אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פאלט מיר אריין א מחשבה'לע, א שטיקל געדאנק אין די מצב-ליכט וואס אונז שטייען מיר. און כ'טראכט אז יש דברים בגוי... סאו לאמיר עס טרייען ארויסצוברענגען.

- - -

נישט לאנג צוריק, קוים א וואך פארביי פון ווען די גאנצע וועלט האט זיך געווארפן און גערודערט פונעם מעכטיגן פוטין. יעדער האט געוואוסט אז ער איז א יענער געפעפערטער שמויגער. א חכם וממולח. שוין יארן וואס מיט זיין חכמה האלט ער געשפאנט זיין לאנד ווי א מעכטיגע דיקטאטור אויף א שיינעם גאלדענעם טאץ...

און יעדער האט 'פארשטאנען' אז דער טאנצט יעצט אויף ביידנ'ס שוואכע נאטור. דער האט, מיט זיין טיפע קלוגשאפט, געכאפט אז דער קאלכעט אן דעם ווייסן הויז.. און אויב וויל ער שוין יארן לאנג מחיה מתים זיין מאמי רוסלאנד איז יעצט די פאסיגע צייט.

מ'האט געקענט שפעקולירן און טרייען אפצולערנען בעיון די טיפע חכמה וויאזוי ער גייט ארויס אין א קריג, זיינע געלונגענע געזאלצענע שקרים, ווי דער אלמעכטיגער חכם וועבט זיינע קלוגע פלענער אונטערן רוק, זיין שטארקייט און מעכטיגקייט ווי ער שטייט און לאכט אויף די גאאאנצע וועלט.

יעדער האט שוין מספיד געווען דעם מלך טיפש זעלענסקי. דער גייט קאפ אין וואנט און וויל זיך נישט אונטערגעבן פון די ערשטע מינוט. די גאנצע וועלט האט געלאכט פון דעם משוגענער, דער מאבד עצמו לדעת רוסלאנד. נעבעך, אוקריינע איז אריינגעפאלן אין א שמוציגע בלאטע, אוקריינע איז א עבר. 'וואס איז געווען איז געווען וכו'' פלעגט מען זינגען אמאל אין אוקריינע און היינט און רוסלאנד...

די וועלטס פארדאמונגען איז געווען מער א הספד ווי טרייסט, מער א שטילע חוזיק ווי חיזוק. טראמפ איז שוין געטאנצן אויף פוטינ'ס חכמה. יעדער האט געלאכט אויף ביידנס פלאפ, ווי דער מלך זקן וכסיל לאזט דאס צו, דער קלוגער פוטין גייט נאך גיין ווייטער און ברייטער און אייננעמען אמעריקא... ווער קען דען פארשאצן זיינע טיפע געדאנקען?

דורכאויס דעם שבת האט יעדער געוואוסט אז מוצאי גייט מען וויסן צו אוקריינע איז א ז"ל צו ממש א גוסס.

די גרעסטע קלוגסטע פאליטיקאנטן, רוסלאנד און אמעריקא צו גלייכן, און אוקריינא אויך, יעדער האט געוואוסט אז ביז א טאג צוויי איז אוקריינע רוסלאנד!


גייט אריבער נאך א טאג און נאך א שעה....

און דאס רעדל האט זיך איבערגעדרייט!

פלוצלינג איז שוין פוטין א משוגע'נער צודרייטער, מ'פלאגט זיך צו פארשטיין 'וואס טראכט פוטין'? ווי האט ער בכלל געקענט טראכטן פון אזא שטות צו אינוואדירן אוקריינע? דער איז מיט אונז???

יעדער זיצט און לערנט אפ בעיון 'וואס האט פוטין פארזעהן'? וואס איז געווען זיין איינרעדעניש. און וואס איז געווען זיין גרעסטע פלאפ דא. און מ'שמעקט שוין זיין סוף הכבוד לבא.

און נאכמער ווי דעם, עס הייבן אן צו אריינשטראמען באריכטן אז דער איז נישט אינגאנצן... פלוצלינג ווייסט מען שוין צו זאגן אז דער איז צורודערט געווארן פונעם וויירוס וכו' וכו' וכו'.

מ'ווייסט שוין 'פונקטליך' אז אלע ארום איהם ווילן איהם נאר געבן איין קויל און פארטיג.. די לאנד האט איהם פיינט. דער איז געבוירן א משוגע'נער. מאמע רוסלאנד איז שוין אין קבר. מ'קען נישט זיין היינט א דיקטאטור. פוטין גייט וואנט אין קאפ וכו' וכו' וכו'...


און זאלענסקי?.. wow! דער איז געווארן א מלך מהולל בתשבחות... יעדער לויבט איהם אויס. מ'שטודירט ארום 'זאלענסקי סטראטערגיע'.. נישט סתם א מהלך, און נישט סתם א געדאנק. נאר א טיפע סטאטערגיע האט ער געהאט...

מאנכע טרייען צו שפעקולירן וואו איז דער חכם מכל אדם געווען ביז היינט? פארוואס האט מען קיינמאל נישט געוואוסט אז אזא קלוגער בן אנוש דרייצעך אויפן וועלט און מ'נוצט איהם נישט געונג אויס...

טראפ האט געפלאפט אין גרויסן, ארויס א גרויסער לוזער. ביידענס נאבמערס הייבן זיך. בקיצער, פוטין איז משוגע מטורעף. זאלענסקי איז א חכם מחוכם..


און איך שטעל מיך אין די זייט און איך שטוין:

איז פוטין טאקע משוגע? איז דא איינער אויפן וועלט וואס האט געוואוסט מיט בלויז א קארגע וואך צוריק אז דער גייט אין גרוב אריין? די קלוגע פארגעשניטענע אמעריקא האט אזאנס פאראויסגעשאצט? איז געווען איין זאפטיגער שרייבער וואס האט אזאנס פארגעשריבען?

איין זאך קעמען זאגן, אויב איז פוטין משוגע, איז די גאנצע וועלט משוגע!!!!!

ווייל נישטא איינער אויפן וועלט וואס האט נישט געהאלטן אנדערש ווי פוטין ביז א וואך צוריק.

אזא דראסטישע טויש אין בלויז עטליכע טעג? הישמע כזאת בעולמינו??

די תירוץ איז דאך פשוט. כך היא דרכו של 'עולם', די משוגענע וועלט. ווען איינעם גייט גוט גייט מען יעצט שפעקולירן איבער זיין חכמה ותבונה. ווען איינער פארלירט שטודירט מען איבער זיין טפשות. פשוט און קלאר.

- - -

אלזא, טייערע אידן.

אונז דארפן נישט קיין שום פלפולים אין תירוצים.

יש מנהיג לבירה!

שטענדיג, און בפרט די לעצטע יאר, פאטשן אונז די פאקטן אין פנים אז יא, די וועלט איז משוגע. איין באשעפער מאכט אלעס. און לאכט פון אלעס. אין חכמה כחכמתו (ס'שטייט ערגעץ?).

און מ'דארף אפי' נישט קיין הסברים פארוואס דער געווינט און דער פארלירט.

- - -

און מיט דעם וויל איך קומען מיט נאך א פיצי אבער גרויסע פוינט:

כ'וויל עס שוין גראדע לאנג אויסשמועסן... און כ'שמעק אז דאס האט מיר געמאכט שרייבן די ארטיקל...


ביינונז ווייסט מען אז א גרוש און גרושה זענען צודרייטע משוגעים און מטורפים!

ווען איינער פרעגט זיך נאך אויף א גרוש וועט ער גלייך פרעגן 'איז פארוואס האט ער זיך גע'גט אויב אזוי'?...

איך האב נאכנישט געהערט פון א גרוש וואס מ'האט נישט גלייך זיך גענומען שמועסן און צופיצלען אויף שטיקלעך זיינע חסרונות און משוגעת'ן...

יא, איך געדענק איהם נאך פון ישיבה.. איז ער געווען א משוגע'נער... איך האב אלעמאל געוואוסט אז ער גייט זיך גט'ן!...

ס'דאך פשוט אזוי, ווייל אויב נישט פארוואס האבן זיי זיך דען גע'גט?

פרעג איך ענק,

וויפל צודרייטע מטורפים זענען פיין חתונה געהאט? וויפל שיינע מכובד'ידע אידן רייסן זיך אין שטוב ווי פיצי בעיבי'ס... וויפל רשעים און אכזריים פייניגן אויס אידישע טעכטער און אינדרויסן זענען זיי די קלוגסטע מענטשן? און די זעלבע פארקערט, וויפל מכשיפות הייסן קלוגע און חשובע רעבעצנס?..

מ'דארף נישט מאריך זיין אין דעם ווייל יעדער זאל עפענען די אויגן און ארומקוקן אויפ'ן ארום... אויב נישט, דערמאן זיך פון דיין קלוגע זיידע און באבע ווי שיין זיי פלעגן זיך טענה'ן און קריגן...

פארשטייסט? דער מטורף וואס פייניגט זיין ווייב און פארצווייפלט און צורייסט אויף פיצלעך זיינע אייגענע קינדער – די לעבעדיגע בני גרושים, נאר וועגן זיינע אייגענע תאוות און כבוד, דער איז א חכם מחוכם, ער קען זיין א גרויסע טעראפיסט און קלוגע חברה'מאן...
אבער דער יונגעמאן וואס איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א אומפאסיגע שידוך, און ס'איז איהם געווען באשערט צו חתונה האבן א צווייטע מאל, דער איז נעבעך א טיפש און שלעכטער מיט פארשידן ארטיגע חסרוני חסרונות. פארוואס?

ערטשע זאך איז ער משוגע, שפעטער דארף מען שוין טרעפן פארוואס...

זענען מיר נישט משוגע?

ווען וועלן אונז שוין איינזעהן אז ס'דא איין גרויסער באשעפער אויפן וועלט.

יא, א גט איז א באשערטע זאך. שטייצעך אז פארן גט דארף מען מאכן אלעס אויפן וועלט און וויסן אז ס'נישטא אזא אפשען, אבער ווען ס'געשעהן איז עס פון הימל, כ'מיין, ס'דאך פשוט אזוי, ניין?
ס'דאך דא גענוג אידן וואס ווילן זיך גט'ן רח"ל און ס'גייט זיי נישט...

מ'קען מאריך זיין אין דעם. און די זעלבע קען מען שרייבן אויף עשירים און ארעמע אידן... ווען מיר ווייסן אז דער עושר קען זיין א טיפש מעופש און דער ארעמען א ירושליימ'ער חכם וכו'.

אקיצער, אונז האמיר א באשעפער אויפן וועלט!

ביינונז ווייסט מען אז ער מאכט אלעס, און דער וואס האט ליידער א צרה האט עס גארנישט מיט זיין חכמה און מידות. א גט, חובות, וכדו', זענען באשערטע פעקלעך פון אויבן.

און אז די וועלט איז משוגע דארפן מיר נישט זיין משוגע...
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מיטוואך מארטש 02, 2022 1:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16275
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנריעל, שיינע געדאנק. לאו דוקא גרוש/גרושה, די זעלבע איז שייך ביי א געווארפענעם/געגאנגענעם פון א דזאב, א רב וואס האט געברויכט טוישן קהלות, א מנהל וואס ווערט צוריק א מלמד וכהנה רבים.

שכוח פארן מיטטיילן אייער טיפזיניגע געדאנק מיט אזא שיינעם שריפט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יאנאש האט געשריבן: אנריעל, שיינע געדאנק. לאו דוקא גרוש/גרושה, די זעלבע איז שייך ביי א געווארפענעם/געגאנגענעם פון א דזאב, א רב וואס האט געברויכט טוישן קהלות, א מנהל וואס ווערט צוריק א מלמד וכהנה רבים.

שכוח פארן מיטטיילן אייער טיפזיניגע געדאנק מיט אזא שיינעם שריפט.

;l;p-
און שכ'ח פארן שכ'ח..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5778
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ק.נ.א. משוגע פראדעצורער.


שטארק שטארק. ריכטיגע ווערטער. און זייער טיף
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

;l;p-;l;p-;l;p-

הערליך הערליך.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

דיפרענד ענגל


טענקס @נמש
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

משוגע גוט;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

;l;p-;l;p-
זייער שטארק
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

גאר פיין און אמת׳דיג יעדעס ווארט
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע:אויפען בענקעל

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

שטארקע אין אמת'דיגע ווערטער!
אלץ א קרוב פון א גרוש קען איך בלויז צושאקלען מיט מיין קאפ.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

פייט! פייט! פייט!

[email protected]
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

;l;p-

מיר אלע ווייסן פון דעם געדאנק, נאר סאם האו פארגעסט מען דערפון דארט ווי מען דארף דאס ניצן...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6838
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

יוי איז דעס א שיינע ארטיקל, שפתים ישק,

שוין לאנג טראכט איך צו עפענען א אשכול איבער אונזער מהלך החיים פון דזשאדזשן אנדערע, מען האט שוין אסאך געשריבן דא אבער עס מוז ווערן א נייע מאוומענט!
די אלע יענטעס און אלץ ווייסערס וואס ווייסן פונקטליך יעדנס מצב אין שטאט און פלאפלען דאס פאר יעדן איינעם דארף זיין די מערסטע אראפגעקוקטע זאך אויף דער וועלט, יא איך גיי עס זאגן: הונדערט מאל מער ווי א סמארטפאון! די יענטעס רואינירן מענטשן און משפחות מיט זייערע פיסקעס! (איך רעדט פון ווייטאג ואכ"מ)

הלואי זאל זיך דער עולם דערוועקן און איינזען אז יענער, נישט קיין חילוק וואס ער איז אדורך, האט נאך די זעלבע חשיבות ווי פאר דעם, און די זעלבע חשיבות ווי דיר אליינס, אויב נישט מער!!!

שקויעך נמ"ש, דעלישעס ארטיקל, הערליכע מוסר השכל.
פון דיין מויל צו אונזערע אויערן און הארץ.
זאלן די קבלות טובות זיין לזכות אלע אידן וואס דארפן ישועות.
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

אפגעגאלט האט געשריבן: משוגע גוט;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26082
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דא האסטו א;l;p-

אזוי גוט געזאגט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ווייסע ברילן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע ברילן »

;l;p-;l;p-;l;p-

שוין לאנג נישט אריינגעלאגט, אבער יעצט איז אן אויסנאם, א געוואלדיגע ארטיקל! א מורא'דיגע אמת'ע רעיון! מיט א מעכטיגע שפראך! א יישר כח עצום!!!
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

;l;p-;l;p-;l;p-פארן ארטיקל

- - - -
shimon7323 האט געשריבן: ק.נ.א. משוגע פראדעצורער.

:lol::lol::lol:פאר'ן טיטל (אן א מיטל)...
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

יוי האסטו מיך צושטורעמט מיט די גאר טיפע נקודה!

מאסיוו געשריבן אוואו אלעס מיט די נמ"ש סיגנעטשור....
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17742
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-;l;p-;l;p-

פרייליך זיין נאר ניט משוגע זיין!

(הגם דו טענה'ס אז ס'קומט פון לצים...)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

נמש'ל סופער דזשאב;l;p-;l;p-;l;p-
אן הערליכע ארטיקל, שמאלציג און פליישיג, אפעטיטלעך און געשמאק, זיך באלעקט, און אויף געגעסן ביזן לעצטען שטיקל.
לעצט פארראכטן דורך א נייער אום דאנערשטאג מארטש 03, 2022 7:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זייער געשמאק געוועהן צו ליינען
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

פיין פיין, זייער גוט געזאגט.
זדשאזדשמענט און ראסיזם זענען זייער נאנטע קאזינס, מ'קען עס אפילו אנרופן היימישע ראסיזם... ודו"ק.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am
לאקאציע:איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

געוואלדיג. גוט געשריבן, און צום פוינט.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

very very good - needs to go into the shrieber
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: אידן, לאמיר נישט זיין משוגע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

יפה דיברת
שפתיים ישק
בכלל די אלע רעדנער קענען אמאל זיין די בארעדטע
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”