדיגע טיי, און כאילו לא היה האט ער עס אויסגעטרינקן ווי א קאלט גלעזל וואסער. אבער די ברכה וואס ער האט געמאכט פאר דעם, יעדע'ס ווארט ווי ער וואלט געציילט באנקנאטן פון א מיליאן א שטיקל. שפעטער די לחיים וואונטשן פאר אלע דורכגייער, יעדעס ווארט, לחיים.. טובים.. כ'גלייב אז וואונטשן א ציבור אידן אזוי קען נעמען עטליכע טעג.

דער מנהל א ווארעמע צוגעלאזענע איד מיט א 'קרעמבא' אויפן קאפ (אזא כמו גור'ע היטל) האט אונז שיין אויפגענומען, איך גלייב שווער אז ער קען זאגן א שטרענג ווארט פאר א קינד. איינמאל א וואך קומט צו גיין א איד פון חיפה, א הויכער היט מיט א שטייפע גארטל ארום א שטיקל אגיל ואשמח, אבער מיט א שטרענגע געזיכט ויקרא שמו 'דער מפקח', זעהט אויס אז זיי האבן פארשטאנען אז מען מוז עטוואס האבן עפעס א שטרענגערע פיקוח.

די גאנצע חדר זעהט אויס א ווארעמע צוגעלאזענע אטמאספערע, היות ס'איז נישט גרויס, קיינע פאראלעלס אין די כיתות. מיט אזוי פיל יא זענען זיי גלייך ווי אלע ארץ ישראל'דיגע חדרים, אז מען שפילט מיט 'אדזושאים' גיי זיי מסביר פאר אן אמעריקאנע יונגל... דארטן זענען די קערעלעך פון די פערזשיך (איך זאג עס גוט?...) א גאנצע ארטיקל, מען שפילט, מען טוישט, אזוי פיל 'אדזושאים' האב איך, אזוי פיל האסטו, אקיצער די עולם המסחר בליעט.

די צווייטע זאך, איז פטל! ווער ווייסט נישט וואס איז פטל, א מין משקה דאס, דארט גייט אזעלכע גאנצע פעסלעך אזא קלעבעדיגע משקה. כ'גלייב אז מ'קען אן אראבער מיט דעם צוקלעבן לעולם דועד, מען גיסט אריין אביסל כשיעור מים אחרונים אין א גלעזל, דערנאך גייט מען צום קראן מען איז עס ממלא על גדותיו, דאס טרינקט מען דארט אין גרויסן.

די מיידל שולע ווי מען לערנט אויף אידיש איז דאן נאך קוים געווען אין אירע ערשטע קינדער שיכלעך, קוים די ערשטע פאר קלאסן. כ'מיין עס איז געפענט געווארן דורך א עסקן 'פריעד', ער האט אסאך געטוהן פאר אידישקייט דארט אין צפת, דאס איז שוין אין נייע געגענט 'מקור אדער אור חיים', א נייערע געגענט אין צפת אונטערן בית החיים.

די גרעסערע מיידלעך, אפי' פון אזעלכע שטיבער ווי מען רעדט אידיש האבן נעבעך געמוזט שיקן אין א שולע וואס מען רעדט עברית.

ישיבות איז דאן נישט געווען געהעריג אין צפת, חוץ חב"ד. ברעסלאוו מיין איך האב אויך געהאט א ישיבה.
*

גיי מיר צוריק צו רחוב תרפ"ט ביזן ענדע, אגב ווען איך בין נאר געגאנגען אויף דעם שמאלן געסל, האב אלץ זיך אנגעשטויסן אין א גרויסן ווייסן כלב וועלכע איז געלאפן ארויף און אראפ. זיך טרעפן מיט א גרויסן הינט אויף אזא שמאלן גאס איז נישט זייער באטעם'ט, אבער כ'האב זיך גאנץ שנעל צוגעוואוינט אז דער גייט זיך זיין וועג און טוהט נישט גארנישט.

א צווייטע באשעפעניש וועלכע איך האב אסאך געטראפן איז געווען נעבעך א איד מיט א לאנגע רעקל און א לאנגע ווייסע בארד, די אויגן האבן אים אלץ געפינקעלט מיט עפעס א געהיימע לוסט, ווען ער שרייט מיט א הייזעריגע שטימע צו אלע בייזע רוחות. מיט יארן שפעטער האב אים געטראפן נישט מער און נישט ווייניגער מיט די זעלבע צורה אויף דרייצענטע עווניו, גיי ווייס ווער עס האט אים אהינגעטראגן, זאל ער זיין געזונט און שטארק.

גיי מיר אויף די לינקע זייט ביים עק גאס שטייט דארט עפעס א חורבה, פון ווי עס שיינט ארויס אזעלכע צאנקעדיגע געלע לעמפ, די גאנצע בילד זעהט עפעס אויס ווי אונטער א מיסטישע שלייער, שרעקעדיגע פארשוינען קומען און גייען פון דארט, אלעס באוואקסן מיט ריזיגע שערות, איך האב ממש נישט געקענט אפשאצן צו מען לאזט דארט אריין נאר פון איין מין, אדער דארט איז מען נישט מקפיד אויף קיינע מחיצות. ס'הערט זיך ארויס פון דארט אזעלכע שטילע זיפצן, טענער און לידער עפעס שלא מעלמא הדין, באגלייט מיט אזעלכע אונטערגעשלאגענע כלעזמער, כ'ווייס נישט צו ס'האט געהאט צו טוהן מיט קארליבאך וכדומה, אבער ס'געווען דארט הויעך הויעך.

אויף די רעכטע זייט איז פארהאן נאך א שורה טרעפ וואס פירט אראפ צו א לאנגע שמאלע געסל כמו מארק, איבערגעדעקט מיט א דעכל, ווען פון ביידע זייטן שטייען געשעפטלעך, רוב מיט ארטיסטישע ווערק, חאמסאס הענגן פון אלע זייטן, (די פינף פינגערדיגע פארשאלטענע הענטלעך)...

ערגעץ אינצווישן געפינט זיך א ספרדישע בית המדרש, 'בית יוסף', דארט האב איך די ערשטע מאל מיט געהאלט א ספרדישע דאווענען, אלעס מער עלטערע ספרדישע וואוילע אידן, מגולחים, זיצן אויסגעזעצט אויף די דריי זייטן פון ביהמ"ד אויף פלושענע בענק, ווען אינמיטן אויפן באלעמער שטעלט זיך אוועק די בעל תפילה מיטן טלית אויפן אקסעל, די נקדישך ביי מנחה שבת האט אזא זיסע מעלאדיע וואס זיי זינגען אלע צוזאמען, די זעלביגע ביי ואני תפילתי ביי מנחה פאר פתיחת הארון, עס קלונגט מיר נאך אין די אויערן ביז היינט. ביי קבלת שבת זינגען זיי אדורך די גאנצע לכה דודי אלע צוזאמען אין א שיינע אבער רואיגע געזאנג. מען האט מיר דארט זייער שיין אויפגענומען און מקרב געווען.
*
גייען מיר צוריק ארויף צום עק רחוב תרפ"ט ממש קעגן די מיסטישע ווינקל הנ"ל שטייט די צאנזער שטיבל, מ'קען זאגן די היימישסטע ווינקל אין צפת, א עכט געשמאקע חסידישע קרעמל, א געשמאק דארט צו פארברענגן, ס'דארט דא מיט וועם צו רעדן אויף אידיש, חסידישע אידן געפינען דארט א געמיינזאמע שפראך, אפי' א סאטמארער קען זיך זייער גוט פארשטיין דארט מיט די צאנזער אידן.

אונטן אין מקוה איז פארהאן בור וואס מען זאגט אז דער הייליגער שיניאוואר רב האט זיך נאך געטובל'ט.

די רב זייערע איז א הויכער איד, מיט א לאנגע בארד, די גבאים זענען צוויי צאנזער אידן, זילבערמאן און איך געדענק נישט דער צווייטער, דער דריטע גבאי איז גאר א וויזשניצער בערקאוויטש. די גבאים אליין זענען עפעס גאר געשמאקע זיסע אידן ועל הכלל כולו יצא.

אין א שוואכע מינוט בין איך איינמאל געזעצן דארט מיט א דף היומי רח"ל, דער זילבערמאן גייט מיר אדורך, און זעהט ווי איך קוק... זאגט ער מיר: געב אכט, אז דו וועסט לערנען דף היומי וועסטו נאך וואקסן א ת"ח.
*
איינע פון די וואוילע אידן אין צפת איז דער נאדבורנער רבי, א איידעם ביי רבי שמעון'לע לעלובער זצ"ל, ער האט א בית מדרש'ל, געבויעט אויפן אלטן שטייגער פון ציגל מיט גרויסע האלצערנע באלקענעס, האב איך מיך אריבער געכאפט אהין ביי שלש סעודות.

זיין גרויסער שווער איז דארט געווען אויף שבת, האב איך געהאט די זכי' צו טרעפן דעם צדיק פון די נאנט, ער איז געזעצן אויבן אן, אבער מיט אזא פשטות, אזוי זייטיג, און איז געווען פארנומען זאגן פאר זיך עפעס, כ'ווייס נישט צו פרק אדער ברכו נפשי, אדער גאר עפעס אנדערש, און זיך אזוי בשעת מעשה ארומגעקוקט אויפן קליינעם עולם.

אינמיטן די וואך בין איך אריינגעפאלן דארט צו א מעריב, האב איך געטראפן רבי שמעון'לע זיך ארומדרייענדיג מיט א סעלפאן רעדענדיג צו איינעם, מיטן גאנצן פשטות. האבן מיר אריינגעכאפט א ברכה פון נאך א גוטער איד.
*
צפת איז א שטארקע קור-ארט פאר אסאך אידן פון גאנץ ארץ ישראל, פשוטע אידן, און גרויסע רבי'ס אויך, האבן מיר געהאט דארט אויף שבת צו גאסט גור'ע רבי, ערגעץ אין א שיינעם ווילא ביים עק פון אלט שטאט האט ער געהאט זיין אכסני' ווי ער האט אפגעראכטן שבת מיט א ענגע צאל חסידים.

צו מעריב מוצ"ש האבן מיך זיך אריבערגעכאפט אהין, די גאנצע הנהגה איז מיר געווען זייער אינטערסאנט, אזא מיליטערישע ארדענונג במלא מובן המלה.

איך בין אנגעקומען סוף מעריב, די רבי האט גענדיגט דאווענען, די סעקונדע וואס ער דרייט זיך אויס, האט זיך ווי פון זיך אליין געשאפן אזא ענגע דורכגאנגע צווישן די חסידים, ווי די רבי נעמט זיך שפרייזן מיט שנעלע טריט, ווען בשעת מעשה גריסט ער די חסידים א גוטע וואך, בלויז מיט אזא קורצע בליק מיט די אויגן, ממש א בלינק.

פרעג מיר נישט וויאזוי אבער איך האב באקומען אן אוידענץ, איך קען אריינגיין צום רבי'ן. איך שטיי אונטער דעם טיר, ווען פלוצלונג געבט זיך די טיר א פראל אויף, והנה איך קען אריינגיין.

איך גיי אריין, פנימה, קיינער איז נישט געשטאנען אונטערן טיר, די רבי אליין איז שוין געזען אונטער אן אנטבלויזט פשוט'ן האלצערנעם טיש, - איך פארשטיי נישט וויאזוי ער האט שוין אנגעיאגט זיך אראפ צו זעצן נאכן עפענען די טיר.

וואס ס'טוהט זיך אינעווייניג געבט מען דאך נישט ארויס. - איך האב געפרעגט וואס איך האב געהאט צו פרעגן, די תשובה איז געווען קורץ און שארף, און די ווינק קלאר איך קען שוין גיין. איך אלץ אויפוואקסענדיג צווישן אונגארישע געב איך די האנט, און איך בייג מיך אראפ מעשה חסיד געבן א .... קיש. דא האט די רבי געגעבן אזא שלעפ צוריק די האנט, ס'זאל זיין צום געדענקן!
*
אז מ'רעדט פון גדולים ווי איך האב באזוכט, מוז איך דערמאנען מיין באזוך אין נהריה, א פרייע שטאט נישט אזוי ווייט פון צפת.

נהריה איז מקום מושבו פון דער צדיק רבי דוד אבוחצירא, אן אייניקל פון באבא סאלי, די שטאט נהריה זינט עס איז געווארן באזעצט דורך דעם צדיק האט זיך אנטוויקעלט א שטיקל אידישע ישוב מיט א גרויסע ישיבה אביר יעקב.

דער צדיק רבי דוד האט אין א פשוט'ע נאכט אן ערנסטן קבלת קהל, אזאנס וואס אסאך גרויסע רבי'ס אשכנזים וואלטן זיך געוואונטשן, ער האט פיל ערנסטע אנהענגער פון אונזער היימישן ציבור, מ'וועט אלץ טרעפן דארט עטליכע שטאפן היטן, פון די סאמע קוואטשאהאזע טעגלאש וכדי ליה.

דער עולם ווארט אין א גרויסן בית המדרש ביז מ'קען ענדליך אדורך גיין דעם צדיק ווי ער זיצט דארט אין א קליין צימערל ביי א קליינעם טיש, ווי אונז זענען דורך ממש אין א שורה איינ'ס נאכן צווייטן.

רבי דוד האט א לעכטיגע צורה, די לויטערקייט שיינט אראפ פון זיין געזיכט, און ער איז מאציל מברכותיו, ער האט אונז געגעבן א ספר אביר יעקב און הארציג אנגעוואונטשן.

מענין לענין מוז איך דערמאנען ווי איך בין געווען ביי זיין עלטערן ברודער באבא אלעזר ז"ל אין באר שבע, דארט איז אויך געווען א גרויסע ציבור וועלכע האבן געווארט אריינצוגיין, אבער איך האב נישט געזעהן קיין היימישן עולם דארט. אויך האבן זיך ארום געדרייט עטליכע גרויסע געשטאלטן מיט לאנגע בערד צו האלטן ארדענונג פון די רוישיגע מאסע.

ענדליך מ'קען אריינגיין, - באבא אלעזר איז אנדערש ווי רבי דוד וועלכע גייט אנגעטוהן מיט א געבויגענע היט און רעקל, - יא געגאנגען מיט די טראדיציאנאלע מלבוש א שטייגער ווי באבא סאלי, איז ער געזעצן מיט אזא כמו מעיל אין א גרעי קאליר.

מ'האט גערעדט אז זיין שמירת עינים איז געווען עפעס אויסטערליש, אזוי ווייט אז ער האט געהאט א טונעל אריבער צו גיין פון זיין ביהמ"ד צו זיין הויז אריבער די גאס.

באבא אלעזר איז געזעצן ביי א גרויסן טיש, זיין צורה האט עטוואס מער געצייגט אזא מדת הגבורה אבער מיט א שמייכל, אלע אנווענזדע האבן באקומען א שטיל קיכל און געמאכט צוזאמען א מזונות, נאכדעם איז מען אריבער לברך ולהתברך.

(איך האב אפי' אפגעשטאט א באזוך אויף רחוב החומה השלישית אין ירושלים, אבער דאס וועל מיר שוין לאזן פאר ...).
*
צוריק צו צפת, - די טעקסי דרייווער וועלכע איך האב גענוצט אנצוקומען קיין מירון זענען ווי שש ושמח האט אונז שוין געגעבן א שמעק, פונקט ווי אלע אין די גאנצע געבענטשטע לאנד, אמאל איז עס געווען א עופר, אמאל א אורי, רוב מאל אויסגעשפיגענע פון די מיליטער, אפגעדינט זייער דינסט און געבליבן אן קיין געלט און אן קיין כבוד, אמאל שטאמט ער פון טוניס אמאל פון מאראקא, איינצעלנע זענען פרסיים. דו ווייסט ווער ס'איז געווען מיין סבא, מיין סבתא... ריכטיגע תינוקות שנשבו, זיי וואלטן שוין לאנג תשובה געטוהן ווען זיי ווייסן וויאזוי.
*
איין טיפישע צפת'ע בחור מיט וועם איך האב מיך באקאנט האט זיך מיט מיר היימיש געמאכט, דער איז געקומען פון א שטוב ווי מ'האט גערעדט עברית, אבער אין טאחויבער ת"ת האט ער זיך דערלערנט א אידיש. דער האט זיך פארגליסט א שפילצייג, אבער א גרויסע און א לעבעדיגע, נישט מער און נישט ווייניגער, ער וויל האבן א חמור, יא א גרויסע לעבעדיגע אייזל, פארוואס א אייזל נישט א קעמל גיי אריין אין א צפת'ע קאפ.

זיין פאטער א פלאם פייערדיגע ברעסלאווער, מיט א גרויסע טענדער און נאך א גרעסערע בארד, גרויס ווי א דיקע דאכענע, האט אים מסכים געווען צו נעמען גיין קויפן א חמור, האבן מיר זיך מיטגעכאפט, מ'גייט זוכן אין איינע פון די פארעמס אין גליל העליון פאר זיין צדיק א חמור.

זעמיר ארויפגעפארן אויף שטעגן און וועגן אויף צומזיק'טע ראודס צו עפעס א פאריקטע פארעם, דער האט געהאט דארט אקסן און קיען, אזאנס וואס איך נישט געזעהן זינט פרעה'ס חלום, דער פרעזידענט מיט די פארדרייטע הויזן וואלט געזאגט נישט איינמאל יודזש... נא באמת ריזיגע קיען, מאסיווע בהמות, אזא ריכטיגע שור שנגח, ס'וואלט נישט געלאזט קיין שריד ופליט פון א גאנצע טרעקטער. אבער קיין חמור פאר א רפואה האט ער נישט געהאט.

פארלאזטס ענק אויף דעם צפת'ער בחור, ער האט זיך למעשה פארשאפט א חמור. ווי האלט מען דעם באשעפעניש? זארגט אייך נישט, דער פאטער זיינער, האט לטובת הענין צו קענען מאכן התבודדות כהוגן עטליכע אקער לאנד אין די וויסטעניש נישט ווייט פון צפת, - ער האט מיר אהינגענומען ווייזן דאס פלאץ, - די שטח זיינע באשטייט פון ליידיגע פעלדער און וועלדער.

אין איין ווינקל אין וואלד האט דער איד אויפגעבויעט אזא האלצערנע פארצייטישע כאטקע מיט א שיין טישל און בענקל, א ספרים שאנק, מיט עפעס א שטיקל קעכל, און ביה"כ, אלעס פון אומבגעהויבלטע האלץ, ס'האט געהאט עפעס א געוואלדיגע חן, ס'האט זיך מיר ממש פארגליסט זיך דארט צו באזעצן, און ער שטעלט צו דעם הייזקע מיטן גאנצן ארום פאר אלע זיינע ידידים זאלן קענען קומען אויסגיסן דאס הארץ פארן טאטן אין הימל מיט א רואיגקייט אויף דעם פארוואגלטן פלאץ אין גליל העליון.

אין איינע פון די עקן פון דעם גרויסן באוואקסענעם שטח שטייען צוויי פארלאזטע שטאלן, איינ'ס א ריזיגע ליידיגע שטאל פאר בהמות, און איינס א קלענערע שטאל פאר פערד וכדומה, דאס איז באשטימט געווארן אלץ וואוינארט פאר זיין נייע חבר, ערעב חמור.

וואס דער חמור מאכט היינט ווייס איך נישט, אבער דאס איז נאר א טיפ פון צפת עיר הקודש.

העל מיר מסיים זיין מיט א גוטע זאך: ... איז א גוטע שרייבער, און פיצה אורי מיט אסאאאאך רוטב פיצה איז א גוט מאכל!
לעצט פארראכטן דורך בערל קראקאווער אום מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 6:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”