וואס איז טאקע שלעכט מיט א טו-ווילער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

וואס איז טאקע שלעכט מיט א טו-ווילער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב היינט געזעהן דא
אין די נייעס אז איד איז גרייט צו פארבארגען בייקס בחינם פאר חסידישע אידן....
זיין כונה איז לכאורה נישט קיין אויסגעהאלטענע ער וויל עפעס טיפערס,

אבער טראכדענדיג אזוי, וואס איז טאקע שלעכט מיט בייקס?
פארוואס אין אנטווערפען איז עס אייגעגעבען אין דא נישט?
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

האט עס נישט צוטוהן מיט זוגות?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לכאורה איז עס אזויווי די וועלט זאגט, אז נישט אז מען גייט אן א קאפעל איז מען א שגץ
(אין די פוסקים קומט אויס אז עס איז דא הארבערס פון דעם) נאר א שגץ גייט אן א קאפעל, ממילא אז מען גייט אן א קאפעל איז מען א שגץ.
א בייק איז אין אמעריקע אנגומען אלס א שפיל נישט קיין ארבעטס געצייג, ממילא האבן עס אונזערע עלטערן נאטורלך אויסגעשפיגען ווען זיי זענען געקומען קיין אמעריקע. וויל מיט זייער נאטורליכע יר"ש האבען זיי אויסגעשפיגען דעם גויאישען סדר החיים וואס איז נישט גיווען דירעקט נוצליך. משא"כ אין אנטווערפן וואס איז א כלי צו גיין צו די ארבעט ביים גוי.
דער סארט הרחקה האט א מקור אין הל' חוקות הגוי אין ב"ח.
לכאורה ביזטו גערעכט אז יענעמ'ס כוונה איז אונז אויסמענטשלין. דארף מען שטיין ווייט.
מאויבי תחכמנו
קינדער בייקס סיי די וואס לאזן יא סיי די וואס לאזן נישט איז אן אנדערע סוגיא.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

והוא פלאי; איך מיין אז זאכן זענען אזוי ווי דו שרייבסט, נאר פונקט פארקערט.

אויב איז א בייק אנגענומען ווי א שפילצייג איז עס מער די סארט וואס אונז ניצן פאר די קינדער ווי די ביגווילס סקוטערס וכדו', וואס האט נישט קיין שום ניצן אויסער זיך שפילן דערמיט, אנדערש איז די טו-ווילערס/שגץ בייק../צוויי רעדעלדיג, וואס איז שטארק אנגענומען אלץ א מיטל אנצוקומען צו די ארבייט.

אויב איז עפעס אויסגעשפיגן וואלט מען ווען כ"ש געדארפט אויסשפייען די ביגווילס וכת דיליה.

יא עס איז וואר, הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געהאט פראבלעמען מיט די צוויי רעדעלדיגע ביציקלעך, איך בין נישט קיין שטארקע ידען, אבער איין טעם ליגט מיר אן קאפ ווייל קינדער קענען דערמיט אנקומען ווייטער ווי זיי דארפן ווען אנצוקומען, אבער פאר עלטערע האט ער געהאט א פראבלעם?

צו עס איז געווען פון די עשרת הדיברות? א גוטע פראגע.

איך זאג נישט אז דו זאלסט דיך יעצט ארויף זעצן אויף א בייק, איך שמועס נאר אויס דעם ענין.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יעס איז מיר געווען פארשטענדליך בשעת איך האב עס געשריבן, אז דאס וואס איך שרייב איז נישט קיין מאטאמאטיק וואס איינס און אינס איז צוויי. מען קען הרגשה ניש מכריח זיין. ממילא איז א שאד דו צייט צו פירען וויכוחים אין קץ לדברי רוח, לופט זאכן איז אן אן עק. נאר וואס דען אית האב געוואלט געבען חומר למחשבה און אריין לייגען אין ווערטער א קוק וואונקעל פאר די וואס האלטן אז די הרגשה פון אונזער עלטערען האט א שוויות, און זייער הנהגה און סדר החיים איז נישט געווען במקרה ולאו דוקא. און מען קען זיך שפארען אויף יעדער פרט וואס מען האט נישט אדער אפילו יא געטון וואס איז די הגדרה. וואס הייסט א שינוי,פשרה,חדש, גויאיש, מאדערן, וכו'. מען קען די זאת מבאר זיין טיף מפי ספרים וסופרים, אבער איבערוויזען איז נישט מעגליך. און מען קען אלעמאל פרעגען או אינו.
נאר אביסעל מסביר זיין וואס איך האב פריער געזאגט, און די יוד'ס און אפילו היינט, איז נישט דער בייק דער כלי אנצוקומען ערגיץ ביי רובא דרובא גוים אפילו. מיין השערה זאגט אז מען זאל נעמען א פאול וועלען רוב מענטשען אנקוקען דעם בייק אלס א פארוויילונג כלי אדער לכל היותר א איבונגען כלי, אבער נישט אלס א מכשיר להליכה. אית רעד נישט אין טעארי נאר אין זייער מציאות החיים. און קוק אן די וואס פארן דערמיט צו דער ארבעט איז אויך כונה ראשונה עקסערסייז (ואכהמ"ל אודות להתעמל)
ועוד יותר אונזער עלטערען האבן אלעמאל געלעבט דעם סטאנדארד ווי די העכערע קלאס גוי און נישט די פויערען (צו צילוב הרגשת בני מלכים, צו צוליב דעם טעם וואס אברהם האט בוחר געווען בן בתואל איבער בני כנען, ועוד), און קיין בעסער קלאסישע זאך איז עס זיכער נישט געווען, משא"כ באנטווערפן. און און אונגערען איז א בייזיק געווען א נידריגע קלאס זאך.
בנוגע קינדער דער סקווירא רבי ז"ל האט געזאגט דער כלל א שפיל וואס איז פארוויילונג פאר ערוואקסענע טויג נישט. דער סאקמיר רב ז"ל זאגט מען האט געהאלטען אז מען קען אנקומען. ווייט. וכוונתו לפענ"ד אודאי קען מען אנקןמען ווייט צופיס, און בלייבען נאנט צו דער. היים מיט א בייק. אבער דער מציאות בסדר החיים איז אז יונגלעך פון 11 12 פארן ארום ווייט מהשגחת ההורים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

מען דארף נישט זיין צו קלוג צו וויסן אז אויסצושמועסען דעם ענין דארף מען זיין א שוטה!

צו האלט טאקע איינער אז א 2-ווילער איז א פראבלעם? אוודאי אז נישט! דער גאנצער ענין פארוואס אונזער עולם דרייט זיך נישט מיט קיין בייקס איז פשוט ווייל אונז זענען ווי אקסן וואס גייען נאך איינער דעם אנדערען, סאו אז משה האט נישט קיין בייק ווי קען איך האבן איינס?

אפשר קען מיך איינער אויך ענטפערן פארוואס אין וויליאמסבורג (אדער בארא פארק) האט מען נאכנישט פארקויפט קיין איין 'מיצאבישי' קאר? עס האט דעם זעלבן ענטפער, קיינער האט נישט קיין אייגענע דעה! יענער האט אן עקארד/קעמרי, האב איך אויך.

עס איז אן אלט פארווייטאגטע פרשה, אבער אדרבה, זאל מיר איינער אויפברענגען א נארמאלע סברה פארוואס א יונגערמאן זאל נישט מעגן פארן מיט א בייק אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שלמה איר דארפט אפשר א ציגארעטל?

עס איז הלכה'דיגע ענינים אויך אין דעם ווי פיסוק רגלים וואס לויטן חזון איש איז נגד צניעות אפילו באיש, ועוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ר' שלמי
כמדומה אז א מיצא בישי ווערט גערעכנט אלס א ספארטי קאר, וא"כ, הוא הדבר אשר דיברתי, אז אונזערע עלטערן האבן נאטירליך זיך אוועקגעצויגן פון זאכן וואס האט סימבאליזירט דער גויאישע קולטור פון פארוויילונג.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3038
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

למען האמת
די מעשה מיטן די שייגעץ בייקס איז געוועהן אזוי,
אין די ערשטע יארן פון ק"י ווען עטליכע מענשטן האבן נאך געוואוינט ווייט פונעם געגענט, איז איינער אויפגעקומען מיט א פלאן, צו וואס דארף מען צאלן געלט פאר א באס זאל ברענגען די קינדער יעדן טאג אין חדר, די קינדער קענען דאך קומען אליין צו פארן מיט טו ווילער'ס....

מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן מרן מהריט"ב זי"ע, זיין אנטווארט איז געוועהן אז ניין, איך וויל נישט קינדער זאלן קומען אין חדר אזוי ווי דער גוי קומט, ער קומט זיך אליין צו פארן מיט זיין ביציקל, ס'דארף זיין א חילוק פון קומען לערנען תורה אין חדר ווי דעם גוי'ס פארן אין סקול,

פון דארטן איז די יניקה פון א שייגעץ - בייק....

דאס איז קראנטע אינפארמאציע פון די ערשטע תושבים אין ק"י.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יא שאצ'ל.

דע מעשה האב איך געהערט פון ר' נתן יוסף ז"ל.
און דאס איז דער גאנצער טעם פונעם 'שייגעץ בייק'...

די פראבלעם איז אז די היינטיגע אידן קוקן אן דעם בייק ווי רח"ל.. דער האט זיך נעבעך געשמד'ט..

און אויף דעם יסוד פלעגן די מנהלים פון טרופ עוו. ארומפארן נאכטליך זוכן כאפן די קינדער וואס פארלעצן דעם שייגעץ-בייק-בען, אך און וויי וועמען מען האט געפאקט ביי די מעשה רעט הענדעט.... (קרעדיט יגר'ל). געפלויגן פון חדר, צעטלעך, אונטערשריפטן וכו' וכו' ווייל די רבי ז"ל האט נישט געלאזט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

שאץ מאץ, החייתי אותי בדברך
ממש מכוון צו דעם וואס איך האב געזאגט, און קען מען זיך דען נישט מפלפל זיין, וויפיל פראצענט קומען מיט א באס, און אין שטאט וויפיל פראצענט צופיס, דאכט זית אז דער פראצענט איז וואס קומען מיט בייקס איז גאר א קליינע, אלא מאי אז עס איז תלוי בהרגשה
ולפי וואס איך האב געליינט א בריוו אין צייטונג וועגן היט אין רעקל ז(אויך תלוי בהרגשה) קומט צו נאת א טעם, נאר דעמאלטס איז שווער מאי שנא אנטווערפן, ויש ליישב
והכלל דער חזון איש שרייבט אז עס איז נישט קיין מצוה צו דערשטיקן די יודישע הרגשה

ואודות הטעם של פיסוק רגלים, שכתב פארשלאפן, איך מיין אז א טרייסיקעל האט מען געלאזט ענדערש ווי א ביגוויל, וא"כ אין זה הטעם,
די האסט דאס לכאורה גענומען ווייל א"כ מאי שנא סקוטערס
וג' תשובות בדבר, עס איז שוין נישט געווען דער אלטע דור, ומאן יימר שהיו מתירים
מען קען נישט אנקומען ווי ווייט וכנ"ל
עס איז נישט פאר דערואקסענע עיין לעיל בטעמו של הסקווירא רבי
ואולי ואחרי ככלות הכל איז עס נישט געווארען לאנג טערם א חלק פונם גויאישן סדר החיים (והוא חלק מתי' א)
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

זעהט קאמענט 35.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שטארקע נקודה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן: זעהט קאמענט 35.

וואו? אהובי ידידי מאז, איך זע גארנישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אין דעם ארט וואו עס איז אן געצייכענט ביי די פתיחה פון דעם געהענגעל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

farshlufen האט געשריבן: ר' שלמה איר דארפט אפשר א ציגארעטל?

עס איז הלכה'דיגע ענינים אויך אין דעם ווי פיסוק רגלים וואס לויטן חזון איש איז נגד צניעות אפילו באיש, ועוד.

עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וואו דער מקור פאר דעם, ביטע צייכן אן א דאנק
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' בערל, באחד מספרי "שערי אהרן" בהקדמתו, אינו נחשד להיות סאטמארער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך האב גארנישט מיט נחשד, דו רעדסט פון שערי אהרן על רש"י
ס'איז דא זייער אסאך בענדער,
עכ"פ ס'שטייט נישט אין ספרי הלכה של החזו"א
אוטש, כ'האב שוין נישט קיין כח צו מעשה'לעך
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' בערל, הי' בן בית אצל החזון איש וקיבל הרבה ממנו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ידוע מה שמביאים מהחזו"א, כמדומה באחד בהקדמות של מעשי איש, שהחזו"א אמר, די זאלסט גארנישט גלייבן וואס מען זאגט נאך אין מיין נאמען, און אפילו דער מימרא אליין אויך נישט, ודו"ק כי עמוק הוא
כי מימרות יכולים להשתנות עד כדי היפך ממש
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קודם א מקור הרב מיושן, איך וויל עס פשוט נאכקוקן
והוא פלאי האט שוין געענטפערט
איך האב נישט קיין אהנונג ווער דער איז
אבער איך וואלט ניש געגלייבט די בני בית ביי די גדולים וצדיקים וואס איך האב יא געקענט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

עס איז געווען א צעטל א קול קורא פון התאחדות הרבנים -כ'מיין תשל"ו - קעגן די צוויי רעדלדיגע בייקס

עס איז געווען איבער געדרוקט און דער איד עטליכע יאר צוריק
קען איינער לתועלת הרבים דאס דא ארויף לייגען .. ישר כח למפרע

יעצט א הערה קטנה מענין לענין באותו ענין..
צו ס'איז יא צו נישט אויס געהאלטען - לאמיר זאגען אז ע"פ הלכה איז קיין שום פראבלעם נישט דא..
אבער וויבאלד עס איז געווארען איינגעפירט אז ערליכע חסידשע קינדער ווי סאטמאר קרית יואל וויליאמסבורג - ווי אויך וויזניצער רבי פון מאנסי ה' יאריך ימיו ושנותיו בנעימים עמו"ש - לאזען נישט פארען מיט קיין "צוויי ווילער" בייקס .. איז אז איר וועט לאזען אייערע קינדער פארען- וועלען אייערע קינדער זיך שפירען מיט אזא סארט נישט ערליכע געפול. אז ער איז נישט פון די סארט פרומע... און עס ברענגט אריין א סארט שטאלץ פרעכקייט געפול ביי קינדער פון 10-11-12 יאר
וואס דאס איז זייער נישט גוט..

פארגעסט נישט מיר גייען דא נישט איינפירען תקנות ..עס איז שוין אזוי איינגעפירט.. אז די חסידשע קינדער וועלן קיינמאל נישט פארען מיט קיין טו ווילערס..
וק"ל
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

שלמי האט געשריבן: אפשר קען מיך איינער אויך ענטפערן פארוואס אין וויליאמסבורג (אדער בארא פארק) האט מען נאכנישט פארקויפט קיין איין 'מיצאבישי' קאר? עס האט דעם זעלבן ענטפער, קיינער האט נישט קיין אייגענע דעה! יענער האט אן עקארד/קעמרי, האב איך אויך.

עס איז אן אלט פארווייטאגטע פרשה, אבער אדרבה, זאל מיר איינער אויפברענגען א נארמאלע סברה פארוואס א יונגערמאן זאל נישט מעגן פארן מיט א בייק אין וויליאמסבורג.


איי איי רבי שלמי טייערער.. מכותלי הערתך ניכר אז עס פעלט דיר נאך אביסעל עקספיריענס און לעבען..
עס וועט קומען מיט דערצייט - (אפילו אומגעוואלט..) - ווען די וועסט ווערן דרייסיג- וועסטו פארשטיין וואס איך זאג דיר דא...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

משמש ביזט היבש גערעכט בנוגע ערליכע מוסדות שצריך לציית להם
איך וויל נאכאמאל בעטן פארשלאפן מיר צו טרעפן דעם שערי אהרן, כ'וועל גיין אין היכל התורה בית חי' עס אויפזוכן, אבער זאג מיר וועלכע באנד
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' בערל, געזען האב איך דאס אין אן אריכות'דיגער באשרייבונג פון וואס ער האט אלס מיטגעלעבט ביים חזון איש,כמדומה לי אין אן אנדערער פון זיינע ספרים, לא ראיתיו כעת ושכחתי שמו [קרבן אהרן?].
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”