חודש אדר פון מיין קוק ווינקל. ארטיקל # 6

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:37 am

1) איידיע - (נישט קליקן דעם באקסל)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
1
1
1%
2
1
1%
3
4
5%
4
5
6%
5
17
20%
2) הומאר - (נישט קליקן דעם באקסל)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
1
4
5%
2
2
2%
3
13
16%
4
2
2%
5
7
8%
3) געשמאק צו ליינען - (נישט קליקן דעם באקסל)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
1
3
4%
2
3
4%
3
5
6%
4
2
2%
5
14
17%
סך הכל שטימען: 83

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

חודש אדר פון מיין קוק ווינקל. ארטיקל # 6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.

בס"ד

אן הימל געשריי, ניין מ'קען נישט פארצייען,
מ'דרוקט מ'יאגט, אזש פון ג'הענעם געטריבן.
אן אנשיקעניש, טוט ס'מויעך פארדרייען,
שוין באלד היצט, קיין צייט מער פארבליבן.

יעדער גוילעם יעדער כוילעם, אן ארטיקל ר'מוז,
באעהרן ס'קרעטשמע, גיין א פארמעסט.
רייבן ס'שטערן שמירן ס'פעדער, ווילאנג ביז,
דאס בויגן געפירקלט געפינטלט, טאקע די בעסט.

אויב נישט גענוג, קאפ-וויי איז ווייניג,
א שטרענגן באפעל, פון גרויסן צולייגער.
דייקא אויף אדר, יא אלע מוזן אייניג,
אזוי ער וויל , בעת ער תמיד אין געלעגער.

ווי געהערט מ'האט אזאנס, איך צעגער,
אין שושן זאגאר, קיינעם געטוהן נייטן.
פריי געטרונקען, געווען קיינע פעגער,
אויב געשאשקעט ווייניג, נישט געבונדן אין קייטן.

דא ביי קרעטשעמע, א געוואלד א שרעק,
יעדן ויזתא מ'טוט ארויף צווינגען.
א מגילה א גאנצע, לאנג מ'זעהט נישט אנ'עק,
ווי אויך זיין פראפעציאנאל, ס'זאל קלינגען און זינגען.

א קאשע איך פרעג, פאר אייך אלע,
הערטס מיר גוט, זייט נישט ווילד.
וואס טוט דער, ס'האט נישט די מעלה,
ענטפערט מיר שוין, אבער רוהיג און מילד.

צען טאג צען נאכט, קיין דרימל,
ברעך קאפ, מאטער דאס שכל.
די אויגן פארגלייזט, גלאצן צום הימל,
ס'געדאנק טרוימט, שווייס רינט א טייכל.

קיין טעמע קיין ערצעלונג קיין פאראדיע,
די קאלגען, א געדיכט א מייסטער-ווערק.
שנעל זיי שאפן, א מעכאיע א מעלאדיע,
און מיר, קיין ווארט נאך אלץ, איך מערק.

וואס? שרייבן פון די שכיינע'ס טאנטע,
וואס חנוכה, שוין טוט אויף פסח וואשן.
אדער פון לענדלאר'ס פלונית'טע, די באקאנטע,
וואס אין סוכה, פאנקעס מיט המן טאשן.

נע... אוועק, ניטאמאל אין באטראכט,
בלויז ווייל פון קנאה, די אויגן גייט.
בלויז פאר עהרע און פראכט,
יענעם אפערירן, ווייל ס'יצר'ט א גוט צייט.

אדער פאראיאר, ווען כ'בין ווייט פראקראכן,
א רייט אין עולם הדמיון, געכאפאט אן זארגן.
בעת כ'האב אויף די שוויגערס סאפע געבראכן,
עד דלא ידע געווען, ביז אויף מארגן.

עה... נישט דערוואגן בשום אופן,
לאנג געדויערט דאס דורכפאל אויסמעקן,
א שיין בריוו מיט א מתנה געדארפט קויפן,
ביז געווארן 'שקטה', און ס'נאז געקענט אריישטעקן.

אזוי איך טופע מיט די פיס פאכע מיטן האנט,
געדאנקען ארויף אראפ, כ'גיי פון זין.
די נערווען פארשרומפן ס'קאפ געשפאנט,
אויפגעבן נישט הארכן, באלד איך האב אינזין.

נו איז רעכט איז גלייך, איך פרעג מיט היץ,
פארוואס נישט געבן אן אלטערנעטיוו.
נאכזאגן פון פעטער דעם אלטן, א וויץ,
א טובה די באבע , איר טייטשן א בריוו.

פילייכט גאר א פארמעסט, ס'וועט גלאנצן,
די קליינע שרייבן נאך נישט, ווילן אויך געוואונען.
ס'מויל, ווער ס'וועט האלטן פארמאכט, אינגאנצן,
שטיל א שעפעלע , קיין פיפס קיין זאץ נישט שפינען.

דעווייל די פינגער, די פענע זיי באוועגן,
נאך קיינע באשרייבנוג, אין מיין באזיץ.
עהה... ס'מאכט נישט... נישט בייזערן דערוועגן,
באלד קומען די חברה, אהה... וועלן שיסן א דונער א בליץ.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א גוט מארגן. נאך איינס מיט א פרישקייט
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווער דען אויב נישט לעמאן דזשוס........

ריזיג גוט און ציקער זיס פייוו סטאר רעיטינג אויף אלע אפציעס

;l;p-;l;p-;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האב מיר באלעקט מיטען לשון.

מיט א קוואוט האב איך מיר מער געמוטשעט ווייל עס איז טאקע זייער געשמאק אבער נישט אזוי לאכעדיג (לענ"ד). עכ"ז פטור באי אפשר אי אפשר.

אויב געשאשקעט ווייניג, נישט געבונדן אין קייטן



הוספה: איך דענק אויך עס איז לעמאן דזשוס.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יא, ס'שפירט זיך דא טאקע א טעם פון לימענע זאפט... זייער זיס אראפגעלייגט!
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

WHOEVER IT IS

א הערליכע ארבייט.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

געליינט און הנאה געהאט, א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29633
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיכער לעמאן זאפט, לאמיר גיין רעיטן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זיכער איז די טויט פלעגט מיין זיידע זאגן.

איך בין משוגע געווארן פאר די איידיע און אויסלייג. הומער איז אויך א נישט קשה'דיגע 4
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

וואסערפאל, אויב דו האסט געשריבן דעםהערליכן שטיק קונסט בעט איך דיר זיי מוחל די אידן וואס האבן מיר דא געשקויעכט....אויב א צווייטער בעט איך יענעם אויך איבער!

הערליך הערליך הערליך!
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

לעמאן דזשוס האט געשריבן: וואסערפאל, אויב דו האסט געשריבן דעםהערליכן שטיק קונסט בעט איך דיר זיי מוחל די אידן וואס האבן מיר דא געשקויעכט....אויב א צווייטער בעט איך יענעם אויך איבער!

אשרי מי שחושדין אותו...
אלנפאלס יש"כ פארן "אמת'ן" שרייבער.
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

הער יו גאו! איך האב גראדא אויך געטראכט פון וו"פ.
אין אמת'ן האב איך געטראכט אז ס'איז ר' אלעזר הקליר, מיט אזא שריפט?? ווער דען?
נאכער האב איך אבער געקלערט אז משיח איז נאכנישט דא, (אפשר ביי די טיים דערוילעם וועט עס ליינען וועט ער שוין יא דא זיין, (אפשר?? חסרון אמונה)) און ער איז נאכנישט אויפגעשטאנען תחיית המתים, אויך, כמדומה לי אז ער קען נישט קיין אידיש.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

ישר כח ר' וואסער פאל! איך האב א שטארקע פילינג אז דו ביזט דאס!

אויב איז עס לעמאן דזשוס זאלסטו אים איבערגעבן דעם ישר כח, און דעם נאמען זאלסטו טוישן!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

ווי איך האב שוין געשריבן ביי א פריערדיגע ארטיקל, ליין איך ליידער זייער ווייניג, ממילא קען איך נישט אריינרעדן ווער עס האט עס געשריבן. אבער וואויטען? דאס יא, גיימיט גיין וואויטן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13942
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געלעגער האט געשריבן: איך בין משוגע געווארן פאר די איידיע און אויסלייג
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

מאמא מיא, נישט צייטע געהאט צו קאמענטן ביז היצט,

דער שרייבער האט זיך געטרויעט
און געשריבן א גוטן פויעט
אין יעדע ליין ליגט טיפע משמעות
עס איבער-געליינט איטליכע מאל, כמונה מעות
און ס'האט מיר פארשאפט געוואלדידע הנאות

דאנק פארן שרייבער
על מי מנוחות ינהלנו
שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיראכץ »

וואסערפאל, דאנקען פאר זיך אליין
איז נישט אזוי שיין
חוץ אויב מ:האט א אנדערע מיין
צו האלטן ריין
אז דער עולם זאל מיינען אז ס'איז נישט דיין
למעשה די תוכן פון יעדע ליין
שרייט מיט פון זיך אליין
אז וואסערפאל'ס ארבעט טוט דאס זיין
אזוי געשמאק און שיין

באמת א יישר כח פאר די הנאה וואס האסט מיר פארשאפט, גיי מיר רעיטענען
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע:נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

שיינע הקדמה. ווען שרייבסטו דעם ארטיקל?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7977
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

געוויס לימאנע, העכסטענס אתרוג איינגעמאכטס, אבער אוודאי אין די ציטראן פאמיליע...

אן אמת הערליכע ווערק פון שריפט ביז תוכן ביז ברייטקייט.

כה לחי
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

העי באבאכטער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

WOW

הערליך, און סורפרייז!!!
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

בעאבאכטער האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן: וואסערפאל, אויב דו האסט געשריבן דעםהערליכן שטיק קונסט בעט איך דיר זיי מוחל די אידן וואס האבן מיר דא געשקויעכט....אויב א צווייטער בעט איך יענעם אויך איבער!

אשרי מי שחושדין אותו...
אלנפאלס יש"כ פארן "אמת'ן" שרייבער.

;l;p-גוט דזשאב
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

לעמאן דזשוס האט געשריבן: WOW

הערליך, און סורפרייז!!!

מיין גרעסטער קאמפלעמענט איז געווען אז מ'האט פארדעכטיגט דעם ארטיקל מיט לעמאן... און נאך דיין מחאה האט איך געטראגן וואסערפאלס ספאדיק...
[ביי דיינס האב איך בפירוש געזאגט איך דארף נישט אנקומען צו דיין ריח איך זעה דיר גופא עיי"ש.]
בכל אופן א דאנק

מידער,
א דאנק...
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

מיין גרעסטע קאמפלימענט איז אבער געוועהן אז מען האט מיר חושד געוועהן אין דעם הערליכן שטיק!!!
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”