בן-אחר-בן'ס פון גדולי ישראל
מיר האט אלעמאל אינטערעסירט דער נושא - פון וועליכע גדולי ישראל זענען פארהאן אייניקליך בן אחר בן, ווי הייסען זיי, און ווער זענען זיי? איך האב שוין פון לאנג געזאמלט אין קאפ א לאנגע רשימה פון ידיעות און פראגעס. ענדליך האב איך וואו עס ארויפצושטעלען. [דער נושא רירט אהן אביסל דער נושא פון איין אלטען אשכול: משפחה-נעמען פון רבנים ואדמורי"ם ]
הבעש"ט ומשפחתו
הבעל שם טוב: צו עס איז געבליבן בא"ב'ס פון'ם בעל שם הק' אליינס, בפרט צו די לאנאוויצער רבי'ס זענען געווען בא"ב'ס, איז שוין דא איין אשכול: ר' אהרן רובין מלאנוביץ - בא"ב להבעש"ט
ר' גרשון קיטובער:ווייסט איינער?
ר' יחיאל חתן הבעש"ט: דער ר"ר ברוך'ל האט נאר געהאט טעכטער - ריכטיג? דער דגל האט יא געהאט זיהן - אבער בא"ב'ס איז דא? [אין GENI איז דא איינער וואס האלט זיך פאר א בא"ב פון ר' יעקב יחיאל בן הדגל, אבער די פרטים האבען נישט געשטימט, אלזו פארלאז איך מיך נישט אויף איהם.]
ר' שמחה האראדענקער ח"ר יחיאל: פון ר' נחמן קען נישט זיין קיין בא"ב, פון די אנדערע זיהן - ווייסט איינער? [די קלויזענבורגער שעכטער משפחה?]
פון די אנדערע צוגעקומנע אייניקליך: וויסט איינער?
תלמידי הבעש"ט
המגיד ממעזריטש: דער מלאך איז דאך געווען זיין בן יחיד, דער מלאך ווידער האט געהאט נאר צוויי זיהן, ר' שכנא פאהרובישטשער און ר' ישראל חיים לודמירער. פון ר' שכנא זענען בא"ב לכאורה נאר די רוזשינער פרידמאן'ס, וואל דער הייליגער רוזשינער'ס ברידער האבן דאך נישט איבערגעלאזט קיין קינדער (אבל עיין כאן ). פון ר' ישראל חיים זענען בא"ב די צפת'ער גאלדינבוים'ס. עס זענען אפשר דא אנדערע בא"ב פון ר' ישראל חיים?
תולדות יעקב יוסף: דער תולדות'ס בן יחיד, ר' אברהם שמשון, איז אוועק קינדערלאז. בא"ב פון'ם איידעם, ר' אברהם דוב אויערבאך אב"ד חמעלניק, איז אמאל געווען פיל. איז נאך עפעס געבליבן? [הרה"ג ר' שלמה זלמן איז נישט דעווען קיין בא"ב.]
(המשך יבוא אי"ה)