דעת רביה"ק מסאטמאר איבער די היינטיגע מוסדות סעלעקציעס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

דעת רביה"ק מסאטמאר איבער די היינטיגע מוסדות סעלעקציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישראל »

איך האב מיך שוין לאנג געווינדערט וואס די רבי זכרונו לברכה וואלט געזאגט צו די היינטיגע מוסדות סעלקציעס וואו מען קלייבט זיך מיט קינדער ווי מיט אתרוגים פאר סוכות. די וואך האב איך באקומען מיין אנטווארט אין די ראמען פון "די צייטונג" און דורך נישט קיין אנדערער ווי הרב מנשה פילאף אונטער זיין פסעוודאנים י. מ. סופר.

וועלן מיר איבער געבן דעם ווארט פאר ר' מנשה וואס ער ברענגט פון א בריוו וואס ר' זלמן בינער ז"ל, א מלמד תשב"ר אין די סאטמארער מוסד אין אנטווערפן, האט פארצייכענט בימים ההם ווען ער האט זיך געטראפן מיטן רבין אין שווייץ תשי"ט:

"איך האב געפרעגט(דעם רבין) וואס פארא שטעלונג צו נעמען איבער אריינעמען תלמידים אין די ת"ת וואס זייערע עלטערן שיקן זיי אין די זומער חדשים צו קעמפ "אגודה", און די קינדער קומען דארט צוריק מיט גאר אנדערע מיינוגען אויף אונזער מוסד, וואס אויב וואלטן מיר נישט געווען אנגעוויזן אויף די שטיצע פון די שטאט לייט וואלטן מיר געקענט ארויפצווינגען אויף זיי אונזער מיינוג, אז מען זאל נישט שיקן אין קעמפ אגודה, ווייל פארוואס זאלן מיר זיך פלאגן אויפן חינוך פון אזעלעכע תלמידים וועלכע וועלן מעגליך נאך זיין אונזערע שונאים?

דער רבי האט אונז מסביר געווען אז אפילו מיר וואלטן נישט געווען אנגעוויזן אויף די שטיצע פון אינדרויסן קענען מיר נישט ארויפצווינגען אונזער מיינוג, ווייל אויב די עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער צו קעמפ אגודת ישראל איז זיכער דא אסך אזעלעכע מענטשן (...עפעס פעלט דא). די קינדער פירן נאר אויס זייער עלטערנס באפעל, און אונז טארן מיר נישט דוחה זיין זיין קיין נפשות וואס קומען לערנען אין אונזער ת"ת. "אין לדחות נפשות"!

דער רבי האט אנגעוויזן אז אויך אין אמעריקע נעמען מיר אינגלעך וועלכע זענען געגאנגען מיט א טשופ אויף קאפ, אבער נאכן לערנען אין אונזער חדר ווערן זיי אינגאנצען גענדערט צום גוטן ער ווערט א תלמיד חכם אין א חסיד מער ווי א סאך פון אונזערע. דער עיקר איז אויב וויל דער טאטע שיקן זיין זון צו א סאטמארער מוסד, איז ער שוין נאנט צו אונז בדעה. ווידער אויב וועט אים אונזער חינוך נישט געפעלן, וועט ער ממילא נישט בלייבן מיט אונז, אבער אונז טארן מיר נישט דוחה זיין בידים".

לעכטיגע ווערטער און אזא צייט פון טינקעלקייט.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

דער יוד דעי וואך האט ענדליך אבער קלארער איבער דעי נושא ביי די שמועס מיט הרב אהרן פאללאק ז"ל
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז א גרויסע חילוק פון אמאל און היינט אמאל ווער פלעגט ווילן קומען אין חדר? ווער עס האט געוואלט זיין א ערליכע איד, איי ער האט געוויסט א זקיינער גייט גארנישט זאגן אויב ער גייט אין קאלידש, אבער ער האט געוואלט זיין ערליך, סא הגם ער איז נאך נישט געווען אין די מדרגה וואס מען דארף האט ער געוויסט אז ער וועט לערנען ביי אונז וועט ער שוין ווערן א מענטש
משא"כ היינט צו טאג'ס איז דא מאנכע וואס גייען אין חדר נאר ווייל עס פאסט ניטש צו גיין אין פאבליק סקול. ווייל מען שעמט זיך, אזעלכע קינדער טאר מען נישט לאזען אין חדר ווייל זיי זענע שורש פורה ראש ולענה און אך אין וויי ווען איינער חבר'ט זיך מיט זיי,
עטליעסט מיין רבי האלט און איין זאגען, [טראכט וועלכע דו ווילסט] יעדע בחור וואס מען כאפט מיט א סמארט פאון זאל מען טראסקענען פון ישיבה, די זעלבע אויב די שטוב טויגט נישט זאל מעןו נישט אנעמען די קינדער, ער האט שוין אסאך מאל געזאגט אז נישט ווייל ער וויל איינטיילען וואס מען זאל טוען אונדעהיים נא רווייל ער וויל ראטעווען אינזערע דורות זאלן זיך נישט חבר'ן מיט פרות פון א שטוב מיט א קאמפיוטער, ווייל היות די פנימיות איז היינט אזויפיל שוואכער ווי 60 יאר צירוק האט ליידער די שוואכע די אויבערהאנט אויף די גוטע.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישראל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: משא"כ היינט צו טאג'ס איז דא מאנכע וואס גייען אין חדר נאר ווייל עס פאסט ניטש צו גיין אין פאבליק סקול. ווייל מען שעמט זיך, אזעלכע קינדער טאר מען נישט לאזען אין חדר ווייל זיי זענע שורש פורה ראש ולענה און אך אין וויי ווען איינער חבר'ט זיך מיט זיי,

מן הסתם 99 פארצענט קינדער וועם מען מאכט פראבלעמען אנצונעמען אין מוסדות וואלטן ווען נישט געגאנגען אין פאליק סקול אפילו עס פאסט ווען יא.

סאדאם חוסעין האט געשריבן: עטליעסט מיין רבי האלט און איין זאגען... די זעלבע אויב די שטוב טויגט נישט זאל מעןו נישט אנעמען די קינדער, ער האט שוין אסאך מאל געזאגט אז נישט ווייל ער וויל איינטיילען וואס מען זאל טוען אונדעהיים נא רווייל ער וויל ראטעווען אינזערע דורות זאלן זיך נישט חבר'ן מיט פרות פון א שטוב מיט א קאמפיוטער, ווייל היות די פנימיות איז היינט אזויפיל שוואכער ווי 60 יאר צירוק האט ליידער די שוואכע די אויבערהאנט אויף די גוטע.

עס קוקט מיר אויס אז דיין רבי איז מחולק מיט סאטמארער רב, די תירוץ מיט שוואכע דורות וכו' וכו' איז א שוואכע דוחק.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

בן ישראל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: משא"כ היינט צו טאג'ס איז דא מאנכע וואס גייען אין חדר נאר ווייל עס פאסט ניטש צו גיין אין פאבליק סקול. ווייל מען שעמט זיך, אזעלכע קינדער טאר מען נישט לאזען אין חדר ווייל זיי זענע שורש פורה ראש ולענה און אך אין וויי ווען איינער חבר'ט זיך מיט זיי,

מן הסתם 99 פארצענט קינדער וועם מען מאכט פראבלעמען אנצונעמען אין מוסדות וואלטן ווען נישט געגאנגען אין פאליק סקול אפילו עס פאסט ווען יא.

סאדאם חוסעין האט געשריבן: עטליעסט מיין רבי האלט און איין זאגען... די זעלבע אויב די שטוב טויגט נישט זאל מעןו נישט אנעמען די קינדער, ער האט שוין אסאך מאל געזאגט אז נישט ווייל ער וויל איינטיילען וואס מען זאל טוען אונדעהיים נא רווייל ער וויל ראטעווען אינזערע דורות זאלן זיך נישט חבר'ן מיט פרות פון א שטוב מיט א קאמפיוטער, ווייל היות די פנימיות איז היינט אזויפיל שוואכער ווי 60 יאר צירוק האט ליידער די שוואכע די אויבערהאנט אויף די גוטע.

עס קוקט מיר אויס אז דיין רבי איז מחולק מיט סאטמארער רב, די תירוץ מיט שוואכע דורות וכו' וכו' איז א שוואכע דוחק.

איך מיין נישט צוזאגען עכט געגאנגען, נאר אז זיי זענען א איד נאר וועגן פעיר פרעשער נישט ווייל זיי ווייסען וואס מיינט די זכיה פון זיין א איד, זייי וואלטען זיך געפרייט צו ווערן געבוירען ביי א גוי, ליידער איז עס מער ווי איין פראצענט און ליידער אפילו מער ווי צעהן פראצענט,
מיין רבי ווייסט אויך פון סאטמער רב, נאר ער האלט אז דאס איז סאטמער רבי'ס מיינונג כהיום יום
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעלות »

לכבוד הר' סאדאם
דיין ארויסהאבן דעם צדיק אמת זעהט אויס ווי איינער זאל זאגן אז דער אמרי חיים זצ"ל האט פיינט געהאט חאניאקישע יונגעלייט.... אדער זאל זאגן אז דער הייליגער סקווירא רבי זצ"ל האט ממאס געוועהן פארצייטישקייט... איך וויל דיר זאגן איך האב א חבר ג. פון בארא פארק וואס זיין טאטע איז א נעפיו פון ר' ש. וו. ז"ל וואס פון די מעשה וואס ער פארציילט פונעם צדיק אמת זי"ע שטימט אינגאנצען נישט מיט דיינע החלטות. א וואלט ווען געקענט שרייבן גאנצע בלעטער פון די נושא פונעם צדיק אמת זצ"ל וואס איך האב געהערט פון די ערשטע תלמידים דא אין אמעריקא אזוי ווי ר' א. י. זאל זיין געזונט און נאך נאר אזוי ווי עס איז דא א גרויסע עולם דא וואס ליידן אויף allergy אויף יעדע זאך וואס האט צוטוען מיט דעם צדיק אמת איז בעסער נישט צו שרייבן. און איך וועל עס לאזן ביי דעם...
לעצט פארראכטן דורך מעלות אום מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרב מעלות, איר קענט אזוי גוט זיין נישט מזכיר זיין קיין נעמען, שכוח
מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעלות »

איר זענט א 100 פראצענט גערעכט איך האב פשוט געוואלט מודיע זיין אז מענטשן פון אמאל געדענקן די זאכן און מ'קען נישט טוישן פאקטן ווייל היינט איז שווערע צייטן. נ.ב. איך ווייס נישט ווי אזוי מ'מעקט אויס אדרבה ווער עס קען אויסמעקן די נעמען וועל איך נישט זיין ברוגז ייש"כ
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

היינט איז דא נאך א פראבלעם, אז פיל פון די שוואכערע זענען נישט גרייט אנצונעמען דעם חינוך סיסטעם אין אונזערע מוסדות, די אור-אלטע אידישע וועגן ווי אזוי אונזערע מלמדים דיסציפלינירן קינדער, איז ביי זיי אפגעפרעגט צוליב וואס זיי האבן זיך אנגעליינט און אנגעהערט פון אנדערע מקורות.

דעריבער איז דא א שוועריגקייט צו דיסציפלינירן זייערע קינדער, און אויב האט א מלמד יא געטוהן וואס ער דארף, איז ער עלול זיך צו טרעפן אין תפיסה, קיין איין מוסד וויל נישט און איז נישט מחוייב זיך אריינצולייגן אין פעקל.

פיל מאל זענען אזעלכע קינדער אויך ספעציעלע מחוצפים, זיי גייען אנגעטוהן מיט שטאלצקייט, זיי פרעסן זיך אן מיט צוקער און אלע נאש, און דערנאך זאל מען זיי אויך נישט קענען באגרעניצן, דאס איז א חורבן פארן גאנצן קלאס.

ווי האט א מלמד מיר געזאגט, דעם יאר קען איך נישט געבן קיין פעטש אין חדר, איין אינגל האט באקומען אמאל א פאטש, אויף צומארגנס איז זיין טאטע מיר געקומען באזוכן אין חדר, מיט א וכו' וכו', זייט דעמאלט קען איך אויך נישט שלאגן אנדערע קינדער, ווייל אויב יאנקי מעג פארוואס זאל מוישי נישט מעגן, און אזוי שפירט אז זיין יאר איז אין א שווערן מצב.

א מלמד מוז אפשר נישט שטענדיג שלאגן, אבער ער מוז שטענדיג 'קענען שלאגן', און דעמאלט דארף ער ווייניגער שלאגן.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8995
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך שרייב די תגובה אויב די רעדע איז וועגן תקנת המוסדות, אויב רעדסטו וועגן שוואכע און בעסערע האב איך גארנישט געזאגט
מ'קוקט אריין אין די משנה אין אבות שטייט דארט אזוי, הוא היה אומר, בן חמש שנים למקרא, בן עשר למשנה, בן שלש עשרה למצות, בן חמש עשרה לתלמוד.
איינער טוט היינט אזוי? ניין, פארוואס? א בפירושע משנה? רעדן שוין אלע מפרשים דערפון ס'איז אנדערע צייטן שוואכערע דורות און מ'דארף עס אהערשטעלן ס'זאל זיין ראוי פארן היינטיגן דור
צו נעמען דעת קדשו פון רבין ז"ל וואס ער האט געהאלטן בנוגע אננעמען קינדער אין מוסדות פאר 50 60 יאר צוריק - ווען מ'האט געהאלטן נאך א מלחמה, און מ'האט געדארפט צוריקשטעלן אידישקייט - און עס צושטעלן אז מ'דארף היינט אויך אזוי טון איז לענ"ד אבסורד.
איך וועל נוצן די ווערטער וואס דער רבי ז"ל דער ברך משה פלעגט אלעמאל זאגן "לאמיר זיך צומאכן די אויגן און טראכטן אויף א אמת, וואס דער רבי ז"ל וואלט היינט געזאגט", יעדער זאל טראכטן ביי זיך באמת, דער רבי וואלט געהאלטן אז מ'זאל יא אננעמען אין מוסד א קינד וואס דער טאטע דרייט זיך מיט אלע טריפה'נע כלים? ווען א קינד קומט אין חדר און דערציילט ער האט נעכטן מיטגעהאלטן אויפן קאמפיוטער א קאמאנדא אקציע, צו א דעבאטע פון טראמפ מיט קלינטאן (נאר א משל), וואלט דער רבי געהאלטן אז מ'זאל האלטן אזא קינד אין חדר? א קינד וואס ביי זיי אינדערהיים איז דא די כלים, וואס דאס מיינט אז ער איז עלול צו זען דאס ערגסטע, און דערנאך פארדארבן א גאנצע חדר (וכבר הי' לעולמים) וואלט די רבי געזאגט אז מ'זאל אים האלטן?
איך ווייס נישט, אבער אינטערעסאנט, די וואס האלטן אז יא, דער רבי וואלט געזאגט האלטן דעם קינד, די האבן נישט קיין פראבלעם מיט אנדערע צענדליגע הוראות פון רבין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אקעי די אשכול איז נעקסט......
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מי יודע האט געשריבן: [
איך ווייס נישט, אבער אינטערעסאנט, די וואס האלטן אז יא, דער רבי וואלט געזאגט האלטן דעם קינד, די האבן נישט קיין פראבלעם מיט אנדערע צענדליגע הוראות פון רבין

דו ווילסט איך זאל מיך נעמען צי די ווערטער???
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מי יודע האט געשריבן: איך שרייב די תגובה אויב די רעדע איז וועגן תקנת המוסדות, אויב רעדסטו וועגן שוואכע און בעסערע האב איך גארנישט געזאגט
איך וועל נוצן די ווערטער וואס דער רבי ז"ל דער ברך משה פלעגט אלעמאל זאגן "לאמיר זיך צומאכן די אויגן און טראכטן אויף א אמת, וואס דער רבי ז"ל וואלט היינט געזאגט", יעדער זאל טראכטן ביי זיך באמת, דער רבי וואלט געהאלטן אז מ'זאל יא אננעמען אין מוסד א קינד וואס דער טאטע דרייט זיך מיט אלע טריפה'נע כלים? ווען א קינד קומט אין חדר און דערציילט ער האט נעכטן מיטגעהאלטן אויפן קאמפיוטער א קאמאנדא אקציע, צו א דעבאטע פון טראמפ מיט קלינטאן (נאר א משל), וואלט דער רבי געהאלטן אז מ'זאל האלטן אזא קינד אין חדר? א קינד וואס ביי זיי אינדערהיים איז דא די כלים, וואס דאס מיינט אז ער איז עלול צו זען דאס ערגסטע, און דערנאך פארדארבן א גאנצע חדר (וכבר הי' לעולמים) וואלט די רבי געזאגט אז מ'זאל אים האלטן?

איינער קען דא היסטאריע? בשעת ווען מען האט פארפירט קעגן טעלעוויזשאן, האט מען געווארפן קינדער????
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

יהיה כן האט געשריבן: quote]
איינער קען דא היסטאריע? בשעת ווען מען האט פארפירט קעגן טעלעוויזשאן, האט מען געווארפן קינדער????

איך האב דאס געוואלט פרעגן.
ס'איז דא כמה מעשיות פון קינדער וואס זענען אהיימגעקומען פון חדר און, ע"פ די אונווייזונג פונעם מלמד, האבן זיי איבערגעדרייט די שטוב, ווייל ס'איז געווען דארט א טעלעוויזשאן......
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו(משלי י"ט ג')
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: quote]
איינער קען דא היסטאריע? בשעת ווען מען האט פארפירט קעגן טעלעוויזשאן, האט מען געווארפן קינדער????

איך האב דאס געוואלט פרעגן.
ס'איז דא כמה מעשיות פון קינדער וואס זענען אהיימגעקומען פון חדר און, ע"פ די אונווייזונג פונעם מלמד, האבן זיי איבערגעדרייט די שטוב, ווייל ס'איז געווען דארט א טעלעוויזשאן......

איז שוין אלעס פארענטפערט, אז אויב האבן די מלמדים געהאט די שטארקייט צו מרמז זיין פאר די קינדער וואס זיי דארפן טוהן, איז טאקע נישט קיין פראבלעם אריינצונעמען וועמען עס איז, אבער היינט איז דער מצב נישט אזוי, אך און וויי צו א מלמד וואס א קינד וועט עפעס טוהן אינדערהיים, זאגנדיג א האלבן ווארט אז ער האט אזוי פארשטאנען פון זיין רבי.

אויך איז נישט דא די יראת שמים פון די אלטע מלמדים, וואס ווען זיי האבן גערעדט איבער אן ענין איז עס געווען פון טיפן הארצן אז עס איז אריין אין די קינדער.
אם לא עכשיו אימתי
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

מי יודע האט געשריבן: איך שרייב די תגובה אויב די רעדע איז וועגן תקנת המוסדות, אויב רעדסטו וועגן שוואכע און בעסערע האב איך גארנישט געזאגט
מ'קוקט אריין אין די משנה אין אבות שטייט דארט אזוי, הוא היה אומר, בן חמש שנים למקרא, בן עשר למשנה, בן שלש עשרה למצות, בן חמש עשרה לתלמוד.
איינער טוט היינט אזוי? ניין, פארוואס? א בפירושע משנה? רעדן שוין אלע מפרשים דערפון ס'איז אנדערע צייטן שוואכערע דורות און מ'דארף עס אהערשטעלן ס'זאל זיין ראוי פארן היינטיגן דור
צו נעמען דעת קדשו פון רבין ז"ל וואס ער האט געהאלטן בנוגע אננעמען קינדער אין מוסדות פאר 50 60 יאר צוריק - ווען מ'האט געהאלטן נאך א מלחמה, און מ'האט געדארפט צוריקשטעלן אידישקייט - און עס צושטעלן אז מ'דארף היינט אויך אזוי טון איז לענ"ד אבסורד.

פאר איך נעם ערענסטע דיינע רייד, וויל איך דיר פרעגן, דיין ארגומענט איז אויך גילטיג לקולא?? ווי די משל פון די משנה, אדער נאר דרייען לחומרא ווי עס שמעקט דיר...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

משל למה הדבר דומה
איינער זעהט היינט תשע"ו, א איד מחלל שבת זיין, נעמט ער א האק און ממית'ט עם אויפן פלאץ
פרעגט מען דעם רוצח, העי, בזמן שביהמ"ק היה קיים האט מען געדארפט עדים והתראה, דיני נפשות דארף א בית של שבעים ואחד,
ענטפערט ער, נעה, דאס איז נאר געווען בזמן הבית, אבער היינט איז שווערע צייטן, אויב איינער קאפערירט נישט אזוי מיט די תורה, איז דאך א סכנה אז אנדערע וועלן זיך לערנען פון אים, אראפ מיטן קאפ אויפן פלאץ,
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: quote]
איינער קען דא היסטאריע? בשעת ווען מען האט פארפירט קעגן טעלעוויזשאן, האט מען געווארפן קינדער????

איך האב דאס געוואלט פרעגן.
ס'איז דא כמה מעשיות פון קינדער וואס זענען אהיימגעקומען פון חדר און, ע"פ די אונווייזונג פונעם מלמד, האבן זיי איבערגעדרייט די שטוב, ווייל ס'איז געווען דארט א טעלעוויזשאן......

איז שוין אלעס פארענטפערט, אז אויב האבן די מלמדים געהאט די שטארקייט צו מרמז זיין פאר די קינדער וואס זיי דארפן טוהן, איז טאקע נישט קיין פראבלעם אריינצונעמען וועמען עס איז, אבער היינט איז דער מצב נישט אזוי, אך און וויי צו א מלמד וואס א קינד וועט עפעס טוהן אינדערהיים, זאגנדיג א האלבן ווארט אז ער האט אזוי פארשטאנען פון זיין רבי.

אויך איז נישט דא די יראת שמים פון די אלטע מלמדים, וואס ווען זיי האבן גערעדט איבער אן ענין איז עס געווען פון טיפן הארצן אז עס איז אריין אין די קינדער.

האט מען אמאל געפרעדיגט אז די טאטעס זענען שקצים??? אז די כלי וואס די טאטע האט איז מוקצה און מען דארף זיך עקלען פון עם....


א מלמד א יראת שמים וואס לערנט אויס אז די כלים זענען פאר ביזנעס און וויבאלד מען האט עס שוין קוקט מען נייעס און קליפ'ס אבער אונז קינדער און בחורים 'וואס האבן די זכי' צו זיין בני תורה' זאלן נישט קוקען דערויף און איידל זאגן פאר'ן טאטע אז דו 'אלס בן תורה' ווילסטו נישט האבן קיין שייכות דערמיט.

הרב חיים אר' בראווער ז''ל פלעגט ארבייטן מיט אזא סארט מהלך, מיט א איידלקייט.

דאס מאכן א מחלוקת מיט די טאטע איז די ארגסטע...

שוין לאנג נישט געווען א דור וואס זאל אזוי לעכצען נאך רוחניות ווי היינט, אבער פארשטייט זיך ' מיט די היינטיגע מהלך' קענסטו לייכט געווינען די עלטערן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8995
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: איך שרייב די תגובה אויב די רעדע איז וועגן תקנת המוסדות, אויב רעדסטו וועגן שוואכע און בעסערע האב איך גארנישט געזאגט
איך וועל נוצן די ווערטער וואס דער רבי ז"ל דער ברך משה פלעגט אלעמאל זאגן "לאמיר זיך צומאכן די אויגן און טראכטן אויף א אמת, וואס דער רבי ז"ל וואלט היינט געזאגט", יעדער זאל טראכטן ביי זיך באמת, דער רבי וואלט געהאלטן אז מ'זאל יא אננעמען אין מוסד א קינד וואס דער טאטע דרייט זיך מיט אלע טריפה'נע כלים? ווען א קינד קומט אין חדר און דערציילט ער האט נעכטן מיטגעהאלטן אויפן קאמפיוטער א קאמאנדא אקציע, צו א דעבאטע פון טראמפ מיט קלינטאן (נאר א משל), וואלט דער רבי געהאלטן אז מ'זאל האלטן אזא קינד אין חדר? א קינד וואס ביי זיי אינדערהיים איז דא די כלים, וואס דאס מיינט אז ער איז עלול צו זען דאס ערגסטע, און דערנאך פארדארבן א גאנצע חדר (וכבר הי' לעולמים) וואלט די רבי געזאגט אז מ'זאל אים האלטן?

איינער קען דא היסטאריע? בשעת ווען מען האט פארפירט קעגן טעלעוויזשאן, האט מען געווארפן קינדער????

דו האלטסט טאקע אז אינטערנעט איז נאר טעלעוועזיע?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: איך שרייב די תגובה אויב די רעדע איז וועגן תקנת המוסדות, אויב רעדסטו וועגן שוואכע און בעסערע האב איך גארנישט געזאגט
איך וועל נוצן די ווערטער וואס דער רבי ז"ל דער ברך משה פלעגט אלעמאל זאגן "לאמיר זיך צומאכן די אויגן און טראכטן אויף א אמת, וואס דער רבי ז"ל וואלט היינט געזאגט", יעדער זאל טראכטן ביי זיך באמת, דער רבי וואלט געהאלטן אז מ'זאל יא אננעמען אין מוסד א קינד וואס דער טאטע דרייט זיך מיט אלע טריפה'נע כלים? ווען א קינד קומט אין חדר און דערציילט ער האט נעכטן מיטגעהאלטן אויפן קאמפיוטער א קאמאנדא אקציע, צו א דעבאטע פון טראמפ מיט קלינטאן (נאר א משל), וואלט דער רבי געהאלטן אז מ'זאל האלטן אזא קינד אין חדר? א קינד וואס ביי זיי אינדערהיים איז דא די כלים, וואס דאס מיינט אז ער איז עלול צו זען דאס ערגסטע, און דערנאך פארדארבן א גאנצע חדר (וכבר הי' לעולמים) וואלט די רבי געזאגט אז מ'זאל אים האלטן?

איינער קען דא היסטאריע? בשעת ווען מען האט פארפירט קעגן טעלעוויזשאן, האט מען געווארפן קינדער????

דו האלטסט טאקע אז אינטערנעט איז נאר טעלעוועזיע?

עס איז פון איין זייט ערגער, און פון איין זייט בעסער, (שמועס עס אליינס אויס, כ'האב נישט קיין געדולד און קיין צייט מאריך זיין), אבער דיינע גזירה שוה'ס און גאונות לדון בדיני נפשות אזוי פון ארבל ארויס, איז ממש געוואלדיג!!
ולגופו של ענין, הרבה יש להאריך, ווענד זיך יעדער פאל באזונדער, סתם שיסן סטעיטמענטס און החלטות באופן כללי איז וואנזיניג
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 6:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7318
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דאן האט מען אויסגעלערנט די קינדער צו ממאס זיין אין אומאויסגעהאלטענע זאכען, היינט איז עס אז מען זאגעט דעם קינד אז "יענער" איז א שייגאץ. די טעלעוויזיע איז דאן געווען אסור, אבער קיין איין קינד האט ניטאמאל געקלערט פון נעמען "שומרים" קארטלעך און גיין אויף דעם וועג.
אמאל האט מען געבויעט דאס קינד, בשעת היינט דערנידערט מען ווער עס גייט נישט אין שפאן.
אמאל האט מען דיך אויסגעלערנט אז דו ביזט עפעס מער אוואו א טעלעוויזיע קוקער. היינט ביזטו נישט בעססער, נאר מען זאגט אז דער אנדערער איז א שייגאץ.
אמאל האט מען נישט געלאזט דאס קינד גיין צו איינעם מיט א טעלעוויזיע אינדערהיים, און אין חדר איז דאס קינד געווען שווה עם חביריו. היינט זוכט מען אויף וועם אנצעגיסן געמויזעכטס, אזוי אום צו קענען זאגען אז מען היט אויף דעם פך שמן הטהור.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3038
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך זעה אז דער אשכול שטייט אויף שוועל פון פארשפארט ווערן,
איך זעה אויך אז יעדעס מאל אין די צייט פון יאר ווען מ'רעגעסטרירט קינדער אין די חדרים ווערט אזא שמועס, נאר יעדעס מאל מיט א אנדערע קעפל,

למעשה, דער מצב היינט ביי אונז איז זייער פשוט, דער פירוד פון די פרומע עלעמענט מיט די מער פשוט'ע טייל ווערט אלץ גרעסער און גרעסער, די סיבה דערצו איז ווייל די עקסטרעמיסטן שרייען הויעך, און זיי זענען מרחק דעם פשוט'ן אידן, און דער סימפל פרומער איד האט פאר זיך 2 אפציעס אדער ריקט ער זיך צום פרומער /עקסטרעמיסט, אדער צום שוואכן איד וועלכע איז שוואכער געווארן ברוב הימים צוליב די רדיפות פון די עקסטרעמיסטן / פרומער, דער שוואכער מוז צוריק פייטן, און צייגן אז ער איז נישט סתם אבי ווער, קומט ער ארויס מיט זיינע הנחות שטערקער און שרייט אז די פרומע זענען רשעים, מ'קלויבט קינדער, מ'העצט די קינדער קעגן טאטעס, (כאטש די טענות זענען גאנץ גערעכט), אבער היות ער באקומט א געוויסע כח, מוז דער פרומער אים צוריק שלאגן,

ווער פאלט א קרבן, די פשוט'ע פיינע "ערליכע" פרומע איד, ווייל ער מוזן זיין א בוחר בטוב, מוז ער זיך ריקן צום פרומער לאגער, באקומען יעצט די פרומער נאך א טייל אידן וואס אט די אידן מוזן בע"כ ענפערן זייערע שטיק, ווייל אז נישט פאלט ער צום שוואכן טייל,

איך גלייב אז ווייניג מענטשן וועלן כאפן וואס איך האב דא געשריבן, אבער דאס איז זייער פשוט, אז דער "געפ" צווישן די 2 קלאסן ביי אונזער ציבור ווערט גרעסער, דער פרומער ווערט פרומער און פרומער (אדאנק עקסטרעמיזום), און דער שוואכער ווערט שוואכער, צוליב הטעמים הנ"ל, און אט דאס איז דער ביטערע גורם פאר די קלויבעריי פון קינדער,
ודו"ק כי עמוק הוא
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

;l;p-שאץ מאץ
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2791
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שאץ;l;p-

זייער קלאר ארויסגעברענגט.
די פרומע וויבאלד עפטער אלל אדוואקירן זיי פאר פרומקייט האבן זיי די אויבערהאנט אז די אינסטיטוציעס זאלן זיך צושטעלן צו זייער סטאנדארט, כאטש וואס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט מען נישט געחלומט פון אזוינע אכשור דרא שטאף, נאכדערצו אז דאס זאל ווערן דער כור המבחן צו די ביזט 'עפראווד' אין די הייליגע מעין סטריעם סאסייעטי אדער דו באלאנגסט צו די 'אנדערע'.

ס'איז א כלליותדיגע נושא, און ס'איז שווער אנצוצייגן אויף די אדער יענע ספעציפישע זאך, ס'איז ענדערש די כלליותדיגע עטיטוד פונעם ציבור.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8995
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שאץ מאץ האט געשריבן: איך זעה אז דער אשכול שטייט אויף שוועל פון פארשפארט ווערן,
איך זעה אויך אז יעדעס מאל אין די צייט פון יאר ווען מ'רעגעסטרירט קינדער אין די חדרים ווערט אזא שמועס, נאר יעדעס מאל מיט א אנדערע קעפל,

למעשה, דער מצב היינט ביי אונז איז זייער פשוט, דער פירוד פון די פרומע עלעמענט מיט די מער פשוט'ע טייל ווערט אלץ גרעסער און גרעסער, די סיבה דערצו איז ווייל די עקסטרעמיסטן שרייען הויעך, און זיי זענען מרחק דעם פשוט'ן אידן, און דער סימפל פרומער איד האט פאר זיך 2 אפציעס אדער ריקט ער זיך צום פרומער /עקסטרעמיסט, אדער צום שוואכן איד וועלכע איז שוואכער געווארן ברוב הימים צוליב די רדיפות פון די עקסטרעמיסטן / פרומער, דער שוואכער מוז צוריק פייטן, און צייגן אז ער איז נישט סתם אבי ווער, קומט ער ארויס מיט זיינע הנחות שטערקער און שרייט אז די פרומע זענען רשעים, מ'קלויבט קינדער, מ'העצט די קינדער קעגן טאטעס, (כאטש די טענות זענען גאנץ גערעכט), אבער היות ער באקומט א געוויסע כח, מוז דער פרומער אים צוריק שלאגן,

ווער פאלט א קרבן, די פשוט'ע פיינע "ערליכע" פרומע איד, ווייל ער מוזן זיין א בוחר בטוב, מוז ער זיך ריקן צום פרומער לאגער, באקומען יעצט די פרומער נאך א טייל אידן וואס אט די אידן מוזן בע"כ ענפערן זייערע שטיק, ווייל אז נישט פאלט ער צום שוואכן טייל,

איך גלייב אז ווייניג מענטשן וועלן כאפן וואס איך האב דא געשריבן, אבער דאס איז זייער פשוט, אז דער "געפ" צווישן די 2 קלאסן ביי אונזער ציבור ווערט גרעסער, דער פרומער ווערט פרומער און פרומער (אדאנק עקסטרעמיזום), און דער שוואכער ווערט שוואכער, צוליב הטעמים הנ"ל, און אט דאס איז דער ביטערע גורם פאר די קלויבעריי פון קינדער,
ודו"ק כי עמוק הוא

גאר גוט געזאגט, אבער אז דו האסט שוין די שופר אין די האנט לאז אונז נישט איבער, לאמיר הערן דיין מיינונג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”