מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

א רפואה אין די הויכע ספערן (פאסירונג - תלמוד'ס #8)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע:במקום שהמחשבה נמצא

א רפואה אין די הויכע ספערן (פאסירונג - תלמוד'ס #8)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

בס"ד

פארווארט: זיכענדיג אין מיינע ארכיוון האב איך מיר באגעגענט מיט די פאסירונג וואס איך האב געשריבן פאר עטליכע יאר צוריק, איך דערמאן מיר צוריק ווען איך האב עס געשריבן עס איז געווען אין די פריע פארטאגס שעה'ן, ווען די לופט איז שטיל און רוהיג, מענטשן שלאפן, מחשבות פליען נישט ארום איבעראל, מיין מוח איז געווען קלאר און לויטער און עס האט מיר ערמעגליכט צו שרייבן די פאסירונג מיט געפיל. די פאסירונג איז נישט געאמאכט צו ליינען אויפן סקרין, אדער שטייענדיג אויף איין פיס, נעמט אייך א גלעזעלע קאווע, אדער א הייסע גרינע טיי מיט עטליכע טראפן לעמאן דערין, מאכט אייך באקוועם, און ליינט מיט שפאנונג.

א דאפעלטע רפואה אין די הויכע ספערן


א אמת'ע און גאר באלערענדע געשיכטע פיל מיט סייעתא דשמיא און אמונה, ליינט ווי אזוי דער אויבערשטער האט געווארט אויפן צוריקקער פון א פארווארפענע נשמה, און אויף די צוריקקער פון א הייליגע נשמה, ליינט מיט עקסטאז ווי אזוי דער מכה איז גאר געווען א רוחניותדיגע רפואה,


בנימין וויזנער א ענערגישער יונגערמאן, אינגאנצן דריי און דרייסיג יאר אלט, אבער ער טוט שוין פירן גאר פארצווייגטע געשעפטען איבערן ים. בנימין א אמעריקאנער אפשטאמיגער, און א ארץ ישראלדיג'ע איינוואוינער, געפונט זיך צוליב ביזנעס מער אין אויסלאנד ווי און אינדערהיים אינעם עיר הבירה ירושלים עיר הקודש.

א פלייסיגער בחור איז בנימין געווען, געלערנט און געדאווענט ווי עס פאסט זיך פאר א חסידישער בחור פון א היימישע ווארימע שטוב. זייענדיג זיבעצן יאר אלט האבן אים זיינע עלטערען געשיקט קיין ארץ ישראל לערנען אין די וועלט בארימטע מיר'ע ישיבה, האפענדיג אז ער וועט וואקסן א גדול בתורה א חכם ארזים און וואס דען נישט, די וואונטש וואס יעדע אידישע טאטע און מאמע וואונטש זיך. די כשרונות דערצו האט בנימין געהאט זייענדיג א מתמיד, און פארמאגענדיג א שארף קעפל אויף זיך.

בנימין האט נישט אנטוישט זיינע עלטערן ער האט פלייסיג געלערענט, ער איז געווען אויסגעטון פון די הבלי עולם הזה, זיין גאנצע מוח איז געווען איינגעזינקן אין הויות אביי ורבא, הוא מותיב לה והוא מפרק לה, קשיות מיט תירוצים, פלפולים און דרושים נאר דאס האט אים אינטערעסירט, אויסער דעם גארנישט. ווער עס האט אנגעקוקט בנימין איז געווען זיכער באזוך אז ער וועט אויפוואקסן א גדול בישראל, און נישט א פיפיגער סוחר און געלונגענע ביזנעסמאן.

זייענדיג ניינצן יאר אלט האט די טעלעפאן פון משפחת וויזנער נישט אויפגעהערט צו קלינגען, די שדכנים וויסענדיג דאס ר' אהרן וויזנער פארמאגט א דיימאנט און די יארן, האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון אנצוטראגן פון די שענסטע און בעסטע וואס פאסיג פאר אזא תכשיט ווי הבחור בנימין וויזנער. די עלטערן וויסענדיג וואס זיי פארמאגן האבן זיך נישט געאיילט, זיי האבן ווי פארשטענדליך געזוכט פאר זייער זון דאס שענסטע און דאס בעסטע.

א שטיק צייט שפעטער איז בנימין א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת מיט א ערליכע אידישע טאכטער מיט אלע מעלות, ממש ענבי הגפן בענבי הגפן, און האפענדיג אז עס וועט זיין א דבר נאה ומתקיים. בשעתן שידוך האט זיך בנימין אויסגענומען מיט זיין צוקנופטיגער אשת חיל דאס א שטיק צייט נאך די חתונה וויל ער פארן וואוינען קיין ארץ ישראל, כדי צו קענען ווייטער זיצן על במתי התורה אין די וועלט בארימטע ישיבה ווי ער האט געלערענט און פארברענגט זיינע בחוריש'ע יארן, אזוי ווי עס איז דארט איינגעפירט דאס נאך די חתונה זענען די תלמידי הישיבה ממשיך צו לערנען בין כותלי הישיבה. זי זייענדיג א מוקיר תורה האט ווי פארשטענדליך מסכים געווען, וויסעניג דאס עס איז די תכלית פאר אים ער זאל קענען ווייטער שטייגן, און דאס איז געווען איר וואונטש.

*

יארן זענען אדורך געלאפן, בנימין מיט זיין אשת חיל האבן צוזאמען אויפגעבויט א בית נאמן בישראל,פארמאגענדיג פיר זיסע און לעכטיגע קינדערליך קיין עין הרע. בנימין איז געזיצן און געלערנט תורה מתוך הדחק, און זיין אשת חיל שעצענדיג איר מאן, האט פרובירט צו טין פארשידענס כדי אראפ צו נעמען פון איר טייערע מאן דעם עול הפרנסה.

זעהט אויס אז דער יצר הרע האט נישט געקענט צוזעהן ווי בנימין שטייגט אזוי גרויס אין תורה ויראת שמים, ער האט פרובירט פארשידענע טאקטיקן כדי אוועק צו נעמען בנימין פונעם גמרא, אבער, בנימין שוין האבענדיג געשפירט א היפשע שטיק צייט די אויסערגעווענליכע געשמאקע טעם פון די תורה הקדושה, האט זיך נישט אזוי שנעל געוואלט שיידן פון איר, די אלע יארן וואס בנימין האט געלערנט האט ער אין זיך אויפגעבויט זיין צד הטוב אויף גאר א שטארקע פארנעם, ער האט געקענט גאנץ גרינג בוחר זיין בטוב.

דער יצר הרע זעהנדיג דאס גארנישט העלפט נישט, האט ער גענומען גאר דראסטישע שריט אוועקצורייסן בנימין פונעם גמרא ער האט זיכער געמאכט דאס די "ארימקייט" פאנגט אן צו דריקן פון אלע זייטן, ער האט זיכער געמאכט אז בעלי חובות מאנען איין זייערע חובות טאג טעגליך נאכנאנד אן קיין אפשטעל, ער האט זיכער געמאכט דאס די גראסערי זאל אים מער נישט געבן אויף בארג, מען האט אים געסטראשעט אפצוהאקן די לעקטער אד"ג. בקיצור בנימין האט זיך געפונען אין א פארגעלעגנהייט.

דאס גרויס דחקות וואס האט געהערשט ביי בנימין אין שטוב, האט אים געברענגט דערצו דאס ער זאל על כרחך זיך מיזן אוועקרייסן פון די גמרא, ער האט געטראכט דאס ער וועט נאר טון אביסל השתדלות, און דאס איבריגע וועט הקב"ה שוין ווייטער טון, און אזוי האט ער געהאפט אז רוב טאג וועט ער נאך אלס קענען בלייבן ביי די גמרא.

ער האט זיך אנגעפאנגן צו אינטערעסירן ווי מען קען מאכן געלט גרינג און שנעל [זעהט אויס אז זייענדיג א בן תורה האט ער נישט געוויסט דאס עס איז כמעט נישט פארהאנען אזא מושג פון מאכן גרינג און שנעל געלט!], ביז א חבר זיינע האט אים געזאגט דאס אינוועסטן אין ריעל עסטעיט איז גאר א גוטע עסק, און ער האט קאנטאקט מיט פארשידענע ביזנעסלייט אין אמעריקע וואס זוכן מענטשן וואס זענען אינטערעסירט צו אינוועסטירן און זייער ריעל עסטעיט ביזנעס.

בנימין הערענדיג דאס, איז אים גלייך ארויפגעשווימען וואס חז"ל זאגן דא א שליש פון די פארמעגן זאל מען אריינלייגן אין קרקע, ער האט תיכף ומיד גענומען די נוטיגע שריט צו אנקניפן די נויטיגע באציאונגען מיט די ריכטיגע פערזאנען. און זיין דמיון האט ער זיך שוין געזעהן זיצן און לערנען ווי ביז יעצט, אבער מיט איין גרויסע חילוק, דאס יעצט וועט אים די געלט קומען ביזן טיר.

מיט א שטראלנידגע געזיכט איז בנימין איין טאג אהיימגעקומען פון כולל, און דערציילט פאר זיין אשת חיל דאס דער ביזנעסמאן פון אמעריקע האט זיך שוין פארבינדען מיט אים, און ער זעהט אויס צו זיין אינטערעסירט דאס איך זאל אינוועסטירן ביי אים און ער וויל זיך טרעפן מיט מיר פערזענליך, נישט נאר דאס זאגט בנימין מיט איין אטעם, איך האב שוין אויך א צוזאג פאר א גרויסע הלואה!. די געשעפט איז געשלאסן זאגט ער פאר זיין אשת חיל, איך דארף נאר איינמאל אראפפארן צו דעם ביזנעסמאן אין אמעריקע כדי זיך צו טרעפן מיט אים פנים אל פנים, און דערנאך קום איך צוריק צו די גמרא, און קיין דאגת הפרנסה וועט מער נישט זיין מיטן אויבערשטענס הילף, זיין אידענע האט נישט געהאט וואס צוצילייגען אויסער צו מיטשטימען מיט איר מאן.

*

חודש טבת, תשס"ה מאנהעטן, ניו יארק
ברוך שיינדלער א פיר און זיבעציגער יעריגע איד, צוזאמען מיט זיין פרוי הינדא זענען נאר וואס אנגעקומען פון ארץ ישראל, זיי זענען געקומען באזוכען זייער'ס א קינד שלמה מיט זיין משפחה.

ברוך א פולישער אפשטאמיגער, איז א אוד מוצל מאש א איבערלעבער פון די ביטערע וועלט קריג. די ביטערע קריג האט זייער שטארק געווירקט אויף זיין רוחניותדיגער צושטאנד, אזוי ווי אסאך אנדערע אידן וואס האבן צוליב דאס פארלירן די גאנצע משפחה אינעם קריג, און צוליב די אנדערע צרות, ליידער אויפגעגעבן שמירת המצות, און אויבן אויף אויך די אמונה, אבער טיף טיף אין הארצן האט זיי גענאגט דאס אז זיי זענען ווייט פונעם אויבערשטן אין זיינע מצות, אבער זיי האבן געזוכט צו פארוואסערען אט די גענאגאכטס דורך מגשם זיין דאס לעבן בעוה"ר.

אט אין די דרגה איז אויך געווען ברוך, נישט קיין שבת, נישט קיין ימים טובים, נישט קיין תפילין, נישט קיין תפילות, ממש ווי א גוי ליידער. אזוי אויך זיין פרוי אויך א אוד מוצל מאש א איבערלעבערין פון איינע פון די פולישע דערפלעך, האט אויך איבערגעלאזט די אמונה אינעם הייליגן בורא. אבער איין זאך האבן זיי פארגעסן דאס זעקס מיליאן אידן האבן ליידער נישט איבערגעלעבט די ביטערע קריג, און ברוך מיט הינדא האבן יא איבערגעלעבט, קומט זיך דען נישט קיין דאנק פאר הקב"ה, אבער ווען א איד איז פארביטערט קענען זיינע געפילן זיין פארטעמפט צומאל.

הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, זאגן אונז חז"ל א מענטש דארף אליינס ארבעטן אויף זיין יראת שמים. אבער הבא לטהר מסייעין אותו, אויב וויל מען טאקע העלפט דער אויבערשטער, ער בעט נאר פתחו לי פתח כחודו של מחט, עפן אויף אין דיין הארץ א קליין לעכל נאר, ואני אפתח לך פתח כפתחו של אולם. דער יושב בשמים האט געווארט צענדליגע יארן דאס ברוך מיט זיין פרוי זאלן זיך צוריקערן צו אים, זיי זענען נישט געווארן יונגער נאר עלטער, און א מענטש לעבט דאך נישט אויף אייביג, הקב"ה איז געשטאנען מיט ברייטע ארעמעס גרייט צוריקצונעמען די צוויי טייערע נפשות.

באמת האט נישט אויסגעפעלט אז עפעס אויסטערליש זאל געשעהן מיט ברוכ'ן, אז עס זאל אים אויפוועקן פון זיין טיפע רוחניותדיג'ע שלאף, ווייל ער אליינס האט באמת אויך געוואלט זיך צוריקקערן צו זיין טאטען, אבער צוליב זיין פרייע לעבנס שטייגער זעהט זיך אויס איז די דערמאנונג נישט געקומען פון זיך אליינס, נאר עס איז אנגעקומען דורך א שליח ערגעץ ווי אין די הויכע ספערן.

*
פרילינג תשס"א, ניו יארק
בנימין דער כולל יונגערמאן, דער תכשיט האט זיך ארויסגעלאזט צו זיין ערשטע ביזנעס טריפ קיין אויסלאנד (זיין היימלאנד), זיין מחשבה טובה איז געווען אז דאס זאל זיין, זיין איינציגסטער ביזנעס נסיעה, און אט די נסיעה זאל זיין די ירידה לצורך עליה, דאס זיין אנגסט און ווילן פון 'שבתי בבית ה' כל ימי חיי' זאל פארפולקאמט ווערן.

בשעת בנימין איז געזעצן אויפן פליגער האט ער אין זיין האנט געהאלטן א קליינע גמרא און מיט געשמאק געלערנט דערין, ווען זיין קול טוט זיך אויסמישן צוזאמען מיט די וואלקענעס, און ווערט צושפרייט דארט אין די הויכע ספערן, איי איי תנו רבנן, האבן די רבנן געלערנט.. הערט זיך דאס איינגענעמע קול פון בנימין אויפן פליגער.

בנימינ'ס התמדה איז איבערגעריסן געווארן ווען די הויך הילכער אין פליגער האט געמאלדן אז מען זאל זיך צובינדען ווייל די פליגער גייט שוין לאנדן. בנימין האט א ליבליכע קוש געגעבן פאר די גמראלע, און עס אוועקגעלייגט אין זיין זוטשקעלע, און זיך גרייט געמאכט צום לאנדן.

זיינע מחשבות האבן פיבערהאפטיג געארבעט אויף זיין באגעגעניש אין איינע פון די פינף שטערנדיגע האטעלן אין מאנהעטן מיט א גרויסער ריעל עסטעיט סוחר. ער האט געשעפשעט קאפיטלך תהלים אין די קליינע תהלימעל וואס ער האט געהאט מיט זיך, נישט וויסענדיג וואס דער קליינער תהלימל וועט נאך אמאל טון פאר אים.

בנימין איז מיט איילענדע טריט אראפ געגאנגן די שטיגן פונעם פליגער געבענדיג דערביי א בליק אויף זיין זייגער, זעהנדיג דאס זיין באגעגעניש מיטן סוחר דארף פארצוקומען אין א קנאפע שעה ארום. ער האט אנקומענדיג צום טערמינאל ארומגעקוקט ימינה ושמאלה זיכענדיג א געלע טעקסי וואס זאל אים צופירן צו זיין דיסטנאציע. באמת האט ער געקלערט צו גיין באזוכן זיינע עלטערן קודם, אבער די צייט האט עס נישט ערלויבט, נישט וועלענדיג פארלירן די געלעגנהייט וואס וועט אים ערמעגליכען צו בלייבן לערנען כל ימיו מתוך הרחבת הדעת.

א איינגענעמע ווינטל האט אריינגעבלאזן אינעם אפענעם פענסטער פונעם טעקסי בשעת ווען עס יאגט זיך אויף די לאקאלע גאסן, דאס ווינטל האט געטאן איר'ס עס האט אביסעלע בארוהיגט די אנגעצויגענקייט וואס האט אומווילענדיג ארומגענומען בנימין. נאך א צוואנציג מינוט פארן איז בנימין אנעגעקומען צו זיין דיסטענאציע, דער כולל יונגערמאן האט זיך געפונען שטיין אין די טומעלדיגע ניו יארקער גאסן, ווי מענטשן טוען זיך יאגן, א יאגעניש וואס ברענגט נישט צי קיין שום ציל, א יאגעניש בלויז פאר די יאגעניש נישט צוליבן אנקומען ערגעץ ווי אין צייט, מיט א ביטול און א רחמנות געפיל האט בנימין באטראכט די צוויי לויפענדע פיסלעך פון די הונדערטע דורכגייער, יא יא, אנו רצים והם רצים האט אים זיין תורהדיג'ע מוח אויפגעבליצט די שרייענדע חילוק פון די צוויי קעגנזייטיגע יאנגענישן. עס איז אים אין זיין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן דאס ער וועט נאך אויך אמאל גערעכענט ווערן אין די קאטאגאריע פון "והם רצים" די לויפערס וואס יאגן זיך אן קיין ציל, וואס זייער גאנץ לעבן יאגן זיי זיך איינצוקאסירן נאך און נאך געלט, נישט געבענדיג קיין געלעגנהייט פאר די נשמה צו טון איר תפקיד, נישט געבענדיג קיין געלעגנהייט פאר די נשמה דאס זי זאל קענען נהנה זיין פון די לעכטיגע שיין פון די הייליגע תורה.

*

ברוך און הינדא שיינדלער האבן געוויילט אין ניו יארק אויף עטליכע וואכן פארברענגענדיג מיט די משפחה. פון זיין אויסזעהן האט מען נישט געקענט דערקענען דאס ער איז א אידיש קינד, גייענדיג מיט א הוילע קאפ, וואס צופיל האר איז שוין נישט געווען דערויף.

און איינע פון די טעג ווען ברוך האט שפאנצירט אין די ניו יארקער גאסן האט ער דערזעהן חסידישע יוגעלייט און מיטל יעריגע אידן ווי זיי גייען צו זייער ארבעט אהיימצוברענגען לחם לפי הטף ברויט פאר די קינדערליך. ווי א בין שטאך האט אים די סצענע געגעבן א שטאך אין הארצן, און אומוועלענדיג האט ער זיך צוריק דערמאנט צו די יארן ווען ער איז געווען א קינד אין ווארשע די הויפט שטאט פון פוילן. ער האט זיך דערמאנט פון זיין זעליגע טאטע און מאמע, פון זיינע קליינע ברידערס איבערהויפט פון זיין קליינע באליבטע ברידער'ל אברהם ישראל, א טרער האט זיך אראפגעגליטש פון זיינע אויגן ווען ער האט זיך דערמאנט פון אים, נעבעך שעפעלע ווי ביסטו אהינגעקומען השם ינקום דמם. אוי טאטע אוי מאמע עלענד און אליינס האבן ענק מיר איבערגעלאזט בשעת ווען די דייטשע רשעים האבן ענק אוועקגעפירט צו די גאז קאמערן, ארץ ארץ אל תכסי דמם. ער דערמאנט זיך צוריק פון די לעכטיגע שבתים ווען ער פלעגט אזוי שטאלץ שפאצירן אין די ווארשווער גאסן אנכאפענדיג דערביי זיין טאטענס הענט, ער דערמאנט זיך די ליבליכע גלעט און די פרייליכע אויפנאמע מיט וואס די מאמע פלעגט אים אנטפאנגען ווען ער פלעגט אהיימקומען פון שול. אוי ווי נעמט מען יענע יארן, אוי איז דאס געווען זיסע יארן, ביז ווען די רשעים ימח שמם האבן דאס אלעס אפגעשטעלט מיט זייער גרויזאמע רציחה, עטליכע טרערן האבן זיך אראפגעגליטש פון זיינע אויגן דערמאנענדיג זיך פון די געשריי פון זיין שוועסטער בשעת זי איז גענומען געווארן צו די עקידה, טאטע וואס גייט פאר? האט זיין זון שלמה אים איבערגעריסן פון זיינע ביטערע מחשבות, ברוך האט זיך צוזאמגעביסן זיינע ליפן, און אוועקדרייענדיג זיך נישט וועלענדיג מער קוקען אויף די אידן מיט די חסידישע טראגע, דאס ברענגט אים ארויף בייז בלוט. ער האט נישט געוויסט דאס די "חסידישע טראגע" די שווארצע היט און רעקל וועט נאכאמאל ראטווען די לעבן פון זיין ווייב הינדא.

עס איז זיכער אז אויב ברוך וואלט זיך אביסל מתבונן געווען אין די פרשה פון די תוכחה וואלט ער געטראפן די אזהרות וואס הקב"ה האט געווארנט כלל ישראל, אויב מען וועט נישט מקיים זיין די מצות דאן וועט קומען וואס עס איז געקומען, אבער זייענדיג אזוי פארצרה'ט איז אים דאס הארץ געווען פארביסן, שטערנדיג אים איינצוזעהן דעם אמת לאמיתו.

*
ווינטער תשס"ב, ניו יארק
אויסטערליש צופרידען איז דער סוחר געווען פון בנימין, ער איז זייער איבערגענומען געווארן פון זיין שכל הישר, פון זיין ערליכקייט, און ווי אויך פון זיינע שארף קעפל, זעהנדיג ווי ער פארשטייט אן עסק. דער סוחר האט געלאזט וויסן פאר בנימין אז ער וועט זיין אין קאנטאקט מיט אים פאר ווייטערדיגע האנדלונגען.

מיט א פרייליכן געמיט, און מיט א שבח והודאה פאר הקב"ה איז בנימין געווען אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל, דמיונדי'ג איבער די גרויסע געלטער וואס עס גייט קומען צו פליסן, אדאנק די געלונגענע אינוועסטמענט וואס ער האט געמאכט אין פארשידענע פראיאקטען פונעם סוחר.

אנקומענדיג אהיים, האט ער אלעס מיטגעטיילט מיט זיין אשת חיל, און איר פארגעברייטערט אויף די געלטער וואס וועלן נישט צו לאנג ארום אנפאנגן צו קומען, ער האט איר דערציילט איבער די אויסערלישע הצלחה וואס ער האט געהאט, און איבער די צופרידעהייט פונעם סוחר און פון אלעס ארום. מיט א צופרידענע שמייכל האט זי צוגעלייגט, יא בנימין זעסט ווי הקב"ה פארלאזט דיר נישט, וועסט קענען זיצן און לערנען אן קיין שטער, די אויפריכטיגע רייד פון זיין אשת חיל איז שוין נישט געקלינגן עפעס אזוי געשמאק אין די אויערן פון בנימין, יעצט האט ער שוין ענדערש געוואלט הערן מער איבער "געלט" איבער לערנען וועט מען שוין רעדן נאכדעם וואס עס וועט אנפאנגן צו פארן אויף די גוטע רעלסן.

די נעקסטע טאג ווען בנימין איז צוריק אין כולל, איז אים זיין קעפל נישט געווען ביי די גמרא, אזוי ווי עס איז געווען איידער ער איז געפארן קיין אמעריקע שליסן די ביזנעס דיל. ער האט פרובריט צו מצמצם זיין, זיין מוח, אבער אן ערפאלג, ווען ער האט געזאגט 'אמר רב הונא' איז די אפטייטש אין זיין מוח געווען 'געלט' ווען ער האט געלערענט תוס' קשיא איז ווייטער די מושג פון 'געלט' אדורך געפלויגן זיין מוח, ער אליינס האט נישט געוויסט וואס עס איז געשעהן מיט אים, ער האט געשפירט ווי די 'געלט' איז ווי א גיפט וואס דרינגט אריין טיף טיף אין אים, און ער קען זיך פון איר נישט שיידן.

די ענדערונג פון בנימין דער געוועזענער פלייסיגער כולל יונגערמאן, וואס עס פלעגט גארנישט אינטערעסירן אויסער תורה, תורה און נאכאמאל תורה, איז דראסטיש פארענדערט געווארן ווען יעצט האט אים נישט אינטערעסירט נאר געלט, געלט און נאכאמאל געלט. מאכט נישט קיין טעות, בנימין איז ווייטער געבליבען דער ערליכער בנימין, אבער זיין התמדת התורה איז ווי אין וואסער פארשווינדן געווארן.

די מרחק פון אים אין לימוד התורה איז נאך ווייטער געווארן נאכדעם וואס ער האט איין טאג באקומען א טעלעפאן רוף פונעם סוחר דאס איינע פון די פריאקטען האט שוין א קונה, און נישט צו לאנג ארום וועט ער שוין זעהן די רווחים, און ער האט צוגעלייגט: איך בין זייער נתפעל געווארן פון דיין ערענסטן צוגאנג צו די ביזנעס, ממילא וויל איך דיר שטעלן אלס דער "מענעדשער" פון אלע פראיאקטען, און דאס וועט אטאמאטיש העכערן דיין איינקנופט! וואס? האט בנימין נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט, יא! אזוי ווי די הערסט זאגט אים דער סוחר, איך ווארט דיר צו זעהן אין מיין אפיס די שנעלסטע וואס מעגליך. אה! ברוך השם האט זיך ווי פון זיך אליינס ארויסגעריסן פון בנימינ'ס קול.

עטליכע טעג דערנאך האט זיך שוין בנימין געפונען אויפן פליגער זיך צו באגעגענען מיטן סוחר, ער האט פארגעסן דאס זיין פאריגע נסיעה וואלט ווען געדארפט צו זיין די איינצלענע ביזנעס נסיעה, און האט געדארפט זיין פאר אים א ירידה לצורך עליה, אבער ווי עס זעהט יעצט אויס האט זיך דער "ירידה לצורך" אביסל פארלענגערט, זעהט אויס דאס די ירידה איז געווען גאר שיף, און עס וואלט גענומען צייט ביז מען וועט אנקומען צום עליה, אדער גאר שטייט דער יצר הרע פון אינטן און שטיפט אים אויף אראפ, נישט געבענדיג דעם מעגליכקייט דאס די עליה זאל צושטאנד קומען, אבער א בחירה האט ער דאך נאך אלס געהאט, אויב וואלט ער מחליט געווען דאס די איינקנופט וואס ער קען באקומען פונעם ערשטן נסיעה איז גענוג, דאן וואלט ער זיך יעצט געפונען ביים שטענדער אין כולל, און נישט אויפן פליגער כדי צו ערפילן זיין רייץ פאר נאך געלט.

חודש טבת תשס"ה, ניו יארק
בנימין פארמאגט שוין היינט צו טאגס צוויי טיטלען, ביי טייל ווערט ער אנגערופן מיט א צובראכענע שטימע דער "געוועזענער כולל יונגערמאן" און ביי טייל ווערט ער אנגערופען מיט שטאלץ דער "געלונגערע ביזנעסמאן". זינט בנימין איז געווארן דער מענעדזשער פון די ריעל עסטעיט ביזנעס, האט ער זיך צוביסליך דערוואטערט פון די הייליגע גמרא, אם תעזבנו יום, יומים אעזבך, צוביסליך איז ער געווארן ווייטער און ווייטער פון זיין געוועזענעם פריינד די הייליגע גמרא, די זיסע און געשאמקע פלפולים, דאס אלעס איז פאר אים געווארן ווילד פרעמד.

טיף אין הארצן האט בנימין זיך צוריקגעבענגט צו יענע לעכטיגע טעג, ווען ער איז געזעסען אין געלערענט, און גארנישט האט אים פון די גמרא נישט געקענט אוועקרייסן. אבער די רייץ פון געלט האט אים פארטעמפט זיינע חושים און אים נישט געלאזט טראכטן לאגיש ווי אהין ער איז אנגעקומען. עס איז זיכער דאס דער יושב בשמים האט זיך אויך צוריקגעבענקט צו די לעכטיגע טעג ווען בנימין איז געזעסן בבית ה' מיט אזא השתוקקות, עפעס א שאקעל האט בנימין געדארפט כאפן דאס עס זאל אים אויפוועקן פון זיין שלאף, פון זיין געלט גייצעניש, און עס האט נישט געפעלט צוקומען אויף א אינטערעסאנטע אופן.

צו די קרעדיט פון בנימין דארף מען צולייגן, אז אפילו ער פלעגט זיך שוין געפונען מער אין די פרעמד ווי אינדערהיים, האט ער אבער נישט אויפגעגעבן זיין פולן חסידישן לבוש, ער האט זיך נישט געשעמט צו דערגיין דערמיט איבעראל, ביי אלע מיטונגען און זיצונגן "שלא שינוי את לבושם" איז ביי אים געווען א שטאלץ, און אט טאקע דאס איז געווען א שליסל צוריקצוברענגן בנימין צו זיין אמאליגע חן און גלאנץ.
*

ברוך מיט זיין פרוי גרייטן זיך שוין צוריק אהיים צו פארן קיין ארץ ישראל, צוריק צו זייער פרייען דערפל ווי ער האט זיך דוקא באזעצט, נישט וועלענדיג וואוינען נעבן מאה שערים אדער בני ברק ווי די חרדים וואוינען, עס טוט אים דערמאנען פון זיין היים שטאט, עס טוט כסדר מאנען און נאגן דאס ער זאל זיך צוריק קערן צום שורש, ער וויל פון דעם פארגעסן.

ברוכ'ס פליגער האט זיך געדארפט אויפהייבן זעקס אזייגער פארטאגס פון דזשעי עף קעי עירפארט. ברוך האט זיך צוזאמען געפאקט א קוש געגעבן פאר זיינע אייניקלעך, און צוזאמען מיט זיין פרוי הינדא האט ער זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט. זיצענדיג אין קאר אויפן וועג צום עירפארט האט זיין פרוי הינדא ארויסגעבליקט אויף די שניי באדעקעט ניו יארקער גאסן, וועלענדיג אויפלעבן איר גיסטע, זי האט עפעס געשפירט ביי זיך נישט און ארדענונג אביסל קאפ דרייענישן, און זי האט פרובירט אריינצואטעמן די פיינע קילע לופט וואס זאל איר אביסל בארוהיגן.

טבת תשס"ה ניין אזייגער ביינאכט
בנימין יאגט זיך איינצופאקן זיינע פערזענליכע חפצים, זיין פליגער הייבט זיך שוין און צוויי שעה, ער געפונט זיך טאקע נישט צו ווייט אבער די וועטער אינעדרויסן איז נישט אזוי גלאטיג, עס שנייט אינעדערויסן, און די וועגן צום עירפארט זענען זייער אנגעלייגט, ער וויל נישט פארפאסן דעם פליגער.

ער יאגט זיך אראפ צום לאבי פונעם האטעל ווי ער איז איינגעשטאנען, ער סיינט זיך ארויס פונעם האטעל, און ער לויפט ארויס אינדערויסן צו כאפן א געלע טעקסי וואס זאל אים צופירען צום עירפארט. נאך צוויי מינוט האט ער זיך שוין געפונען אינעם טעקסי, ווען זיינע מחשבות לויפן איבער די גוטע געשעפטן וואס ער האט נארוואס פארענדיגט. גרידלאק, די קאר רורט זיך נישט די שניי האט פארארוזאכט עטליכע עקסידענטן אויף די הייוועיס און אלע קארס זענען געבליבן שטיין, א שטילקייט האט געהערשט די שניי איז געפאלן, און אויסער די קולות פון די עמערדשענסי פערסנאלן וואס האבן זיך געיאגט צו די עקסידענטן האט זיך גארנישט געהערשט.

בנימין זיצט אינעם טעקסי ער איז זייער אנגעצויגן דאס ער זאל נישט פארשפעטיגן זיין פליגער, אבער צופיל וועט אים זיין אנגעצויגנהייט נישט העלפן, פארמאגענדיג ביי זיך און טאש זיין קליינע תהלימ'ל האט ער עס ארויסגענומען, און זיך פארטיפט אין אירע קאפיטלן, אשרי האיש אשר לא הלך.... ובתורת ה' חפצו, ער האט זיך האסטיש געגעבן א שטעל אפ ביי די ווערטער ווען א קרעכץ רייסט זיך דערביי ארויס פון זיין הארץ, זיינע מחשבות ברענגען אים צוריק צו זיינע בחורישע יארן אין די מיר'ע ישיבה, ווען ער איז געשטיגן יעדן טאג העכער און העכער על במתי התורה והיראה, די האפענעס נחת וואס זיינע עלטערען האבן פון אים געשעפט, און דערנאך ווי ער האט חתונה געהאט מיט זיין אשת חיל, ווי זי האט פון אים אראפגענומען די עול הפרנסה אלעס כדי ער זאל קענען זיצן און לערנען אן קיין שום שטער. ער דערמאנט זיך צוריק די זיסע יארן ווען ער האט געלערענט אין ישיבה\כולל, אוי ווי זיס איז דאס געווען. ער געדענקט נאך גוט ווי אזוי ער האט פאר עטליכע יאר צוריק זיך אריינגעלאזט אין די ריעל עסטעיט ביזנעס על דעת דאס ער וועט קענען נאכדעם זיצן לערנען אן קיין שטער, אבער ער באטראכט זיך יעצט, שוין עטליכע יאר וואס איך בין אוועק פון די גמרא, אלעס כדי איך זאל קענען זיצן און לערנען, צו וואס פעלט אויס מיין ארומלויפן, מיין פליען כסדר פון ארץ ישראל קיין אמעריקע, צו האב איך נישט גענוג געלט זיך צוריק צו זעצן צום גמרא, דוד המלך זאגט דאך ווייטער 'וכל אשר יעשה יצליח' אויב ובתורת ה' חפצו, דעמאלטס וועט ער מצליח זיין, הייסט דאס, דאס די הצלחה ליגט גאר פאר דעם איד וואס די תורה איז ביי אים באליבט, הלואי ווען איך קען מיר צוריקזעצן לערנען ווי ביז יעצט. אט אויף די מחשבה האט הקב"ה געווארט בנימין האט געעפענט ביי זיך אין הארצן די חודו של מחט, נישט צו לאנג ארום וועט זיך הקב"ה פאר אים עפענען דעם פתחו של אולם.
*
דאס אריינאטמען די פרישע לופט פון די פארטאגס שטונדען, האט אביסל בארוהיגט ברוכ'ס פרוי הינדא. 4:30 זענען זיי אנגעקומען צום עירפארט און צוגעפארן צו די טערמינאל פון זייער עירליין. ברוך מיט זיין פרוי האבן זיך באקוועם געמאכט און געווארט דאס די זייגער זאל זיך רוקען, אזוי זיעצענדיג האט הינדא אנגעפאנגן נאכאמאל נישט גוט צו שפרין, זי האט זיך אויסגעדרייט צו איר מאן און מיט א פאזארגטע שטימע אים פארגעלייגט אירע חששות, ברוך האט איר פרובירט צו בארוהיגן אז עס איז גארנישט, עס קומט מסתמא פון די דריק וואס זי האט פון פליען מיט א ערעפלאן, נישט האבענדיג קיין אנדערע ברירה האט זי זיך בארוהיגט אז עס איז טאקע נאר א דורכגאנג.

*

ענדליך נאך איבער צוויי שעה שטיין אין טרעפיק האט די טעקסי אנגעפאנגן צו רירן, בנימין איז נישט געווען אנגעצויגן און אויפגעברויזט אויפן פארשפעטונג פונעם פליגער, זיינע מחשבות זענען אינגאנצן נישט דארט געווען, זיינע מחשבות זענען יעצט געווען פארנומען מיט בענקשאפט פון אמאל. 10:30 איז ער אנגעקומען צום עירפארט, ער איז צוגעגאנגן צו דעם טערמינאל פון זיין עירליין, און דערציילט איבער די שטאנדשטיל וואס עס איז פארגעקומען אויפן הייוועי, און ער האט געפרעגט ווען די נעקסטע פליגער פארט, אריינקלאפאנדיג אינעם קאמפיוטער האט דער איינגעשטעלטער אים געזאגט דאס אויף די זעקס אזייגער פליגער איז דא א ליידיגע פלאץ. בלית ברירה האט בנימין צוגעשטימט צו נעמען די פליגער, און ביזדערווייל איז ער געגאנגען זיך צולייגן און א האטעל.

אום פיר אזייגער איז ער אויפגעשטאנען, און זיך ארויסגעלאזט צום טערמינאל נישט וועלענדיג פארשפעטיגן דעם פליגער נאכאמאל. אנקומענדיג צום טערמינאל האט ער זיך אנידערגעזעצט, ווען קעגן איבער אים זיצט א עלטערע פארפאלק, בשעת ווען דער אלטער שיסט בייזע בליקן אויף אים באטראכטענדיג זיין חסידישן לבוש, בנימין איז שוין געווען געוואוינט דערצו דאס מען זאל אים באטראכטן צוליב זיין לבוש, ערשטוינט איז ער געווארן הערענדיג ווי דער אלטער רעדט צו זיין פרוי אין די מוטער שפראך אידיש, וואס? ער איז א איד, או ה' ירחם אזוי אויס צוזעהן, ער זעהט דאך אויס ווי א פאלנע גוי.

די פארפאלק איז נישט געווען קיין אנדערע ווי ברוך מיט זיין פרוי הינדא, וואס צוליב די פארשפעטונג וואס בנימין האט געהאט איז אויסגעקומען דאס זיי וועלן ביידע פארן אויף איין פליגער. די בייזע בליקן וואס ברוך האט געשאסן אויף די ריכטונג פון בנימין איז געווען צוליב דעם וואס ער האט אים נעכטן געזעהן אויפן גאס, און זיין אנוועזנהייט האט אים נאכאמאל ארויף געברענגט זיינע אומאנגענעמע זכרונות, און ברוך האט זיך דאן אויסגעדריקט צו זיין ווייב, דער חרדי קומט אונז נאך, ווי אין ניו יארק איך זאל נישט זיין שפראצן זיי ארויס, צו אין מאנהעטן, צו אין עירפארט, זאלן זיי זיך גיין פון דאנעט. אט די ווערטער האט בנימין געהערט, און ער איז ערשטוינט געווארן צו זעהן דאס דער אלטער מיט די אויסגעפליקטע קאפ איז גאר א היימישע אפשטאמיגער.

נישט צו לאנג דערנאך האבן זיך ביידע געפונען אויפן פליגער, ווען ברוך מיט זיין פרוי זיצן אין די אינעטערשטע חלק פונעם פליגער, און בנימין זיצט מער ארויפציר. א שטילקייט האט געהערשט אויפן פליגער רוב רייזענדע זענען געווען אריינגעטון און א טיפן שלאף, עס איז דאך געווען פארטאגס שעה'ן. בנימין איז געווען וואך, נאכדעם וואס ער האט זיך שוין אויסגעשלאפן אינעם האטעל לעבן דעם עירפארט, אפילו ווען ער וואלט נישט געווען אויסגערוהט וואלט ער אויך נישט געקענט שלאפן צוליב די מחשבות פון אמאל וואס האבן אים געפייניגט דעם געוויסן, אז ער האט ווען יעצט מיט זיך א גמרא'לע וואלט ער זיך דערצו צוגעכאפט מיטן גאנצן הארץ, און זיך אריינגעטוהן דערין. ער האט זיך דערמאנט דאס ביי זיין ערשטע נסיעה פאר עטליכע יאר צוריק איז ער געזיצן מיט געשמאק און געלערענט אויפן פליגער, און ביי זיינע לעצטע נסיעות איז ער נאר געווען פארנומען ווי אזוי ער קען מאכן נאך מער געלט אד"ג.

נאך צוויי און האלב שעה פארן איז די שטילקייט וואס האט געהערשט אויפן פליגער איבערגעריסן געווארן ווען אויף די הויכהילכער פונעם פליגער איז געהערט געווארן א דרינגענדע פארלאנג "אויב עס געפונט זיך א דאקטאר צווישן די רייזענדע ווערט ער געבעטן שוין צוגיין צום אינטעשרשטען חלק פונעם פליגער" בנימין האט געזעהן ווי א מאן און א פרוי שטעלן זיך אויף פון זייער זיץ און מיט געאיילטע טריט שפרייזן זיי צום אינטערשטן חלק פונעם פליגער, בנימין האט נאכנישט געוויסט דאס ער וועט אויך שפילן א גרויסע ראלע און די דאזיגע סצענע.

ביים אינטערשטן חלק פונעם פליגער איז געזעצן ברוך מיט זיין פרוי הינדא, און נאך צוויי שעה פארן האט זי אנגעפאנגן זייער נישט גוט צו שפירן, זי האט באקומען שרעקליכע קאפ שמערצן, פון מינוט צו מינוט איז עס געווארן שטערקער און שטערקער, די קאליר פון איר פנים איז געטוישט געוווארן פון די נארמאלע קאליר צו א געל/גרינע קאליר, זי האט אנגפאנגן ביטערליך צו קרעכצן שפירענדיג ווי זי גייט אויס, ברוך האט מיט איילעניש צוגערופן איינע פון די פליגער מאנשאפט און איר געבעטן דרינגעדע הילף פאר זיין פרוי, און נאכן פארלאנג פאר א דאקטער אויף די הויכהילכער, האט זיך טאקע אפגעטראפן א דאקטאר אויפן פליגער בהשגחה פרטיות.

די דאקטאר מיט זיין פרוי, זענען אנגקומען צו ברוכ'ס פרוי הינדא, און פרובירט צו רעדן צו איר זי זאל ערקלערן פונקטליך ווי עס טוט איר וויי, און וואס זי שפירט, הינדא האט געזאגט אינעם אידישן שפראך, איך האב שרעקליכע קאפ שמערצן איך קען ממש נישט רירען מיין קאפ.. "וויטש לענוויטש אר יו טאקינג מאדאם" האט זיך דער דאקטאר אנגערופען אינעם ענגלישן שפראך נישט פארשטייענדיג א ווארט וואס זי רעדט. ברוך האט מיט זיינע תנועות און אידישע שפראך געשריגן אויפן דאקטאר פרעג נישט קיין קשיות געב איר א טיילענאל אדער א אנדערע פען ריליווער, און לאז איר אפ, ברוך מיט הינדא נישט זייענדיג באהאווענט אינעם ענגלישן שפראך, און דער דאקטאר נישט פארשטייענדיג די אידישע שפראך האט נישט געקענט קאמיוניקירען מיט דעם פאציענט, און מיט זיין דאקטארישן אויג האט ער געזעהן דאס די מצב איז גאר קריטיש און די מינוטין ציילן, דער דאקטאר האט זיך אויסגעדרייט צו איינע פון די מאנשאפט און איר געבעטן זי זאל אפירזוכן אויפן פליגער א אידיש רעדענדע רייזנדער.

די מאנשאפט האט זיך ארומגעקוקט אין פליגער צו זעהן ווער עס רעדט אידיש, איר אויג איז גלייך געפאלן אויף בנימין זעהנדיג זיין חסידישען לבוש, מיט איילענדע טריט איז זי צוגעגאנגן צו בנימין און אים געבעטן ער זאל גיין צום אינטערשטען חלק פונעם פליגער. בנימין האט געפרעגט דעם דאקטאר מיט וואס ער קען אים בייהילפיג זיין דער דאקטאר האט אים געזאגט דאס ער זאל זיין דער דאלמעטשער צווישן אים און הינדא, ער האט אים פארגעשטעלט די פראגעס וואס ער זאל איר פרעגן, און איבערטייטשן פאר אים אירע ענטפערס. דער דאקטאר האט אויסגעפרעגט איר מעדעצינישע היסטאריע, און נאך פראגעס, בנימין האט געזעהן ממש ווי די פרוי גייט אויס, איר קאליר איז געווען שרעקליך און אירע קרעכצן זענען געווען יאמערליך.

אינמיטן די גאנצע פראצדור האט דער דאקטאר איבערגעגעבן זיין ביזנעס קארטל פאר בנימין, און ווי ערשטוינט איז בנימין געווארן צו זעהן אז דער דאקטאר איז נישט קיין אנדערע ווי איינע פון די גרעסטע פראפעסארן און איינע פון די גרעסטע שפיטעלער אין ניו יארק. בנימין האט דאס געזאגט פאר ברוך, זיי נישט באזארגט הקב"ה האט דא צוגעשיקט א גוטע שליח, ער איז אייינע פון די גרעסטע פראפעסארן, זאל ער איר אפלאזן האט ברוך געשריגן אויף בנימין, איך בעט אים ער הערט זיך נישט צו צי מיר, זאל ער איר געבן א פינף הונדערט מיליגראם טיילענאל, און א ווארימע טיי, און נאך א דעקע, וואס פרעגט ער אזויפיל קשיות, בייזערט זיך ברוך. בארוהיגט אייך ר' איד זאגט אים בנימין דער דאקטאר פארשטייט בעסער פון אייך וואס צו טון. אנשולדיגט ראביי הערט זיך א שטימע פון די רעכטע זייט, בנימין דרייט זיך אויס, און א פרוי רופט זיך אן צו אים מיט א פראגע, איז נישט ביי ענק אידן איינגעפירט דאס מען זאגט תהלים און אזא פאל? יא, האט בנימין געענטפערט שעמנדיג פון זיך אליינס, ער האט ארויס גענומען דאס קליינע תהלימ'על, און מיט גרויס כוונה אנגעפאנגן צו זאגן קאפיטל כ' למנצח, יענך ה' ביום צרה.. ער האט זיך געוואנדן צו ברוך און אים געבעטן דאס ער זאל מיטזאגן מיט תהילים, מען דארף נישט זאגן, לאז אפ, איז געווען די אנטווארט פון ברוך.

אין די צייט האט דער דאקטאר דייגנאנזירט דאס זי האט באקומען א ערענסטע אנטצינדונג אויף די הויט ארום די מוח, און זי איז און א גרויסע סכנה. ער איז צוגעגאנגן צו פיילאט, און אים מסביר געווען די סעטואציע, און ווי עס זעהט אויס וועט ער דארפן מאכן א עמערדשענסי לאנדונג און די נאנסטע שטאט ווי ער וועט אריבער פליען. דער פיילאט האט פרובירט צו ערקלערן פארן דאקטאר מיט וואסערע שוועריגקייטן א עמערדשענסי לאנדונג איז פארבינדן, עס איז גאר קאסטבאר, אד"ג. ווילסט לאנדן אין ניו יארק מיט טויטע קערפער האט דער דאקטאר געשריגן אויפן פיילאט, שפיל דיר נישט ארום עס האנדלט זיך פון גאר א קריטישע אנטצונדדונג און די מינוטין ציילן.

נאך עטליכע מינוטן זיך ארומטענה'ן האט דער פיילאט מסכים געווען צו לאנדן דעם פליגער אין דעם נענסטן שטאט, און מען האט געלאזט אויסרופען אויף די הויכהילכער דאס ביז פערציג מינוט גייט די פליגער מאכן א עמערדשענסי לאנדונג און יעדער זאל זיך צובינדען.

ברוך הערענדיג דאס די פליגער גייט מאכן א עמערדשענסי לאנדונג צוליב זיין פרוי, האט אנגעפאנגן צו באגרייפן די ערנעסקייט פונעם מצב, און אז קיין טיילענאל וועט איר נישט צופיל העלפן, ער האט אויך איינגעזעהן דאס זיי פרוי קען ניצן אפאר קאפיטלעך תהלים פון אים. אוי באשעפער העלף, אוי אוי!! האט הינדא געשריגן און איר קאפ האט געבעבן א פאל אויף צוריק, אויפן געזיכט פונעם דאקטאר האט מען געזעהן דאס דער מצב איז גאר גאר ערנעסט, ברוך האט אויסגעפלאצט און יאמריליכע געוויין און געזאגט פאר בנימין, זאג תהילים, זאג זי דארף עס נויטיג האבן, אוי באשעפער איך האב דיר נישט צוגעהערט רוב פון מיין לעבן, אבער איך בעט דיר יעצט טייערע טאטע נעם נישט אוועק מיין פרוי פון מיר, נעם איר נישט צו דא און די הויכע ספערן, עס איז קיינמאל נישט שפעט זיך צוריקציקערן צו דיר, אפילו יעצט איך בין שוין א אלטע איד איך בין שוין אין די זיבעציגער יארן, אבער די אליינס שרייבסט דאך אין דיין הייליגע תורה דאס עס איז נישט שפעט שרייט ברוך אויפן קול בשעת כוואליעס טרערן גיסן זיך פון זיינע פארקנייטשע אויגן.

דער דאקטאר האט געבעטן בנימין דאס ער זאל בלייבן דא אויב וועט מען אים נאך דארפן ניצן. ביזדערווייל האט דער דאקטאר אריינגערופן צום נענסטן שפיטאל פון ווי פליגער האט געדארפט צו לאנדן, און זיי געהייסן זיך צוגרייטן אויפצונעמען דעם פאציענט, די שפיטאל הערענדיג וועלעכע דאקטאר עס רעדט דא, האבן זיי אויסגעפאלגט זיינע באפעלן אויף הונדערט פראצענט. ווי אויך האט א אמבולאנס אפגעווארט לעבן ווי די פליגער האט געדארפט לאנדען.

ביזדערווייל האט בנימין פרובירט צו בארוהיגן ברוכ'ן מיט דבר חיזוק ובטחון, דאס דער באשעפער וועט זיכער העלפן, נאר זאגשע מיט מיר אביסל תהילים, מיט בכיות עצומות האט ברוך קוים ארויסגעשטאלפערט די ווערטער וואס ער האט שוין נישט געזאגט קרוב צו זעכציג יאר זינט ער איז געבליבן עלענד אליינס נאך די ביטערע וועלט קריג, און ער האט פון דעמאלטס אן געפירט כביכול רוגזה מיט הקב"ה, און יעצט איז געקומען די צייט זיך איבערצובעטן מיט אים.

די פליגער האט געלאנדעט, און א שטאב פון פאראמעדיק'ס האבן ארויף געשטארעמט אויפן פליגער מיט א בעטל אפצונעמען די גאר קריטישע פאציענט וואס צוליב איר האט מען געדארפט מאכן א עמערדשענסי לאנדונג, פארן ארויסגיין פונעם עירפלאן האט ברוך געשריגן צו בנימין, בעט פאר איר, הער נישט אויף צו דאווענען, און בשעת מעשה האט ער איבערגעגעבן פאר בנימין זיין טעלעפאן נומער ער זאל אים קענען מבשר זיין גוטע בשורות אדער חלילה פארקערט.

מיט איילעניש האט מען אפגעפירט הינדא צום שפיטאל ווי א שטאב פון דאקטורים האבן איר שוין אפגעווארט. אין די צייט האט זיך דער פליגער צוריק אויפגעהובין און ממשיך געווען מיט איר נסיעה, ווען אויף איר זיצט גאר א אנדערע בנימין וואס איז ארויף געקומען אויף איר פאר עטליכע יאר צוריק, עס זיצט יעצט דא בנימין דער כולל יונגערמאן, ער האט זיך פושט צורה ולובש צורה געווען נאנט צום באשעפער הויך אין די ספערן. ער האט זיך אזוי מתבונן געווען אין דעם "שלא שינוי את שמם ולבושם" דאס צוליב זיין נישט טוישן זיין לבוש, און צוליבן רעדן די אידישע שפראך האט ער 'האפענטליך' געראטעוועט דאס לעבן פון א אידישע פרוי.

ער האט דאן ביי זיך מחליט געווען, וואס איז דען דאס לעבן פון א מענטש היום כאן ומחר שם, אבער ווי א לאנג א מענשט לעבט קען ער גאר אסאך אויפטון, כי לא במותו יקח הכל ולא ירד אחריו כבודו, נאר תורה ומצות באגלייטן דאס מענטש, וואס וועל איך האבן דערפון וואס איך וועל איינקעסירן נאך און נאך געלט, איך בין דאך אין די קאטעגאריע פון "והם רצים" פון יענע לויפערס וואס יאגן זיך אן א ציל, לאמיר נישט זיין ווי זיי, לאמיר זיך שוין מקבל זיין דאס מהיום והלאה וועט די תורה זיין די עיקר פון מיין לעבן, און געלט נאר א טפל, נאר א מיטל וואס זאל מיר צוהעלפן צו לערנען. אז א עטליכע זיבצעציגער יעריגע איד קען איינזעהן דאס עס איז קיינמאל נישט שפעט, דען פארוואס זאל איך אין מיינע דרייסיגער יארן זיך מייאש זיין, פארקערט איך הייב אן פון דאסניי, האט ער מחליט געווען.

עטליכע טעג שפעטער האט בנימין באקומען א טעלעפאן רוף פון ברוך, און מיט א פרייליכע שטימע האט ער אים דערציילט דאס ברוך השם אז זיין פרוי איז ארויס פון די סכנה, און דער דאקטאר איז גערעכט געווען מיט זיין דיגאנאזיע, און ער פילט דאס זיין לבוש האט געראטעוועט דאס לעבן פון זיין פרוי, אבער מער פון אלעמען שפירט ער דאס די תהילים וואס ער האט געזאגט האט איר ארויסגענומען פונעם סכנה. און מיט א שטימע וואס פארמאגט אין זיך קוראזש האט ער געזאגט פאר בנימין, מיין פרוי האט געהאט א רפואת הגוף, און איך א רפואת הנפש, און איך – האט אים בנימין איבערגעהאקט – האב אויך געהאט א רפואת הנפש. א דאפעלטע רפואה אין די הויכע ספערן, א רפואת הגוף און א דאפעלטע רפואת הנפש.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

ויאמר לפרינטער תעשה פרינט ויהי פרינט.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע:מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

מוראדיג תלמיד כהאב עס צוויי מאל איבער געליינט
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין, תלמוד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב עס איינמאל געליינט און שטארק הנאה געהאט. איז עס א ווירקליכע געשיכטע?
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

יעצט גענדיגט ליינען אויפן סקרין, ס׳האט מיר גענומען אזא 40 מינוט, הערליך שיין און איידל באשריבן, א גרויסן יישר כח.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

זייער שיין און רייך אראפגעלייגט.
ישר כח.

קרעמער האט געשריבן: איז עס א ווירקליכע געשיכטע?
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12653
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואוי, דאס איז מורא'דיג.
---
פאר די וואס פרעגן צו דאס איז א אמת'ע געשיכטע, זעט אויס די מעשה האט אייך אזוי איבערגענומען אז איר האט פארזען די ערשטע פאר ווערטער זיינע:
תלמודלערנער האט געשריבן: א אמת'עאון גאר באלערענדע געשיכטע פיל מיט סייעתא דשמיא און אמונה, ליינט ווי אזוי דער אויבערשטער האט געווארט אויפן צוריקקער פון א פארווארפענע נשמה, און אויף די צוריקקער פון א הייליגע נשמה, ליינט מיט עקסטאז ווי אזוי דער מכה איז גאר געווען א רוחניותדיגע רפואה,
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

DotCom האט געשריבן: ויאמר לפרינטער תעשה פרינט ויהי פרינט.


כ'האב מיר געמאכט א פדף פאר מיר ארויסצופרינטען, און ווער עס וויל קען עס נעמען פון דא
אטעטשמענטס
א רפואה אין די הויכע ספערן.pdf
(202.47 KiB) געווארן דאונלאודעד 169 מאל
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

י י ש ר ~ כ ח!

נהנתי
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע:במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

שמן למאור האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן: ויאמר לפרינטער תעשה פרינט ויהי פרינט.


כ'האב מיר געמאכט א פדף פאר מיר ארויסצופרינטען, און ווער עס וויל קען עס נעמען פון דא

יישר כחכם
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער שיין און בלערענד.
יישר כח פארן מיטטיילן.
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5095
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיג
ייש"כ
און ייש"כ שמן למאור פאר די פי די עף
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע:אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

א גרויסן שכח
קיפ איט אפ
די גוטע ארבעט
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח הרב תלמוד לערנער איך האב באמת הנאה פון דיינע ארטיקלען, חוץ וואס די טאפיקס און מעשיות איז אינטערעסאנט שרייבסטו עס אויך אראפ מיט אזא געשמאק
איך האף אז דיינע ארכיוון זענען ענדלאז,

ייכ"ח שמן פאר די פדף אזוי האב איך עס געקענט ליינען נעכטן און נישט געדארפט ווארטן אויף א שטילע טאג
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

א ריזיגן ייש"כ, מורא'דיג לערנבאר
און ייש"כ פארן פי די עף
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שכח, מורא'דיג

הודאה על העבר ובקשה על העתיד, ביטע זיי ממשיך נאך געשמאקע ארטיקלעך,

הצלחה
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע:משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

געשמאקער האט געשריבן: שכח, מורא'דיג

הודאה על העבר ובקשה על העתיד, ביטע זיי ממשיך נאך געשמאקע ארטיקלעך,

הצלחה
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע:אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

האמיר שוין וואס צו ליינען שבת אין דעם לאנגן נאכמיטאג

ארויפגעברענגט, זאל א צווייטער אויך הנאה האבן
אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע:מיט העדפאונס אויפען קאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיקאליש »

א דאנק
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4523
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

מוזיקאליש האט געשריבן: א דאנק
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
אש קודש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:33 pm

א גרויסען יישר כח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אש קודש »

א שיינע מעשה

אין הערליך שיין אראפ געלייגט, יישר כח פארן עס אראפ שרייבען אזוי הערליך אין שיין, ס'איז א געוואלדיגע חיזוק, סיי די השגחה פרטית, אין סיי אויף די חשיבות פין תורה

אויך א יישר כח פאר די ארויף שלעפער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

DotCom האט געשריבן: ויאמר לפרינטער תעשה פרינט ויהי פרינט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”