מיין בויך וויי – טשאלענט!!
הע... נעוואדע טוט עס וויי, סטמער געגעסן א גוטן טשאלענט מיט בשר בהמה... (געדענקסט נאך וואו דער קעכער פלעגט ארום גיין קוקן שבת נאכמיטאג טאמער די ביה"כ זענען פיהל ווייל ער פלעגט זאגן אז דאס איז זיין קאמפלימענט? האבעך איינאל געטוהן א מצוה און אויסגעלייגט אלע מיינע ציצית אזוי ארויסגעהאנגען פון דרויסן פון אלע ביה"כ און פארמאכט די טירן און דער קעכער האט געשעפט נחת...)
אבער ניין נישט פון א טשאלענט טוט עס וויי, נאר פשוט ווייל איך האב א גוטס צו דערציילן און איך האב נישט וואו עס ארויס צו געבן...
ממילא עפן איך זיך אן אשכול וואו איך וועל זיך אביסל ארויס געבן...
און צו דיר טייערע ליינער! טאמער עס געפעלט אייך נישט דאן ביטע דריק דעם go back קנעפל, זיי דא נישט מגיב קיין קריטיק און קיין דיסקאסיעס, שקויעך!!
ווילסטעך הערן וואס סעגעווען דע מאנננסע הע?
איז די מאנננסע געווען אזוי, געווען אמאל א איד וואס האט געהאט זייער אסאך דאנננגעס, האט ער געשפאנט פערד און וואגן און געפארן צום רבי'ן פרעגן א שאנננלע, אלף-פלאנץ שפאננננצירט ער אזוי אריין שאנננבעס נאכמיטאג.... פארוואס לייגן די אלטע אידן אריין א נו"ן וואו נאר זיי קענען?
שוין זעמער דא פארקראכן פונעם נושא...
לענינינו קומער צוריק צום מענננשה, הערט נאר אויס, היינט צופרי קומעך מיר אריין אין מיין שולעכל און וויל איך זיך שטעלן דאווענען און מיין מנין קבוע, ווען פלוצים שטורעמט אריין א איד מיט נאסע צופלויגענע פיאות ארויס פון מקוה א האלבע וועסטל אפען, גיב איך א קוק ווער איז דער? עפעס א נייע פנימ'ל נישט קיין תושב ביי אונזער ביהמ"ד, שוין נא, נישעפערליך מאחצעכאמאלאזאנס אז א פרעמדע איד איז געקומען טרייען אונזער סמעדרעש, אבער די שאק איז געווען אז שמער סנישט וויינבערגער עס גייט אדורך עטליכע מינוט און ער גיט זיך אן טיאכקע ארויס פון זיין (גע'גנב'עטע) פלאץ, און מיט אן אומגעהויערען אימפעט שטעלט ער זיך צו צום ברעטל און מיט אן גריצעלדיגע פארשליימטע קול גיט ער א שריי אויס ראביש מאהעלוי מער!!!
מיר מתפללים קבועים גיבן זיך א קוק אום און נאך פאר מיר האבן געקענט כאפן וואס ער האט דא אפגעטוהן פארפירט ער שוין מיט א הילכיגן וכן שני כתובים נאכפאלגנדיג מיט אן קדיש וואס האט געשפאלטן הימ... כמיין אונזערע הערצער נאר טראכטענדיג און וואספארא חזן מיר האבן זוכה געווען היינט, חזן זאגסטו? די סימטאמס פון חז"ן האט ער זיכער.... ער האט א קול וואו יאסעלע (היינט צוטאגס...) און גריצעלט וואו א צובראכענע ספיקער...
וואסמיינסטע? שוין פון ידיד נפש האבן מיר שוין אלע געשפירט אז מיר האבן נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז עלינו, מיט א התלהבות און א השתפכות הנפש האט ער געבעטן אנא קל נא רפא נא, דערנאך האט ער זיך צוקלאטשט מיט א שרעקליכע התלהבות ביי שירו לו זמרו לו באגלייט מיט אן הערליך זמר'ל, מיר שטייען שוין אלע ביי ישטאבאך און מיט אנגסט הערן מיר זיך צו צום פותח את ידיך... ענדליך נאך בערך 20 מינוט האט ער זיך מרחם געווען און אונז געזאגט א קדיש מיט ברכו, און דערנאך גענומען א וואקציע... מיר ווארטן אויפן ד אלקיכם אמת און פלוצים הערן מיר בעסוילחיינו מעהיירא כוימעמיעס לעארטסיינו.... מיר זענען אלע שמיר נישט דיר נישט צופלאצט געווארן.....
ענדליך נאכן ווארטן אויפן לאנגן קרישמע מיט תזזזזזזכרו און נאכן זיך צושפרינגען ביי על זאת שבחו האט ער אונז מזכה געווען מיט גאל ישראל...
די שמענע עסרע איז א נארטיקל פארזעך און דער ציבור האט שוין גענדיגט די יום תהילים, אנגעטון רבינו תם'ס ד' פרשיות און קרי"ש און געכאפט א שמועס'ל און נאך צוגעווארט און די זייט אז אונזער חשוב'ע בעל תפילה זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, ווען פלוצלינג טרעט ער אויס...
און וואס מיינסטע האטער געטוהן?
ער דרייט זיך אויס און ער טשעקט צו עס זענען טאקע דא מנין...
און ער פרעגט נאך איינעם נא? וואו צופרעגן שוין געדאווענט?
און נאר נאכן זיכער מאכן אז עס איז טאקע דא א מנין האט ער צוריק געטרעטן....
די כעס האט אונז אלע געברענט, מיר האבן צוגעווארט נאכן דאווענען און פלוצים הערן מיר אז ער זאגט א קדיש'ל נאך עלינו
אהא סהייסט ער איז ליידער פאריתומט ממילא קומט ער צו אונז און שול אונז מיטטיילן מיט זיין אבילות...
גייט צו איינער פון די קביעות'דיגע מתפללים און מיט א פריינטליכקייט נעמט ער אים אויף און פרעגט אים טאמער און זיין ביהמ"ד איז נישטא קיין אוועילעבל ברעטל אז ער מוז דא קומען, ענטפערט ער מיט אן תמימות אז זיין גבאי האט אים געבעטן אז אזויווי עס דאווענען דארטן אידן וואס האבן קבועים ביי זייערע עלטערנס יארצייט זאל ער זיך בכלל נישט קובע זיין ביי זיי אין שול... (קוקט אויס אז ער ווייסט פונקטליך מיט וועמען ער האט דא צוטוהן), אזוי שמועסנדיג הערן מיר פון אים אז ער דאווענט נאך זיין טאטע...
וויאזוי זאגט מען נאך פון יענע צדיק (ווער נאר?) דיין טאטע האט דיר טאקע געמאכט פאר א יתום אבער נישט פאר א חזן...
געדענק איך אז ווען איך האב שמערגעדאכט געברויכט דאווענען פארן מאמען זאל זיין פונאנדערגעשפריידלט האט מיר דער דיין געפסקנט אז טאמער קען איך נישט דאווענען און דער עולם וועט האבן צער דערפון איז נישט קיין עליה פארן נשמה נאר ח"ו פארקערט וכך עשיתי כאגעדינגען איינעם דערפאר, און נאר געזאגט קדיש...
קומטער מיר דא און האלט מיר אויף און וויל זיך נאך באזעצן און מין שולעכל אלס בעל תפילה קבוע און איך זאל אנקומען שפעט אין דשאב יעדן טאג...
האפעך טאקע אז האט ער געכאפט דעם רמז און מארגן וועט ער נישט קומען! (טאמער קומט ער נישט וואס עלעך שרייבן? וועל איך מוזן טרעפן א צווייטען צו באשרייבן....)
און א גוטן טאג ענק אלע
טשאלענט
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך ,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך