ס'חול המועד, גיימיר חול המועד האלטן?...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5265
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

ס'חול המועד, גיימיר חול המועד האלטן?...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נו שוין, נאכן נישט שרייבן פאר אפאר וואכן, גיי מיר אויספאסטן...




א גוטן! א גוטע זיסע פרייליכע יאר מיט אלע ברכות און השפעות ברוחניות ובגשמיות. פארוואס סיי גוט און סיי זיס? ווייל וואס דער באשעפער טוט איז זיכער גוט, אבער מ'בעט אז ס'זאל זיין זיס.

עכ''פ, איך בין נישט געקומען זאגן קיין תורות אדער מוסר, אבער אז ס'איז אנהייב יאר ברויך מען דאך וואונטשן דעם ציבור...
איז לאמיר צוגיין צום ענין.

---

קומט סוכות. און סוכות האט חול המועד. און חול המועד גייט מען חול המועד האלטן. -רעד בעסער נישט דערפון, וואס?...-

איז גיימיר גיבן א בליק אריין אין א טאג אין חול המועד ביי א געוויסע איד און זיך מיטכאפן אויף זיין רייזע.
ר' יעקב לאמיר אים רופן. ער איז א חשובע איד פונעם היינטיגן דור, וואס געדענקט נאך עטליכע אידן פונעם פריערדיגן דור וואס געדענקן אסאך זאכן וואס איז נישט געוועזן אמאל אזויווי היינט...

איז לאמיר זיך לאזן אין אונזער רייזע אריין.

פאר וואס אנהייבן פון חול המועד, ווען מ'קען זיך מהנה זיין מיט זיין ערב יום טוב אויך? איז לאמיר אנהייבן מיט ערב יום כיפור.

נאך די ערשטע סעודה האט ער געמאכט א צווייטע כמנהג ישראל קדושים. און דאן האט ער געבענטשט די קינדער זיינע, און זיך געלאזט אין א געיעג מיט'ן זמן ווער ס'וועט ערשט אנקומען אין שול... למעשה האט דער זמן עס געמאכט, און ר' יעקב האט געכאפט נאר אביסל פארן שקיעה. תפילת זכה, וואונטשן פאר אלע אידן אין בית המדרש, און וואלה, כל נדרי.

דער שכן אין סמעדרעש זיינער איז גראדע געווען א נארמאלער מענטש וואס האט נישט געזאגט צו הויך שטילע שמונה עשרה, און אויך האט ער נישט זיך ארויפגעזעצט האלב אויף זיין פלאץ... געציילט ה' הוא אלקים מיט די פינגערס אפענערהייט... וכו'... נאך מעריב איז ער אהיים און נישט אויפגעבליבן א גאנצע נאכט.

צופרי איז ער געגאנגען אין בית המדרש צו שחרית און צו מוסף איז ער געגאנגן אין א צווייטע בית המדרש וואס האט א בעל תפילה וואס ער גלייכט מער. מנחה און נעילה האט ר' יעקב געדאוונט דארט וואו מוסף.

אבער אז מ'דאוונט אין א קליינע בית המדרש'ל מאכט זיך געוויסע זאכן וואס אין א גרויסע שול מאכט זיך נישט געווענטליך. למשל אז דער תקיעה סוף נעילה נעמט אביסל לענגער ווי די נערוון נאך א תענית פארנעמען...

און אז מ'רעדט פון זאכן וואס גייען נישט דווקא ווי געפלאנט איז נישט מעגליך נישט צו דערמאנען דאס אז די פושקע טאביק האט זיך אויסגעגאסן אויפן ווייסן קיטל גלייך אנהייב מוסף און פון דארט ביז סוף דאווענען האט ער שוין נישט געדארפט ארויסנעמען דעם טאביק פושקע צו שמעקן... ודי למבין... דער גליון וואס ער האט געקויפט צו ליינען איז פון ראש השנה, און זיין מחזור האט ער פונקט פארגעסן אינדערהיים און געדארפט נאכאמאל גיין אהין און צוריק.

און אוודאי האט אויפן וועג גערעגנט אביסל אז די זאקן זאל ווערן דורכגענעצט פון צווישן די לעכער פון די אזוי גערופענע "קראקס". איז וואו האלט מיר? אה, ער האט נאך מעריב נישט געקענט טרעפן די לבנה פאר קידוש. און ווען ער האט זיך אריינגעזעצט אין קאר האט ער געדארפט א "בוסט"...

בקיצור, ער איז אנגעקומען אהיים... די גרעיפ דזשוס איז גראדע געליגן אין פרידזש על מקומו הנכון. און נאך הבדלה האט מען זיך געזעצט צו א סעודה.

נאך די סעודה נעמט זיך א איד גלייך צו די סוכה. וואס הייסט, פון איין מצוה גלייך צום נעקסטן.

דא הייבט שוין אן צו ווערן עטוואס אינטערעסאנט. ס'פעלט איין פאנעל פון די סוכה. ס'האט אפגעשימלט פאריאר ווען בערי האט עס נישט באצייטנס אריינגעטראגן אין סטארעדזש... יעצט דארף מען גיין קויפן נייע.

וועלכע סטאר איז אפן יעצט? גיימער זוכן. האום דיפאו שפארט צענע. די סוכה סענטערס עפענען הערשט עלעווע. וואס טו מיר יעצט? ווילאנג מ'טראכט וואס צו טון ווערט שוין עלעווע... און שוין, ס'ווערט מסודר.

מ'קויפט דעם פאנעל און מ'פארט אהיים. קומט מען אן אהיים זעט מען אז ס'איז פונקט נישט די גוטע סייז... פארט מען צוריק עס טוישן. און ברוך השם נאך צוויי אהאלב שעה אויפן ראוד האט מען עפעס אויפגעטון...

נעקסט די נוי סוכה האלט זיך נישט ביים אפירזוכן. מסתמא איינער פון די קינדער האט עס ערגעץ וואו פארשלעפט. שוין, גיי ווייס...

(נחמי! וואס איז דאס זיך שלאגן גלייך מוצאי יום כיפור?
מאמי, לייג די קינדער שלאפן! זיי שטייען סתם אינטער די פוס...)

לאמיר אייך נאר אזויפיל זאגן אז ר' יעקב'ס סוכה איז צום סוף געשטאנען.
אבער לאמיר איבערהיפן אביסל צייט.

דער אתרוג סוחר ווייסט נאך עד היום נישט פארוואס ר' יעקב וואס נעמט יעדעס יאר א גאר שיינעם אתרוג מיט א סבר פנים יפות, איז דאס יאר אנגעקומען, געכאפט דעם ערשטן אתרוג וואס איז אים געקומען אינטער די האנט, און אנטלאפן ווי געטריבן פונעם ווינט. זאל ער נאר וויסן אז היי יאר האט ער געקויפט ביי א צווייטן נאר דער קליינער האט שוין אנגעיאגט צו מסדר זיין דעם פיטום...

הכלל, איז געווארן ערב יו"ט. בינדן דעם לולב. וואט עי פעין. דער קיישעלע האט זיך צעריסן ביים אריינלייגן דעם לולב, און די רינגעלעך האבן זיך נישט געוואלט האלטן טייט. (דו האסט אויך די פראבלעמען?...) למעשה, בדרך לא דרך, האט ר' יעקב מצליח געווען דער לולב מיט די הדסים און ערבות, וואס זענען שוין אויך עפעס נישט פריש ווייל מ'האט פשוט פארגעסן עס צו לייגן אויף דאס ריכטיגע פלאץ, געווארן צוזאמען געבינדן. טאקע א מינוט מיט א סקונדע און אהאלב פארן שקיעה, אבער געמאכט.

די יום טוב טעג זענען אריבער זייער דערהויבן. חוץ וואס די קינדער האבן געמאכט אביסל בושות ווען מ'האט געשמועסט מיט די שכנים אינמיטן די סעודה אן רשות און נאך עטליכע קלייניגקייטן, איז כמעט אלעס געפארן על מי מנוחות.

די שכנים אין שול האבן באוואונדערט דעם הערליכן אתרוג. זאלן זיי נאר וויסן וויפיל בלוט און שווייס ס'האט געקאסט...

און דאן איז אנגעקומען דער טרויעריג בארימטער "חול המועד".

נאך הבדלה האט זיך גלייך אנגעהויבן דער באקאנטער
"איך וויל גיין צו די ריידס!"
"איך וויל גיין צו די זו!"
"איך וויל גיין צו א פארק!"
"איך וויל גיין צו תורה מוזיעם!"
"ניין! מ'גייט נישט אין ערגעץ!"
"יו, מ'גייט נישט אין ערגעץ..."

למעשה האבן די קינדער אויסגעפירט. ר' יעקב זאגט פאר די קינדער אז אויף צומארגנס 'פונקטליך' האלב צוועלעף פארט מען ארויס חול המועד האלטן ס'איז א סוד צו וואו...

אויף צומארגנס אינדערפרי גלייך זענען די קינדער שוין אויפגעווען. ווייסט איין באשעפער וויאזוי די קינדער וואס מ'דארף וועקן דריי שעה פאר די באס קומט סתם א טאג ווייל "ער קען נישט אויפשטיין"... זענען יעצט עפעס וואונדערבאר אויף אזוי פרי...

מ'גייט אין שול, אתרוג לולב, מתנה על מנת להחזיר... שוין, שוין עפעס געלערנט אויך היינט...

און אזוי נישט מיר נישט דיר רוקט זיך דער זייגער אזוי צוביסלעך מינוט נאך מינוט...

קומט מען אן אהיים נאכן דאווענען, דארף מען דאך זיך וואשן. ס'הייסט, חול המועד דארף מען מאכן א סעודה.

איז זיצט מען אזוי ביים ברייטן פרישטאג כסעודת שלמה בשעתו, און דער זייגער רעכנט זיך בכלל נישט מיט'ן מצב...

למעשה ווען מ'האט זיך אריינגעזעצט אין קאר איז שוין געווען אזוי עטוואס נאך דרייע און נאכן באשליסן צו וועלכע פארק מען גייט, האט מען זיך געלאזט אין וועג אריין.

נאכן פארן אזא צוויי אהאלב דריי שעה איז מען אנגעקומען. זאג נישט אויף פאר קיינעם אז ער האט אריינגעלייגט עפעס א ראנג אדרעסס אינעם GPS, און ס'האט אים ארומגעשיקט די גאנצע שטאט חוץ ווי ער האט געוואלט אנקומען...

קומט מען אן צום פארק אזוי אפאר מינוט צו זעקס, און דער מענטש פונעם פארק זאגט אז מ'שפארט שוין אין אפאר מינוט, ס'לוינט נישט צו יעצט באצאלן. זעצט מען זיך צירוק אין קאר אויפן וועג צירוק אהיים... פארפאלן, מען וועט מארגן דארפן אויפשטיין אביסל פריער.

צומארגנס איז מען איבערגעגאנגען די זעלבע ווי נעכטן, נאר אין שנעלער. שנעל אויפגעשטאנען, שנעל געגאנגן דאווענען, שנעל געשאקלט לולב, און שנעל אהיים עסן.

דערנאך אריינגעשטיפט די פאפ-אפ סוכה אין קאר, און זיך געלאזט אין וועג אריין שוין פאר צווייע. נאך א וועג פון א קנאפע שעה אהאלב, כ'מיין קנאפ קעגן נעכטן... איז מען אנגעקומען אין פארק.

אין פארק האט זיך אבער אנגעהויבן א נייע ניגון. טאטי קום דא, קום דארט... און ווען מ'קומט אן דארט וואו ער האט אזוי שטארק געוואלט גיין, זאגט ער ניין טאטי כ'האב מורא, קום מיט מיט מיר...

נאכן זיך בעטן א גוטע פאר מינוט האט ר' יעקב זיך געלאזט איבעררעדן, און זיך אריינגעזעצט אין די ראולער קאוסטער קאר גרייט פאר א ערענסטע אויפשאקלונג...

וואס טוט מען נישט פאר די קינדער...

נאכן ווערן גוט אויפגעשאקלט, איז דער קליינער אויפגעקומען מיט א נייעם וואזשנעם געדאנק. נעמליך, די רינדעכיגע רעיסער קארס ווי ער רופט עס. מער באקאנט אלס מערי גאו אראונד. און אוודאי האט דער טאטע געדארפט מיטגיין...

איז שטיפט מען זיך אריין אין דעם קליינעם לעכל, און מ'פארט ארום פאר בערך דריי מינוט וואס ציעט זיך ווי א אייביגקייט.

דאן שטעלט זיך עס אפ, און ר' יעקב שטעלט קלאר פאר זיין קליינעם אז טאטי קומט נישט מיט אויף אלע ריידס! אויב וויל מען נישט גיין, מוז מען נישט.

פון דארט גייט מען צו די באמפער קארס. נישט נאר קען מען האבן די זעלטענעם געלעגנהייט צו דרייוון א קאר וואס פארט עכט, נאר מקען אפילו מאכן א עקסידענט! וואס קען זיין בעסער?

שטעלט מען זיך אין די ליין פאר א פינף צען פופצן פינף און צוואנציג מינוט. ביז א דריי פערטל שעה דערזעהט מען זיך ענדליך אנהייב פון די ליין. און ווי באקאנט, ווען מקומט אן אין די פראנט, שפארט מען עס צו פאר די טאג. פארפאלן, א שעה פאר גארנישט...

נאך א לאנגע אויסמוטשענדע טאג זעצט מען זיך ענדליך צוריק אריין אין קאר אויפן וועג אהיים.
מ'רופט אויס אין קאר, "נו קינדער, ווער האט הנאה געהאט?"

--

שטיל...

נאך אביסל ברעכט דער עלטסטער די שטילקייט, "כ'בין נישט געווען אויף כמעט גארנישט!"...





לאמיר ענדיגן דא, און אייך לאזן אויס'משל'ן וויאזוי ס'האט זיך געענדיגט...
לעצט פארראכטן דורך איל_משולש אום מיטוואך אקטאבער 12, 2022 10:49 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

גוט געשריבן,
אינטערעסאנט איז אז ביי מיר קוקט אויס בערך די זעלבע
און אודאי מזל טוב צום טויזענטער, כ'האב שטארק הנאה פון אזעלכע ניקס ווי אייך

זאלמיר ווייטער הנאה האבן
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

זייער גוט געשריבן

מזל טוב!

שרייב נאך
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6690
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

זייער גוט!! א פיינעם שריפט!!

(אימיטן איז אביסל איבערגעשריבן צוויי מאל)
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אח לצרה
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 5:34 pm

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אח לצרה »


הערליך געשריבן
מזל טוב צום טויזנטער
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

פיין, פיין ,
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פיין פיין
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

גאר פיין און געשמאק צו ליינען דיינע ווערק!

און פארשטייט זיך מזל טוב צום טויזענטסטער
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5265
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: חול המועד סוכות ביי ר' יעקב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אחר חצות האט געשריבן:
מיליטאנט האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
(אימיטן איז אביסל איבערגעשריבן צוויי מאל)
פאראכטן.
אח לצרה האט געשריבן:
רייכער איד האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:
פרינדזשעס.. האט געשריבן:
יישר כח פאר די ש'כח'ס.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
דוד יצחק משה
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 4:49 pm
לאקאציע:אויפן בענקעל

Re: ס'חול המועד, גיימיר חול המועד האלטן?...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד יצחק משה »

הערשט יעצט געהאט צייט דאס צי ליינען אבער נאכאלטס זייער גוט חזק ואמץ
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ס'חול המועד, גיימיר חול המועד האלטן?...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

שיין,

שרייבסט זייער גיט אויך דיינע אנדערע אשכולות.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
צימליכמאן
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 25, 2022 1:27 pm

Re: ס'חול המועד, גיימיר חול המועד האלטן?...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימליכמאן »

דוד יצחק משה האט געשריבן:
הערשט יעצט געהאט צייט דאס צי ליינען אבער נאכאלטס זייער גוט חזק ואמץ
העי
אמת
~מר' צימליכמאן~

קעניג
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5265
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ס'חול המועד, גיימיר חול המועד האלטן?...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מהאמיר עס ארויסגעלייגט דאן עטוואס שפעט, יעצט ברענג איך אים ארויף ערב ערב מאצעמויד זאלן נאך אידן הנאה האבן..
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: ס'חול המועד, גיימיר חול המועד האלטן?...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

טיש'ו וועלעכע צייטן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”