דוד המלך - ספר תהלים בחז"ל

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

דוד המלך - ספר תהלים בחז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

איך זיך עטליכע קורצע מאמרי חז"ל/רז"ל בחשיבות וסגילות זאגן תהלים, ובעיקר דורך תשב"ר.
א הארציגן דאנק
Impossible is just an opinion
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פון מיינע ארכיוון:

קורצע מאמרים

זיין אונטערן כסא הכבוד
ווער וויל דען נישט האבן א מקום קבוע נאכן הונדערט-און-צוואנציג אונטערן כסא הכבוד? דער חיד"א ברענגט אין פרשת ויגש בשם הרבינו אפרים, אז די וועג דערצו איז דורך זאגן תהלים, ברענגענדיג דערביי א רמז כסמך לדבריו, אז די סופי תיבות פון והגדתם לאבי את' כל' כבודי' במצרים' (בראשית מה) איז תלי"ם. ווייל ווען מ'זאגט תהלים דערגרייכט מען לבחינת והגדתם לאב"י.

דער שטן האט נישט קיין דריסת הרגל
שרייבט דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע אין ליקוטי שושנה אזוי: צומאל מאכט זיך אז א מענטש'ס תפלה ווערט נישט אנגענומען אויבן אין הימל, וויבאלד די מקטריגים שטייען און בונטעווען קעגן דעם איד. וואס איז די עצה דערצו? מ'זאל גיין צו א צדיק וואס זאל ארויפברענגען דעם נשמה פון יענעם איד ביזן היכל אין הימל וואס ווערט אנגערופן "תהלה". ווייל דארט איז פארהאן א געוואלדיגער ליכטיגקייט אז דער שטן קען נישט אריינטרעטן דארט צו מקטרג זיין, דערפאר הייסט דער ספר פון דוד המלך ע"ה "תהלים", ווייל ווען מ'זאגט תהלים ווי עס ברויך צו זיין, איז נישטא קיין שום שטן פגע ומשחית וואס קען שטערן די תפלה!

למטר השמים תשתה מים
דער גאנצער עקאנאמיע פונעם וועלט איז אנגעוויזן אין איין זאך: רעגן. אויב עס רעגנט נישט וואקסט נישט קיין געוואוקסן, ווערט א הונגער און רעסעסיע א.א.וו. די מיטל צו ברענגן רעגן איז דורך זאגן תהלים! און ווי די ספר המידות (ערך גשמים) ברענגט צו, איז עס מרומז אינעם ראשי תיבות פונעם ווארט תהלים, ל'מטר ה'שמים ת'שתה מ'ים.

אריכות ימים ושנים טובים

לאנג לעבן איז א זאך וואס יעדער וואונטשט זיך, און הגאון ר' חיים פאלאג'י זצ"ל שרייבט אין זיינע הנהגות דעם רעצעפט פון אריכות ימים: ווער עס זאגט "תהלים יעדן טאג" און ער זאגט ארויס די ווערטער פון מויל הויעך און קלאר, טוט מען אים פארלענגערן זיינע טעג און יארן!

ארויס פון גיהנום!
הרה"ק ר' מיכל'ע זלאטשוב'ער שרייבט (מובא בס' פרדס דוד) אז אפילו אויב א מענטש ווערט ח"ו נשפט צו גיהנום, איז נאך דא א האפענונג זיך ארויסצודערזען פון דארט, דאס קומט אויב מ'זאגט תהלים ביים לעבן. א ראיה דערצו ברענגט ער, אז והצל'ת נפש'י משאו'ל תחתי'ה אלוקי'ם זדי'ם קמו וכו' איז סופי תיבות תהלים. דאס טוט ראטעווען משאול תחתיה.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

געקליבענע מעשה'לעך
איבערן כח פון תהלים זאגן


כמעט געברענגט משיח- דורכן יום תהלים
א מעשה נורא ווערט געברענגט בספר "אלף כתב": בזמנו פונעם אר"י הקדוש איז געווען א איד א צדיק און בעל מקובל, הר"ש הלוי האט ער געהייסן. יעדן טאג פלעגט ער צוגיין צום ציון פון ירמיה הנביא און אויסזאגן דארט דעם יום תהלים. איין טאג אזוי זאגנדיג תהלים, דערזעט ער נעבן זיך א איד אנגעטון מיט שניי-ווייסע קליידער, אין איין האנט האט ער געהאלטן א ריין-זילבערנער טעפל, און אינעם צווייטן א האנטוך. דער איד האט דערלאנגט די טעפל פאר מהר"ש הלוי, אבער פאר גרויס שרעק איז מהר"ש הלוי אראפ געפאלן. ביז ווען ער איז צוזיך געקומען איז יענער לאנג נישט דארט געווען... אנקומענדיג אהיים האט אים דער אר"י הקדוש אפגעווארט, און אים געזאגט: "וויסן זאלסטו אז דו האסט געהאט די זכיה, ירמיה הנביא אליינס האט זיך באוויזן פאר דיר, און וויבאלד דו פלעגסט זאגן תהלים מיט אזא זיס קול, איז געווען א עת גאולה. האט מען אראפגעשיקט ירמיה הנביא וואס איז א כהן, דו זאלסט אים אנגיסן די הענט, ווייל דו ביסט דאך א לוי, און דערנאך זאל מען צוזאמען אויס'פועל'ן די גאולה! אבער אזוי ווי דו האסט זיך דערשראקן, האבן מיר עס פארפאסט"...

געראטעוועט א שטעטל פון פארניכטונג
אין "מנהגי ווערמייזא" ווערט געברענגט אזוי: דער דאטום איז ערגעץ אינמיטן יאר קי"ב, אין א שטעטעלע נעבן דעם שטאט ערפארט;דייטשלאנד, איז פארבליבן א קליין הייפעלע אידן. צוויי יאר פארדעם האט אויסגעבראכן גאר ברוטאלע און ווילדע פאגראמען פון וואס טויזענטער אידן זענען דערמארדערט געווארן על קידוש השם, בלויז די שטעטעלע האט וואונדערליך פארמיטן די שחיטות. איין טאג איז א שטילער עלטערער איד אוועק פון די וועלט, און יעצט האלט מען דרייסיג טעג שפעטער.

שלאפט זיך די גרעסטע תלמיד חכם פון שטעטל אין זיין בעט, ווען אין חלום באווייזט זיך צו אים דער אלטער איד מיט תכריכים אויף זיך, און א תהלימ'ל אין די הענט. יענער זקן זאגט פאר די תלמיד חכם "דו זעסט די ספר תהלים אין מיין הענט? איך פלעג יעדן טאג אויסזאגן תהלים, און בזכות זה איז אונזער שטעטעלע געראטעוועט געווארן פון שחיטות און גזילות. אצינד אז איך לעב מער נישט, באשיצט שוין נישט תהלים דעם שטאט, אלזא געב איבער פאר אלע אידן זיי זאלן זאפארט אנטלויפן און זיך ראטעווען!" דער תלמיד חכם האט דעם קומענדיגע צופרי דערציילט פארן עולם די מעשה. גאר אסאך האבן טאקע געכאפט פעק און זעק, און זענען אנטלאפן. עטליכע טעג שפעטער זענען ווילדע גוים אנגעקומען אינעם שטעטל. און ליידער פארוואנדלט אירע גאסן אין א בלוט-באד, אומברעגענדיג די וואס האבן נישט געפאלגט, על קידוש השם הי"ד.

"וואס תהלים קאן, קאן איך ניכט!"
ס'איז אינטערעסאנט צו נאטירן א געשיכטע'לע וואס ווערט געברענגט אינעם ספר "זכרון משה": אין א קהילה סמוך ונראה צו פרעשבורג האט מען געוואלט אויפנעמען א רב, עס זענען געווען צוויי קאנדידאטן, איינער א תלמיד פונעם הייליגן חתם סופר, און דער צווייטער א גאר ערליכער איד, וואס איז געווען באקאנט אלס א תהלים-זאגער.

ווי פארשטענדליך האט דער חתם סופר אריינגעלייגט אסאך כח און שתדלנות אז זיין תלמיד זאל ערוויילט ווערן אלס רב. אבער למעשה האט דער צווייטער געוואונען...

ווען דער חתם סופר האט געהערט דערפון האט ער געזאגט בזה הלשון: "יא יא, וואס תהלים קאן, קאן איך ניכט!" (אין היינטיגן אידיש: וואס תהלים קען, קען איך נישט...)

זוכה געווען צו גילו אליהו און אלישע הנביא

די מעשה שרייבט דער סקולענער רבי ז"ל אין די הקדמה צו תהלים נועם אליעזר: אין די צייטן פונעם טורי זהב, האט מען געבויט א נייעם קלויז אינעם שטאט לעמבערג, דער ט"ז האט דארט געדאוונט, דערפאר האט מען אים גערופן "ר' דוד'ל קלויזער".

דעמאלט איז געווען א איד וואס פלעגט יעדע נאכט אויסזאגן תהלים אין ביהמ"ד, ווי ער האט זיך פארשאפט א שליסל פונעם שמש. איינמאל האט דער איד פארלוירן דעם שליסל, איז ער געבליבן שטיין ביים טיר פונעם ביהמ"ד, און דארט געזאגט תהלים צום בלאסן ליכטיגקייט פון די לבנה, מיט גרויס אנשטרענגונג. אינמיטן זאגן תהלים זעט ער א מענטש מיט א הערליך געשטאלט גייט אריבער, און יענער פרעגט אים "וואו וואוינט ר' דוד'ל קלויזער?!" דער איד האט צוגעוויזן פארן גאסט וואו דער ט"ז וואוינט, און זיך צוריקגעקערט צו זאגן די קאפיטלעך.

גייט נישט דורך קיין פינעף מינוט, און א צווייטער, אויך מיט א געוואלדיגער הדרת פנים שטעלט זיך אפ ביי אים, פרעגנדיג וואו ר' דוד'ל קלויזער וואוינט. דער איד האט צוגעוויזן פארן צווייטן וואו דער טורי זהב'ס דירה איז, און ווייטער געזאגט תהלים. עד שבא הכתוב השלישי, דא קומט אן נאך איינער, אנגעטון מיט צוריסענע קליידונג, און מיט א מיאוס'ער געשטאלט, ער פרעגט אויך דעם אדרעס פון ר' דוד'ל קלויזער. דער איד האט זיך נישט איינגעהאלטן און געפרעגט: "ווער זענט איר?!" פארציילט יענער אז ער איז גיחזי, אלישע הנביא'ס משמש, און ער האט יעצט א דין תורה מיט אליהו הנביא און אלישע הנביא ביים טורי זהב, און זיי האבן זיך באוויזן פאר אים, ווייל ער זאגט תהלים מיט מסירת נפש!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

במשנתו של רבינו איבערן כח פון תהלים
מלוקט מספרי רביה"ק הדבר"י זי"ע.

ווער ראטעוועט כבוד שמים היינטיגע צייטן?
דאס פאלגענדער משל ברענגט הרה"ק ר' נחמן מברסלב זצ"ל: א געוויסער גרויסע הערשער האט זיך ארויסגעלאזט אויף א שוואויל-טאג רייזע אינעם וואלד כדי צו פאנגען באשעפענישן אינם 'יאגד'. אזוי רייזענדיג מיט זיין גאנצער קעניגליכער סוויטע, האט זיך א שלאקס רעגן אראפגעלאזט, א קיל ווינטל האט צוגעהאלפן אריינצושמעטערן די ריזיגע טראפנ'ס רעגן אין דעם גאנצן חבורה. אזש יעדער איז זיך צולאפן כדי צו טרעפן א שטיקל דעכל זיך צו באשיצן פונעם רעגן. ממש יעדער איז זיך צולאפן? ניין. דער הערשער זעלבסט איז געבליבן שטיין אינעם גאס רעגן, ווארטנדיג אז זיינע מענטשן זאלן אים ארויסהעלפן. פונקט איז פארבייגעגאנגען אן אפגעשליסענער בעטלער וועלכער האט געזען ווי א מענטש שטייט פארצווייפלט און דורכגענעצט, און ער איז אים תיכף געקומען צוהילף.

שרייבט דער רבי זי"ע אז די זעלבע זאך איז אצינד בעיקבתא דמשיחא, ווען עס מבול'ט אפיקורסות און מינות אויף א שרעקליכער פארנעם. די צדיקים וועלן זיך צולויפן, און נאר די פשוט'ע אידן וועלכע זיצן און זאגן ערליך תהלים, זיי וועלן ראטעווען השם יתברך'ס כבוד!
(ויואל משה מאמר ישוב א"י. סימן ק"נ)

וואס האט געקענט פארמיידן די לעצטע וועלט מלחמה?
עס פלעגט צו פארציילן הרה"ח ר' יודל ראזענבערג ז"ל אז ער האט געהערט פונעם רבי'ן זי"ע בשעת שווארצע וואלקענעס האבן געשוועבט איבער אייראפע, און דער דייטש האט זיך אונטער גערוקט נענטער. האט דער רבי געזאגט "דריי זאכן קען אונז ראטעווען פון א מלחמה. די ערשטע עצה איז מזאל עפענען דעם ספר תהלים און זיך נעמען זאגן די קאפיטלעך. ווייל דאס איז בכח אפצוהאלטן די שווערסטע גזירות. די צווייטע איז: מ'זאל פארמערן מיט צדקה וחסד. און דער דריטע זאך איז לוחם זיין קעגן די קליפת הציונות.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן: במשנתו של רבינו איבערן כח פון תהלים
מלוקט מספרי רביה"ק הדבר"י זי"ע.

ווער ראטעוועט כבוד שמים היינטיגע צייטן?
דאס פאלגענדער משל ברענגט הרה"ק ר' נחמן מברסלב זצ"ל: א געוויסער גרויסע הערשער האט זיך ארויסגעלאזט אויף א שוואויל-טאג רייזע אינעם וואלד כדי צו פאנגען באשעפענישן אינם 'יאגד'. אזוי רייזענדיג מיט זיין גאנצער קעניגליכער סוויטע, האט זיך א שלאקס רעגן אראפגעלאזט, א קיל ווינטל האט צוגעהאלפן אריינצושמעטערן די ריזיגע טראפנ'ס רעגן אין דעם גאנצן חבורה. אזש יעדער איז זיך צולאפן כדי צו טרעפן א שטיקל דעכל זיך צו באשיצן פונעם רעגן. ממש יעדער איז זיך צולאפן? ניין. דער הערשער זעלבסט איז געבליבן שטיין אינעם גאס רעגן, ווארטנדיג אז זיינע מענטשן זאלן אים ארויסהעלפן. פונקט איז פארבייגעגאנגען אן אפגעשליסענער בעטלער וועלכער האט געזען ווי א מענטש שטייט פארצווייפלט און דורכגענעצט, און ער איז אים תיכף געקומען צוהילף.

שרייבט דער רבי זי"ע אז די זעלבע זאך איז אצינד בעיקבתא דמשיחא, ווען עס מבול'ט אפיקורסות און מינות אויף א שרעקליכער פארנעם. די צדיקים וועלן זיך צולויפן, און נאר די פשוט'ע אידן וועלכע זיצן און זאגן ערליך תהלים, זיי וועלן ראטעווען השם יתברך'ס כבוד!
(ויואל משה מאמר ישוב א"י. סימן ק"נ)



יישר כח זאפטיגער, אלע דיינע מאמרים מלא תוכן און מלא חן!

הסיפור במקור:

מעשה ממטר
מעשה ממטר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”