א גילוי!! - אום 3:30 גייען מיר אויסרופן וואס די 'היסטארישע' באלוינונג פאר די פארמעסט געווינער - נתגלה!
אבער...
מיר נעמען נאך אן די דעת הקהל... נעמט די אנקעטע!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אור מופלא האט געשריבן: איז דאס וואס איך וויל:
אויף דעם דאנערשטאג צוועלעף אזייגער מיטאג, בין איך פאררופן אויף אנערקענונג מיטינג אין אפיס פון וועם? לכאורה וויכי. היות זיי זענען פארשלעפטע מנהלים, און זיי וועלן שפעטיגן, ווילן זיי דאך נישט איך זאל ווארטן אינדרויסן אין די היצן, סאו זיי שיקן מיר די אפיס'ס שליסל דורכן פאסט. איך קום אהן, קלאפ איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל און נאכאמאל וכו'. קיין ענטפער.
נעם איך ארויס דעם שליסל, און א דריי אהער און אהין, כ'בין אינעווייניג.
די קאמפיוטערס זענען געבליבן אפן. און אין דער האלבע שעה וואס כ'ווארט אויף זיי, מעק איך גאר שנעל אלע תגובות פון מיינע קעגנערס. כ'שפאר אפ לעולם ועד פיר פינעף שטיק, און כ'טויש אפאר גרינע חברה צו פשוטע בלויע. כ'מעק אין א האלבע שעה, וואס אנדערע מעקן אין צוועלעף שעה.
נאכן מעקן אלס, עפן איך שנעל א ספעציעלע פארום פאר מיר. די הויפט בלאט ענטהאלט: נייעס, זשורנאל, קרעטשמע, אור מופלא, פארברענגן, היכל הנגינה און וכו'.
אין קרעטשמע, געב איך אזא פראדוציר א רעדאקטער פאזיציע פאר פאעזיע און גראמען, און כ'שטעל מיר דארטן ארויף.
אה, כ'הער שוין פוס טריט, אין אן אויגן בליק גיי איך אריין אין די פינאנסן אפטיילונג, ווי די רווחים פון אייוועלט'ס עדווערטייזמענטס ווערן צוטיילט אוטומאטיש פופציג פופציג צו לכאורה און וויכי'ס באנק קאנטעס, און כ'לייג שנעל אריין מיינס אויך, געבנדיג 45 פאר לכאורה און 45 פאר וויכי און 10 פאר מיר.
די טיר עפנט זיך, כ'עפן א ספר'ל און קוים וואס איך באמערק זיי פון גרויס פארטיפונג דערין... לכאורה און וויכי, מיט צוויי אנדערע אונטער זיי. איינער אינטרודוסט זיך אלס הערשי וויינבערגער און די אנדערע אלס אלי' יואל גליק.
אלי' יואל פרעגט צו כ'לאז מיין ארטיקל זיין די קאווער ארטיקל פארן בעפארשטייענדע סוכות מאמענט אויסגאבע, און הערשי פרעגט איידל, צו ער מעג מאכן א ניגון אויף מיינע ליריקס. כ'בין מסכים גערן, נאכן באקומען 1000 דאללער פון מאמענט און 500 דאללער פון הערשי.
דערנאך באקום איך אן ענוועלאופ פון וויכי, וואס ענטהאלט א גע'חתמ'עטע צעטל פון די גבאי אין מיין שוהל, אז איך זיץ דעם ר"ה ויו"כ הארט לעבן דיין שליט"א, די מערסטע מזרח שייך.
גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן: איז אזוי: עס איז נישט דא קיין באלוינונג. געוואונען פארזיך איז א באלוינונג!
גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן: איז אזוי: עס איז נישט דא קיין באלוינונג. געוואונען פארזיך איז א באלוינונג!
ר' זעקל האט געשריבן: קאלאוער!!!!!!!!!!!!!!!!
חחחחחחחחחח
גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן: איז אזוי: עס איז נישט דא קיין באלוינונג. געוואונען פארזיך איז א באלוינונג!
פעיק ניוז האט געשריבן: אין שום יאוש בעולם כלל!!!!!