געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

דער קאר האט זיך רואיג געקוילערט אויף די ראודס מאכנדיג דעם רושם פון א קאר וואס פארט אויפן ראוד אין דאס איז טאקע געווען די פאקט. א געניט חסידיש אויג האט אבער געקענט באמערקן אז ס'רעדט זיך דא פון א הייימישן אינגערמאן וואס האלט אינמיטן טיילן טועמי' פאר זיינע קינדער בשעתן אנהאלטן פאכמאכניש דעם רעדל מאנעוורירנדיג די בי קיו אי טרעפיק מאכנדיג זיין וועג צו א שבת התוועדות מיט זיין שווער'ס משפחה

זיצעך אזוי ביים רעדל די קינדער טאנצן אויף מיינע געהירן מיט עקסטאז פונעם טאטנס ביזי הענט וואס קען פארלוירענערהייט סטראשענען אז ווען מקומט אן טוט ער אויס זיין פאסיק. זיי ווייסן סייווי אז טאטי טוט נישט אויס זיין פאסיק. ווייל ס'קען קומען פאטאלע קאנסקעווענצן אזויווי פאריגעס מאל אין תורה מוזעאום ווען טאטי האט געהאט א בענדעידש אויף זיין קניען פאר ווער ס'האט באמערקט

עניוועיס מ'קומט אן. שטייט שוין מיין טעטיגער שוואגער מיט א סטאפ סיין קומענדיג א ביסל נענטער ווערט קלאר כאבעם אינטערגעשאצט. זיין אינציאטיווע איז קרעיזי! ער האט גענומען די סימבאל פון טעגלאשער כ'א כסליו דריי יאר צוריק אין ארויפגעלייגט אויף דעם 'שבת התוועדות-משפחת קארן'. ער שטייט פארשוויצט דערנעבן אין פראדוצירט היימישע 'וועלעט פארקינג' באריכאשעם

מ'פעקלט אריין אין דעם גרויסן געביידע זוכנדיג דעם צימער. באקומען האב איך א צימער גאנץ כמעשה ווערסעס די אנדערע

נאכדעם בין איך אריינגעקומען צו די קינדער צימער. ליגט דארט 20 בעטן צוזאמגעשטיפט מיין חסידשע שוואגער שטייט דארט אין פראקלאמירט אנטשלאסן אז זיין יונגל שלאפט נישט דא ס'איז אביזרייהו דאביזרייהו בעסקיצער.... ס'קעפל ארבעט אים פיין....

אונטן אין לאבי זיצט מיין שווער מיט נאסע פייקעלעך אנגעהאלטן אויף זיין מיינוס גלעזער (נישט פארמישן מיט פלאס... יענץ גייטער באלד אנטוהן) אין לערנט ארעכייעם קאדעש צובייסנדיג עפל קוגל מיט אפעטיט

א סעקונדע כ'אב פארגעסן אייך פארצושטעלן מיין משפחה ס'איז גאנץ טיפיקל מיין שווער איז אנפאנג סיקסטי'ס א מידל עידש יוד אין באלאנגט אין א מידל עידש האום

מיינע שוואגערס דער עלטסטער האט שוין חתונה געמאכט א קינד אין איז א אקטיווער גבאי אין א גרויסע שוהל ליידט אויף אפיציעלקייט אבסעסיעס

נאכדעם קומט א מארגעדש בראקער. מלמד. חרדי וואס טוט אביסל עסקנות. עמעזאן. תלמיד חכם. אגעפארענער. איי טי-טעטיגער. כולל יונגערמאן. גרוש. מיידל. צוויי בחורים. דעטס איט. כא פארגעסן איך בין ערגעץ אינמיטן. מיין פראפעסיע: אייוועלט.....

צוריק צום ענין די קינדער זענען ביים וואסער (מסתמא כאפסטו אז ס'איז אין סיגעיט... חכם איינער....) מיין ב'ב העט זיי שוין באלד אנפראקן פארן זיך באזאמטיגן נאר א רחמנות אויף זיי אז די אלע שעלס וואס זיי האבן צוזאמגענומען גייט גיין אין גארבעדש

מנחה איז מיין שווער צוגעגאנגען נאכגעמאכט דעם רבי'ן ז'ל אקוראט. מיין עלטסטע שוואגער האט געקריגן קבלת שבת. קונצליך געדרייט צווישן פינטשיק אין קאסקיאסקאו מיט הארץ וואס קען מאכן בלינדע שטיינער קרעכצן מיט אנגסט. ווי דער שווער האט זיך אויסגעדריקט נאכן דאווענען נע!.... דער היינטיגער דור.... וואס פארשטייען זיי צו א גוט שטיקל יאסעלע.... קרעכצט אפ אין זאגט נאכאמאל איבער ב'חיימענדל'ס דשאוק וועגן יאסעלע אין צולאכט בגפו

ענערוועיס דער בעל תפילה זינגט א מארש אויף לכה דודי (בשיטה) דער עולם הארמענייזט אזוי קאנטרי מאו'ד. ביי בואי שלום נעמט מיין חסידישע שוואגער זיינע צוויי פיצי יונגלעך טאנצט מיט זיי בשלהבת טאהש קודש אין שלעפט מיט זיינע צוויי יונגלעך צו דער ערד בשעת ער מאכט צוריק צו די וועלקארו פון זיין הויזן

דער באם שטייט פאסיוו אין שמועסט מיט א נעפיו כאילו די גאנצע געטענץ בארירט אים נישט. דער בעל תפילה קלאטשט טאקטפולע קלאטשערייען. דער שווער טאנצט דריי טריט אהין אין צוריק מיט א איינגעהאלטנקייט. דער עולם ענדיגט שוין צו אין מיין טעטיגער שוואגער הייבט נאכאמאל אן דעם ניגון פונדאסניי אויפן העכסטן סקעיל נוסח מצווה טאנץ

נאך א שטוינענדער רזא ווי דער בעל תפילה האט זיך געפלאגט אנייצע צו געבן מיט אריינלייגן דריי מאל ומארי דדינא אין איין מאל האט ער בשטו'מצ גענדיגט דעם דאווענען אין אוועקשפאצירט פון עמוד מיט א זעלבסט צופרידנהייט

מ'גרייט זיך צו די סעודה מיין קילער שוואגער זינגט זיך אונטער לאמיר מאכן קידוש. מיין פופצן יעריגער נעפיו כאפט זיך צו דערצו ווי א געבראטנס ווארפנדיג בליקן צו זיין פאטער באמערקט נישט זיין 'התחברות לרשעים'. דער חסיד זיצט אויפן קאוטש אנכאפנדיג זיין שטריימל אויפן שויס האלטנדיג א חנוכת התורה אין זאגט אן זיינע קינדער אז מ'טאר נישט זינגען די ניגון ווייל עפעס א שגץ 'קאלבאך' האט עס געמאכט. די קינדער זאגן עס איבער מיט ברען פאר זייערע קאזנס וואס טענה'ן אז סאסכער גוטמאן האט עס געמאכט אין ס'ווערט דערפירט צו קלעפ דער חרדי ארינטיעט זיך אין הייבט אן צו זינגען 'מ'גייט מאכן קידוש' (בניגון ר' יו'ט ערליך) דער קילער רעזינגנירט בעת דער נעפיו פרובירט אנצוהאלן ביז זיין פאטער האט באמערקט אין האט געווארפן א שטרענגן בליק אין אים פארבעטן צו קומען זיצן נעבן זיידי... גוט פאר אים... נעקסטיים דאונט בי סטופיד!

דער טעטיגער שוואגער דרייט זיך ארום מיט א קעיס וויין אין לייגט עס אנידער אויף די טישן ער שטעלט זיך אפ אין ברען פון די ארבעט מסביר'ן די מעלות פונעם הערצאג ליניערדש טערעסאנט ער זאגט אקוראט ווי יואלי לעבא אויף קולמע פורים אפטיילונג נו... צוויי פארשטייערס.....

דער עלטסטער שוואגער איז מוצא די פרויען חוץ די שוויגער וואס מוז הערן פון זיידי

מיין שוואגער דער אגעפארענער נעמט ארויס פון זיין בעג א קדם בן זמרא באטל גיי ווייס וועם ס'איז געלונגען אים איינצורעדן אז דער איז גאר א טיייער באטל שוין זאל זיין אזוי...... ער מאכט קידוש אין א גלאז צום הארצוויי פונעם שווער וואס דארף מיהאלטן די שוידערליכע ירידה

דער חסיד ברענגט ארויס א באטל קאנקארד גרעיפ ווארשיינליך ווייל ער טרינקט נישט קיין 'באמישע וויין'. דעם שווערס פנים לייכט אויף זעענדיג זיין אלטן באליבטן באטל אין בעט אויך צו קריגן א גלאז דערפון אויף קידוש אין לעקט עס אויס מיט אפעטיט

דער מארגעדש בראוקער נעמט ארויס א באטל שארדאנעי בלא בלא בלא

די טראגישע חלוקת הזיצן ווען דער כולל יונגערמאן האט זיך צוגעריקט צום עמעזאנער כדי צו נאשן פון אים אינפארמאציע בעפארן דראסטישן שפרונג אריין אין ביזנעס בקרוב הימים. בעת דער צווייטער האט זיך צוגעריקט צום מארגעדש בראקער כדי צו זיצן אינעם ביזנעס טיעם.... דער מלמד האט זיך נאטירליך צוגעזעצט צו מיין עלטסטע שוואגער דאס זעלביגע דער גרוש צום אגעפארענער ווי ס'האט זיך געפונען גאר שארפע באאנדאקס (די טייערסטע....) אין א באגאדש

ס'רוילעם גייצעך וואשן. אין די פראנט ליגט חריף מיט חריין. ביים חסיד'ס פלאץ ליגט פיש זאפט ווייל ער עסט נאר מאכלי שבת. אין די בעק ביי די שוואכע יודן נעבעך ליגט כל מיני דיפס. עפעס א בחור שטייט פאררויטלטערהייט אין פרעגט צו ער קען האבן... דער פיקח שרייט הויעך וועכע דאסטע?! דער עולם דרייט זיך אויס דער בחור זאגט אויף אזא שטיל הויעכן טאן א נעפקין.....

דער שווער זיצט מיט איין הענט אויפן שטערן מיט די אנדערע הענט נאגט ער ביינער בשעתן פירן א געמיטליכן שמועס מיטן עלטסטן איידעם. ער ענדיגט ווען דער עולם האלט נאך אינמיטן. אין זינגט א וויזשניצע תנועה לאנגווייליגערהייט אין ווארט אז דער פראגראם זאל זיך אנהייבן ווען דער עלטסטער שוואגער גייט אויפטרעטן מיט דברי פתיחה

דער שוואגער שטעלט זיך אויף מיט קאנפידענץ אין שפרייט אויס זיינע קלאמזי הענט מיט א כ'א כסליו'דיגע מינע אין שאלט אויס מיר זענעדן זיך צוזאמגעקומען בלא בלא בלא במהרה בימינו אמן יום השישי פונעם חרדי וואס איז אקארשט ארויסגעקומען פון די הייליגע הכנות

דער עולם ענדיגט צו די פיש דער שווער טרינקט אתרוג ליקער. מעינסטריעם עולם וואדקע. די קילערע באאנדאקס. דער חסיד טרינקט זעקסע ניינציגער פון די ביכער.... דער שווער פרעגט צו ער קען פרובירן אין פאלגט נאך מיט שטורעמישע הוסטן

מיין עלטסטער שוואגער האט באמערקט די לעצטע מינוט וויזוי זיין בחור האט זיך אנגעגאסן א היפשער רביעית משקה אין רופט אים צו אין זאגט אויף א מיטלגארטיגע טאן 'מעט כמלח!' אין נעמט צו דאס גלעזל אים איברגיסנדיג א פיצקי אין א אנדערע קאפ אין גיסט אריין אין זיך די איבריגע וואס טאטע'ס מעגן שוין טרינקען. אבער נישט געזארג דער באשעפער באזארגט די בחורים אויך...... קען זיין אז נישט אבער שיכור איז ער זיכער געווארן.....

דער חרדי ווערט פארבעטן צו רעדן פארווישט זיך דאס בארד מיטן האנטוך אין שטעלט זיך אויף ס'דא א באקאנט ווארט פון חנוכת התורה.....

בשעת ער רעדט זענען אלע פרויען מאביליזירט געווארן צו שניידן קאמערציאלע מאסן רעטעך. נעבעך פאר זיי ס'גייט סייווי נישט זיין גענוג אין עפעס א יונגל גייט איינרעדן פאר אלע פרויען אז מ'האט געטראפן א ווערים אין די רעטעך זיי גייען עס אוועקווארפן מיט אפשיי אין די מענער העלן זיך דערמיט דערקוויקן.... דער זיידע העט זיך געבן א צושכייכל אין זאגן 'לעב יונג איינער' אין דער עלטסטער שוואגער גייט ארויסווייזן דאס ריינקייט פון זיין נפש ניש וועלנדיג אנקוקן די רעטעך..... עניוועיס ווי זעמער פארקראכן.

דער טעטיגער ברענגט אריין די זופ קוקנדיג מיט שטרענגע בליקן אויף די אויסגעשרעטע הענט טענה'נדיג אז ס'איז הייס. ווייסעך ניש פון ווי כ'האב שוין געהאט די הרגשה אז ס'איז סתם א סקעם וכך הוה

דער חסיד איז אריינגעלאפון צווישן די פרויען פארלאנגענדיג זופ גלייך פון טאפ זיך שטעלנדיג אז ס'זאל זיין נאך פארן צוריקגיסן זיין טעללער. פארשטייט זיך אז די צווייטע מאל איז עס אויך נישט געווען הייס.. כך סופן של בעלי תאוות.....

בשעת דער אויבערשטער עולם האט זיך דערקוויקט מיט די זופ האבן די אונטערשטע עספיעט זיך צו אנטרינקען אין אויסברעכן א התעוררות מיט קארליבאך'ס ממקומך. דער חסיד האט אן ערפאלג פרובירט צו ברעכן די אפענסיווע מיט א ווארעמע כל מקדש. געמאכט א ריקצוג האט ער ווען דער שווער האט אנגעהויבן מיטצוזינגען דעם ווארעמען ניגון מיט א ערנסקייט צום שמייכל פון עפעס א כיטרע נעפיו וואס האט זיך געזוכט מיט וועם צו בלינקען כ'האב שווער קאנטראלירט מיינע אויגן נאר אים צו געבן זיין טא סענעס פילינג וואס איזעכעם וואויל באקומען

עניוועיס דער סעודה ראולט זיך ווייטער דער מלמד איז געגאנען לייגן זיינע קינדער שלאפן צו זייער אנטריסטונג אבער מ'טאר ניש זיך אפלערנען פון באמישע פעטערס. פארזיכטיגע טאטע....

מ'זינגט די צאנזער מנוחה ושמחה נאכער מ. ב. ד. תיכף דערנאך רייסט מען אויף מיט די לעבעדיגע ווי די אונטערשטע שטעלן זיך אויף טאנצן אין די פרויען קומען צולויפן קוקן. א שעפשעריי פליסטערט דורך ביי די עזרת נשים מיט א דייטליכע מעסעדש אז די מענער זענען שיכור. זיי קוקן זיך צו מיט שרעק אין מורמלען די טראדיציאנאלע תחינות וואס מ'זאגט ווען די מענער זענען שיכור. דער טעטיגער שטייט קאמפסגרייט אויב זאכן גייען ארויס פון זיין קאנטראל....

דער שווער טרייט זיי צו בארואיגן אבער זיי לאזן זיך ניש. חוץ דער שיכורער בחור וואס זיין טאטע האט אים שוין געשיקט א קלארער סיגנאל פון עפענען איין זייט פון די שלייקעס אז באלד אויבן קומט ביטערע מכות.. ער זיצט מאכטלאז אויפן קאוטש צאפלדיג פונעם פסק דין וואס קומט באלד. ס'קעמען טוהן את הנעשה אין להשיב

עמיצער נעמט זיך ברעכן דער טעטיגער קומט אן אויפגעריסטעט מיט האנטוכער. לעווארן. סאוער פיקל זאפט. גרינע עפל. אין יענעמ'ס ווייב.... מ'עט גיין צום טערעפיסט זונטאג....

עניוועיס די ביזנעסלייט זענען שוין געגאנגען שלאפן די חסידים זינגען קה אכסוף דער זיידע דרימלט ווען עס קומט אן צו ויהיו רחמיך ווערן די קילערע תארערעס'דיג אין הייבן אן צו ריעפיטן די בחורימליך שטעלן זיך צו. דער באטע ווערט טראנספארמירט צו א וויי''ב היל'ת! .... פון דארטן גייט מען צו 'ביזן קרעטשמע' בקיצור די חברה האבן די עכטע ווערטער צום אייבערשטן נישט צום גלייבן....

היצט איז נאר געבליבן די חסידישע קרייזן זיי טאנצן אז ביום השביעי דער עלטסטער שוואגער האט הנאה צו דעמאנסטרירן אז ער קען די ווערטער.....

זיי זעצו זיך אראפ אין דערכאפן זיך דאס הארץ מיט די הייליגע טרויבן וואס ר' נתן יוסף האט פארשאלטן ווער ס'איז מוציא לעז דערויף....

יעדער שלאפט שוין ס'איז דריי ביינאכט. כ'קום אראפ מיט מיינע קראקס מיטן פלאן אויסצופירן די אקציע וואס וועבט זיך שוין אין קאפ פון אנפאנג סעודה.... האפנדיג אז קיינער העט ניש כאפן. כ'גיי צו צום טשאלנט טאפ וואס קאכט זיך פאר שבת צופרי מיטן פלאן אראפצונעמען א שטיקל מנה דער טאפ זעהט אויס גאנץ ליידיג כ'האץ ס'העט זיין גענוג פאר מארגן צופרי מ'העט מיר נאך באשולדיגן. עניוועיס כ'נעם מיין טעלערל מיט שווערע געוויסנביסן אין איך שפאציר אריין אין א זייטיגן צימער וואס איז שוין אפגעשיידט געווארן פון אנפאנג סעודה פאר די אפעראציע

כ'קום אריין כ'זעה דער גאנצער עולם זיצט מיט נאכט קליידער מיט טעלער'ס טשאלנט יעדער געט זיך ווידער א צולאך אין שוין.

נעעעעעעעעבעך.......
לעצט פארראכטן דורך הארי פלארי אום דינסטאג מארטש 15, 2022 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9123
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

וואסע נייעס! דו ביזט געוואלדיג!
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

:mrgreen::lol::mrgreen::lol:
חמשה קולות
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 3:21 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמשה קולות »

איך טשאק מיר פאר געלעכטער! הארי, ביזט א מאסיווע אור! הארי פלארי על אייוועלט תאיר!!!!!!!!! שרייב מער!
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

:lol::lol::lol::lol::lol:

חחחחחח.... גוט איז גוט, פיין איז פיין, א פעדער איינס אין די וועלט....
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

דעיס איז פרישע נייעס! דו ביזט פריש ווי א חתן א טאג נאך די שבע ברכות...
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

יוי ביסטו פארריקט......
איך פריי מיר איין זאך אז מיין שווער האט נאכנישט דעי איידיע. (זאל ער נאר נישט ליינען אייוועלט)
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

;l;p-:lol:;l;p-
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

:lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol:
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

האהאהאהאהאהאהאהא

ביסט גוט
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

וויפל:lol:דארפסטו ?

פיינע נייעס !
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

אייזן!!!
דעי לשונות....
:lol::lol::lol::lol:
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
בעל התניא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 13, 2021 10:32 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל התניא »

;l;p-
צענטעריסט האט געשריבן: דעיס איז פרישע נייעס! דו ביזט פריש ווי א חתן א טאג נאך די שבע ברכות...
נעם אין אכט א יעדע זאך וואס די טוסט נוץ קודם דיין ''מוח'' און לייג אריין אסאך ''מחשבה'' דערין !!!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:lol::lol::lol::lol::lol::lol:יוי ביזטו צופאטשקעט ! אזוי מיט יעדן דעטאל
Take my advice I'm not using it
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

האהאההאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאה

:lol::lol::lol::lol::lol::lol:

אזוי גוט צולייגט יעדען טיפ
א גוטן שפראך
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נישט נארמאל דער.....!!! אזוינס האב איך צאמגעלאכט...

טו מיר א טובה און באשרייב די איבריגע שבת אויך, ביז מוצאי... נא, איך בעט דיר! ולמצוה רבה ייחשב....!!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אז מען קען אז מען קען
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

:lol::lol::lol::lol:;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

:lol::lol:

פייט! פייט! פייט!

[email protected]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17633
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-:lol::lol::lol::lol:

געשמאק ווי א גע'גנבט'ע טעלער טשאלנט!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

געשמאקע טשאלענט.

;l;p-;l;p-;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

:lol::lol::lol:
כ'האמעך אויך נאכאמאל צולאכט פון הארי. ביסט געמאכט פון ארגעניק דזשעלי בינס.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7608
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

:lol::lol::lol:
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן: :mrgreen::lol::mrgreen::lol:
חמשה קולות האט געשריבן: איך טשאק מיר פאר געלעכטער! הארי, ביזט א מאסיווע אור! הארי פלארי על אייוועלט תאיר!!!!!!!!! שרייב מער!
שפרינגען האט געשריבן: :lol::lol::lol::lol::lol:

חחחחחח.... גוט איז גוט, פיין איז פיין, א פעדער איינס אין די וועלט....
שפרינגען האט געשריבן: :lol::lol::lol::lol::lol:

חחחחחח.... גוט איז גוט, פיין איז פיין, א פעדער איינס אין די וועלט....
צענטעריסט האט געשריבן: דעיס איז פרישע נייעס! דו ביזט פריש ווי א חתן א טאג נאך די שבע ברכות...
א נייניקל האט געשריבן: יוי ביסטו פארריקט......
איך פריי מיר איין זאך אז מיין שווער האט נאכנישט דעי איידיע. (זאל ער נאר נישט ליינען אייוועלט)
און שוין! האט געשריבן: ;l;p-:lol:;l;p-
פנימחדשות האט געשריבן: :lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol:
קרית יואל פלייש האט געשריבן: האהאהאהאהאהאהאהא

ביסט גוט
איין תגובה טעגליך האט געשריבן: וויפל:lol:דארפסטו ?

פיינע נייעס !
דאקטער רפאל האט געשריבן: אייזן!!!
דעי לשונות....
:lol::lol::lol::lol:
בעל התניא האט געשריבן: ;l;p-
צענטעריסט האט געשריבן: דעיס איז פרישע נייעס! דו ביזט פריש ווי א חתן א טאג נאך די שבע ברכות...
:oops:
מיניטשער וועלט האט געשריבן: :lol::lol::lol::lol::lol::lol:יוי ביזטו צופאטשקעט ! אזוי מיט יעדן דעטאל
אושפיזין האט געשריבן: האהאההאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאה

:lol::lol::lol::lol::lol::lol:

אזוי גוט צולייגט יעדען טיפ
א גוטן שפראך
דניאל אויערבאך האט געשריבן: נישט נארמאל דער.....!!! אזוינס האב איך צאמגעלאכט...

טו מיר א טובה און באשרייב די איבריגע שבת אויך, ביז מוצאי... נא, איך בעט דיר! ולמצוה רבה ייחשב....!!!
האסטו וועסטו האט געשריבן: אז מען קען אז מען קען
כ'וויל האט געשריבן: :lol::lol::lol::lol:;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
enjoy האט געשריבן: :lol::lol:
אוראייניקל האט געשריבן: ;l;p-:lol::lol::lol::lol:

געשמאק ווי א גע'גנבט'ע טעלער טשאלנט!!
א נייער האט געשריבן: געשמאקע טשאלענט.

;l;p-;l;p-;l;p-
ממש יעצט האט געשריבן: :lol::lol::lol:
כ'האמעך אויך נאכאמאל צולאכט פון הארי. ביסט געמאכט פון ארגעניק דזשעלי בינס.
האלצשטיין האט געשריבן: :lol::lol::lol:
תרמב האט געשריבן: וואסע נייעס! דו ביזט געוואלדיג!

שכח פאר ענק אלע ס'געט ברענשטאף לאכטס ענק אויס.....
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: געלעכערט פ'ב: דער עולם גלייכט טשאלנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

מיין ווייב פרעגט מיר ס'דא נאך איינער וואס עסט טשאלנט פרייטאג צינאכטס נאך דו סעודה....:grin:

שכח פלארי!!!!
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”