עולם הפוך ראיתי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

עולם הפוך ראיתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

שוין דאנערשטאג שפעט אין די נאכט שעות, איך זיץ דא אויפן אפיס סאפע, א פילע וואך ארבעט האט שוין אראפגעהויערט. די יאך וואס האט מיר געטריבן ווי אן אקס צו די אקער האט שוין נאכגעלאזט. די לופט דרוק פער יעדער אינטש האט זיך שוין היפש פארלייכטערט, איך לויף שוין נישט, זאכן זענען שוין מער ווייניגער אפגעטון.

אבער אינערלעך אין הארצן עס קלעמט, צווישן שפאלטן פליסן ארויס געפילישע וואסער וואס פארפלייצן אלע רמ"ח אברים. עפעס איז דא אן אנדייטונג אז די הארץ איז געווארן געלעכערט אדער גאר צעבראכן. פון וואו זאל הארץ וואסער ארויספאמפען אויב קיין פתח כחודו של מחט זאל נישט געבן די וועג ארויס.

איך בין פארפלייצט אין די רוישיגע געפילן, איך בין איבערגענומען פון וואס איך שפיר, איך קען נישט צאמנעמען די שטורעמישע וואסערן זיי צו מצמצם זיין דאס צו קענען מדמה זיין מילתא למילתא וואס זאל מיר פארשטיין געבן זייער באדייט.

די נואנסן פון די געפילן זענען גאר דקות'דיג אבער אזוי ווילד, די וואסער פארט רוישיג און נעמט איבער קאנטראל איבער די הארטע כאראקטער וואס די ששת ימי המעשה האט געזוכט צו אהערשטעלן. ביז פאר עטליכע שעה צוריק האב איך געקלערט אז די מעכניזום וואס האט מיר געפירט אין די לעצטע עטליכע טעג איז גאר מיין אמת'ע עצמיות.

די יאך וואס האט געדריקט האט פארשפארט די לעכער פון די קוועלער און אזוי מיר געשטיפט צו אריינגיין אין א ראבאטישע מעכניזום וואס זאל מיר פירן א גאנצער וואך צו נאכגיין בלויז מיינע טעכנישע תפקודים און געבן אן אימעדזש וואו מיין באשעפטיגונג איז עפעס וואס שטעלט מיר ארויס אויף דיספלעי און אילוסטרירט א בילד פון די מענטש וואס הייסט איך.

די דערווייטערניש פון די זיסע וואסערן האט מיר געמאכט שפירן ווי די שטיינערנע ערד איז גאר די באקוועמע זאנע אויף וואס עס לוינט זיך צו וואוינען. די מחשבה האט אפילו אריינגעברענגט א גלויבונג "פארוואס זאל מען דען דארפן שווימען אין וואסער ווען מ'קען וואוינען אויפן יבשה", זאלן די פישן און וואסער זיך ספראווענען מיט די רוישיגקייט. איך וויל בלייבן באקוועם אין מיין באקוועמער זאנע ווי אלעס ווערט געפירט אויפן טאקט אן קיין בויגזאמקייט.

די יעזבנו יום האט מיר אריינגעבלאנדזשעט אין א פרעמדער קאלטער וועלט וואס פארקויפט מאטריאליזום אלץ די גלענציגע שיין אויף וואס צו גארן, דארט אין יענער וועלט פארקויפן זיי אז די איינציגסטער מיטל וואס פעלט צו קענען דערגרייכן דעם שפיץ איז בלויזער 'געלט'. מיין גלויבונג צו די ארטיגע מנהג המקום האט מיר אריינגעשלעפט מיט אייפער זיך צו קומען אנשליסן אין דעם גליק פון הייבן די ציפער אינעם באנק קאנטע.

ס'איז מיר גראדע געווען העכסט אינטערעסאנט ווי אינאיינעם מיט די גאנצער סוקסעס אין יענער וועלט איז מיטגעקומען א טריקעניש, מ'זעט מענטשן ארומגיין פארלאשן, זיי דרייווען שיינע קארס אבער א פשוט'ע שמייכלדיגע צייכן קענען זיי שווער ארויסשלעפן פון אונטער די לעפצן. די מצב קוקט אויס דיהיידערעיטעט, עס פעלט לעבהאפט און לחלוחית, דאס וואלט געזאלט זיין א שטיקל סתירה צו די אנשטעל וואס יענע מענטשן פארקויפן אלץ די שליסל צו גליק.

ווער האט אבער צייט צו פראגעס, דא אין דעם וועלט פרעגט מען נישט, זאל זיך תוספות ספראווענען מיט פראגעס וואס שלאגן דעם דעת המקום, דא לויפט מען! די טאג באשטייט פון פיל ווייניגער שעות פון וויפיל עס פארלאנגט זיך צו לויפן אין דעם מאראטאן. ווען נישט די רייץ וואס האט געגעבן די טרייב קראפט גלייב איך אז איך וואלט געווארן גאר שנעל ערשעפט פון אזויפיל לויפן אן טרינקען.

זיץ איך אבער דא אויפן זעלבער סאפע, אויף זעלבער ארט וואו איך האב נעכטן אריינגעבליקט אינעם באנק קאנטע צו זען אויב געלט האט זיך שוין באוויזן, אבער איך בין יעצט אריינגעפארן אין א נייער וועלט. שוין מער נישט פארגליווערט, די אנגעלייגטע אייז בערג האבן אנגעהויבן זיך אויפלאזן און האבן געברענגט פארפלייצונגען פון אונטער הארציגע וואסערן וואס האבן געלעכערט דעם שטיין און מיר אריינגעטראגן אינעם אמת'ער וועלט וואו לעבן איז לעבן מיט די פשוטער באדייט פון לעבן.

כ'גלייב אז צום קומענדיגע וואך וועל איך מיר ווידער טרעפן בלאנדזשען אין די אנדערע וועלט אבער איך בין דאנקבאר אז כאטש פאר א וויילע לאזט מען מיר אריין דא אינעם עולם האמת.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: עולם הפוך ראיתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וווואאאאףףף
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף, איך זאל זוכה זיין צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה. אומאן ראש השנה 🔥🔥
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: עולם הפוך ראיתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

האסט מיר אינגאנצן צומישט, אין וועלכע וועלט בין איך יעצט?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף, איך זאל זוכה זיין צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה. אומאן ראש השנה 🔥🔥
אוועטאר
להחיות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: עולם הפוך ראיתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

יא דו קענסט גוט שרייבן--גם אתה יכול
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: עולם הפוך ראיתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

Bissli האט געשריבן: האסט מיר אינגאנצן צומישט, אין וועלכע וועלט בין איך יעצט?


ביסלי, זיי נישט אזוי צעמישט, פון דיין נאכאנאנדע ווארעמע תגובות וואס פארפלייצט דעם אשכול קוקט אויס ווי די וואוינסט אינעם עולם האמת.
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: עולם הפוך ראיתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

להחיות האט געשריבן: יא דו קענסט גוט שרייבן--גם אתה יכול

טענקס
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: עולם הפוך ראיתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

Wow מ'ווארט מיר אויף נאך!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”