עין בשו"ת חכם צבי תשובה צ"ג שדן בענין אי יכולים לצרף לעשרה ולכל דבר שבקדושה, גברא הנוצר ע"י ספר יצירה. ורבים רוצים להביא ראיה מכאן שהסיפור על המהר"ל מפראג שברא גולם, לא היה ולא נברא, שהרי החכם צבי היה נכד להמהר"ל, והביא עדות לדבריו שיש ביכולת לברוא גברא ע"י ספר יצירה, מזקינו ר' אליהו בעל שם, ולא הזכיר כלום מזקינו המהר"ל.
מיללער האט געשריבן:
איבער די גולם פון פראג, עס איז דא וואס האבן געוואלט ארויפלייגן ר' יהודה יודל ראזענבערג ז"ל פון מאנטריאל בעמח"ס ידות נדרים ושא"ס אלס דער ערפינדער פון די מעשה.
אויף איהם האט מען אויך געזאגט אז דער פירוש לשון לימודים פון מהר"ל מפראג על הגדה של פסח, איז און אמתען זיין האנטארבייט. עס איז דא א גאנצע מערכה וועגן דעם שיטת מהר"ל בענין כוס חמישי ביים סדר, און מעבאצירט זיך אויפען לשון לימודים, אבער די ידענים האבען געזאגט אז דער לשון לימודים איז א געפעלטשט ארבייט און דער מהר"ל האט עס קיינמאל נישט געשריבען.
ואת קולי ארים כבני היכלא. ווי קען געמאלט זיין איך האב נישט געזען די פאר תגובות דא?
קודם איבער דעם יודא יודל'ן. נעבעך אן ארים קינד פון פוילן, א גאון עצום, ער האט געשריבן אין עטליכע ירחונים אין ווארשע בשעתו, און האט פאר א שטיקל ברויט נעבעך געמוזט באקן מעשיות פון חושן ואפוד. שפעטער אין קאנאדא איז אים שוין געווען גרינגער.
איבער דעם גולם איז אזוי. קודם דער עצם תשובה פון חכם צבי ווערט מועתק אין פתחי תשובה אין אורח חיים, לגבי דעם ענין פון מצרף זיין צו מנין איש שנברא ע"י ספר יצירה (עס איז געווען אמאל א שמועס דערוועגן, אומגעפער מיט דריי יאר צוריק, אין אלט שטאט. קרעמער דענקסט?).
דערנאך, ס'דא א גאנץ חיבור'ל פון איינעם עקשטיין מעיר סיגוט, דעם ר' יקותיאל יהודה גרינוואלדס פון אהייא'ס א ידיד, וואס ארבעט ארום רעכטס אויף לינקס אין דעם ענין, און איז מלקט מפי ספרים וסופרים די היסטאריע פון באשאפן גולמים. אויך לאזט ער זיך דארט אריין אין חלק הלכה דערפון. (כ'מיין אז ר' סענדער דייטש ע"ה, האט געהאט אמאל א לויפנדער ארטיקל דערוועגן).
בני היכלא, דער רבי רעדט פונעם 'גבורות ה'', וואס איז לכולי עלמא מודה אז ס'איז פון מהר"ל. מיללער רעד פונעם 'לשון לימודים', וועלכער איז הערשט געדרוקט געווארן אין די מיטלע תר"ן יארן, און טאקע דורך דעם ר' יודלן.
איך האב אריבערגעפירט דעם אשכול פון די אוצר הספרים פורום, אזוי ווי הרבנים הגאונים האבן דאס ליידער פארזעהן דארט.
זארעך, דער חלק ההגדה פון ר' יודל האט ר' שמחה דערמאנט נישט איך, איך געדענק אויך אין 'איד' איבער די היסטאריע פון דעם גולם, אבער דאכציך פון ר' הערשל פר"מ.
בני היכלא האט געשריבן:
זארעך ניין, דער רבי ברענגט אראפ הגדת מהר"ל. בויואל משה מאמר שלש שבועות, טעם לפתיחת הדלת
דער הגדת מהר"ל איז געווען געדריגט מיט די שטיקלעך פון גבורת ה' וואס באלאנגט צים הגדה ממש, קיין לשון לימודים האט נישט עקזסטירט פאר ראזענבערג קוק דאhttp://hebrewbooks.org/10757 עד שבא רוזענבערג און געדריקט אן הגדה מיטען לשון לימודים קוק דאhttp://hebrewbooks.org/10972
הגולם מפראג הוא על פי האגדה גולם שנעשה בידי רבי יהודה ליווא, מהר"ל מפראג. הוא יצר את הגולם כשנתגלתה מזימה של עלילת דם.
על פי המסופר הגולם שימש את יוצרו כשליח נאמן והטיל אימה על מפיצי העלילה הנוראה. מדי ערב שבת הרב הוציא את רוח החיים מתוך הגולם מחשש פן יחלל זה את השבת, והגולם היה מוטל כגוש חומר עד צאת השבת. באחד מימי שישי, שכח הרבי להוציא ממנו את רוח החיים והגולם חילל את השבת וסיכן את הגוים שחיו בעיר. הרב רדף אחריו והשיגו מחוץ לפתח בית הכנסת העתיק "אלטנוישול" בפראג. שם הוציא ממנו את רוח החיים והגולם התנפץ לרסיסים. לפי המסופר נותרו שרידי גופו מונחים בעליית הגג של בית הכנסת עד ימינו. על פי האגדה, על מצחו של הגולם היו חקוקות האותיות "אמת", והמתתו בוצעה על ידי הוצאת האות א' כך שהכיתוב הפך להיות "מת".
האגדה התפשטה בקרב יהדות אירופה לאחר שזייפן פסאדוהיסטורי בשם יהודה יודל רוזנברג הוציא ספר בשם "נפלאות המהר"ל" שבו תיאר בפרוטרוט ובצבעים חיים את סיפור בריאתו של הגולם, חייו ומותו המסתורי, ובעיקר מעשיו ההירואים להצלת יהודי פראג מעלילות הדם ומהכומר טדיאוש הרשע.
יודל הסתמך על מקורות היסטורים שבהם סופר על שמש אילם ונבער מדעת שחי בפראג בימיו של המהר"ל, אך מעבר לכך אין כל מקור היסטורי מהימן. להיפך, בספר "שבחי המהר"ל" שנכתב בידי תלמידו של המהר"ל, המהווה מעין ביוגרפיה רשמית על חייו, אין אף מילה על האגדה.
יש הטוענים כי לא יודל רוזנברג היה הזייפן, אלא עיקרו נעשה בידי אדם בשם חיים שארפשטיין, שחי במחצית השנייה של המאה ה-19 ועסק במכירת ספרים מעשי זיוף. לטענתם, יודל רוזנברג נפל ברשתו של שארפשטיין בתמימות, מבלי שידע שמדובר בזיוף. מעשה הזיוף נחשף על ידי מנחם מנדל עקשטיין מסיגאט, שהוציא לאור בשנת תר"ע (1910) את חיבורו "ספר היצירה", שבו חשף את זיופו של הספר מתוכן ניסוחיו.
דער ירושלמי זיוף איז געווען געבויט אויף אן הקדמה פון רמב"ם אויף זיין פירוש המשנית, ווא ער שרייבט אז ירושלמי איז דא אויף 5 סדרים.האט מען געוואלט זאגען אז דער רמב"ם האט געהאט דער ירושלמי [ און כתב יד פארשטייט זיך] און נאכדעם איז עס פארלוירען גגאנגען, און פרידענדער האט עס ערגעטץ דערווישט.. צי טרעפען א כתב יד פון א טויזענט יאהר צירוק, איז נישט אזא סענסעישינעל זאך. מען האט געטראפען כמה וכמה כתבי יד פון ראשונים פון 1000 יאהר צירוק .
אלעקסיי האט געשריבן:
די רבי ברענגט פון לשון לימודים, עיין עליו.
אויך נישט אזא פראבלעם, דער גאנצע ספר איז געבויט אויפען מהר"ל דער פאבלעם איז די פלעטצער ווי ער א סותר דעם גבורת ה'
עס איז טאקע נישט סותר, אבער דאס אז די כוס של אליהו איז אריינצופרעדיגען אמונה אין אידישע קינדער בליל התקדש חג, אז אליהו וועט קומען מבשר זיין פאר ביאת המשיח, האט נישט קיין מקור אין ספר הגבורות, דאכט זיך.
איך פארשטיי וואספארא ליצנות דו טרייבסט דא, אבער עי' במה שציין
בני היכלא האט געשריבן:
זארעך ניין, דער רבי ברענגט אראפ הגדת מהר"ל. בויואל משה מאמר שלש שבועות, טעם לפתיחת הדלת
און איך האף דו וועסט פארשטיין, איך רעד טאקע נישט פון קיין סתירות אינגאנצען, נאר אז אפילו א זאך וואס שטייט נישט אין ספר הגבורות איז חתום בחותמו של כהן גדול (וואס ער האט אפילו איבערגעזאגט מיט א פלאם פייער בליל כל נדרי אויכעט, בבכיות נוראות)