דער קוימען קערער
ווי זענען די שדכנים??? / ט.ב. שאץ מאץ
אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12507
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.
שאץ, איך ווייס נישט וויפיל מאל איך גיי דיר עס נאך שרייבן, איך געדענק נישט וויפיל מאל איך האב דיר עס שוין געשריבן. פארפאלן, איך האב אבער נישט קיין ברירה.
עס איז נישטא אין קרעטשמע - און בכלל קעניך נישט נאך איינעם - וואס צונעמט נאך אזוי גוט א זאך א_ווי דיר. דער ארטיקל איז דאכצעך לענגער ווי אלע דיינע אנדערע אפהאנדלונגען, און די ארבייט דאס צו באשרייבן און ארויסצוברענגען וואס די ווילסט איז אויך שווערער ווי די אנדערע. ס'איז אביסל א סענסעוועטיווער שמועס.
האסט געמאכט א סופער דזשאב!

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13953
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
צייטליך כמעט ציגעטראפן..
דאס איז טאקע איינס פאר די לענגסטע ארטיקעל פון שאץ מאץ לויט מיין פרימיטיווע זיכעניש
עס האט 4351 ווערטער
די פאלגענדע האט אבער מער קנאפע 4486 ווערטער
וואס באדייט צו זיין א ש"ץ – ימים נוראים
די נעקסטע לענגסטע ארטיקעל האט שוין אבער ווייניגער בלויז (בלויז?..) 3776 ווערטער
ווען ארבעט א בדחן?..../ ט.ב. פון שאץ מאץ

שאץ,
מעירעדיג, די טעמע איז אקטועל און די ארטיקל איז באלערנד, דער שרייבער איז א מומחה און זיינע בייפעלער זענען געניאל, די לייענער זענען געשפאנט און די מגיבים זענען דאנקבאר, זאלן די רעזולטאטן זיין גונסטיג און דער פראבלעם געלייזט, בעזר הבורא ברוך הוא.
אגב, דא אין קרעטשמע האט שוין דער טעמע אויך צורקולירט אפשר קען איינער שטעלן א לינק צום אלטן שדכנות ארטיקל, מען האט דארט ארומגערעדט איבער דעם 'עסקת בפרי' ורבי'' וואס ר' יודל בן-מענדל דערמאנט.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36774
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
שא! שטיל! נישט אויסרעדן, מ'האלט אינמיטן חזרת הש"ץ...
ר' שאץ אן אמת'דיגער און נויטיגער ארטיקל, יישר כחכם.
א באזונדערער יישר כח פון מיין שטוב געזינד וואס האבן עס געלייענט איבער שבת און שטייטצעך הנאה געהאט.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm
ר' שאץ
איך האב נישט קיין ווערטער!
סופער! סופער! סופער!
האסט דעם פראבלעם ארויסגעברענגט עפעס נישט פלעין, באמת איז צום שטוינען ווי דו האסט די זאך ארויס פון אלע זייטן און הינזיכטן.
א טייל פון וואס דו שרייבסט האב איך שוין אליין געקלערט, און א טייל האסטו מיר ליכטיג געמאכט אין די אויגן, בעיקר דעם ענין אז די עלטערן אליין קענען נישט זייערע קינדער. אוי איז דאס אמת. ווארשיינליך איז דאס דער יסוד פארן גאנצן פראבלעם.
לאמיר האפן, אז עטליסט די וואס ליינען דא דיינע געשרייבעכצער, זאלן לערנען א לעקציע ווען עס וועט קומען אויף זיי די רייע בשעטו"מ...
לעניות דעתי, וואלט לפי הדור געדארפט געטוישט ווערן דעם גאנצן שדכנות סיסטעם. ס'זאל זיין גרויסע גרופעס, וואס יעדע גרופע האט א באזונדערע אפיס, און פונקט ווי מ'גייט צום דאקטאר, מ'קומט אריין אין אפיס, מ'שרייבט זיך איין, כ'האב א קינד וואס פילט נישט גוט, וכו'. דאס זעלבע זאל זיין מיט שדכנות. די טאטע קומט אראפ, לייגט אראפ בערך וואס זיין קינד איז, וועלכע סארט שידוכים ער זוכט, און ביי וועם מ'קען זיך נאכפרעגן וכו'. דאס איבריגע לאזט ער איבער פארן אפיס. יעדער מיטארבעטער אין אפיס זאל האבן אן אנדערע אויפגאבע. דער זיכט אינפארמאציע, דער טראגט אן, דער האלט א דאטא בעיס, וכו'. די מעלות דערפון זענען פילפאכיג.
ערשטנס, וועלן די עלטערן אנערקענען די ארבעט פון שדכנות, ווייל זיי זעהען די גאנצע אפאראט וואס פארלאנגט זיך דערצו – בעת וואס ביז היינט טוט דער שדכן אלעס אליין.
צווייטנס, קען דער אפיס ארבעטן אויף עטליכע קעיסעס אויפאמאל, אנדערש ווי אין אן איינצעלנער מענטש וואס ווערט אראפגעבינדן און קען נישט מער ווי איין צוויי אויף אמאל. ווידעראום ווען ס'איז א גאנצע גרופע, וועט נישט שטערן אויב איין ארבעטער האלט אינמיטן א קעיס, ווייל ער האט דאך נאר א קליינע חלק פון די ארבעט און קען דערווייל אנגיין מיט אנדערע קעיסעס.
דריטנס, די באצאלונג וועט זיין אזוי אין אן אפיס, סיי מ'דארף נישט אזויפיל פעגערן, ווייל מ'פארשטייט אז דאס איז נישט קיין פריוואטע מענטש וואס האט מיר געטוען א טובה, נאר אן אפיס מיט באצאלטע ארבעטער. משא"כ ביי א פריוואטע מענטש וואס מ'שטופט אפ דעם שדכן מיטן באצאלן. און אויך וועט מען זיין גרייט צו צאלן מער א באדייטנדע סכום, און די בעסטע וואלט טאקע געווען, מ'זאל אויסטרעפן א באשטימטע סכום פער שעה וכדו', אז ס'זאל זיך לוינען א שווערע קעיס פונקט ווי א גרינגע.
פערטנס, מ'וועט נישט אפפאטשן קיין רופער פונעם אפיס, אפילו ער איז נישט קיין עקספירינעס ארבעטער, ווייל ער וועט דאך זאגן "איך רוף פון שדכנות-אפיס פלוני" וועט מען האבן מער דרך ארץ.
פיפטנס, דאס אויסכאפן וועט ווייניגער ווערן. ווייל אויב איז דער בחור שוין איינגעשריבן אין אן אפיס, און די סיסטעם וועט זיין אז "נאר" דורך דעם וועג מאכט מען א שידוך, וועט נישט קענען קומען א פריוואטע מענטש אויסכאפן, און א צווייטע אפיס זיכער נישט.
זעקסטנס, דער פראבלעם פון אלט ווערן וועט אויך נישט גילטיג זיין [ווייניגסטנס אויף אזא פארנעם] ווייל אז א בחור איז איינגעשריבן אין אן אפיס, וועט ער בלייבן דארט פאר אייביג ביז ווילאנג מ'טרעפט עפעס פאר אים. [עס וואלט געדארפט זיין א סיסטעם אז יעדע שטיק צייט – צב"ש יעדע צווייטע חודש – זאל מען פראבירן פונדאסניי צו ארבעטן אויף דעם שידוך]
איך האב נישט איצט קיין צייט ממשיך זיין, המשך יבא.... בל"נ.

- צוביילטער
הער שאץ, איך קיינמאל געהאט קיין געדולד צו ליינען די אלע ארטיקלעך וועגן שדכנים, אבער איך גלייב נישט אז אפילו איינס קימט צו צי דעם ארטיקל.
אבער די ברענגסט ארויס א פוינט וואס באדערט מיר שוין לאנג, דהיינו אז די מיידלעך זענען בעסערע פאפערס ווי די בחורים.
אמאל פלעגט א בחור וויסן אז ווען מ'איז אין פובליק פירט מען זיך אויף נארמאל ווי א מענטש, מ'האט געקענט זעהן די שוואך'סטע בחורים וואס אין פובליק איז געווען שווער צו דערקענען וואס ס'איז זייער אמת'ע אינהאלט. היינט צו טאג'ס זענען די בחורים אזוי אן קיין שכל, ממש נישט צום פארשטיין, זיי ווייסן ניטאמאל אז מ'קוקט זיי נאך אויף יעדע טריט און שריט.
קען זיין אז מ'וועט מיר אנקוקן אביסל אינטערסאנט, אבער איך האלט אז די מגידי שיעורים דארפן פשוט אויסלערנען די בחורים צו "פאפן". פשוט, ווען מ'איז אין פובליק פיר דיר אויף נארמאל ווי א מענטש. ווען ביסט אין ביהמ"ד שמועס נישט ארום אגאנצן דאווענען, ווען די גייסט אין גראסערי אדער די ביסט סתם אזוי אין גאס פיר דיר אויף איידל אא"וו.
ס'קען זיין אז ס'קוקט אויס אביסל "פאני", אבער איך האלט אז ס'איז קריטיש וויכטיג.
איטעליגענט, א מורא'דיגע רעיון. אפשר וועט מען נאך ערלעדיגן אז ביי דעם דאקטאר'ס אפיס זאל מען אננעמען מעדיקעיד...

יישר כח שאץ, הערליך און רייך באשריבן,
דא איז פון מיר הקטן דריי ארטיקלן איבער די נושא.
אנגיסן דעם שדכן מיט א טעפל קאלע וואסער
אדער קומסטו אראפ אדער ברענג אים ארויף
גיוס בנות תשס"ח

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3041
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע:איבעראל
- פארבינד זיך:
ברוב שיר ושבח, זעה איך מיט שאציגע אויגן אז מיין שדכנים ארטיקל האט געמאכט העדליינס, און גאר אסאך ליינער זענען אריין געקומען כאפן א בליק עס האלט היינט ביי איבער 18 מאות באזוכער בלויז אין דעם אשכול אליין, וואס איז משמע פון דעם אז דער עולם איז נישט אהער געקומען צוליב מיר דער שרייבער פונעם ארטיקל, ווייל מיינע אנדערע געשרייבעכטסער האט נישט געמאכט אזא שטורעם, אלא מאי איז די טעמע די לעמפל וואס רופן די ליינער, און עס איז אויך געוועהן די טעמע ביי אסאך מענטשן וואס האבן דאס באקומען צו די האנט, וואס פון דעם האב איך פארשטאנען אז די נחיצות הענין איז זייער גרויס.
אבער ווי געשמיסט האב איך נישט גענומען קיין שטעלונג און קיין מיינונג, נאר בלויז ארויס געברענגט די פשוט'ע פאקטן וואס דער מצב איז ביים היימישן ציבור בעניני שידוכים, כאטש וואס א חבר האט מיר מגלה אין אישית (ווער איז דער מעמבער דא אין אויך א שדכן?...., נו!!! גילו......) ער זאגט אז ער איז א שדכן אין ער האלט אז איך האב צו ווייניג געשריבן איבער די פאקט אז עלטערן שעצן נישט און גיבן דעם פילינג פאר שדכן כאילו זיי דארפן נישט דעם שדכן'ס טובה, און לפי דעתו האב איך נישט גענוג אראפ געריסן די עלטערן דערפאר, אבער ווי געזאגט האב איך נישט גענומען קיין שטעלונג און מיינונג נאר געזאגט פאקטן.
וואס איז יא מיין פערזענדליכע מיינונג (איינער איז דען נייגעריג אין מיין מיינונג?.... אבער אז די ליינסט מיך אפ יעצט מסתמא ביסטו יא נייגעריג) די מעשה איז אזוי, קיינער וויל נישט ארבעטן אימזיסט, מן הדין וואלט געדארפט זיין אז יעדער איד וואס האט א קינד אין די יארן, זאל אנרופן א שדכן און באשטעלן דעם שדכן זאל ארבעטן פאר אים, און געבן איינגאבע אפאר הונדערט דאללאר, און צוזאגן אז די איבריגע וועט נאכקומען ווען מ'וועט אויספירן און ענדיגן א שידוך, ער וועט אפי' באקומען א רעסיט פונעם שדכן.
דאס וועט העלפן פאר זייער אסאך אופנים,
ראשית, דער דרך הטבע איז ווען א מענטש קויפט עפעס וועט ער ליב האבן וואס ער קויפט און וועט אייביג פראבירן צו פארענפערן אז דאס וואס ער האט געקויפט איז גוט, ממילא אז ער האט אויסגעקליבן א שדכן וואס ער איז גרייט יענעם צו באצאלן איינגאבע, וועט ער מוזן האלטן אז דער שדכן איז גוט און מיינט זיין טובה, ער וועט אים נישט אראפקוקן און נישט אוועק מאכן, און נישט געבן דעם געפיל אז איך דארף נישט זיינע טובות.
שנית, די שדכנים וועלן נישט אויסכאפן שידוכים, ווייל יעדער האט דאך א שדכן וועמען ער באצאלט געלט וואס זאל ארבעטן פאר אים.
שלישית, דער שדכן וועט באמת ארבעטן געטריי, ווייל ער האט שוין באקומען איינגאבע, און ער שפירט אז דער טאטע מיינט עס ערנסט.
רביעית, אז מ'צאלט איינגאבע איז יעדער שמויגער א מחותן, וועלן זיך פארמערן שדכנים פשוט נאר פאר די איינגאבע'ס, און אז ס'איז דא שדכנים איז דא שידוכים...., וועט מען שוין נישט מוזן פרעגן די הארבע שאלה "ווי זענען די שדכנים?....", איר ווייסט ווי זענען זענען?, די גאנצע פאליש איז פול מיט זיי....
חמישית, די פראבלעם אז שדכנים ארבעטן ענדערשט פאר די צוגעזאגטע פינעף אלפים וועט נישט זיין, ווייל אז מ'האט א איינגאבע פילט דער שדכן א חוב צו ארבעטן פאר דעם וואס האט איינגעצאלט, אסאך מער ווי צו ארבעטן פאר הבטחות.
שישית, עלטערן וועלן מער נישט באשולדיגן די שדכנים איבער א געטראפענעם פעלער ביים משודך, ווייל אז מ'האט אויסגעקליבן דעם שדכן פאר געלט האט מען דאך נישט קיין טענות, (א חזן וואס האט אויסגעלערנט חזנים צו דאווענען פלעגט זאגן די ערשטע כלל אין חזנות איז צו בעטן געלט, ווייל אין א שול ווי מ'צאלט פאר א חזן וועט דער עולם נישט האבן קיין טענות נאר פארקערט מ'וועט געבן סופארט פאר א זאך וואס מ'צאלט, דאס איז א כלל אין יעדע זאך בדוק ומנוסה),
שישית מיט ראשית זענען דומה אבער נישט אינגאנצן...
שביעית, די פראבלעם וואס די שדכנים טענה'ן אז מ'צאלט צו ווייניג, און די פרייז איז נאך די זעלבע ווי פאר 30 יאר, וועט אויך זיין געלעזט ווייל אפי' די פרייז בלייבט די זעלבע ווי אמאל, קומט דאך אבער צו די געלט פון די איינגאבע וואס מ'לייגט אויס פון פריער.
שמינית, ס'זאל נאר מיין מיינונג יעדער מעג מחולק זיין.
תשיעית, די יעצטיגע תגובה מיט די אויבדערמאנטע ארטיקל איבער שדכנים צוזאמען האלט שוין ביי 25,400 קערקעטערס....
עשירית..... מיט א שׁין ימנית מיינט רייך....

http://shatzmatz.blogspot.com/
" onclick="window.open(this.href);return false;
- הערשי קניהויז
- שר חמש מאות
- תגובות: 842
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm
א גרויסן שכוח הרב שאץ מאץ פארן אזוי גוט ארויסברענגען דאס ענין.
אז מען רעדט שוין יא וועגן שידוכים וועל איך פארציילען וואס איך האב אדורך געמאכט.
עס איז געווען גלייך נאך מיין חתנה, און איך האב זיך געוואלט אריינלייגן און שדכנות ארויסצוהעלפען מיינע חבירים וואס זענען נאך דאן געזעצן אין ישובה, האב איך זיך געמאכט דאס פשוטע חשבון וואס אלע שנה ראשונה אינגעלייט מאכן, איך קען דאך די בחורים זי קען דאך די מיידלעך, זעמער דאך אלל סעט, קענען מיר זיך נעמען אויספירן שידוכים איינס נאכן צווייטן.
איך האב זיך אריינגעלייגט דערין, און אנגהויבן צו קאלן מענטשן אנטראגן שידוכים, איך האב שוין געהאלטן אינמוטן אפאר שטיק, ביז איך האב באגעגנט יענע מענטש וואס ער האט מיר ארויסגעשטעלט פון די שידוכים ליין.
עס איז מיר געהאט איינגעפאלן א שידוך, איך גיי צו צום פאטער, און איך זאג אים אז איך האב געוואלט אנטראגן א שידוך פאר אייער טאכטער, גלייך ווען ער האט דאס געהערט האט ער געגעבן אזא בליק אויף מיר אזוי ווי איינער זאגט גרויסע שדכנים טרייען און מיטשענען זיך צו טרעפן דאס פאסיגסטע פאר מיין טאכטער און די קליינע טוטער ווילסט מיר אנטראגן א שידוך, דאן האט ער אנגעהויבן מיט זיינע קשיות וויזוי הייסטו? זאג איך אים מיין נאמען, ווער איז דיין טאטע, שווער, זיידע, שוואגערס, אזוי ווייטער און ווייטער, וויל איך שוין אויסרעדן און לויפן ווייטער געט ער מיר א פרעג דו האסט דען לייסענס פאר שדכונות? האסט שוין אמאל בכלל אויס געפירט א שידוך? און דאן האט ער געפרעגט נאך אפאר נערישע שאלות, במילא ער פרעגט עס ווען שטיל וואלט איך איינגעפאקט און אוועקגעגאנגען, עס איז אבער געווען צווישן מענטשען, און ער האט מיר עס געפרעגט אויפן קול זיכער צומאכן אז יעדער האלט דאס מיט.
דאס איז אלעס געווען נאך פאר איך האב אים אפילו געזאגט א נאמען, אזוי רויטערהייט געב איך אים א פרעג אויב ער וויל הערן די נאמען און איך געב גלייך א זאג די נאמען, און ניטאמאל האט ער מיר אויסגעהערט, איך וויל נישט ארויסשרייבן מער פרטים וואס דארט איז געבליבען וועגן גילו, אבער ווען איך בון אוועק געגאנגען פון אים האב איך שוין געהאט אפגעמאכט אז איך בון פארטיג.
איך ווייס נישט צו איך וואלט ווען געבליבן און דעי ליין, און איך ווייס נישט צו איך בון געווען עפעס א ספעשאל שדכן, אבער ער איז זיכער נישט גערעכט געווען, ווייל ווי איך האב דעמאלטס געפילט ווען איך בון אוועקגעגאנגען פון אים אזוי אפגעפאטש און אנגעפראסקעט אז איך האב מער קיין איינעם נישט געקאלט וועגן א שידוך זייט דעמאלטס ביז איצט.
איך זאג נישט אז יעדער איז אזוי עס איז אבער ס'דא אזאנע מענטשען אויכעט, איינער בעסער איינער ערגער, אזוי ווי שאץ האט עס ארויסגעברענגט.

ש"ץ אי/ יאג מיך יעצט אבער איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ערשטן און פונעם צווייטן, אבער דארט ווי דו שרייבסט (איך ווייס נישט וויזוי עס אראפצוברענגן)
דארטן ביי ארטיקל חמישית, אז עס וועט שוין נישט זיין די (איי)וועלט בארימטע קשיא, ווי זענען די שדכנים? זיי זענען און פאליש, דארט האביך אויסגעפלאצט.
פארפאלן גוט איז גוט

איך_הער האט געשריבן: שץ, שטארקע פוינט'ס, יישר כח.
דער צענטער פוינט איז פילייכט דער שטערקסטער
הרב שאץ, די זאגסט אז דער גאנצע פאליש גייט זיין פיל מיט שדכנים. אבער אויב מ'וועט דארפן צאלן א דעפאזיט פון פאראויס און א אנדערער וועט נישט קענען אנטראגן קיין שידוכים, וועלן דאך אלע מחותנים נאר געבן דעם דעפאזיט פאר אן ערפארענער שדכן. קומט אויס, אז די לאנג-יעריגע שדכנים וועלן טאקע מער נישט וויינען, אבער נייע וועלן קיינמאל נישט צוקומען, וויבאלד מ'וועט זיי קיינמאל נישט געבן דעם שאנס.
קען טאקע זיין אז דיין עצה איז נאך אלץ בעסער ווי דער איצטיגער מצב, אבער ס'וועט זיין זייער שווער פאר א פרישן אינגערמאן זיך אריינצובאקומען אינעם שדכנות ליין.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3041
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע:איבעראל
- פארבינד זיך:
צוביילטער האט געשריבן:איך_הער האט געשריבן: שץ, שטארקע פוינט'ס, יישר כח.
דער צענטער פוינט איז פילייכט דער שטערקסטער
הרב שאץ, די זאגסט אז דער גאנצע פאליש גייט זיין פיל מיט שדכנים. אבער אויב מ'וועט דארפן צאלן א דעפאזיט פון פאראויס און א אנדערער וועט נישט קענען אנטראגן קיין שידוכים, וועלן דאך אלע מחותנים נאר געבן דעם דעפאזיט פאר אן ערפארענער שדכן. קומט אויס, אז די לאנג-יעריגע שדכנים וועלן טאקע מער נישט וויינען, אבער נייע וועלן קיינמאל נישט צוקומען, וויבאלד מ'וועט זיי קיינמאל נישט געבן דעם שאנס.
קען טאקע זיין אז דיין עצה איז נאך אלץ בעסער ווי דער איצטיגער מצב, אבער ס'וועט זיין זייער שווער פאר א פרישן אינגערמאן זיך אריינצובאקומען אינעם שדכנות ליין.
ס'איז נישט ממש אזוי, אין פאקט האבן זייער אסאך עלטערן א בייזן קוק אויף די לאנג יעריגע שדכנים ווייל זיי האלטן אז די שדכנים דריקן צו שטארק כדי זייער'ס א בייפאל זאל אויסגעפירט ווערן, עס איז אויך א פאקט אז אסאך עלטערן בעטן קרובים און באקאנטע זאלן גיין ברענגען יענע און יענע שידוך,
ממילא קען גאר זיין אז פיל עלטערן וועלן דוקא נעמען דער נישט לאנג יעריגע שדכן טאקע דער וואס האט צייט זיך אפצוגעבן מיט זיינע שידוכים און ער וועט אים דערליווערן וואס ער וויל, קומט אויס אז דער פאליש איז טאקע יא פיל.....
אז מ'האלט שוין דעם שופר אינדערהאנט, האט מיר איינער מעורר געוועהן אין אישית מיט א קושיא,
וואס טוט זיך אז ס'פאלט איינעם ביי א גוטן שידוך פון זיך אליין, און אויב דער טאטע האט דאך א אייגענעם שדכן ווי וועט ער קענען ברענגען דעם שידוך ס'איז דאך שוין דא א שדכן וואס ארבעט פאר דעם טאטע??
ענפער:
מ'וועט מוזן איינפירן אז ווען איינעם פאלט ביי א שידוך וואס פארן אויפגענומען שדכן איז נישט בייגעפאלן, און ער וועט אנרופן דעם טאטן זאגן דעם שידוך, וועט אים דער טאטע ענפערן מיין טייערע ידיד איך האב א שדכן פלוני וואס ער ארבעט פאר מיר און רעד צו אים, וועט דער שדכן שני רעדן צום שדכן ראשון אויב ס'איז טאקע גוט וועט דער שדכן ראשון עס פירן ווייטער ווייל דאס איז דאס זיין מלאכה ער ארבעט דאך פאר דעם טאטן און ער ווייסט וויאזוי אומצוגיין מיט דעם טאטן וואס האט אים אויפגענומען, און דער שדכן שני וועט באקומען קאמישאן פאר די איידיע, ווייל פאקטיש טוט נישט דער שדכן שני קיין ארבעט ער ארבעט נישט אויפן טאטנ'ס מוח, ער קומט נאר מיט א בייפאל, וועט ער באקומען באצאלט פארן בייפאל,
און א בייפאל אליין איז אויך כדאי, ווייל סוף כל סוף איז נישט יעדער געאייגנט צו רעדן צו טאטע'ס - מאמעס, און פירן א שידוך ביז צום ענד אבער בייפעלער האט ער גוטע, און אויב ווייסט דער בעל הבייפאל אז פאר א גוטע בייפאל קען ער באקומען אפאר דאללאר, לוינט אים צו טראכט...
און נאכמאל לדעת, איך בין נישט קיין שדכן, איך האב אין מיין לעבן נישט אויסגעפירט קיין שידוכים, ס'איז סתם מיינע מחשבות, אז דער עולם איז מסכים איז זיכער גוט...
http://shatzmatz.blogspot.com/
" onclick="window.open(this.href);return false;
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
שאץ מאץ האט געשריבן: ברוב שיר ושבח, זעה איך מיט שאציגע אויגן אז מיין שדכנים ארטיקל האט געמאכט העדליינס , און גאר אסאך ליינער זענען אריין געקומען כאפן א בליק עס האלט היינט ביי איבער 18 מאות באזוכער בלויז אין דעם אשכול אליין,
און טאקע אמתדיג געמאכט העדליינס
http://theantitzemach.blogspot.com/2009 ... st_23.html
the SCY is the limit
- שניאור אייזיקאוויטש
- שר מאה
- תגובות: 107
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 21, 2009 8:34 am
- הערשי קניהויז
- שר חמש מאות
- תגובות: 842
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm
- קאלטס און ווארעמס
- שר מאה
- תגובות: 155
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:05 pm
יאנאש האט געשריבן: פאטאקי, טאקע נישט קיין שיינע זאך וואס יענער האט געטון אבער עס איז שווער צו זאגן אז צוליב דעם איז א 'געלונגענער' שדכן ארויס פון די ליין, ביי יעדע ביזנעס געשענש אזעלכע זאכן.
זאג, נאכן לייענען ר' שאץ'ן'ס ארטיקל רופסטו עס נאך אן א ביזנעס? איך האב אין מיין משפחה א גאר פאפולערן שדכן, און איך האב אויך א גרויס געפיל דערצו, און איך ווייס שוין איינמאל וואספארא ביזנעס דאס איז.
(אנטשולדיגט פארן אנקומען אזוי שפעט די וואס ווייסן ווייסן אז איך בין נישט דא געווען פאר אפאר וואכן)
און איצט צו ר' שאצ'ל, איך האב נאך אין פלאן צוצולייגן מיינע הגהות אויף דיין שיינע ארטיקל, עס איז א מייסטערהאפטיגע ארבייט, אזוי שיין אראפצולייגן די פאקטן, לעת עתה ווען איך פלאן צוצוגיין צו די ארבייט וועל איך שוין וויסן וויאזוי צוצוגיין מיט די מינע מענטשען,
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע:קאר וואש
יעצט אפגעליינט, אנע לשון בין איך געבליבן. גדול הי' תגובה האחרונה יותר מן הראשונה, אויפן עתיד האסטו געגעבן א שטארקן איידיע, וואס ס'מוז "נישט" צוקומען צו א "קהל'ס החלטה", נאר יעדע טאטע קען דאס שוין היינט טון, וואס פארלייכטערט די מצב. [פארוואס ס'פאלט נישט איין פאר יעדן, ווייל נישט יעדער איז א פסיכעלאג צו פארשטיין אז א דאלער רעדט און טוט ווערטער].
איך מאך בשום אופן נישט אוועק דיין ערשטן תגובה, ס'איז מלא מלא תוכן, אבער דאס צווייטע האט אויך א ציל!