רבי אברהם יצחק ווייסבלום מסטאשוב - ניו יארק זצ"ל - ד’ תמוז תשנ”א
scy4851 האט געשריבן: דער סטאשעווער רבי ז"ל האט געוואוינט און וויליאמסבורג און אויף די עלטער פלעגט ער זומער וויילען און מאנסי.
ער האט אהנגעפאנגען נעמען קוויטלעך ערשט ביי די תשעים, געזאגט האט ער, אז דער רבי (דברי יואל) זי"ע האט אים געזאגט אזוי צי טוהן, און זיינע הבטחות וועלען האבען א כוח, אסאך מופתים האבען זיך ארום געדרייט בנוגע זיינע הבטחות בעניני שידוכים
נאכען בעטן מער חומר איבער אים האט מיר דער ביקסאדער צדיקל' מעיר געווען אויף זיין פולען נאמען און צוגעוויזען צום תולדות אנשי שם וועלכע האט אן ערך איבער אים.
ער איז געווען א בן-אחר-בן צום היילגער רבי ר' אלימלך מליזענסק און אויך אן אייניקל פונעם מאור ושמש און נאך גרויסע צדיקים, ער האט פארלוירן זיין זיווג ראשון אין די קריג, דאהי אין אמעריקא האט ער משמש געווען ברבנות אין די קהילה 'אנשי זאוויכוואסט'.
תשוח"ח לר' שמחה ולהרב מביקסאד על החומר.
עטליכע שאלות להשלמת תולדותיו;
1) האט ער נאכמאל חתונה געהאט נאך די קריג, איז געבליבען קינדער?
2) וואו איז דאס דער דערמאנטער זאוויכוואסטער ביהמ"ד געווען?
3) איך זעה אז ער געוואונט אין פאריז און שפעטער אין וויען, ווי ער האט געהאט א שייכות מיט באבוב, פארוואס?
4) ווען איז ער אוועק?
ווי אויך אויב האט איינער מער פרטים איבער די סטאשובע גזע ביזן רבי ר' אלימלך און ארום, זאל נישט מונע זיין דעם טוב פון אונז אלע.
איך ברענג דא אראפ דעם דערמאנטן תולדות אנשי שם.