לשון התרגום, ונוסחאותיו
אזוי ווי כ'שפיר זיך אומבאקוועם ארומצושמועסן וועגן לשון התרגום אין יענעם אשכול אין "פליטת סופרים", כמי שאחזו בולמוס הפולמוס, עפן איך בס"ד דעם אשכול דא במקום כבודו, דן צו זיין איבער די לשון התרגום ונוסחאותיו, אהן זיין פארנומען מיט חומש פלוני ואלמוני באופן וואס עס קען ווערן אנגעקוקט פערזענליך, פארשטייט זיך אז מ'וועט דא ברענגען פון כל ערליי חומשים אלס מקורות, אבער אלעס דן צו זיין אינעם נוסח , אהן פירן א מערכה מיט קיינעם.
דעקלעראציע; ווי כהאב שוין געשריבן דארט, און א ודאי פארשטייט עס יעדער אליין, מיר זענען נישט דא אויף צו מכריע זיין קיין שום זאך למעשה, נאר איבערצושמועסן זאכן וואס קענען אפשר זיין אינטרעסאנט. אויב ווערט עפעס נתעורר מתוך דברינו וואס איז נוגע למעשה דארף מען זיך דורך שמועסן מיט א בר סמכא.
ובזה החלי, גראדע מיט א השגה אויפן עוז והדר חומש.
אין די וואכעדיגע פרשה - מסעי, סוף סדרה ביי די פרשה פון ערי מקלט זענען די לשונות פון ינוס, ונס, לנוס, מתורגם יערוק, למערוק. די נקודות פון די ווערטער זענען נישט אייניג אין אלע חומשים, און אפילו אינעם זעלבן חומש איז דא שינויים פון איין פלאץ צום צווייטן, והצד השוה שבכולם אז אלע אופנים זענען אביסל שווערליך צו פארשטיין.
אין דפוס סביוניטה ונוסחאות תימן איז עס אבער אינגאנצן אנדערש ווי אלע חומשים, דארט שטייט יערק מיט א חירק אונטער די יו"ד, און א שוא אינטער די עי"ן, (אין דפוס סביוניטה איז עס נישט ביי אלע אזוי, ווי כהאב שוין איינמאל געשריבן אז עס האט טעויות אין ניקוד, בדרך כלל קען מען אבער כאפן וואס זיין אפיציעלע מהלך איז פון די פלעצער וואו עס שטייט יא ריכטיג). דאס איז ממש ווי די געווענליכע נקודה אז די יו"ד האיתן פאר א שוא האט א חירק. דער מגיה פון עוז והדר האט אנגענומען זייער נוסח, כדרכו עס אנצונעמען וואו עס איז קלאר לפי הבנתו אז דאס איז די ריכטיגע נוסח.
ענליך צו דעם איז דא אין פרשת תזריע מצורע, אלע וראה הכהן, וראהו הכהן שטייט אין תרגום ויחזי, ויחזניה, איז אין חומש סביוניטה מנוקד בחירק היו"ד, און די זעלבע בנוסח תימן, ואחריהם בעוז והדר. אבער אין אנדערע חומשים איז נישט דא אזא זאך.
ביי די ספעציפישע ווערטער האט לענ"ד נישט קיין פשט אנצונעמען נוסח תימן וסביוניטה, אפילו אויב אונזער נוסח איז אביסל שווערליך. וכמו שאבאר בס"ד.
ויש להקדים אז דאס וואס מיר האבן היינט די סימנים פאר די וואקאלן בצורת הנקודות קמץ פתח צירי וכו', איז נישט אלעמאל געווען אנגענומען איבעראל, עס זענען געווען נאך צוויי מהלכים פון סימנים פאר די וואקאלן, די קמץ פתח איז געווען אנגענומען ביי די חכמי טבריא, אבער אין בבל פלעגט מען מנקד זיין אנדערש, און ביי זיי זענען אלע נקודות געווען איבער די אותיות, דעריבער איז דא וואס רופן עס ניקוד העליון.
די תימנע האבן אויך מנקד געווען בניקוד הבבלי-העליון, און ביי זיי זענען נאך געווען וואס האבן מנקד געווען אזוי אפילו נאך די ניקוד המכונה הטבריני איז שוין נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל.
אין די ניקוד הבבלי איז נישט געווען קיין קיין סימן פאר די וואקאל סגול נאר אלע אותיות וואס האבן ביי אונז א סגול האט ביי זיי די זעלבע סימן ווי זייער פתח וואקאל. (וואס איז פשט אין דעם, איז פארהאן א י"א אז מען האט געהאט בקבלה וואו מען ליינט די פתח ווי א סגול, וי"א אז אין בבל האט מען גערעדט מיט די תימנע מבטא וואס האבן נישט קיין סגול, זיי זאגען יעדן סגול ווי א פתח. ודעה זו נראית יותר נכונה, ווייל לויט ווי אונז זאגען ארויס דעם סגול איז זייער שווער צו זאגען אז מען האט נישט געמאכט קיין סימן פאר דעם).
אז מען קוק דארך די תימנע תרגום אדער דפוס סביוניטה זעהט מען עס איז נישטא קיין איין סגול צו געפינען, חוץ ביי נעמען ווי למשל משה, מנשה. והסבה לכך ווייל זיי האבן עס נישט פארמאגט.
אין אונזערע חומשים זעהט מען אויך נישט קיין סאך סגול'ס אין תרגום (כמיין אז מען זעהט עס נאר ביי אל"ף האית"ן, און ביי ית"ן האית"ן פאר אותיות הגרון וואס זענען נישט מקבל קיין שוא. והאמת אז אפילו אין לה"ק איז עס די ווייניגסטע גענוצט באופנים וואס עקיזסטירן נישט אין תרגום, למשל די משקל השם ווי נפש בשני סגולין איז נישט דא אין תרגום, און אזוי אויך די שרשים וואס ענדיגן זיך מיט א ה"א וואס קומען מיט א סגול אזוי ווי יעשה איז אויך נישט דא בלשון תרגום, דארט איז נאר דא נחי הלמד וואס ענדיגען זיך מיט א א יו"ד אדער אל"ף). אבער איינע פון די פלעצער ווי מען זעהט עס איז די ווערטער יחזי, יערק. יחזי איז אין אונזערע חומשים מנוקד מיט סגול אינטערן יו"ד און א חטף סגול אינטערן חי"ת, והטעם ווייל די אותיות הגרון דארף א הרחבה, עס קומט נישט מיט א פשוטע שוא. און אזוי שטייט אין עזרא וערות מלכא לא אריך לנא לְמֶחֱזֵא מיט די זעלבע סארט ניקוד.
ביי די תימנע, אויסער דאס אז די נקודה פון יחזי בסגול האט ביי זיי נישט געקענט זיין, ווייל זייער תרגום איז לכתחילה געווען מנוקד בנקוד הבבלי, שרייבן זייערע מדקדקים קלאר אז זיי לפי צחות לשונם (אזוי זאגן זיי) האבן נישט קיין פראבלעם מיט זאגן א פשוטע שוא נח אויף די אותיות הגרון. ממילא כאטש אז אין תנ"ך האבן זיי אויך אנגענומען די ניקוד פון די בעלי מסרה פון טבריא, אבער אין תרגום האבן זיי אנגעהאלטן די אלטע ניקוד שהיה לפי מנהג הניקוד הבבלי, ולפי מנהגם הם אז עס קען זיין א פשוטע שוא באותיות הגרון.
אויב אזוי מה לנו ולהם לענין א זאך וואס איז ביי זיי א המשך פון די ניקוד הבבלי. און אפילו ר' מיכאל פוזן וואס האט יא געבעיסט זיין גאנצן נוסח התרגום אויף די תימנע מיט דפוס סביוניטה האט אין די פלעצער זיי נישט אנגענומען, נאר מנקד געווען ווי אין די געווענליכע חומשים.
קלאר צו שטעלן מער, אין תזריע מצורע אויף מראה הנגע איז די תרגום מחזי מכתשא, אין די תימנע און אין דפוס סביוניטה שטייט דא אויך מחזי מיט א חירק מ"ם. דאס איז לכאורה ממש פארקערט ווי די ניקוד פוןו דעם פסוק אין עזרא וואס מהאב מיר אויבן געברענגט, און ביי דעם האט עוז והדר עס טאקע נישט אנגענומען. ומ"מ לענ"ד יש להשוות לזה גם יחזי וכו'.
מהנ"ל נלמד אז נישט במקרה שטימט דפוס סביוניטה מיט די תימנע נוסח, נאר עס קלאר א העתקה פון א נוסח וואס איז געווען נמשך ממנהג הבבלי או התימני.
וועט איינער טענהן אויב אזוי האט עס אינגאנצן נישט צו אונז, האמת אז מען קען באמת שטארק דן זיין אין דעם.