עלילות דם

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

עלילות דם - פרשת טיסא עסלאר

עלילות דם - פרשת מענדל בייליס

און דער מכתב פון דער בעש"ט שטייט
וכך היה בעוונותינו הרבים, שבק"ק זאסלב היתה עלילה על כמה נפשות, ושנים מהם המירו דתם ואחר כך הרגו אותם, והשאר קידשו שם שמים בקדושה גדולה, ומתו במיתות משונות ואחר כך היו עלילות בק"ק סיבוטובקע ובק"ק דונאוין, ואז לא המירו דתם, רק כולם מסרו נפשם על קידוש השם, וקידשו שם שמים ועמדו בנסיון

כנראה איז דער כוונה צו דער עלילה וואס מען טרעפט דער פראטיקאל דא [נישט פאר שוואכע הערצער]

וויקפידיע
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

יאמפאלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אין יאמפאלא איז געוועהן אן אינטערסאנטע מעשה ווי איינער איז געגאנגען ברענגן א בריוו פון דער פויבסט אין רוים, זעה דער מעשה דא , כמדומה לי אז שפעטער האט מען געלייגט דער מעשה אויף ר' קאפיל ליקאווער [אליבא דאמת האב איך א השערה אז עס האט א שייכות מיט דער שווער פון ר מרדכי נעשכיזער]

דער [ארגנעלע ?] בריוון זענען נאך דא דא
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אליעזר לאנדא האט געשריבן: עלילות דם - פרשת טיסא עסלאר

עלילות דם - פרשת מענדל בייליס

און דער מכתב פון דער בעש"ט שטייט
וכך היה בעוונותינו הרבים, שבק"ק זאסלב היתה עלילה על כמה נפשות, ושנים מהם המירו דתם ואחר כך הרגו אותם, והשאר קידשו שם שמים בקדושה גדולה, ומתו במיתות משונות ואחר כך היו עלילות בק"ק סיבוטובקע ובק"ק דונאוין, ואז לא המירו דתם, רק כולם מסרו נפשם על קידוש השם, וקידשו שם שמים ועמדו בנסיון

כנראה איז דער כוונה צו דער עלילה וואס מען טרעפט דער פראטיקאל דא [נישט פאר שוואכע הערצער]

וויקפידיע


שוידערליך דורכצוליינען דעם פראטאקאל
אינעם ציטאט ווערט דערמאנט אז 2 האבן זיך גע'שמד'ט, אינעם פראטאקאל זעהט אבער נישט אויס אזוי
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

מי חכם האט געשריבן: שוידערליך דורכצוליינען דעם פראטאקאל
אינעם ציטאט ווערט דערמאנט אז 2 האבן זיך גע'שמד'ט, אינעם פראטאקאל זעהט אבער נישט אויס אזוי

אז זיי האבען זיי למעשה געהארגעט ווילען זיי עס מסתמא נישט דערמאנען
[ובכלל בין איך נישט זיכער אז ער וואלט געדארפט שטיין]
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עלילת דם

ס'איז באוואוסט די פאלשע בלבולים וואס די גויים האבן אויס געטראכט אויף די אידן אז זיי באנוצן זיך מיט גוי'שע בלוט צו באקן זייערע מצות אויף פסח. די באשולדיגונג פון גויים קעגן אידן, האט זיך אנגעהויבן אפיציעל מיט א קרוב פון 850 יאהר צוריק.
דער ערשטער פאל איז פארצייכנט אין ענגלאנד אין יאהר 1144 למס'. אין א פרייטאג פרימארגנס האט מען געפונען דעם טויטן קערפער פון א יונגן גוי אין א וואלד נעבן דער שטאט נארוויטש. נישט נאר האט מען באשולדיגט די אידן, נאר מען האט געטענה'ט אז אידן האבן פאראויס געפלאנט דעם ברוטאלן אקט. און א אסיפה פון רבנים האט לויט דעם בלבול באשטימט די שטאט נארוויטש פאר דעם פלאץ וואו דער יערליכער אידישער "קרבן" זאל פארקומען. דעם געהרגטען גוי האט מען פארהייליגט און געגעבן א נאמען "סט. וויליאם". דער הויפט עדות פון דעם בלבול איז געקומען פון א משומד מיט דעם נאמען "תיאר באלד" פון דער שטאט קעמברידזש. ער האט גע'טענה'ט אז די אידן אין אייראפע האבן אפגעמאכט ביי זיך דאס יעדעס יאהר וועט מען ווארפן א גורל אין וועלכער שטאט מ'זאל מקריב זיין א נוצריש קינד פאר דעם יו"ט פסח. און אין דעם לעצטען יאהר זיינען די רבנים זיך צוזאם געקומען אין די שטאט נארבונא און מ'האט געווארפן א גורל, און ס'איז אויס געקומען אויף דער שטאט נארוויטש. חוץ פון דעם איז נישט געוועהן קיין שום אנדערע באווייזונגען וועגן דעם בלבול. פארקערט מ’האט זיך דערוויסט אז דאס קינד איז געווארן פאר'חלש'ט און זיינע קרובים האבן איהם לעבעדיגעהייט באגראבן. ב"ה אז מ'האט נישט געברענגט די אידן צום געריכט וועגן דעם בלבול און קיינער איז נישט געשטראפט געווארן וועגן דעם.

די מלוכה האט לכתחילה נישט געגלויבט אין דער באשולדיגונג און האט אפילו געפריווט צו באשיצן די אידן. דער פאל האט געמאכט אפעטיט ביי אנדערע שונאי ישראל און זיי האבן איבערגעחזרט יעדעס יאר זייערע שענדליכע טענות. איינצעלנע שונאי ישראל האבן דערביי געהאט א געלעגענהייט זיך אפצורעכנען מיט די אידן וואס זיי האבן פיינט געהאט וואס מ'איז זיי געוועהן שולדיג געלט און מ'האט געוואלט פטור ווערן פון דעם איד. אנדערע האבן פשוט געוואלט בארויבן די אידן. פיל מאהל איז דאס שפעטער געוועהן געטוהן בעיקר דורך משומדים, א משומד וואס האט געוואלט נעמען נקמה האט געגעבן אינפארמאציע צו די גוים, וועגן די טעמים און דעם אופן ווי אידן פירן אדורך די רציחה פון א גויאיש קינד.

גלייך נאך די ערשטע עלילת דם איז אויך פארגעקומען ענדיכע עלילות אין דער שטאט גלאסטער אין יאהר 1168 למס', שפעטער אין בורי אין יאהר 1181 למס' און אין ווינטשעסטער אין יאהר 1192 למס. אין די אלע אויבענדערמאנטע ערטער האט מען די אידן נישט געברענגט צום משפט. און אלעס איז אדורך שטיל, נישט מער וואס די גלחים האבן געמאכט פון די געהרג'טע פאר "קדושים", און דורך דעם זיינען מער מענטשן געקומען צו זייערע תיפלות און זייערע הכנסות איז געוואקסן. די אלע דערמאנטע עלילות זיינען דערווייל פארגעקומען אין ענגלאנד.

פון ענגלאנד איז אריבער די עלילות קיין דייטשלאנד אין דער שטאט ווירצבורג אין יאהר 1147 למס' אין דער צייט פו די קרייץ-צוגן. מען האט געפונען א טויטן גוי אין דער שטאט מאינץ און מ'האט באשולדיגט די אידן אין דער רציחה. דאס איז געוועהן א תירוץ פאר די שונאי ישראל אוועקצוהרג'נען הונדערטער אידן. אין יאהר 1171 למס' האט מען אין דער שטאט בלאס אין פראנקרייך ווייטער מעליל געוועהן אויף די אידען וועגען די נידריגע עלילה און מ'האט פארברענט 48 אידן צווישן זיי 17 פרויען. און אין יאהר 1191 למס' האט מען אומגעבראכט 100 אידן, וועלכע מען האט באשולדיגט אין הרג'נען א גוי און אויסצאפן זיין בלוט. אין יאהר 1194 למס' האט מען ווייטער אין דער שטאט ערפארט געהרגעט 5 אידישע משפחות מיט זייערע ווייבער צוזאמען מיט זייערע קינדער וועגען איינע פון די נידריגע בלבולים. אין יאהר 1227 זיינען געהרגעט געווארן אידען אין קאלענבורג וועגן די פאלשע עלילה, אין ברעסלוי אין יאהר 1228, אין ליאדא אין יאהר 1235 למס' וואס דארט האט מען איינגעשפארט די 8 שענסטע תלמידי חכמים פון שטאט. מ'האט זיי שטארק געפייניגט, ביז צום סוף האט מען זיי פארברענט.

אין יאהר 1236 למס' זיינען פארגעקומען עטליכע עלילות דם אין דייטשלאנד. ווען דער קעניג פרידריך דער צווייטער האט געהערט וועגן דעם, האט ער באשטימט א קאמיסיע אויסצופארשן דעם אמת, צו אידן נוצן טאקע מענשליך בלוט פאר זייערע צערעמאניעס, אבער זיי האבן נישט געקענט קומען צו א מסקנא. דער רעזולטאט פון דער אויספארשונגס-קאמיסיע איז גראד געוועהן, אז ס'איז גארנישט דא סיי אין דער תורה אדער אין דער תלמוד, פון וואנען מען וואלט געקענט זעהן, אז אידן האבן א "דורשט פאר מענשליך בלוט". להיפוך, זייערע דינים אסר'ן קלאר און דייטליך צו נוצן בלוט. דורך דעם געזעץ, וואס דער קעניג האט ארויסגעגעבן אין יולי פון 1236 למס', האט ער פארזוכט, איין מאל פאר אלע מאל צו באפרייען די אידן פון די שרעקליכע עלילות דם.

אבער דאס האט נישט געהאלפן. יעדעס מאל איז אויפגעקומען נייע באשולדיגונגען פון אידן פאר הרגענען גוים און דאס איז געוועהן א תירוץ פאר פאגראמען. גויים פלעגן אפט אויסבאהאלטן זייערע קינדער כדי צו מאכן אן עלילת דם אויף אידן. דורך דעם האבן זיי געהאט א וועג זיך אריינצורייסן אין אידישע הייזער צו זוכן כלומרשט זייערע קינדער און דאס אויסגענוצט צו ראבירן אידיש האב און גוטס אדער ארויספרעסן געלט פון די אידן.

אין די ערשטע יאהרן פון אלף הששי זיינען די עלילות-דם אויסגעבראכן אין כמעט אלע אייראפעאישע מדינות. די קירכעס האבן אויך אויסגענוצט די בלבולים, בכדי צו צווינגען אידן צו שמד. אידן וואס זיינען געהאלטן געווארן אין די תפיסות, און וועמען עס האט געדראט טויט-שטראף פאר זייער "מארד", האט מען אפטמאל אנגעבאטן פרייהייט פארן פרייז פון איבערגיין צו קריסטענטום און זיך שמד'ן. לרוב אבער האבן אידן אויסגעוויילט אומצוקומען אויף קידוש השם און מיט "עלינו לשבח" און "שמע ישראל" האבן זיי צוריקגעגעבן זייערע הייליגע נשמות צו זייער באשעפער.

עס איז געוועהן אזעלכע וואס האבן מורא געהאט, אז זיי וועלן נישט קענען עומד בניסיון זיין די עינויים, און זיי זיינען באגאנגען זעלבסט-מארד, און איינער פון די פייטנים האט פאראייביגט "את כל התלאה אשר מצאתנו" שטייט דארט: "דמים בדמים נגעו בחודש האביב, ביום אחרון של פסח מועד לגאולה חביב, זריזים מקדימים לזרז איש לרעהו, ואמרתם זבח פסח הוא".

אין יאהר 1473 איז נעלם געווארן א גויאיש אינגל, מיטן נאמען זימען אין דער שטאט טרענט, וועלכע ליגט אין טיראל, ניין אידן זיינען געווארן ארעסטירט און נאך שרעקליכע פייניגונגען האבן זיי "מודה" געוועהן אין אלעס וואס מ'האט זיי באשולדיגט און וואס זיי האבן נישט געטוהן, און זיי געהרג'ט.

די עלילת דם מגיפה האט זיך אויסגעשפרייט אויך איבער עסטרייך און איטאליע, וואס האט גורם געוועהן די פארטרייבונג און דעם פארברענען לעבעדיג פיל אידן. אין דער שווייצארישער שטאט בערן איז אין יאהר 1294 פארשוואונדן א אינגעל, די גויים האבן דאס גענוצט אלץ א תירוץ ארויסצוטרייבן אלע אידן.

איינס פון די לעצטע אויפטוען פון "ועד ארבע ארצות" איז געוועהן דאס שיקן פון א ספעציעלן שליח קיין רוים. וועמען עס איז געלונגען ארויסצובאקומען א פיל שטארקערע דעקלעראציע פון דעם פויפסט, אז די רעליגיעזע רציחות וואס ווערן צוגעשריבן די אידן זיינען אלע א שקר. דאס האט נאר טיילווייז געהאלפן איינצושטילן די קאטוילישע קירכן-פירער. אבער צו די פשוט’ע קאטוילישע מאסן איז דעם פויפס דעקלעראציע נישט דערגאנגען. דער גלויבן אין דעם, אז אידן באנוצן זיך מיט קריסטליך בלוט פאר מצות איז געוועהן אזוי איינגעבאקען אין זיי, אז דאס איז שווער געוועהן אויסצוווארצלען. און אויב ס'האט זיך אביסל איינגעשטילט צווישן די קאטויליקן, האט די עלילת דם אויפגעוואכט צווישן די פראטעסטאנטן און אנדערע קריסטליכע סעקטעס, וואס זיינען נישט געוועהן אינטער דער השפעה פון רוים. און אויך צווישען די מאכמעדאנער וואס זיינען די אראבער.

די בלוט בלבולים האבן זיך נישט איינגעשטילט אפילו אין די לעצטע יאר הונדערט. גענוג נאר צו דערמאנען די עלילות-דם אין טיסא-עסלער אין אונגארן, דער עלילת דם אין דמשק, דעם בייליס-פראצעס אין רוסלאנד. די נאציס ימח שמם האבן אויך אין אונזער לעצטן דור באנייט דעם עלילת-דם. און מיט צעהן יאהר נאך די נאצישע מפלה האבן די רוסען זיך באניצט אין א צייטונג און פארשפרייט די אלטע עלילות דם געשיכטע. דער לעצטער נישט אזוי באקאנטסטע עלילת דם איז געוועהן אין תש"ט אין תימן . אפילו מיר לעבן שוין היינט אין אן אויפגעקלערטע וועלט, זיינען נאך אלץ דא פיהל גויים וואס גלייבן נאך אין די פאלשע עלילות דם בלבולים.

ס'זיינען באקאנט אפיציעל 150 פאלן פון עלילות-דם. אבער די פאלן וואס זיינען אומבאקאנט, ווייל זיי זיינען נישט פארשריבן זיינען זיכער א סאך גרעסער.
תהלים
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2022 6:35 pm

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהלים »

איינער וויל זיך מנדב זיין צו מאכן א PDF פון אלע מעשיות צוזאמען?
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תהלים האט געשריבן: איינער וויל זיך מנדב זיין צו מאכן א PDF פון אלע מעשיות צוזאמען?

איך וויל נאך אי"ה צולייגען. איך מיין אז מען זאל נאך ווארטען, אז פאר פסח זאל זיין א גאנצע זאך
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עלילת דם אין פולדא
אין יאהר 1235 למס' זיינען געהרגעט געווארן 5 גוישע קינדער נעבן דער שטאט פולדא וואס געפונט זיך אין דייטשלאנד. מ'האט איינגעזעצט הונדערטער אידן. און 34 מענער און פרויען האבן "מודה, געוועהן אין דער עלילה, אז זיי האבן געדארפט זיך באנוצן מיט די בלוט פאר רפואה צוועקן. נאך דעם וואס מ'האט זיי אנגעטוהן יסורים נוראים. פארשטייט זיך אז די 34 מענטשן האט מען געהרג'ט. אבער די איבריגע האט מען ארויס געלאזט פריי נאך דעם וואס דער קיסר "פרעדריך דער צווייטער" האט נאך געפארשט ביי געוויסע משומדים אויב אידן דארפן האבן בלוט פאר פסח. אלע האבן זיי מודה געוועהן אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין די אידישע תורה וועגן דעם. פארקערט ס'שטייט אז מ'טאהר זיך נישט באנוצן מיט בלוט פון א מענטש. און אפילו בלוט פון בהמות איז אסור פאר אידן. נאך דעם וואס דער קיסר האט פריי געלאזט די איבריגע מענטשן, האט ער ארויס געלאזט א געזעץ אז מ'טאהר מער נישט באשולדיגען די אידן אז זיי באנוצן זיך מיט בלוט פאר פסח. אין יאהר 1241 למס' איז ווייטער פאר געקומען אן עלילה אין ברעסלוי. און אין יאהר 1243 למס' אין דער שטאט בעליטץ און פיהל אידן זיינען פארברענט געווארען וועגן דעם. אזוי אויך אין דעם קליינעם שטעטל קיטצינגען וואס געפונט זיך אין בייערן זיינען פיהל אידען געהרגעט געווארן וועגן די פאלשע עלילת דם.

עלילת דם אין פראנקרייך
אין יאהר 1247 זיינען די אידן פון וואלאריעס אין פראנקרייך באשולדיגט געווארן וועגן אן עלילת דם. ווייל 4 טעג בעפאר פסח האט מען געטראפען א גוישע מיידעל פון 2 יאהר אלט טויט מיט סימנים פון א מעסער אויף עטליכע ערטער פון איר גוף. ס'איז אפילו געוועהן (פאלשע) עדות ווי זיי האבן געזעהן די מיידעל זיך דרייען אין דעם אידישן געטא בעפאר מ'האט איר געטראפען טויט. ווי מ'האט געפייניגט די אידן מיט שרעקליכע ייסורים האבן זיי מודה געוועהן אין דער פאלשע עלילה. און איינער א איד מיט דעם נאמען בענדיגונג האט מודה געוועהן ווי מ'האט צוגעדעקט די בלוט פון דעם מיידעל מיט ערד ס'זאל נישט בלייבן קיין זכר פון דעם. מ'האט די אלע דן געוועהן למיתה. אין יענעם יאהר האבן די אידן זיך באקלאגט פאר דעם פויפסט "אינצאנט דער פערטער" אז מ'טוט זיי באשולדיגען אומזיסט אז זיי באנוצן זיך מיט גוישע בלוט פאר דעם סדר פון פסח נאכט.

ווייטער אין יאהר 1255 למס' איז פארשווינדן געווארן א מיידעל פון אכט יאהר אלט, פון דער שטאט לינקאלן. שפעטער האט מען געטראפן דאס מיידעל באגראבען אין א פעלד וואס האט גיהערט צו א איד מיט דעם נאמען "יופין". דער שופט דזשאן פון לעגינגטאן האט צוגעזאגט דעם איד, דאס אויב ער וועט מודה זיין אין וואס מ’באשולדיגט איהם וועט מען איהם נישט הרג'ענען. דער איד האט מודה געוועהן אויף דעם פאלשען בלבול, אז דאס קינד איז געהרגעט געווארען דורך די אידן וואס זיינען זיך צוזאם געקומען פאר אן אסיפה אין דער שטאט לינקאלן. דער קעניג "הענרי דער דריטער" האט געהייסען מ'זאל הרגענען דעם איד אפילו דער שופט האט איהם צוגעזאגט אז מ'וועט איהם נישט הרגענען. און מ'האט איינגעזעצט אין תפיסה אנדערע 91 אידן וואס 18 פון זיי האט מען געהרגעט.

עלילת דם אין עלזאס, מינכען, און מאגענצא
אין דער שטאט ווייסענבורג וואס געפונט זיך אין עלזאס האט מען אין יאהר 1270 למס' ווייטער באשולדיגט אידן אז זיי האבן געהאנגען א גויש קינד און צושניטען זיינע אדערן ארויס צו נעמען פון דארט בלוט פאר פסח. און שפעטער האט מען אריין געווארפן דאס געהרגעטע קינד אין דעם טייך. ווייטער אין יאהר 1283 איז געוועהן אן עלילה אין מאגענצא און 10 אידן זיינען געהרגעט געווארן וועגן דעם. אין דעם זעלבן יאהר זיינען אויך 26 אידן געהרגעט געווארען אין דער שטאט באכראך וועגען די דאזיגע עלילה. אין יאהר 1285 למס' איז געוועהן אן ענליכע עלילה אין מינכען וואס דאס באפעלקערונג האט זיך צעווילדעוועט און אינטערגעצינדן דעם אידישען בית הכנסת, 180 אידן זיינען דארט פארברענט געווארן, הי"ד. אין יאהר 1287 למס' איז געוועהן אן עלילת דם אין בונא וואס דארט זיינען וועגען דעם געהרגעט געווארן 28 אידן, קעגן דעם ווילן פון דעם פויפסט צוזאמען מיט דעם קיסר רודאלף וואס זיינען געוועהן אקעגען די פאלשע עלילות. אין יענעם יאהר זיינען אויך פארברענט געווארען 13 אידן אין טרויש וועגן אן ענליכע עלילה.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עלילת דם אין די יאהרן פון 1500 - 1600 למס'
אין יאהר 1510 למס' איז געוועזן אן עלילת דם אין בראדענבורג - דייטשלאנד. די וואס מ'האט חושד געוועהן אויף די עלילה האט מען געברענגט געשמידט אין קייטן קיין בערלין, נאך פיהל פיינונגען און יסורים האבן זיי מודה געוועהן אויף וואס זיי האבן נישט געטוהן, 31 מענטשן האט מען פארברענט לעבעדיגעהייט אינמיטן דעם שטאט. אויף יענער פלאץ ווי מ'האט פארברענט די קדושים הי"ד האט מען מיט יאהרן שפעטער געלייגט א פסל פון איינער פון די גרויסע גלחים ימש"ו וואס איך וויל נישט דערמאנען זיין נאמען. הי"ד. ווייטער אין יאהר 1514 איז געוועהן אן עלילה אין דער שטאט מיטעלבערג וואס געפונט זיך אין עלזאס. עטליכע אידן האט מען איינגעזעצט אין תפיסה צוזאמען מיט דעם באקאנטן שתדלן ר' יוסף יוזלמאן. נאך 7 וואכן האט מען זיי באפרייט, ווען ס'איז נתגלה געווארן די פאלשקייט פון יענע עלילה. אין יאהר 1515 איז ווייטער געוועהן אן עלילה אין דער שטאט "בודוויס" 13 אידישע פרויען האט מען פאר דעם אריין געווארפן אין טייך. אין יענע צייטען איז דער פאלשע עלילת דם געווארן ווי א מכת מדינה, ביי יעדן פאלק און לאנד איז פארגעקומען אן עלילה, פון איין עק אייראפע ביז די צווייטע, אין די לענדער פון קאסטיליע, שלעזיה, אונגאריא, איטאליע, און פולין. אין יאהר 1529 האט מען חושד געוועהן די אידן פון דער שטאט בעזינג וואס געפונט זיך אין אונגארן אז זיי האבן געהרגעט א נוצרישע קינד פון 9 יאהר אלט מיט גרויס אכזריות. 30 אידן וואס נאך פיהל יסורים האבן מודה געוועהן אויף וואס זיי האבן נישט געטוהן האט מען פארברענט. אבער שפעטער האט מען געטראפען דעם קינד לעבעדיג אין דעם שטאט ווין, ער איז געגאנבעט געווארן און אהין געפירט געווארן דורך דעם פריץ פון באזין ארויף צו לייגן דעם שילד אויף די אידן, אזוי האט ער געוואלט פטור ווערן פון זיינע חובות וואס ער איז געוועהן שולדיג פאר די 30 אידן. אין יאהר 1533 איז ווייטער פארגעקומען אן עלילת דם אין דער שטאט ראטיוואר וואס געפונט זיך אין שלעזיע. מ'האט איינגעזעצט איבער 200 אידן און דריי פון די הויפטן האבן נאך פיהל אכזריות געמוזט מודה זיין אויף וואס זיי האבן נישט געטוהן, מ'האט זיי פארברענט על קידוש השם, אבער די איבריגע האט מען פריי געלאזט דורך די השתדלות פון ר' יוסף יוזלמאן. אין יאהר 1541 איז געוועהן אן עלילה אין נייבערג וואס געפונט זיך אין בייערן נעבן דעם שטאט ווייסענבורג. אין יאהר 1544 איז געוועהן אן עלילה אין ווירצבורג. אין יענע צייטן האט זיך פארשפרייט די פינצטערע עלילה אויך קיין טערקיי. פיהל אידן האט מען איינגעזעצט אין תפיסה און דן געוועהן למיתה, צווישן זיי איז געוועהן א אידישער דאקטאר מיט זיין תלמיד. דעמאלט איז אויך פארגעקומען אן עלילה אין טוקאט. אין יאהר 1555 איז געוועהן אן עלילה אין דער גרויסער שטאט רוים דארט ווי ס'וואוינט דער פויפסט. ס'איז געוועהן זייער שלעכט פאר די אידן וועגן די עלילה, אבער דורך דעם השתדלות פון דעם קארדינאל "אלכסנד פריניזי" וועלכער האט מיט זיין חכמה אויפגעוויזן אז די גאנצע עלילה איז א פאלשע, דורך דעם זיינען די אידן באפרייט געווארן. מ'דארף דא באטאנען אז ס'איז געוועהן געוויסע גלחים וואס זיינען געוועהן אינטערעסירט אין די עלילות, זיי האבן הנאה געהאט צו זעהן ווי אידיש בלוט ווערט פארגאסן. ווייטער זיינען אויך געוועהן פיהל גלחים וואס זיינען געוועהן גוט באקאנט אין די אידישער ביכער און האבן געוויסט און געקענט אויפווייזען אז די אלע עלילות זיינען פאלש. די גלחים האבן זיכער געהאט אייגענע אינטערעסן צו העלפן די אידן ריין וואשן זיך פון די אלע עלילות. אין יאהר 1598 איז געוועהן אן עלילה אין דער באוויסטער שטאט לוצק וואס געפונט זיך אין פולין, 3 אידן וואס זיינען באשולדיגט געווארן אין דעם עלילה האט מען געהרגעט. אין יענער יאהר איז אויך געוועהן אן עלילה אין לובלין און דריי אידן זיינען געווארן געמשפט צו ווערן געהרגעט מיט מיתות משונות. און דעם געהרגעטע גוי האבן די גויים געמאכט פאר א קדוש, און מ'איז געקומען מתפלל זיין ביי זיי קבר.

עלילת דם אין די יאהרן 1600 - 1700 למס'
אין יאהר 1639 למס' איז ווייטער געוועהן אין לובלין א עלילת דם. אין יענע יאהר איז אויך געוועהן אן עלילה אין לאנשיץ וואס צוויי פון די ראשי הקהילה האט מען געהרגעט מיט מיתות משונות, און נאך דעם אויפגעהאנגען אז אלע גויים זאלען זיי זעהן, הי"ד. אין יאהר 1657 איז ווייטער געוועהן אן עלילה אין דעם שטאט ראזינא וואס געפונט זיך אין דעם געגענט פון האראדנא, דער משפט האט זיך געצויגן פאר איבער דריי יאהר, צום סוף האט מען געהאנגען צוויי פון די ראשי הקהילה. אין יאהר 1670 למס' איז געוועהן אן עלילה אין דער שטאט מעטץ וואס איין איד איז געהרגעט געווארן וועגן דעם. ווייטער אין יאהר 1682 זיינען אין דער שטאט ליסבאן וואס געפונט זיך אין פארטיגאל פארברענט געווארן 3 אידן וועגן איינע פון די פאלשע עלילות. ווייטער אין לבוב אין יאהר 1686 איז געוועהן אן עלילה. אזוי אויך אין יאהר 1690 למס' איז געוועהן עטליכע עלילות אין די שטעט פון לובלין, פאטנא און טיקטין. אין יאהר 1691 זיינען געהרגעט געווארן 4 אידן אין ווילנא וועגן איינע פון די פאלשע עלילות. און אין יאהר 1696 אין דער גרויסער שטאט פאזנא. אין יאהר 1698 איז געוועהן אן עלילה אין דער שטאט סינדאמירז, דער משפט איז פאהר געקומען אין לובלין וואס האט זיך געצויגן מער ווי א יאהר, צום סוף האט מען אפגעהאקט א קאפ פון איין איד, און זיינע קערפער האט מען צושניטען אויף 4 חלקים און אויפגעהאנגן אלע זאלן דאס זעהן הי"ד.

עלילות דם אין די יאהרן 1700-1800 למס'
אין יאהר 1710 איז ווייטער געוועהן אן עלילה אין דער שטאט סינדאמירז. און אין יאהר 1718 אין לבוב און איין אידישע פרוי האט מען דן געוועהן למיתה. ווייטער איז פאהר געקומען אן עלילה אין פאזנא אין יאהר 1736, מ'האט געשלעפט צום משפט די צוויי הויפט ראשי הקהילה דער הויפט בעל דרשן און דעם שתדלן, פיהל יסורים האט מען זיי אפגעטוהן, 4 יאהר האט זיך געצויגן דער משפט ביז צום סוף האט מען זיי באפרייט. אין יאהר 1747 איז געוועהן אן ענליכע עלילה אין זאסלאוו וואס 5 אידן זיינען געהרגעט געווארן מיט מיתות משונות. און אין יאהר 1760 איז געוועהן אן עלילה אין זיטאמיר. אין יענע יאהר איז אויך געוועהן אן עלילה אין דער שטאט וויסלאוויצי וואס געפונט זיך נעבן לובלין, וואס מ'האט איינגעזעצט די ראשי העדה צוזאמען מיט די רבנים, צום סוף האט מען זיי צושניטען אויף שטיקער און אויפגעהאנגען אלע זאלן דאס זעהן הי"ד. אין יאהר 1790 איז געוועהן אן עלילה אין דער שטאט האראדנא, דער גזר דין איז ארויס צו צו שניידן איין איד אויף 4 חלקים און איהם אויפהענגן. דער קעניג האט נישט געוואלט חתמענען אויף דעם גזר דין, אבער מ'האט איהם נישט געפרעגט און מ'האט מקיים פסק געוועהן און אויפגעהאנגן די 4 חלקים אויף אלע 4 זייטען פון דעם שטאט האראדנא הי"ד.

עלילת דם אין די יאהרן פון 1800-1900 למס'
אין יאהר 1801 למס' איז פארגעקומען אן עלילה אין בוקארעשט וואס געפונט זיך אין ראמעניע, א שרעקליכע פאגראם איז דארט פארגעקומען וואס 128 אידישע נפשות זיינען אומגעקומען. ווייטער איז נאכאמאהל געוועהן אן עלילה אין האראדנא אין יאהר 1816 למס', אבער דורך די השתדלות פון ר' זונדל זאנענבערג האט די ממשלה ארויס געגעבן א יאהר נאך דעם א מודעה אז קיינער זאל זיך נישט ערלויבן צו ארויף לייגן די פאלשע עלילות אויף די אידן כאילו זיי דארפן גויאישע בלוט פאר פסח. נאך 10 יאהר איז ווייטער דארט געוועהן אן עלילה און דעמאלט איז אויך געקומען א באפעהל פון די מלוכה אז מ'זאל מאכען א סוף צו די פאלשע עלילות. אין יאהר 1818 למס' איז פארגעקומען אן עלילה אין דער שטאט וועליז וואס געפונט זיך אין דעם געגענט פון וויטעבסק, דער משפט האט זיך געצויגן פאר איבער 10 יאהר ביז מ'האט באפרייט די אלע וואס מ'האט איינגעזעצט אין געפענגעניש. אין יאהר 1823 איז אין דער שטאט וויטעבסק אויך געוועהן אן עלילה וואס דער משפט האט זיך געצויגן פאר עטליכע יאהר. אין יענע יאהר איז אויך געוועהן א עלילה אין ווארשע. און אין יאהר 1827 אין טעלז, נאך פיהל חקירות ודרישות האט מען אריבער געשיקט דעם משפט צום הויפט געריכט אין ווילנא, ביז ס'איז שפעטער אנגעקומען צום סענאט אין פעטערבורג, און די באשולדיגע זיינען ארויס פריי. אין יאהר 1829 האט מען איינגעזעצט 4 אידן אין דעם שטאט באלסלאוו וואס געפונט זיך אין דעם געגענט פון ריישא, צום סוף האט מען באפרייט די אידן. אין יאהר 1830 איז פאהר געקומען אן עלילה אין דער שטאט נאגי-קאלי וואס געפונט זיך אין אונגארן. דארט איז נעלם געווארן א נוצרישע קינד, מ'האט חושד געוועהן אן אלטער איד פון 100 יאהר אלט דאס ער האט דעם שגץ געשחטען פאר רעליגיעזע צוועקען, ס'איז אפילו געוועהן גויעשע עדות וואס האבן עדות געזאגט אז זיי האבן דאס געזעהן. מ'האט גוזר געוועהן אויף דעם זקן מיתה. אבער דער הויפט ריכטער האט זיך נישט געאיילט מקיים פסק צו זיין, דערווייל האט מען געטראפן דעם שיגעץ לעבעדיגעהייט, און דעם זקן האט מען באפרייט און די פאלשע עדות האט מען איינגעזעצט אין תפיסה פאר 20 יאהר. אין יאהר 1834 איז ווייטער פאהר געקומען אן עלילה אין בוקארעשט. אין יאהר 1839 אין דעם דארף ריעזדאוו וואס געפונט זיך נעבן בוכניא, די 3 אידן וואס מ'האט איינגעזעצט האט מען שפעטער באפרייט. אין יענע יאהר איז אויך געוועהן אן עלילה דער שטאט טארנאוו וואס געפונט זיך אין גאליציע, די אידן וואס מ'האט איינגעזעצט האט מען שפעטער באפרייט דורך דעם באפעהל פון דעם הויפט געריכט.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

בלוט בלבול אין קארפאטן רוס תרצ"א
אטעטשמענטס
1_1280x245.jpg
1_1280x245.jpg (73.28 KiB) געזען 827 מאל
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: עלילות דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”