א משהו!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3005
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

א משהו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

(די נעמען און אנדערע פערזענליכע פרטים זענען פיקטיוו.)

‏שטייען דארט אין די רייע א צען-צוועלף פערזאנען און ווארטן מיט (אומ)געדולד צו ווערן סערווירט. ער שטייט גלייך פארנט פון מיר; קוקט אויס צו זיין אין די הויכע טינס, אפשר גאר צום האַבן. אן איידל געשטעל; אויף די נאז א פאר חסידישע פלאסטישע ברילן באהאפטן צו צוויי שטעקענעס וואס שלענגלען זיך אונטער די פאות ביז נאך די אזנים, און אויפן קאפ א הויכע סאמעטע היט מיט די האלב-קניעדיגע שלייף אויף די לינקע זייט. אין זיין רעכטע האנט אן אפגעריבענע, ברייטע פלאטשיגע היט; דער פארעם סעלקא יארע תרע"ג. ואיש משתאה לו. דאס קינד גייט דאך מיט א הויכע מצנפת, וואס פלאנט ער צו טוהן מיט דעם נאכגעלאזטן פלאטשיקס וואס ער האט לכאורה אויפגעפיקט ביי די מאנטל דעפארטמענט אין ראדני? קרויס שטעלט צו "טרעיד אין סערוויס" פאר געפונענע אפגעניצטע ווארע? מעגליך.‏

"נעקסט!"

"יא, איך וויל א הוט פאר מיין פאטער. דאס איז זיין אלטע. ער וויל בערך די סייז, נאר אביסל ברייטער."

דער פאטער א ברייטע פלאטשיגע און דער זוהן א הויכע? עפעס א מין שעטנז'דיגע מרקחת פון פוילן און אונגארן. איינס פון די מאדעס פון די איין-און צוואנציגסטע יאר הונדערט, פילייכט.

‏איך‏ באמערק א לעיבל אינעם אפגעשעיווטן שמאטע היט. די נייגער ארבעט אויף היי גיער. ויפן כה וכה, קיינער באמערקט נישט, איך גיב זיך א בייג אריבער.

רובין ‎ 1498 52nd Street

דער אומקאנטראלבארער מח נעמט זיך וועבן ווייטער. ער וואוינט אין בארא פארק און קומט קיין וויליאמסבורג קויפן א קאפעלוטש? אה, אפשר האט די וומ"ס געשעפט א גרעסערע אויסוואל פון ברייטע, פלאטשיקע קעשקעטלעך. באט, איף דאטס דע קעיס, וואלט ער דאך געברויכט גיין צו די קרית יואל סטאר. טאללס? מ'קען דאך נעמען דעם רוט 6.

די מחשבות ווערן איבערגעהאקט ווען מיינע אויגן לאנדן אויף א זרוע נטויה וואס שפאנט פראנאויס מיט א שיינעם קאפעלוטש, דער ברים אזוי ברייט ווי דער אויבנדערמאנטער הייוועי.

דער בחור'ל איז נישט צופרידן. "איר האט איינס וואס איז א משהו ברייטער? אויך, דער טאפ קען ווען זיין א ביסל העכער. נישט צו סאך, ממש נאר א משהו."

"לאמיך זעהן וואס נאך איך האב."‏ דער ברייטער כלי פארט ארויף אויפן ראש פונעם בעלזן קרויס צו די שמייכל'דיגע קאמפלימענטן פון די מחנה קאסטומערס, און ער ווערט פארשוווינדן אונטער די הויפן באקסעס.

"דאס איז בעסער?"

די אויגן לייכטן אויף. יא, הערליך!

אפפפס‏! די זייר! די וואס? די זֵר, די קרוין. איך מיין אז די קרוין ארום דעם ברים איז נישט גענוג הויך. יא גוט, נישט גוט. הא מונאוויטש, וואס זאגט איר? הרב קרויס, איך ווייס? איך בין נישט קיין מבין אויף די ענינים. "עם, איר האט איינס וואס דער קרוין איז אביסל העכער? נישט קיין סאך, ממש נאר א משהו."

עודך, מר. קרויס ווערט פארשווינדן פאר א וויילע.‏ נאך אפאר לאנגווייליגע דקות און ער קערט זיך צוריק מיט א תכשיט; אה, וימלא הבית כלו אורה. שיין און ברייט, דער טאפ הויך-פלאטשיק צו פערפעקשן, און א קרוין ווי א תקנות שטריימל. א הדר פון א קאפעליטש!

*

ענדליך איך קום אהיים, מיינע מידע פיס קוים וואס זיי קריכן די 54 שטיגן. קארגע 4 שעה פון ווען מיר האבן גענצליך מסיים געווען די ניין גלות וואכן, און שוין אזויפיל מיטגעמאכט. געמיינט אז מען וועט גיין שאפינג פאר א נייע היט היינט, זונטאג שופטים ווען דער עולם קומט אהיים, וועט עס גיין געשיקטער. אבער דער אינגער רובין מיט זיין 45 מינוטיגע משהו האט געהאט אנדערע אגענדעס. מיט א ספר'ל אין די הענט, ווערן מיינע גלידער מאגנאטיש צוגעטשעפעט צו די באקוועמע סאפע.‏ ‏

א קלאפ אויף די טיר.

"יאנקי, גיי זעה ווער ס'איז ביי די טיר!"

"טאטי, רובין."

"ווער?!!!!!"‏ געב איך א קוויטש. דער קליינער, נעבעך, קוקט מיך אן מיט רחמנות. קרויס, רובין, ברים, משהו; וואס פארשטייט ער צו מיינע מיטמאכענישן.

"טאטי", מיט א צומישטע איידלקייט. "ס'איז רובין, אונזער שכן."

"אה, יעקב עוזיא'."

"יא, א גוטן. שלום עליכם. וואס טוטזעך?" 

"עליכם שלום, אלעס פיין. וואס הערט זיך ביי דיר?"

"ברוך השם."

"זאג נאר, איך ברויך א טובה. דאכט זיך מיר אז עס איז דיין קאר וואס איז געפארקט דא פארנט פון אונזער בנין. א גרעי מיני ווען."

"יא, נו?"‏

"אויב ס'נישט שווער, איז מעגליך די זאלסט עס ארויפרוקען אביסל? מיין ווען איז דא מיט די פעקלעך, און דער דרייווער פלאגט זיך אריין צו פארקן."‏

"יא, זייער גערן. איך גיי נאר נעמען מיינע שליסלעך."

"א גרויסן דאנק."

"ברויכסט עס נישט ריקן קיין סאך", שרייט ער מיר נאך. "ממש נאר א משהו!"

* * *

אוי וויי, ס'איז שוין סוף אלול! דער לוח מישט, דער לבנה שרינקט, דער שופר קלינגט, דער סליחה זינגט, און דער שפיגל צו מיינע אויגן ער בליקט: ר' איד, דו ווייסט אפשר וואו מען האלט אויף דער וועלט?!! האלוי! האלוי, דו ביסט אויף?!

מען הויבט אן מאכן א שטיקל חשבון הנפש‏, און עס ווערט ‏ביטער ווי א ווייסע טיילענאל. א בליק אין דעם טעגליכן דייערי, און מען טרעפט זיך מיט א קרימינאלע "רעפ שיט"‏‏ (Rap Sheet) ברייט ווי דער 95 און לאנג ווי דער 80. מען דארף נישט אויסשמועסן, לב יודע מרת נפשו.

פון הארץ שפרינגט ארויס א יאוש'דיגע קרעכץ: "געוואלד! אט אט איז די הייליגע טעג און מען מוז ארבעטן אויף תיקון המעשים. אבער רבוש"ע, דער זאק איז דאך גרויס עד לב השמים, וואו הויבט מען אן?! סליחות איז שוין דא, און ראש השנה איז קנאפע זיבן טאג אוועק -- די צייט איז קורץ, איך יכנס כל הפשתן הזה?! שמירת עינים, ביטול הזמן, קדושת ביהמ"ד, תפלה בציבור, שמירת הלשון, מידות, ועוד ועוד. ווי איז מעגליך אלעס צו פארעכטן בנשימה אחת?!

ר' איד, זיי נישט צובראכן אויב דו שפירסט אז דו קענסט נישט, ווייל דער טריקענער אמת איז אז דו קענסט טאקע נישט אליין. קיינער קען נישט! דער יצר איז פיל שטערקער ווי אונז אלע קאמביינד. די הייליגע חז"ל זאגן נאך אז אלמלא הקב"ה שעוזר לו אינו יכול לו. דער מלך זקן וכסיל איז א גרויסער מאנסטער; פרוביר אים נישט צו באזיגן, ער איז שוין פיל גרעסערע און שטערקערע פון אונז בייגעקומען.

פון אונז פארלאנגט מען איין זאך: א משהו!השי"ת זאגט פתחו לי פתח כחודו של מחט, ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם. דו עפען מיר אויף א קליין טירעלע אזוי גרויס ווי די מייקראסקאפישן שפיץ פונעם נאדל, און דו וועסט טרעפן ברייט-אפענע טירן וואס פירן גלייך ביזן כסא הכבוד. אז עס איז שווער צו שלעפן דעם גרויסן זאק, וועל זיך אויס איין ענין וואס די שפירסט אז עס ברויך א גרויסע תיקון, און באשלוס ביי זיך - מיט עקשנות - אז אויף דעם גיי איך היינט ארבעטן; דעם פרט גייט מען היינט פארעכטן. מיטן אויבערשטן'ס הילף וועסטו זעהן אז אין די קליינע משהו זמן וואס איז נאך פארבליבן ביזן גרויסן יום הדין קען מען מען אריינכאפן גאר גאר אסאך. אבער געדענק, אני לדודי, און הערשט דערנאך ודודי לי; "דו" ברויכסט געבן דעם ערשטן טריט!

חזק ואמץ!
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

חברה........ מונאוויטש איז דא מיט א גוטס..... דאס מאל איז ער קנאקעדיג....

שכוח מונאוויטש שיינע געדאנק און נאך שענערע אויסדריקן..
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8277
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

משהו משהו! (בניסוח הידוע לאנ"ש)
הערליכע ארטיקל, געוואלדיגע נקודה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גארנישט קין משהו...

זיס און ציפעדיג (זויער טאר מען נישט..)
לעצט פארראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7326
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ענדע צדיק! האט געשריבן: הערליכע ארטיקל, געוואלדיגע נקודה.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע:אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

זייער שיין!

א שטארקע געדאנק!

ס'האט מיר זייער באנומען!

גוט באשריבן!

יישר כח!!!!!!!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך ,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זה משהו מיוחד!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ מונאוויטש!

געוואלדיגע חיזוק רייד, לאמיר האפן אז ס'וועט עפעס א משהו ווירקען אויף אונז.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א משהו געשריבן
און א משהו גערירט ביי אונז
אבער משהו למשהו מצטרפת למשהו גדול
ייש"כ מונאוויטש
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ווי אייביג , א הערליכע כתיבה. א דאנק.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

שכוח ,זייער תוכנ'דיג און אינהאלסרייך.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

געוואלדיג הנאה געהאט פונעם ארטיקעל!
א שטארקע כח אין אראפגעבן א מעשה מיט לעכטיגע פארבן! געוואלדיג!
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3005
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א משהו! (אלול)
(pdf)
אטעטשמענטס
א משהו.pdf
(51.46 KiB) געווארן דאונלאודעד 114 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”