קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען לעדי ש. האט באשטעלט א דעליווערי פעקעדזש אויף עמאזאן, און זעענדיג דעם דעליווערי דאטום איז איר (ווידעראמאל) שווארץ געווארן פאר די אויגן.

דאס פעקל האט געדארפט אנקומען צו איר הויז יאנואר 6. זעענדיג דעם דאטום איז איר שלעכט געווארן, און זי האט זיך אנגעהויבן נישט גוט צו שפירן. זי איז געווען געצווינגען צו קענסלען דעם פראדוקט כדי נישט צו דארפן מער זען דעם דאטום.

איר 'לעבנסגעשיכטע' איז באלד פארשפרייט געווארן, אזוי שנעל ווי די קאולע/בילבאורד סטארי, און זי איז גערופן געווארן צו געבן לייוו אינטערוויוס אויף פראמינענטע נייעס סטאנציעס. זי האט לעבעדיג געשילדערט אירע געפילן אז זי האט ממש געהאלטן ביים זיך נעמען דאס לעבן, זי איז אויסגערימט געווארן אלס העלדישע און בראווע פרוי בלויז פארן זיך וועלן נעמען ס'לעבן, אזש זי האט שוין פלענער צו לויפן אויף א זיץ אין קאנגרעס אדער זיך טאקע נעמען דאס לעבן, איינע פון די צוויי פאפולערע אפציעס.

ווי א קייט רעאקציע האבן נאך פילע פרויען זיך געלאזט אינטערוויוען, וואס האבן מיטגעלעבט ענליכע סיטואציעס. אנדערע האבן זיך אויסגעדרוקט אז זינט יאנואר 6 קענען זיי נישט געהעריג שלאפן ביינאכט נאכן שלאפן א גאנצן טאג, אנדערע האבן פראבלעמען אז דאס עסן קומט ארויס א טאג שפעטער, אבער עס האט זיך ארויסגעוויזן א שרעקליכער בילד, אז גאר אסאך אמעריקאנער - בעיקר טונקלהויטיגע איבערוואגיגע פרויען - ליידן פון יאנואר 6 קאשמארן.

א באריכט ווייזט נאך מער, אז די סימפטאמען דערקענט זיך אמערסטנס ביי פול טיים CNN וואטשערס, ווי אויך ביי מענטשן וואס זענען פול טיים אנעמפלויד און האלטן אז ביידן האט געמאכט א גוטן דזשאב אין אפגאניסטאן.

פאוטשי אייסערט זיך אז זיין וואקסין העלפט אויך קעגן דעם גייסטישן מחלה. וויבאלד די קעפיטאל ראיאטן זענען געווען א דירעקטע רעזולטאט פון טראמפ'ס 2020 פארלוסט, וואס איז א דירעקטע רעוזלטאט פון קאוויד. אבער אין פאקט זענען די שפיטאליזאציעס אין גייסטישע אנשטאלטן ביי מאקסימום קאפאציטעט אין בלויע שטאפלען, און מען האט נאר געזען די גייסטישע סימפטאמען ביי וואקסינירטע.

"די נומערן זענען שוידערליך" זאגט א צופימפלטע פרוי פון ווערמאנט, ווי ווען גאנץ אמעריקע וואלט געווארט אויף איר באשטעטיגונג. די פחד איז גרויס אז די צאל אנגעשטעקטע וועט ערגער ווערן, מי יודע מה יולד יום.

אויפ'ן רוף פון פעלאוסי און אנדערע מצורעים און מכשיפות פון וואשינגטאן וואס וואלטן קיינמאל נישט געטראפן קיין דזשאב ווען נישט קאנגרעס, האט קאנגרעס אנגעהויבן אריינצוקוקן אין לעזונגען וויאזוי אפצושטעלן דעם מגיפה און ברענגען א סוף צום יאנואר 6 קאשמאר.

"ווער נעמט אחריות אויב נאך איינער וועט באגיין זעלבסטמארד, נאר ווייל עמאזאן וועט באשליסן צו דעליווערן איר פעקעדזש יאנואר 6?" פרעגט קאנגרעספרוי קארטעז פארשוויצט, ביי א פרעסע קאנפערענץ אויף די טרעפ פון קעפיטאל הילל וואו זי איז זעלבסט ערמארדעט געווארן בשעת די קעפיטאל ראיאטן. "בעסער סעיף ווי איידער נארמאל" פירט זי אויס איר ענדגילטיגער לעזונג.

א צווייטע טונקעלע קאנגרעספרוי האט צוגעשטימט צו אירע ווערטער, זאגנדיג "דאטומען זענען ראסיסטיש, היסטאריע איז ראסיסטיש, די וועלט איז ראסיסטיש, און מיר זענען אלע ראסיסטן" ווען אלע קאנגרעס מיטגלידער פאטשן מיט די הענט אויף אירע דברי חכמה וואס קיינער האט נישט פארשטאנען.

איין קאנגרעסמאן, וועלכער שטאמט פון דורי דורות געשוואלענע שוטים, איז אויפגעקומען מיט א לעזונג, וואס איז אויפגענומען געווארן מיט עקסטאז דורך אלע דעמאקראטן.

ער שלאגט פאר, מען זאל פשוט ארויסנעמען דעם טאג פון קאלאנדאר. גוגל קאלאנדער וועט פשוט אויסלאזן יאנואר 6 פון היינט און ווייטער. ארויס מיט'ן דאטום, דאס יאר וועט זיין קלענער מיט א טאג.

נאך איידער מען האט געהאט צייט צו טראכטן וואס ער זאגט, האט מען שוין דורכגעפירט אן אפשטימונג און עס איז באשטימט געווארן ארויסצונעמען דעם טאג פון יאר. סענאטאר מענשין האט געשטויסן מיט די פיס דערקעגן, אבער העריס האט געגעבן א לאלי און ער איז שוין געזעצן שיין.

נאכן אפשטימונג האט זיך אנגעהויבן אן ערנסטע דעבאטע אויב מ'זאל עס שוין קובע זיין פאר 2022 אדער הערשט פאר 2023, למעשה האט מען געמאכט א פשרה אז ס'הייבט זיך אן 2021.

ווי עס שיינט, וועלן מענטשן וואס זענען געבוירן אין דעם טאג פשוט ווערן געקענסלט, אזוי אויך מענטשן וואס זענען אין דעם טאג געשטארבן וועלן צוריק ווערן לעבעדיג און מ'וועט קענען שטימען אויף זייער נאמען אין די קומענדיגע פרעזידענט וואלן.

ס'איז נאכנישט קלאר אויב מ'גייט גיין גראד צום נעקסטן טאג אדער ס'גייט בלייבן א טאג אן א דאטום. די גוטע נייעס איז אז פארקינג טיקעטס אין דעם טאג וועלן נישט עקזיסטירן. דאס זעלבע מיט קרימינאלן וואס האבן עפעס דורכגעפירט אין דעם טאג וועלן באפרייט ווערן כאילו ס'וואלט קיינמאל גארנישט פאסירט.

עס איז נאך אונטער דעבאטע אויב די קעפיטאל ראיאטן האבן בכלל אמאל פאסירט אדער נישט, וויבאלד אזא טאג ווי יאנואר 6 עקזיסטירט מער נישט. א פוקס אנאליסט האט לעצטנס באשטעטיגט אז ניכרים דברי אמת, און כאטש ס'איז נישטא קיין ערשטע האנטיגע באווייזן, איז דעתו נוטה אז די עיקרי הדברים האבן יא פאסירט.

טראמפ סטראשעט אז אויב די פלענער ווערן באשטעטיגט וועט דער גאנצער מאנאט פון יאנואר גערופן ווערן יאנואר 6. געענדיגט מיט יאנואר. יאנואר 10 וועט פון היינט און ווייטער זיין יאנואר-6 10.

די גרעסטע צומישעניש גייט זיין מיט ניטל, יעדער חצר גייט האבן פארשידנארטיגע מנהגים ווען מען זאל קובע זיין דעם נייעם ניטל. אבער דאס איז זיכער אז אויב טראמפ וועט איינפירן א חודש פון יאנואר 6 גייט זיין א לאנגער בין הזמנים פון גאנץ חודש יאנואר 6.

מער שפעקולאציעס וועלן נאכפאלגן דורך ק.צ.נ. [קרעטשמע צוויבל נייעס] פראגראם, ניטל תשפ"ב, געספאנסערט לרגל די שמחה בבית @לכאורה.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פלצתי פלצה גדולה ונוראה.

קיפ דע צוויבל קאמין.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אויסגעפלאצט!!:lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol:
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
גג על גג
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 10:04 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גג על גג »

:lol:;l;p-
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

האהאהאהאהא! OMG לשונות!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן: די גרעסטע צומישעניש גייט זיין מיט ניטל, יעדער חצר גייט האבן פארשידנארטיגע מנהגים ווען מען זאל קובע זיין דעם נייעם ניטל. אבער דאס איז זיכער אז אויב טראמפ וועט איינפירן א חודש פון יאנואר 6 גייט זיין א לאנגער בין הזמנים פון גאנץ חודש יאנואר 6.
כדי עס מאכן נאך לענגער וועט די קומענדיגע אויפשטאנד זיין דעצעמבער 25
אוועטאר
צופליקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:22 am

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופליקט »

:lol::lol::lol::lol::lol:
לאמיר אלע לאכן ווי לאנג עס איז נאך לאכעדיג!!!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

לרגל… מיי פוט.. לכאורה… שטער אים נישט די שמחה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32802
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אךךך כ'קעניש ליינען אן ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן אין אזא שרעקעדיגע טאג...

סאליד!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

:lol::lol::lol::lol::lol:

בעצם וואלטיך קיינמאל נישט ארויפגעברענגט קיין שמייכל אין אזא יום המר והנמהר, ווען מען מעג גארנישט לערנען און רעדן אויסער פון דעם טראגישן איבערפאל. אבער אסדר האט מיר מסדר געווען מיט זיין פיינע סעודה דא האביך מיר געווארפן און געקאטשעט...

יעדע שורה איז קעש סי או די...




וויכטיג מאכער האט געשריבן: אךךך כ'קעניש ליינען אן ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן אין אזא שרעקעדיגע טאג...

סאליד!!

וויכי, די שליסלען איז אין דיינע הענט, נעם זאפארט אראפ דעם דאטום פון אייוועלט!!
חחח...
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2964
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

לץ
שטארק
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
יצחק זלמן
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:38 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק זלמן »

;l;p-;l;p-;l;p-מעכטיג, שרייב נאך
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

;l;p-:lol:
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פיינע נייעס @אסדר, וועלקאם בעק.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

;l;p-גאר פיין געשריבען, פיין געלאכט.

א דאנק

די קומענדיגע קאנגרעס פארשפרעכט: מיר וועלן צוריק דרייען פון יאנאוואר זעקס דעילעסס סעיווינגס טיים צו טו דעיס יאנאוואר זעקס ספענדינג טיים.

רענד פאול איז שוין מוחה אויף די פרישע אויסגאבען
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4492
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

מעכטיגע רעיון!:lol::lol::lol:

ווען דערוילם זאל הערן די קיען אויף סי ען ען רעדן וועגן זייערע או סי די פון יענעם טאג, סארי כ'מיין פי טי עס די (לאך נישט פון מיטגעמאכטע ריפארטערס נעבעך), וואלט שוין גארנישט געווען אזא דשזאוק.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ווען מפואר וואלט געמאכט אסדר...בענק מיר זיך נאך דיינע היומאריסטישע אנאליזן, הרחק לא תרחיקו ללכת
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

;l;p-;l;p-;l;p-
זייער פיין געשמייכעלט אסדר! שכח
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

געשמייכלט.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

פיין!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נהנתי עד למאוד. שכוח אסדר פארן מסדר זיין מיין (נישט) טאג.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

מיין בעל הבית פרעגט מיך פארוואס איך לאך, וואס ענטפער איך אים געוואלד?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Hahaha:lol::lol::lol::lol::lol::lol:
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.


איך בין יעדעס יאר געפארן, היי יאר האב איך נישט דאס געלט און מ'בלייבט אין שטאט ווי איידער בארגן.
קאנטרי איז אויסדרוקליך א #לוקסוס.

א ניק אויף אייוועלט.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5311
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

מען זאל נאר נישט אויסמעקן אלע ארטיקלעך וואס זענען געשריבן אין די נישט עקסעטירנגע טאג
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע:ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: קאנגרעס באשטעטיגט: געענדיגט מיט יאנואר 6!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

פלצתי פלצה גדולה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”